ר' בנימין פארכאפט ביי טעראריסטן,

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

bobke
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

תגובהדורך bobke » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 11:05 am

למעלה משבעים האט געשריבן:
מעכיל האט געשריבן:
פויער האט געשריבן:
פארדינט האט געשריבן:
לוסטיג האט געשריבן:
הערשי קניהויז האט געשריבן:
thefact האט געשריבן:
שמיי_דריי האט געשריבן:חס מלהזכיר. קרעטשמע קען און וועט אי"ה פארנעמען צוויי פארזעצונגען.

ביידע פארזעצונגען זענען אויסנאם גוט און איך בין נישט מוותר אויף קיין איינס.




גם אני מצטרף, נא ונא להמשך הלאה.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 11:28 am

קינדערלעך... גענוג געווען...
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 27, 2009 12:07 am

תגובהדורך אב זקן » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 11:29 am

ניינטע פארזעצונג


------------------------------------


די צוויי אגענטן זעהנדיג אז די קאפיטאן שלעפט ארויס דעם שיסער און גרייט זיך זיי צו שיסען האבן זיי פארצווייפעלטערהייט ארויסגעשיקט אן עמערדזשענסי זענדונג צו זייער אפיציר און די הילפס רוף האט זיך געליינט אז זיי זענען אינטער אן אטאקע און דארפן באלדיגע הילף!
וואו נאר זיי האבן דאס אפגעשיקט זענען זיי ארויסגעשפרינגען פון די שיף, נאך א מינוט האבן זיי טאקע געזעהן וואו זייער שיף גייט אויף און פלאמען.

די קאפיטאן קוקט און זיין קוקער, ער וויל זעהן פון די נאנט די שיינע סצענע וואו די שיף מיט צוויי אגענטען ברענען, אבער קוקענדיג זעהט אז די צוויי אגענטען שווימען גאר לעבעדיג און וואסער... זיי האבן עס איבער געלעבט...
ער שיקט איינע פון די מאטראזן זאל זיי גיין אויפפיקן און ברענגען צו אום...

--

לואיס, באקומט די ריפ פון זיינע אגענטען, ער זעהט אז די מצב איז זייער נישט גוט, ער רופט אן די פילאט פונעם העליקאפטער פרעגן וואו לאנג ס'גייט אום נאך נעמען, די פילאט זאגט אז ביז פינעף מינוט איז ער דארט!
ער פראבירט זיי צוריק צורופן אבער קיינע פון די צוויי אגענטן האבן שוין נישט אויפגעהויבן די פאון'ס,
לואיס פארשטייט וואס דאס מיינט,
אדער זענען זיי טויט אדער פארכאפט...
ער רופט צוריק דעם פילאט און הייסט אום אראפרוקן די שטעקן ביז אונטען און פארן די שנעלסטע וואס מעגליך,
זיי זענען באוואפענט מאך זיכער אז די היטס דיך, זאגט לואיס פאר'ן פילאט,

--

די מאטראז קומט צוריק מיט ביידע אגענטען, די קאפיטאן נעמט זיי אויף מיט קללות, אבער נאך פאר ער האט זיך געקענט צוזאם קלאפן און זיי אויספארשען און אויספאקן די טאשן, הערט ער וואו א העליקאפטער קומט צו פארן צו זיין ריכטונג, ער זעהט נישט דעם העליקאפטער אבער די גרידער ווערט העכער און העכער,

אלע מאטראזן אויפן שיף זענע דערציטערט געווארן, זיי האבן נישט קיין מושג וואס דא גייט פאר, פריערט טרעפט מען איינעם און זייער בעסמענט, דערנאך שיסט מען א שיף מיט צוויי מענטשען און מ'פארכאפט זיי און יעצט קומט א העליקאפטער צו זייער ריכטונג, די גאנצע פלאץ שמעקט וואו א מלחמה זאנא, פארלוירענערהייט רופט די קאפטיטאן אן זיין בעה"ב טשארלי און זאגט אום אז די סיטאציע איז זייער נישט גוט... א העליקאפטער איז אויפן וועג זיי צו פארכאפן....
טשארלי טראכט א מינוט וואס מ'קען יעצט טוהן, נאך א מינוט זאגט ער פארן קאפיטאן וואס צו טוהן,
די קאפיטאן צולאכט זיך און לייגט אראפ די פאון,

דיס איז פב"א, הערט זיך א געשריי פון הימל אראפ! יעדער אויפן שיף זאל זיך שוין אראפלייגן אויף דער ערד מיטן פנים אראפ און די הענט און די בעק!
די מינדעסטע ריר איז א שאס!!!
אלע מאטראזן האבן וואו טאטעלך געפאלגט, יעדער האט זיך שיין אראפגעלייגט, זיבן פב"א אגענטען האבן זיך אראפגעלאזט אויפן שיף געבינדען אלע מאטראזן,
זיך ארום קוקענדיג באמערקן זיי אז די קאפיטאן איז נישט צווישן זיי,
וואו איז די קאפיטאן? פרעגט די עלצטער אגענט, אונטען און זיין שטיבל גיבן זיך צוויי מאטראזן א רופ אן,
צוויי אגענטען שפאצירן אראפ צום קאפיטאן, אבער וואו נאר זיי קומען דארט אן ווערן זיי פארפרוירן,

די קאפיטאן זיצט מיטן פנים צום טיר און מיטן רוקן צום פענסטער, פאר אום זיצען צוויי אגענטען געבינדען די הענט און מויל, די קאפיטאן האלט צוויי גאנס ביי ביידנ'ס קעפ, און רופט זיך אן: נאך א טריט איר געט און די צוויי זענען טויט!! און כדי צו ווייזן אז ער מיינט עס ערענסט האט ער זיי אנגעוויזן אויף די דריטער אגענט וואס איז געלעגן דארט און א טייך פון בליט מיט א שאס און קאפ,

די הויפט אגענט איז געבליבן געפרוירן...
ער רופט זיך אן, אקעי איך ריר מיך נישט ווייטער, וואס זענען דיינע פארלאנגען?
איך וויל ביז צוויי שעה האבן א העליקאפטער זאל מיך אוועק פירן פון דא און מיך טראגן צו קענעדי לופטפעלד און דארט זאל מיך א פליגער אפווארטן און מיך נעמען וואו איך וועל פארלאנגען!
אבער געדענק איך האב געזאגט צוויי שעה, דאס מיינט אז יעצט איז 2:45 ביי 4:45 וויל איך זיין אינדערויסן פון דא! אויב ביז דעמאלטס איז עס נישט ערלעדיגט גיי איך אראפשיסן נאך איינעם, און אויב ביז נאך א האלבע שעה דאס מיינט 5:15 איז עס נישט ערלעדיגט דעמאלטס גייט דער צווייטער! דאס איז וואס איך פארלאנג! און יעצט פאנג אן צו ארבעטן אז דאס זאל צושטאנד קומען אויב דיינע קאלעגן האבן א ווערט און דיינע אויגן..

--

לואיס באקומט א טעלעפאון קאלל, ער הערט אויס וואס זיינע אגענטן דערציילן אום, זיין בליט נעצט זיך קאכן שרעקליך.... אזא חוצפה!
ער פארלאנגט נאך צו קענען אנטלויפן פון לאנד....
ער גייט פון דארט קיין לעבעדיגער נישט ארויס שווערט ביי זיך לואיס!
לואיס רופט אן זיין אויבערהאר און וואשינגטאן און דערציילט אום די גאנצע סיטאציע, און בעט אום אויב קען ער אום שיקן א ציל שיסער פון די נעווי, אבער אזא איינער וואס קען גאר גוט זיין פאך און פון צוויי הינדערט יארד זאל ער קענען צילן מיט איין שאס,
נישט קיין פראבלעם זאגט זיין אויבערהאר, ביז א שעה אהאלב קען איינער זיין ביי דיר, המממ.... נישט שנעלער? ווייל ביז ער קומט אן און ביז אוך צייג אום פינקטלעך אן וואו און וואס קען שוין זיין צו שפעט...
דאס איז דאס שנעלסטע וואס איך קען האבן זאגט זיין אויבערהאר מיט צווייפלעניש, ווילסט נישט ניצען די "נ וויי פי די" ספעשעל פארס יוניטס? אפשר האבן זיי איינעם? נעה ח"ו זאגט לואיס, זיי זענען דורך געפוילט, איך ווייס קיינמאל נישט צו וואו נאר איך לייג אראפ די פאון צו ער גייט נישט רופן איינע פון יענע חברה דערציילן, נאו, איך האב נישט קיין שום טראסט און זיי!
אקעי, ס'איז א שאד יעדע רגע, איך שיק אום שוין ארויס און די פראביר צו געוואונען צייט ביי אום,
אקעי טענקס זאגט לואיס,

--

טשארלי זיצט אויך נישט מיט צוזאמגעלייגטע הענט, ער האט אויך נישט געוואלט און געדארפט אז די מצב זאל זיך אזוי אויסקאכן היינט נאכט, דאס מיינט אז יעצט האבן די פב"א און זייערע הענט זיין קאנטענער...
דאס איז נישט א זאך וואס ער גייט דורך לאזן!!!
ער הייבט אויף די פאון און וועקט אויף זיין ארבעטער די סעקרעטאר פון די פב"א,
הער מיך צו זאגט אום טשארלי, די ביסט די איינציגסטער וואס קען נאך דא ראטעווען די זאך,
איך וויל אז די זאלסט אויף עפעס א וועג פארדרייען די פב"א און זיי איינרעדן אז די ווייסט קלאר אז די קאנטענער ליגט נישט אויף די שיף, אבער איך וויל אז די זאלסט שוין אנפאנגען צו טראכטן ווייל ביז א האלבע שעה דארף איך א פארטיגע פלאן!

די סעקרעטאר פראבירט זיך צו פארענטפערן אז ער ווייסט נישט וואו אזוי ער קען אויספירן אזא זאך, ער איז נאר א סעקרעטאר ער קען נישט טוהן גארנישט מער וואו דעם...
אבער אזוי רעדענדיג באמערקט ער אז ער רעדט צו די פיר ווענט. טשארלי האט שוין לאאנג אראפ געלייגט.

די סעקרעטאר טוט זיך אן, ער זעהט גראד אז היינט נאכט גייט ער שוין נישט שלאפן, ער רופט אן לואיס און פרעגט אום וואס ס'גייט פאר, לואיס דערציילט אום און קורצען וואס ס'גייט פאר און וואס די פלענער זענען, די סעקרעטאר דערציילט אום אז טשארלי האט אום יעצט גערופן און איז זייער פארלוירן, ער פארלאנגט פון אום אויפצוקומען מיט א פלאן וואו אזוי צו ראטעווען די מצב,
לואיס טראכט א מינוט....... ס'איז אום בייגעפאלן א גוטס..... ער טראכט עס גוט דורך..... יאפ.... ס'איז גוט.... מ'קען גיין ווייטער דערמיט....
ער זאגט פארן סעקרעטאר וואס די פלאן איז.... ביידע שטימען צו אז ס'איז א אייזענע פלאן....
געגאנגען... רופ צוריק טשארלי און זאג אום.....

--

טשארלי הערט אויס די פלאן און זיי פנים שטראלט אויף.....
כ'האב געוואוסט אז די ביסט איינער וואס וועט מיך קענען ראטעווען זאגט טשארלי גוטמוטיג פאר'ן סעקרעטאר,
איך גיי שוין איינשפאנען די חברה...
זייער גוט,
אונז דארפן מיר זיך נאך אראפזעצן און פונקטליך אויסארבעטן די פעימענטס, וואו אזוי און וויפיל איך גיי דיר באצאלן, אבער דאס איז אמאל זיכער אז נאך אזא נאכט קומט זיך דיר א לוינונג.

--

די זייגער רוקט זיך ס'איז שוין 4:15 די ציל שיסער דארף יעדע רגע אנקומען, די צייט ווערט אנגעצויגן...
א קליינע שטילע שיפל לאזט זיך ארויס פונעם בארטן, אינעווייניג זיצט ביל מיט צוויי געהילפן, די שיף שווימט אזוי שטילערהייט אויפן וואסער, זייער ציל איז זייער קלאר, זיך אריין כאפן אונעם גרויסן שיף, ארויסנעמען צוויי באקסעס פון קאנטענער 115 און צוריק קומען צו טשארלי מיט די זאכן, אבער דאס דארף געטוהן ווערן און גרויס איילעניש נאך בעפאר 4:45 וואס דעמאלטס איז די זייגער ווען די קאפיטאן פלאנט זיין מארד אקציע....
די קליינע שיפל רוקט זיך צו נענטער צום גרויסן שיף....... די מאטאר איז פארלאשן.... זיי בינדען צו זייער קליינע שיפל צום גרויסן שיף, ביל מיט זיינע געהילפן שפרינגען אריבער....... די שיף אונטען איז ליידיג אלע אגענטען מיט די מאטראזן זיצען אויבן, ביל נעמט ארויס זיין פלעש לייט גייט גלייך צו צו קאנטענער 115 נעמט ארויס פון דארט צוויי קליינע שאכטלעך, מאכט צוריק צו די קאנטענער און לויפט אראפ צוריק צו זיין שיף,
וואו נאר ביל איז פארטיג געווארן רופט ער אן טשארלי און גיבט אום איבער אז די זאך איז און זיינע הענט און ער איז שוין אויפן וועג צוריק,
ביל האט נישט אויפגעכאפט אז מיט אביסעל נישט ווייט פון אום פארט אויך א שטילע שיפל און צוויי חברה זיצען דארט און באטראכטן יעדע ריר,
וואו נאר ביל האט אנגעהויבן אוועק פארן האבן די צוויי אויך ארויס גענומען זייערע פאונס און אנגעריפן זייער בעה"ב לואיס און אייגעמאלדן אז זיי האבן אן אויג אויף אום און ער האט שוין די סחורה...
מאכ זיכער אז די פארלירסט זיי נישט זאגט לואיס,
וויל טריי....
אבער אזוי שמיסענדיג האבן די אגענטען נישט אויפגעפאסט אז א קליינע שיפל פארט אינטער זיי און און דעם זיצט א מענטש וואס האט אויפ זיך א שפאקטיוו.....
און ער האט אויפגעכאפט וואס דא גייט פאר....
ער רופט אן ביל און זאגט פאר ביל:
ביל די ווערסט געפאלאוט ביי אן אנדער קאווער שיף, איך וועל זיכער מאכן אז זיי פארלירן דיינע טריט אבער ביז דערווייל היט דיך.... די קליינע שיף דערנעטערט זיך צו די שיף מיט די אגענטן....... די דרייווער שיקט א מעסעדזש פאר ביל אז ער זאל זיך נעמען פארן גאר שנעל ווייל יעצט קומט די אקציע....
ביל רוקט אראפ די ספיד צו די מערסטע וואס ער קען...

די קליינע שיפל קומט צו פליען די דרייווער מאכט אומבאנומענע קולות...
ראטעוועט..... איך קען נישט קאנטראלירן מיין שיף.... העעעעלללפפ.....

און..... קראאאךךך.....

א זעץ אריין אונעם שיף וואו די פב"א אגענטן...

ביידע אגענטן זענען אומגעפאלן...

אבער די דרייווער פון די קליינע שיף האט אנגעפאנגן צו וויינען און זיך פארענטפערן אז ער האט זיי נישט געוואלט וויי טוהן, ער האט פשוט פארלוירן קאנטראל... און ער וויל וויסן צו ער זאל רופן הילפ פאר זיי....

די אגענטן האבן זיך אויפגעשטעלט און געזאגט ניין זיי זענען גוט אבער זיי האבן גלייך געכאפט אז זיי האבן יעצט פארלוירן טרעק אויף ביל'ס שיף.......

--

די ציל שיסער איז אנגעקומען לואיס זעצט זיך אריין אונעם שיף, ער פארט מיט מיט אום צום שיס פלאץ, אויפן וועג איז ער אום מסביר וואס דא גייט פאר און פארוואס ער דארף אום, די ציל שיסער טשעקט זיין גאן מיט זיין טעטעסקאופ צו אלעס קלאפט, ער זאגט פאר לואיס אז ער פארשטייט און האפט אז ער וועט קענען אויספירן די ארבעט,
ווייל א שיף אויפן וואסער שאקלט זיך, און מיט איין קויל פון אזוי ווייט איז גאנץ שווער...
אבער ער וועט פראבירן.....

--

די קאפיטאן אויפן שיף ווערט אנגעצויגן..
די זייגער האלט שוין ביי 4:43 און ער זעהט נישט קיין שום אקטיוויטעטן וואס זאל אנצייגן אז די פב"א האט זיך דערשראקן און זיי פלאנען זיך צו צו שטעלן אום.....
ער רופט צו די הויפט אגענט פונעם שיף און הייסט אום זיך גרייט צו מאכן.....
די גייסט זיין דער וואס גייט הארגענען דיין קאלעגע......
קום דא נעבן מיר.... נעם ארויס די מעסער פון מיין טאשקע.... ווען איך הייס דיר וועסטו אנפאנגן צו שניידן......

אבער אויב געסטו דיך איין רור נישט וואו אזוי איך וויל שיס איך אום אראפ... און דערנאך דיר....

די זייגער קלאפט אויף 4:44 די ציל שיסער איז יעצט אנגעקומען אויף זיין פאזיציע... ער האט פיפציג סקונדעס זיך צו אנגרייטן און כאפן די פאזיציע....
ער שטעלט אויף זיין מאשין גאן... ער קוקט אריין אונעם קוקער...
ער זעהט די טארגעט אבער ער דארף ווארטן אז די שיף זאל שטיין גראד און וואו אויך די טארגעט זאל זיך נישט רירן....

--
ביל פארט מיט די זאכן, ער ליינט די טעקסט וואס זיין חבר האט אום געשיקט אז ער האט מער נישט קיין וויידל.....
ער צושמייכלט זיך...

אבער פארענדיג זעהט ער א שיף און אויף דעם שטייט א מענטש מיט א גרויסע מאשין גאן און ציהלט אריין אונעם גרויסן שיף....
ער רופט תיקף אן טשארלי....
טשארלי כאפט וואס דא גייט פאר....
ער רופט אן דעם קאפיטאן, אום ווארענען אז זיין לעבן הענגט אויף א האר... און ער זאל זיך שוין ראטעווען....

פארזעצונג אי"ה.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 11:34 am

מיין הארץ קלאפט ווילד

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 11:38 am

אההה.... דיינע דמיונות זענען רי-י-י-י-זיג!, מעעען, קיפ איט אפ, ס'איז גוט...
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10684
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 11:40 am

מיין הענט אין פיס וואקלען זיך, יו ביזטו גוט, האלט אן.

אפשר
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

תגובהדורך אפשר » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 11:43 am

נא. שנעל צופיל לעבנ'ס הענגן אויף א האר.

הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

תגובהדורך הערשעלע » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 11:47 am

מעכטיג!! פארדרייסט אונז גוט די קאפ!

מעכיל
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2009 10:37 am

תגובהדורך מעכיל » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 11:51 am

וויפיל נאך נעכט גייסטו מיך נישט לאזען שלאפן?

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 12:00 pm

אקעי עד כאן די גייסט שוין אריבער אלע גבולות מיר גייען דאס נישט צילאזען מיר געבען דיך איין טאג צו פארזעצן מיט די מעשה אויב נישט ריף איך די ציל שיסער און...... און אויב דאס העלפט נישט רוף איך אויך טשארלי און דעמאלס גייט שוין זיין צרות....
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 12:09 pm

ממממעעעעעככככטטטטיייייגגגגגג!!!

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 2:31 pm

עס ווערט נאר אינטערעסאנטער אין מער ציענד מיט יעדע פארזעצונג, געוואלדיג!
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 4:32 pm

אמממממ, וואס קען מען דא טוען. אהה, ס'איז מיר פייגעבאלן מ'קען רופן אריש וויזויהייסטענאר, אהה ניין כ'מיין יעצט איז בעסער גרויזאמער... וואטעווער. די ביסט גוט, קיפ איט אפ..
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11563
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 5:15 pm

צעדרייטער דו

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 5:21 pm

Wow דעי וואסער איז געווען אקיפייד יענע נאכט עפעס נישט פלען..

טאטע זיידע די ביסט אייזען גיט,

נאר אזוי זאל זיך די פב"א אויסלערנן אז משיקט נישט ארויס אגענטן אן בעקאפ,
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

בילקע
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 5:22 pm

תגובהדורך בילקע » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 5:46 pm

דער הויפט אגענט איז און א שווערע פארלעגענהייט ער גייט צו צום
טאשקע ער נעמט ארויס דעם מעסער און אומבאמעקטערהייט לייגט
ער עס אריין אין זיין ערמל און ער רופט זיך אן צום קאפיטאן אז ער
טרעפט נישט דעם מעסער דער קאפיטאן הייסט עם גיין צום רעכטן
זייט פון שטוב ווי זיין דזעקעט ליגט דארטאינעם לינקען טאש ליגט נאך
איינס דער אגענט גייט אהין סאיז אביסל זייטיג פונעם קאפיטאן
האלב וועג צום דזעקעט אוועגעדרייט פונעם קאפיטאן נעמט ער ארוס
דעם מעסער פינעם ערמל מיט א פלינקען געלערנטער מאוו דרייט
ווארפט ער דעם מעסער אויפן קאפיטאנס האנט די גאן פאלט ארויס
פין זיין האנט און שפרינגט ארויף אויפן קאפיטאן מיט די הילף פין
אן אנדערן פב‚י אגענט וואס האט באמערקט וואס גייט פאר און איז
שנעל געקימען צי לויפן בינדען זיי דעם קאפיטאן

אב זקן נעם צוריק דעם קיבארד

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 6:28 pm

יוש... מיינע הענט און פיס טאנצן פאר שרעק... איך האב מיך געשפירט ווי איך האלט מיט די מעשה לעבעדיג. יו... בררררר....

ממממממעעעעעעכככככטטיייגגג איז יא דאס ווארט!!!
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 27, 2009 12:07 am

תגובהדורך אב זקן » מוצ"ש מארטש 20, 2010 10:06 pm

צעטער פארזעצונג.

____________________________________


דזשים שלאפט זיך רואיג ער האט נישט קיין אנונג וואס די נאכט האט אלס מיטגברענגט מיט זיך, ער ווייסט נישט וואסערע טאג עס ווארט אום מארגן.....

--

וואו שטארק אן פב"א אגענט דארף נאר זיין איז נאך אלס זייער שווער פאר אום צו נעמען זיין קאלעגא און קאלט בלוטיג דערמארדן, טרערן זענען גערינען פון די אויגן ווען די באפעל איז ארויס פון די קאפיטאנ'ס מויל אז ער זאל זיך גרייטן ווייל די פב"א מאכט זיך נישט וואוסענדיג, און ביז דריי סקונדעס זאל ער זיך נעמען צו די מלאכה,

די קאפיטאנ'ס טעלעפאון צוקלינגט זיך ווען די זייגער האט געוויזן אויף. 4:44:47 איין פראבלעם, ביידע הענט זענען אום פארנומען, ער קען נישט אויפהייבן, ער לאזט עס קלינגען ער קען יעצט נישט אויפהייבן ער שטייט גראד מיטן קאפ ארויף און מיט א שטאלץ געט ער ארויס די באפעל: פאנג אן שניידן....
דער אגענט רירט זיך נישט.
איך וויל נישט איבער זאגן...
פאנג אן צו שניידן
אבער דער אגענט רירט זיך נישט........
די קאפיטאן טראכט נישט קיין צוויי....
ער דרייט אויס די גאן צום אגענט וואס שטטיט אנטקעגן אום....
ער שלעפט די צינגעל און.....

בום.......


א קויל וואס איז געקומען צו פליען גראד פונעם פענסטער אריין און זיין גענאק האט אום פארמאכט דאס פיסק, ביידע הענט זענען אום אנידערגעפאלן די גאנס זענען ארויסגעפלויגן,
און ער איז אנידער געפאלן א טויטער...

די פב"א אגענט האט פראבירט צו קוקן פון וואו די קויל קומט אבער ער האט גארנישט געזעהן א-חוץ א קליינע פינטעל און וואסער וואס ווערט גרעסער און גרעסער, נאך צוויי מינוט האט ער באקומען א טעלעפאון קאלל פון זיין בעה"ב לואיס אז ער האט נישט וואס מורא צו האבן ווייל ער איז געווען דער וואס האט געשאסן און ער איז אויפן וועג צו די שיף.

--

טשארלי זעהנדיג אז די קאפיטאן הייבט נישט אויף האט ער פארשטאנען אז ער איז א פארטיגער, אבער ער האט געקלערט צו זיך, וואס גייט מיך דאס אן? וואו לאנג מיין סחורה ליגט ביי מיר און די פב"א האט נישט קיין טרעק דעראויפ שטערט מיך נישט זיין טויט,
איין זאך אבער האט זיך טשארלי געשוואורן, דזשים איז היינט א פארטיגער!!!
נאכדעם וואס ער האט דא אנגעווערטשאפט איז ער נישט ווערט צו אטעמען די פרייע ליפט..
ער רופט אן מייק און זאגט אום אז וואו נאר די זאכן זענען סיקיורט און די סחורה ליגט אויף א סעיף פלאץ וויל ער אז ער זאל אראפווישן דזשים.....

מייק אפערט אום נאך מער... איך וועל דיר אום ברענגן לעבערדיגערהייט....!!!
און די וועסט קענען טוהן מיט אום וואס די ווילסט...!! גאאר גוט צושמייכלט זיך טשארלי, אבער נאך א מינוט כאפט ער זיך אז אייגענטליך ניין, ער דארף נישט קיין קאפ וויי אראפ מיט אום און פארטיג נישט קיין קידנעפינג,

אקעי זאגט מייק,

--

לואיס קומט אן אויפן שיף, די ערשטע זאך וואקט ער צום קאפיטאן, טאפט אום אויס אלע טאשן, נעמט ארויס זיין סעל פאון און זעהט אז א מינוט פארן שאס האט די קאפיטאן באקומען א קאלל פון איינעם, לואיס פרעגט זיינע אגענטן צו ער האט אויפגעהויבן די קאלל זאגן זיי ניין ער האט נישט געקענט ווייל זיינע ביידע הענט זענען צוגעשמאלצן צו די גאנס,
לואיס ווערט אומרואיג.... ווער האט אום געקענט זיכן און די מינוטען? דער וואס האט אום געגעבן די עצה פון פארכאפן און הארגענען זיינע אגענטען דער האט דאך געוואוסט אז ער גייט נישט קענען אויפהייבן נו אויב אזוי ווער נאך האט דא געוואוסט וואס טוט זיך? מיינט דאס אז נאך אן אינפראמאטער דרייט זיך ארום ביי מיר און אפיס און יענער האט פראבירט צו ראטעווען די קאפיטאנס לעבן ווייל ער האט געוואוסט אז מיר האבן זיך ארויסגעלאזט אום שיסן?
ווער קען דאס זיין?
די געדאנק האט זייער באומרואיגט לואיס, דאס מיינט אז ער דארף זיך ווייטער היטן און דערגיין ווער נאך ארבעט דא פאר די טעראריסטן...
ער נעמט די טעלעפאון נאמבער פונעם ריפער, ער רופט אן קיין וואשינגטאן און בעט אז זיי זאלן מאכן א טרעס און זעהן צו וועם די טעלעפאון נאמבער געהערט, און דערנאך זאלן זיי טשעקן אויף יענע טעלעפאון נאמבער ווער ס'האט אריין גערופן און יענע פאר מינוט, און אויב זעהן זיי א קאלל פון א צווייטן זאלן זיי טשעקן אויף יענס אויך צו יענער האט באקומען א קאלל..
נאך אפאר מינוט איז געקומען די תירוץ פון וואשינגטאן אז די קאפיטאן האט באקומען א קאלל פון איינעם טשארלי,
טשארלי האט באקומען א קאלל ממש א מינוט פארדעם פון איינעם ביל, אבער ביל האט נישט באקומען קיין שום קאלל, און נאך מער, ווען ביל האט גערופן איז זיין לאקאציע געווען און וואסער,
אהא.... כאפט לואיס, ביל איז דער וואס האט געהאט די סחורה און ער איז דורך געפארן און וואסער און אונז באמערקט איז ער געגאנגען רופן זיין בעה"ב טשארלי... יעצט שטומט עס!

נאך אזאך וואס לואיס האט פון דעם ארויסגענומען איז אז ביל איז געפארן מיטן שיף צו די ריכטונג פון דאון טאון ברוקלין...
וואס די טארגעט איז ווייסט ער נישט אבער די ריכטונג זעהט ער,

--

דזשים שטייט אויף אינדערפרי, די ערשטע זאך זעהט ער אז ער האט א וואויס מעיל אויף זיין פאון,
היי דזשים דאס איז לואיס, און און קורצען לייגט ער אום אראפ וואס דא איז פארגעקומען די נאכט, ס'האט זייער געבאדערט פאר דזשים אז די פב"א האט פרלוירן איינע פון זייערע אגענטען , אבער נאכן הערן די גאנצע זאך האט ער זיך געפריידט אז ס'וואלט געקענט זיין סאך ערגער,
און יעצט דזשים הערט זיך ווייטער די מעסעדזש, דיין לעבן איז און געפאר!
זיי דארפן דיך מער נישט, זיי האבן/וועלן אריין שווערצן די זאכן אן דיין הילפ, די ביסט יעצט ביי זיי א שטער און זיי גייען דיך אראפ רוקן, אונז גיימיר דיך צושטעלן פיר און צוואנציג שעה שיץ, אבער זיי זענען זייער געפארפולע חברה, די דארפסט דיך היטן וואו אימער דו גייסט, טראכט נישט צוויי מאל פארן אונז רופן פאר הילפ, א גוטן טאג/נאכט. ביי.

דזשים איז אינגאנצען פארלוירן...
ער ציטערט פון זיין אייגענעם שאטן...
ס'דאכט זיך אום אז ער הערט עפעס און זיין בעק יארד..... ער קוקט ארויס פון די שפאלטענס און זעהט אז עפעס שאקלט זיך......
ער ציטערט ווייטער צו גיין....
אזוי קלאצענדיג זעהט ער אז ס'איז א פשוטער בוים, און זיין דמיון האט אום פארטראגן.....
ער מאכט אפ ביי זיך אז ער גייט זיך שטארקן, ער לייגט זיך ארויף אויפן באשעפער, וואס ער וועט טון אזוי וועט זיין, פארשטייט זיך אז ער פון זיין זייט וועט פראבירן דאס מערסטע אבער די פחדים און שרעק דאס וועט ער נישט לאזן אום איבערנעמען, ער שטעלט זיך דאווענען שחרית, ער שפירט אז די היינטיגע שחרית רעדט צו אום זייער שטארק, ער וויינט זיך גוט אויס,
און אזוי האט ער זיך געגרייט צו גיין צו דזשאב, ער וואקט ארויס פון שטיב, פארשטייט זיך אז זיינע אויגן זענען אפען פאר יעדע מינדעסטע פארדעכטיגטע זאך, וואו נאר ער קומט אן צו די עק פון די בלאק געט זיך א קאר א ווילדע שטעל אפ.....

דזשים זעהט אז דאס איז פון די פב"א, די דרייוער זאגט אום אז ער ווייסט נישט וואו גוט ס'איז אז ער זאל וואקן היינט, ער וועט אום נעמען מיט די קאר,
דזשים איז טאקע אנגעקומען בשלום און דזשאב,
זיין קאפ איז נישט געוועהן ביי די ארבעט, יעדע פרעמדע מענטש וואס האט אריין געוואקט האט דזשין אום באטראכט מיט א פארגרעסערינג גלאז,
......
דזשים האט אליין נישט געוואוסט וואו גוט זיין אינסטינקט פירט אום....

--

ראמאן האט געוואוסט צו זאגן אז צופרי איז די גאסן די מערסטע פיל, און טאקע צווישן 8 און ניינע צופרי האט זיך געטוהן א בהלה אויף לי עווע. ער איז ארויס פון די קאר און זיכער געמאכט אז ער זעהט אויס גוט, ער וואקט צו צו א איד און זאגט אום מיט א טיפע מיטל מזרח אקצענט, צדקה.
די איד געט א בליק אויף אום, לייגט אריין די הענט און טאש און דערלאנגט אום א דאללאר,
ראמאן נישט וואוסענדיג פונקטלעך וואס מ'זאגט צוריק האט ער געשאקלט מיטן קאפ און געשמייכלט,
אבער נאך וואו געשמייכלט...
אזוי איז ער געגאנגען צו אפאר אידן און אלע האבן שיין אויסגשטרעקט דאללארס, א נחת..
אוי גייט טשארלי זיין פרייליך טראכט ער צו זיך, און נעבעך פאר די אידן, ווען זיי זאלן וויסן וואס ס'ווארט זיי וואלטן זיי קיין דאללערס נישט געטיילט....!

--

ביל רופט אן טשארלי און זאגט אום אז ער איז שוין כמעט און די געגענט צו ער קען אום געבן די פינקטלעכי אדרעס וואו אראפ צולייגן די סחורה, טשארלי זאגט אום די אדרעסס און גיבט אום אן אז דארט וועט ער טרעפן איינעם מיטן נאמען ראמאן, ער זאל אום איבערגעבן די סחורה,
נאך א פיפצען מינוט רופט ביל צוריק אינגאנצען צומישט, ער איז ביי די אנגעגעבענע אדרעס, ער זעהט א ווער הויז און א איד זיצט אינעווייניג, טשארלי ביסטו זיכער אז דאס איז די פלאץ פרעגט ביל? פאר א מינוט האט זיך טשארלי אויך פארלוירן און פרעגט ביל וואו אזוי די איד זעהט אויס, נאך א מינוט כאפט זיך טשארלי אז דאס איז אייגענטליך ראמאן נאר פארשטעלטערהייט, ער צולאכט זיך און זאגט אום אז ער קען אום עס איבער געבן, די ביסט אויפן ריכטיגן פלאץ!
נאך א זאך לייגט טשארלי צו, ווען די ביסט פארטיג מיט דעם, פארבינד דיך מיט מייק, עטץ דארפטס היינט אויספירן און אראפווישן דזשים, איך וויל אום נישט האבן אויף דעם עולם בשעת ווען די אקציע קומט פאר, נישט קיין פראבלעם, דיי ווייסט דאך אז צווישן מיר און מייק וועט ער קיין לעבעדיגער נישט ארויסגיין!
אבער זאגט טשארלי, איין זאך מ'דארף זיך היטן ווייל די פב"א ווייסן פון אום און זיי האבן אום צוגעשטעלט ציר און צוואנציג שעה שיץ,
נישט קיין פראבלעם זאגט ביל, איך וועל אפשמיסען מיט מייק, די בעסטע פלאן וואס האט זיך נאך אייביג ארויס געשטעלט צו ארבעטן איז ווען מ'ווישט איינעם אראפ גראד ווען ער וואקט ארויס פון בילדינג, נאך פאר ער האט די אפציע זיך אריין צוזעצן אונעם קאר,
נישט קיין חילוק זאגט טשארלי, שמיעס אפ מיט מייק און טוה וואו אזוי די פארשטייסט, נאר איין זאך ביינאכט זאל ער שוין נישט דא זיין...
מיין עהרן ווארט זאגט ביל,
אקעי, איך לייג מיך צו פאר א שעה צוויי, רופ מיך ווען די אקציע פאנגט זיך אן, איך וויל ער מיטהאלטן,
נישט קיין פראבלעם,
ביל רופט אן מייק, אבער מייק הייבט נשיט אויף לכאורה איז ער אויך געגאנגען שלאפן,
ביל לייגט זיך אויך צו פאר א פאר שעה...

נאך אפאר שעה רופט ער אן מייק, מייק הייבט אויף האלב פארשלאפן, ביל זאגט אום אז מ'דארף צוגרייטן די אקציע, זיי שמיסען זיך אפ צו טרעפן און א דערנעבענדיגע קאפע שאפ, אבער ברענג מיט דיינע געצייג זאגט מייק פאר ביל, זיכער ברענג איך און די ברענג אויך, אקעי עמער זיך טרעפן ביז פיפצען מינוט,

ביידע זיצן צוזאמען און ארבעטן איבער די פלאן, די פלאן לויטעט וואו פאלגאנד, ביל גייט זיך אריין כאפן און בילדינג פארשטעלטערהייט, וואו נאר דזשים גייט זיך אויפהייבן און זיך גרייטן צו גיין גייען זיי דאך וואוסן פונעם סעקרעטאר, ווען דזשים גייט אריין גיין אונעם עלעוועיטאר גייט ביל אויך אריין גיין אונעם זעלבן עלעוועיטאר אפאר שטאקן אראפציער,

ווען דזשים גייט ארויס וואקן פון בילדינג גייט מייק ארויסשיסען די קויל פון א ווייטע דיסטענטס און גלייך אנטלויפן, אויב די קויל געלונגט נישט דעמאלטס גייט ביל זיין דער וואס גייט דאס דארפן ענדיגן, אבער לכתחילה איז בעסער אז די קויל זאל קומען פון דערווייטנס ווייל דעמאלטס איז שווערער עס נאכצוגיין...
אקעי, מ'דארף זיך גרייט מאכן,
פיין רופ אן טשארלי מיט די פלענער, גוט.

דזשים זיצט און אפיס זייער נערוועז, זיין געוויסן זאגט אום אז עפעס א פלאן וועבט זיך אינטער זיין ריקן... ער באטראכט די קוקער און ער זעהט וואו א פרעמדע פנים וואקט אריין, ער ווייסט נישט פארוואס אבער ער פאנגט אן צו ציטערן, ס'איז אום זייער הייס געווארן, ס'איז נישט די ערשטע פרעמדער וואס וואקט דא אריין אבער די מענטשעס אויגן געפעלט אום נישט....
ער שיקט א מעסעדזש פאר לואיס אז ער וויל גיין פון ער שפירט וואו עפעס טויג נישט,
לואיס זאגט אום אז ער האט אום נארוואס געוואלט רופן זאגן אז ער זאל נישט היינט ארויס גיין פון די געהעריגע טיר ווייל די אגענט וואס באוואכט די בילדינג האט אויפגעפאסט אז איינער האט גענומען א פאזיציע אנטקעגן די טיר און ער זעהט אויס זייער פארדעכטיגט.......
אבער ער האט קיינעם נישט געזעהן פארדעכטיגט אריין גיין און די בילדינג,
אבער לייגט לואיס צו, איך ווייס נישט וואס זיי זענען אויסן צו טוהן סא איך ראט דיר צו פארלאזן דאס אפיס יעצט!


דא האט איר די אויסצוג וואו אזוי מיר האבן אנגעפאנגן די פארזעצונג...

איך בין אויף מיין פאזיציע גרייט צו נעמען שריט ווען ס'פעלט זיך אויס האט מייק אריין געמורמעלט און די קליינע מאשינקע וואס איז באהאפטען צו זיין ארבעל,גוט,
וואו נאר ער וואקט ארויס פון דעם בילדינג רוים אום אראפ פון וועג און לאז וויסן ווען די דזשאב איז אווער ווייל ס'ווארט אונז נאך א לאנגע נאכט, אקעי קאפי, מורמעלט מייק צוריק צו זיין אויבערהאר טשארלי,
מייק'ס אויגן זענען באהאפטען צום קליינעם קוקער וואס ליגט אויפן רעוואלווער, ער מאכט זיכער נישט אראפצונעמען קיין אויג און נישט פארפאסען די געלעגענהייט,
דזשים זיצט ביי זיך און אפיס און און זיין וויסטען חלום קלערט ער נישט וואס דא ווארט אום אפ, די טאג איז היפש פארוואלקענט, די זין נויגט זיך שוין צו מערב זייט און ער גרייט זיך צו פארלאזן זיין אפיס, ער פאקט צוזאם זיינע פאפירן ער לעשט אויס דעם קאמפיוטער ער גריסט א גוטע נאכט פאר זיין סעקרעטאר און מיט א וואונדער פרעגט ער, ביסט נאך דא אזוי שפעט? וואס איז היינט געשעהן?
גארנישט אויסערגעווענליך, אפאר קלייניקייטן צו ערלעדיגן און איך גיי אויך שוין,אקעי, פארמאך די לייטס ווען די גייסט ארויס,אקעי,גוטע נאכט,
וואו נאר דזשים האט פארלאזט די אפיס ווענדענדיג זיינע טריט צום עלעוועיטאר, האט זיך מייק'ס טעלעפאון צוקלינגען, א טעקסט מעסעדזש ליינט זיך וואו פאלגאנד: "טארגט איז אן די וועי".די עלעוועיטער טיר עפענט זיך, דזשים וואקט אריין, נישט וואוסענדיג אז דאס איז גאר מעגליך זיינע לעצטע פאר מינוטען פון זיין לעבן.......
און א בילדינג דערנעבען שטייען צוויי פאר אויגן און קוקן אראפ אויפ'ן גאס, מייק ווייסט נישט אז יעדע ריר ווערט אפגעכאפט און ער איז פיר און צוואנציג שעה אונטער אויפזיכט.....

לואיס זאגט פאר דזישם אז ער זאל אראפ פארן מיט די עלעוועיטאר און ווענדן זיינע טריט צום פארקינג לאט און די בעק, און דארט וועט אום א געפאנצערטע קאר אפווארטן,
דזשים גייט אריין און עלעוועיטאר, און וואו איר האט פריער געליינט איז טאקע די מעסעדזש ארויסגעפארן.... אבער וואס לואיס האט נישט געכאפט איז אז דזשים איז פארכאפט און א טרעפ ווייל די טעראריסטן האבן איינעם און בילדינג....

דזישם פארט אראפ און ביי די פערטע שטאק שטעלט זיך די עלעוועיטאר אפ.....
ס'ווערט שווארץ פאר דזשים.....
אט די פארדעכטיגטע פארשוין וואס האט אום אזוי דערשראקן אט ער שטייט יעצט דא מיט אום און די עלעוועיטאר.....
דזשים איז פארזיכערט אז זיינע סקונדעס זענען געציילטע......
דזשים באמערקט יעצט אז ער האט פארגעסן צו דריקן די ערשטע שטאק און די עלעוועיטאר האט זיך אפגעשטעלט ווארטענדיג איינער זאל אום זאגן וואו ווייטער צו פארן,
דזשים כאפט זיך אז ער קען יעצט נישט דריקן פאר די פארקינג לאט שטאק ווייל אויב יא גייט די טעראריסט גראד כאפן זיין פלאן...... וואס טוט מען דא.....
ער שטייט פארפרוירן......
ביל קוקט נישט און דזשימ'ס ריכטונג ער שפירט אבער אז די ליפט איז זייער אנגעצויגן......
ער געט א פרעג דזשים, וועלכע שטאק גייט איר......?
דזשים באמערקט די קליינע גאן וואס ליגט אויף זיין הויזן......

דזשים שטייט פארגליווערט.....

פארזעצונג אי"ה
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10684
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מוצ"ש מארטש 20, 2010 10:18 pm

די מיינסט אז נאר דזשים שטייט פארגליווערט?????
אוי איך בין פארגליווערט.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מוצ"ש מארטש 20, 2010 10:34 pm

ברררררררררררררררררררררררררררררררררררררררררררררר..... ס'זזזזזזזזזזזזזזצצצצצצצצצצצציטערט....
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » מוצ"ש מארטש 20, 2010 10:41 pm

אוי זענען דאס גוי'שיע קעפ! אלעס דרייט זיך ארום עפעס א פארדעכטיגט פעקל וואס זיי דארפען טרעפען פאר ס'איז צו שפעט, האט ער ווען א יודישע קאפ זאגט ער ווען אמר ר' בנימין אין פטר אן עסק
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » זונטאג מארטש 21, 2010 4:10 am

סופער דופער........
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » זונטאג מארטש 21, 2010 6:55 am

איך האב נישט דעם לשון מיט מיר יעצט... איך קען גארנישט שרייבן... ביי...
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » זונטאג מארטש 21, 2010 7:39 am

געוואלדיג זיי ממשיך
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » זונטאג מארטש 21, 2010 1:01 pm

מורא'דיג
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט