ר' בנימין פארכאפט ביי טעראריסטן,

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 27, 2009 12:07 am

תגובהדורך אב זקן » מאנטאג מארטש 15, 2010 9:57 pm

אכטע פארזעצונג


_______________________________________


דזשים קומט אן אהיים ער לייגט זיך שלאפן אבער נישט פאר ער דאווענט און דאנקט דעם באשעפער אויף אלע חסדים ביז אהער און בעט אויף ווייטער,
פארשטייט זיך אז מייק האלט אלעס מיט אויף זיין מאשינקע,

לואיס זיציט און אפיס, און ווארט,
אלע פון זיינע אגענטן האבן שוין אריין ג'אימעיל'ט די קאנטענערס נאמבערס, קיינע פון די קאנטענערס זעהן נישט אויס פארדעכטיגט אבער פון זיין בעסטע אגענט בילי האט ער נאך נישט צוריק געהערט, ער פראבירט צו אימעילן און זעהן צו בילי ליינט זיינע אימעילס, אבער ער זעהט אז די אימעילס קומען ניטאמאל אן, דאס איז אום זייער נישט געפאלן, ער האט געהאפט אז מ'האט אום נישט געכאפט לעבעדיגערהייט,

--

בילי שטייט פארפרוירן אויף זיין פלאץ, די מאטראז דערנעטערט זיך....
בילי האט נישט קיין ברירה ער געט א שפרינג ארויף אויפן מאטראז......
ס'האט זיך אנגעפאנגען אן ערענסטע געראנגעל.... דער ווארפט און דער הייבט זיך, א קנאק דא א זעץ דארט....
נאך אפאר מינוט זיך ראנגלען האט בילי געגעבן א זעץ פארן מאטראז און קאפ, דאס האט ערלעדיגט אז די מאטראז זאל פארלירן זיין באוואוסטזיין,

בילי כאפט שנעל אז ער איז נאך נישט אינדערויסן פונעם געפאר, ער דארף זיך ארויסזעהן פון דא וואס שנעלער, די אלע זעצעס און קנאקעס זענען זיכער געהערט געווארן אויבן און זיי גייען קומען קוקן וואס דא טוט זיך...
אבער אלס געטרייע אגענט וויל ער נאך נישט גיין פאר ער האט נישט געזאמעלט די אינפארמאציע, אלזא ער האט יעצט גאנצע פיפציג סקונדעס פאר ער דארף אנטרינען ווערן פון דא,

אויבן ביים דעק זיצן די אנדערע מאטראזן,
וואס איז די זעצעס דארט אונטען פרעגט איין מאטראז?
איך ווייס נישט, ער איז דאך אראפ געגאנגען זעהן רופט זיך א צווייטער אן, יא אבער עפעס הערט זיך דאס פארדעכטיגט, לאמיר אלע אראפ גיין זעהן,
אקעי גיימער,

בילי שרייבט נאך און נאך נאמבערס... ממש פאר די לעצטע קאנטענער הערט ער שוין די טריט... דאס איז נישט איין מענטש... דאס איז אפאר מענטשען.... זיי אפצושלאגן איז א זאך וואס איז נישט מעגליך טראכט ער צו זיך.... אבער ער איז אנטשלאסן צו ענדיגן אפשרייבן... זאל זיין וואס זאל זיין.....

די חברה זענען שוין באלד דא..... ס'איז א רעדע פון בערך פיר אדער פינעף מענטשען.... ווען ער האט געהאלטן ביי די לעצטע קאנטענער זענען זיי שוין געשטאנען ביי די טיר.....
ער איז א פארטיגער......!!!!!
וואס טוהט מען דא????
די קערפער פונעם ערשטען מאטראז ליגט דא אונמוטן וועג, זיי גייען גראד זעהן אז איינער דרייט זיך דא.....
ער האט נישט קיין ברירה ער וואקט ארויס צו זיי מיט די הענט אויפן קאפ.....
ער געט זיך אינטער......

די מאטראזן זענען געשטאנען געפלעפט.... ווער ביסטו און וואס זוכסטו דא פרעגט די הויפט?
בילי ענטפערט נישט,
ווער ביסטו...?? וואס זוכסטו דא...?
בילי ענטפערט נישט,
זיי כאפן אן בילי, מבידנט אום מיט שטריק, מ'שטעלט אום ביים וואנט, יעדער פון די מאטראזן וואקן אום דורך און דערלאנגן אום א פראסק און פנים,
דערנאך נעמט אום די עלטסטע פון די מאטראזן און פירט אום צום קאפיטאן, זאל ער זאגן וואס מ'טוהט דא ווייטער,

בילי גייט פארשטייפט, ער גרייט זיך יעצט פאר שווערע פיינוגונגס אויב נישט דאס טויט, אבער ער איז גרייט צו שטארבן און נישט פארראטן זיין לאנד,

די קאפיטאן נעמט אום און טראסקעט אום אראפ אויפן פלאר און מיט אן עקסטרע אכזריות שטויסט ער אריין און אום.....
דערנאך נעמט די קאפיטאן און הייבט אויף בילי, ער שטעלט אום מיט די פנים צום וואנט און נעמט זיך אויספאקן זיינע טאשן......
ער טרעפט דארט זיין בעדזש אז ער ארבעט פאר די פב"א..... די זאך הייבט אן צו שטימען.....
די קאפיטאן נעמט ארויס זיין טעלעפאון און נעמט ארויס א קליין צעטעלע פון זיין טאש, אויפן צעטיל שטייט א נאמבער, ער דריקט אריין די פאר נאמבערס און לייגט צו די פאון צו זיין אויער.........

--

לואיס איז זייער אומרואיג, זיין בילי וואלט שוין געדארפט זיך לאזן הערן... ס'גפעלט אום נישט די גאנצע זאך,
ער מאכט אפ ביי זיך אז ער גייט ארויסשיקן א קליין שיפל מיט צוויי אגענטען און זיי זאלן צופארן צו דעם שיף און זעהן צו זיי הערן אדער זעהן עפעס וואס דאס וועט פארענטפערן וואו בילי געפונט זיך,
די שיף פארט ארויס די אגענטען דערנעטערן זיך צום שיף אבער זעהן גארנישט פארדעכטיגט.... זיי טראכטען שוין פון צוריק פארן אבער מיטאמאל זעהן זיי עפעס פארדעכטיגט און די וואסער, זיי פארן צו......

--

ראמאן נעמט שיין אויף זיין אויבערהאר טשארלי, טשארלי פארלאנגט צו פאררעכטן צוויי דריי קלייניקייטן,

טוה דיר אן מיט דיינע פארשטעלטע קליידער ווייל מיר גייען ארום פארן אביסעל און איך וויל דיך זעהן זיך אויסמישען און שמיסען מיט מענטשען,
ראמאן טוט זיך אן זיין פארשטעלעכץ טשארלי קוקט אזוי, ער זעהט נישט אויס שלעכט,
אקעי איך בין גרייט זאגט ראמאן,
מאך גרייט די קאר, איך קום שוין,
ביידע זעצן זיך אריין און די קאר און מ'לאזט זיך ארויס אויף די וויליאמסבורגע גאסן.....
ער הייסט ראמאן זיך ארויף דרייען אויף ראסס פארן גראד ביז בעדפארד דארט זיך אראפ דרייען ביז טעילער... די גאסן זענען שטיל... טשארלי שמייכעלט זיך אונטער... ער טראכט צו זיך, די טעג זענען געציילטע און אט אט וועט דא זיין זייער לעבעדיג..... נישט לעבעדיג פון שמחה.... נישט קיין פריידיגע טאנצעדיגע קינדער.... נאר גאר ווייט דערפון..... א שמייכעל ציהט זיך אויס אויף זיין פנים..... ער לייגט ארויף די פיס אויפן דעש בארד, ער נעמט ארויס א ציגארעטל, ער מאכט אראפ די ווינדאו, ער צינדט עס אן, ער ציהט אריין די רויעך און בלאזט עס ארויס...
די רויעך שלייכט זיך ארויס דורך די אפענע פענסטער....
אזוי פארענדיג פאלט אום ביי א בייפאל,
ער הייסט ראמאן פארקירווען זיין קאר ארויף אויף מארסי,
ס'פאלט אום ביי גאר א נייער פלאן.... ער ווערט זייער גוט אויפגעלייגט.... ער הייסט ראמאן צופארן ביז בראדוועי..... די שמייכעל טוט זיך נישט אפ פון זיין פרצוף, ער קען נישט פארשטיין פארוואס דאס איז אום ביז יעצט נישט בייגעפאלן....
זיין טעלעפאון געט זיך א צוקלינג, ער נעמט עס ארויס צו זעהן ווער ס'רופט אבער ער זעהט אז יענער האט שוין אראפ געלייגט, די נאמבער וואס האט אום גערופן איז אום נישט קענטיג אבער און זיין אפיס האט ער די פראגרעם צו זעהן אלע נאמבערס ווער זיי זענען, ער הייסט ראמאן צוריק פארן צו זייער באזע,
אונמוטן כאפט ער זיך אז אייגענטליך דאס דארף זיין די נאמבער פון די קאפיטאן פונעם שיף.....
וואס האט ער געוואלט און פאר וואס האט ער דא גראד אראפגעלייגט?.....

סתם אזוי רופט ער קיינמאל נישט צוריק אויב איינער לייגט צו שנעל אראפ, דאס איז קעגן זיין כבוד, אבער דא איז א אויסנאם, ער רופט צוריק די נאמבער......

--

לואיס, הייבט אויף זיין טעלעפאון, איינע פון זיינע צוויי אגענטען רופן אום דערציילן אז זיי האבן געפונען און וואסער א מאשינקע און וואו ס'זעהט אויס איז עס בילי'ס טעלעפאון....
לואיס ווערט זייער נערוועז, דאס מיינט אז אויב בילי איז יעצט און א געפאר איז נישט דא וואו אזוי ער זאל מיך מעלדן..
ער ווייסט וואס דאס מיינט פאר אן אגענט צו זיין אן זיינע קאמיונעקאציע מיטלן, ס'איז א גרויסע קאשמאר...
רירטס ענק נישט אוועק פונעם שיף וואו לאנג עטס האטס נישט מער אינפארמאציע, און פראבירטס אויף צוכאפן אויב זעהט איהר סיי וואסערע הילף'ס רופן, לאזט מיך וויסן יעדע פארשריט, זאגט לואיס,

--

די מאטראזן זיצען אויפ'ן דעק, זיי שמיסען איבער וואס האט אקוראשט פאסירט, א מענטש האט זיך אריין געכאפט און די בעסמענט פונעם שיף, ער האלט נישט ביים זאגן פון וואו ער קומט... אפשר גאר איז ער מיטגעשיקט געווארן מיט איינע פון די קאנטענערס?
פון וואו האט ער ארויסגעוואקסען? פארוואס האט ער זיך געדארפט שלאגן און אוועקלייגן די ערשטע מאטראז? עפעס איז דא זייער פארדעכטיגט...

יא, פאר מ'איז ארויסגעפארן האט די קאפיטאן צאמגערופן יעדעם און אנגעזאגט אז דא פירט מען יעצט עקסטער טייערע סחורה, און אויב איינער זעהט עפעס פארדעכטיגט זאל ער גלייך מעלדן, יעדער האט זיך דעמאלטס געוואונדערט וואס די פשט פון די מעלדונג איז געווען, ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס זיי ליפערען טייערע סחורה, אזא מעלדונג איז נאכ קיינמאל נישט געוועהן, אבער יעצט נאך די מעשה זעהט שוין עפעס אויס וואו נישט פשוטע טייערע סחורה נאר עפעס מער באהאלט זיך דא.....
אזוי שמיסענדיג זעהט איינער וואו א קליינע שיף קריכט נאך זייער גרויסע שיף, ער רופט צו זיין חבר, ביידע טוהן זיך אן זייערע שפאקטיוון און זעהן די זעלבע זאך, א קליינע שיף מיט צוויי מענטשען קריכן נאך זייער שיף, די זאך ווערט מער פארדעכטיגט....

ער לויפט אראפ צום קאפיטאן, ביים קאפיטאן און צימער זעהט ער וואו בילי ליגט און די זייט כמעט באוואוסטלויז, צייכענעס איבעראל, ס'זעהט אויס וואו די קאפיטאן האט אריין געהאקט און אום א היבש ביסעל...
די מאטראז זעהט אז די קאפיטאן האט יעצט גענומען די טעלעפאון צו רעדן צו איינעם, אבער דאס איז אן עמערדזשענסי ער וואקט אריין די קאפיטאן געט א לייג אראפ די טעלעפאון נישט וועלענדיג אז די מאטראז זאל הערן צו וועם ער רעדט, די מאטראז מעלדט אום איין אז עפעס א קליינע שיפל האט זיך אנגעקלעפט און פארט זיי נאך וואו א וויידעל, בילי הערט אויס די שמיעס זיין אויגן שראלט אויף... ער פארשטייט אז דאס מיינט אום..
אבער די קאפיטאן איז געווארן זייער ווילד ער הייסט פארן מאטראז זאל ארויס נעמען הויעך הילכערס און אריבער שרייען צום שיף און זיי איינמעלדן אז אויב ביז צוויי מינוט זיי פארן נישט אפ פון דא גייען זיי דערשאסן ווערן!

די מאטראז פאלגט און רופט עס אויס,

די צוויי אגענטען זענען היפש דערשראקן געווארן, זיי זענען נישט דא גרייט פאר א שיסעריי, זיי זענען נישט געקומען מיט זייער געווער אחוץ די קליינע רעוואלווער און טאש,
די אגענטען האבן זיך אביסעל אפגערוקט פונעם גרויסן שיף און גערופן זייער אפיציר לואיס, זיי דערציילן אום די אנטוויקלונג,
לואיס האט עס זייער נישט געשמעקט, ער האט זייער נישט געוואלט זיך דארפן רייסן מיט זיי אויפן וואסער, ער האט געוואלט אויסמיידן יעדע קאנפליקט וואס מעגליך, ער האט זייער געקענט באשטיין אז די סחורה זאל אנקומען וואו ס'דארף און דארט עס פאקן, נישט ביים וואסער רויערהייט,
אבער יעצט איז נישטא קיין צייט צו לאנג, זיין אגענט בילי דארף מען ארויסזעהן, ער איז לכאורה פארכאפט אויפן שיף,
לואיס זאגט זיי אז זיי זאלן פראבירן זיך צו שפילן מיט די גרויסע שיף, און ביז צעהן מינוט וועט דארט זיין א פולע שטאב פון פב"א און מגייט אינוואדירן די שיף, אבער זיי זאלן נאך אלס זיין גענוג נאנט צו קענען האלטן א אויג דעראויף....
די קאפיטאן זיצט און קוקט ארויס צום קליינעם שיף, ער וויל זעהן צו ס'יאגט אפ פון אום, ער זעהט וואו ס'האט זיך אביסעל אפגערוקט אבער נישט דאס האט ער געמיינט,
די זייגער ווייזט שוין אויף איין מינוט און פיפציג סקונדעס, אויב ביז צעהן סקונדעס די שיף איז נאך דארט גייט ער מאכן דערפון א פארגאנגענהייט.....

איין און פיפציג..... דריי און פיפציג.... זיבן און פיפציג..... ניין און פיפציג.....


טשארלי קאלט אום אריין, ער זאגט פאר טשארלי און קורצע ווערטער אז די פב"א איז אויף זייערע טריט, ער האט פארכאפט אן פב"א אגענט ביי זיך און צימער און ער רישט זיך יעצט אראפצושיסען נאך צוויי חברה,

נאך פאר טשארלי האט געקענט זאגן יא אדער ניין, האט שוין די קאפיטן ארויס געשטעלט דעם שיסער, אנגעצויגן אויף די פאזיציע אויסגעדראדט.......




און......... בום....!!!!!..... בום.......
א קליינע מארטער שעל מיסעל פליט ארויס פונעם גרויסן שיף גראד אריין און די בויך פונעם קליינעם שיף....
די קאפיטאן צושמייכעלט זיך ווען ער זעהט וואו די קליינע שיף צוברעקלט זיך וואו א שטיקל פאפיר........ א קליינע פייער'ל און וואסער איז דאס גאנצע וואס איז געבליבן אלס אן עדות אז דא איז נישט לאנג צוריק געוועהן א שיף.....

פארזעצונג אי"ה
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג מארטש 15, 2010 11:01 pm

ביסט א משו...
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

תגובהדורך הערשעלע » דינסטאג מארטש 16, 2010 11:52 am

אב, גוד דשאב!!

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דינסטאג מארטש 16, 2010 11:57 am

זייער גיט! אבער איין זאך פארשטיי איך נישט וויאזוי האבען זיי געטראפען די טעלעפאון אויפן וואסער נארמאל פאלט עס אריין?? אקעי גיי איך ווארטען אביסעל, אפשר גיי איך באלד פארשטיין. (א קשיא אויף א מעשה)

לאז אונז נישט ווארטען אזוי לאנג!! מיר ווארטען מיט שפאנונג!!
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג מארטש 16, 2010 3:49 pm

זיי זענען שוין טויט סאן מ'קען זיי נישט פרעגן קיין קשיות...
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » דינסטאג מארטש 16, 2010 9:07 pm

יוש... קיפ אן.

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » מיטוואך מארטש 17, 2010 11:48 am

וואס רעדסטו שמערי?? זענען בכלל נישט טויט!

האסט נישט געזעהן ווי א מינוט פארן אויפשיס זענען זיי אריינגעשפרינגען אין א קליין דיספאזבל שיפל?!!
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » מיטוואך מארטש 17, 2010 12:10 pm

wow

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » מיטוואך מארטש 17, 2010 12:36 pm

איך ווייס נישט אויב איך מעג דא אריינרעדן - ס'קען אריינגיין אין דעם כלל פון אין מערבין שמחה בשמחה
אבער איך וויל לאזען וויסן דען חשובען עולם אז איך האב בעזה"ש אנגעהויבען א נייע פארזעצונג געשיכטע - דא אין דעם היימישע קרעטשמע - מיטן נאמען "דער אנטלויפספלאן"
די שפאנענדע , דראמאטישע, אטעם פארכאפענדע, ציענדע, (וכו) געשיכטע געפונט זיך אין א שכינות'דיגע אשכול - דער אנטלויפספלאן
ליינט מיט אינטערעסע

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך מארטש 17, 2010 4:31 pm

זאג נאר די טאטע בארד, האסט נישט געטראפען קיין בעסערע פלאץ צי סטאפן נאר דא ???? הא ?? העכער?!!? איך הער נישט!?!? ...

קאם אן!! די ביסט משוגע גיט!! ;l;p- (פלען משוגע זעמער אינז, פארן נישט באמערקן וואס פארא פישל מיר האבן דא )

עניוועי, שעאל אוויחא וועיאגיידכא, זעקיינעיכא וועיוימאי לאך!!! מיר ווארטן מיט שפאנונג, די גאנצע שפאנונג פאמיליע!! אז אינזער טאטע זיידע זאל שוין ווייטער פארציילען פאר די אייניקלעך די אינטרסאנטע מעשה.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 27, 2009 12:07 am

תגובהדורך אב זקן » מיטוואך מארטש 17, 2010 6:20 pm

פינטעל טייערע, מיר האבן געליינט דיין פארזעצונג.
וואס זאל איך דיר זאגן?
די פאקסט מיך איין!

יעצט, איך וויל נישט באלמוטשענען די ליינערס מיט אזויפיל פארזעצונגען,
אויב זאגסטו מיר אז די פלאנסט אנצוגיין מיט דיינס דעמאלטס פארטיג איך מיינס אויף די וואך.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » מיטוואך מארטש 17, 2010 6:25 pm

חס מלהזכיר. קרעטשמע קען און וועט אי"ה פארנעמען צוויי פארזעצונגען.

ביידע פארזעצונגען זענען אויסנאם גוט און איך בין נישט מוותר אויף קיין איינס.
א חתימה ברויך מען האבן ?

הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

תגובהדורך הערשעלע » מיטוואך מארטש 17, 2010 6:55 pm

אב, האב איך גוט געהערט???? אה כאגעמיינט כאב עפעס געהערט וואס איך וויל נישט....

אבער אויב אידאס אמת.... ווייסעך ניש וואס כ'גיי טוהן מיט דיר...

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך מארטש 17, 2010 8:01 pm

שמיי_דריי האט געשריבן:חס מלהזכיר. קרעטשמע קען און וועט אי"ה פארנעמען צוויי פארזעצונגען.

ביידע פארזעצונגען זענען אויסנאם גוט און איך בין נישט מוותר אויף קיין איינס.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מיטוואך מארטש 17, 2010 8:04 pm

thefact האט געשריבן:
שמיי_דריי האט געשריבן:חס מלהזכיר. קרעטשמע קען און וועט אי"ה פארנעמען צוויי פארזעצונגען.

ביידע פארזעצונגען זענען אויסנאם גוט און איך בין נישט מוותר אויף קיין איינס.

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » מיטוואך מארטש 17, 2010 10:42 pm

הערשי קניהויז האט געשריבן:
thefact האט געשריבן:
שמיי_דריי האט געשריבן:חס מלהזכיר. קרעטשמע קען און וועט אי"ה פארנעמען צוויי פארזעצונגען.

ביידע פארזעצונגען זענען אויסנאם גוט און איך בין נישט מוותר אויף קיין איינס.

וע"ז באתי על הח'
לוסטיג!
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

DONE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 9:32 pm

תגובהדורך DONE » מיטוואך מארטש 17, 2010 10:43 pm

הערשי קניהויז האט געשריבן:
thefact האט געשריבן:
שמיי_דריי האט געשריבן:חס מלהזכיר. קרעטשמע קען און וועט אי"ה פארנעמען צוויי פארזעצונגען.

ביידע פארזעצונגען זענען אויסנאם גוט און איך בין נישט מוותר אויף קיין איינס.

בילקע
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 5:22 pm

תגובהדורך בילקע » מיטוואך מארטש 17, 2010 11:19 pm

די קרעטשמע קען פארנעמען דריי אויך
לאקשן וועק זיך אויף

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 3:21 am

העי העי, אזאנס זאל פאסירן אין קרעטשמער? נאו וועי!
רב אב זקן, איר ווייסט אז איך בין א פאזיטיוו מענטש, ליינט דא,זייטס אביסעלע פאזיטיוו און גייטס אן מיט די פארזעצונג פול פארס!

ס'איז מיר איינגעפאלען אן אינטרעסאנטע רעיון... (קרעדיט: פעסטער רבי שליט"א)
דער אלטע פאטער וועט שרייבן זינטאג דינסטאג דאנערשטאג,
און פינטל וועט שרייבען מאנטיג מיטוואך פרייטאג אדער מוצ"ש.

די מעלה איז אז מע'ט זיין געדעקט מיט א פארזעצונג אויף א דעילי בעסיס!
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 3:31 am

כ'האב געוואלט צולייגן...
א בקשה צו די מנהלים שיחי',
אפשר מאכט מען אז אלע פארזעצונגען זאלן ווערן פארגעזעצט אונטער איין פארגעזעצטע הויפט אשכול
מיט'ן קעפל "שפאנענדע ערציילונג און פארזעצונג" און ווען מען עפענט דאס, זעהט מען א רייכע אויסוואהל
פון פארזעצונגען דורך: גאלציאנער, לאקשען ברעט, אב זקן, פינטל וכו'
(כ'בעט איבער די אנדערע הויכגעשפיצטע שרייבערס, כגעדענק נישט אלעס..)
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 6:58 am

האאאאאללללללללאאאא!!! זאג אים דארט ער זאל ווארטן איין מינוט..... איך מוף שוין אוועק פון פען סטריט, ס'איז דאך ממש סכנות, נעכטן האב איך דורכגעוואקט די ווערהויז, מ'האט טאקע געקענט באמערקן גאר געהיימע אקטיוויטעטן....

מאך זיכער אז זיי באזיגן די עף בי איי, און נאר די פאפא'נע אידל ער וועט אונז ראטעווען מיט געוואלדיגע השגחה פרטית.

אב זקן, דיין דריי קאפ איז מעכטיג, איך מיין די זאלסט גיין ארבעטן פאר די עף בי איי, אבער נאר טאמער די וועסט בלייבן שרייבן.

יאלא אונז ווארט מיר פאר נאך.

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 7:00 am

לוסטיג האט געשריבן:
הערשי קניהויז האט געשריבן:
thefact האט געשריבן:
שמיי_דריי האט געשריבן:חס מלהזכיר. קרעטשמע קען און וועט אי"ה פארנעמען צוויי פארזעצונגען.

ביידע פארזעצונגען זענען אויסנאם גוט און איך בין נישט מוותר אויף קיין איינס.

וע"ז באתי על הח'
פארדינט!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 7:31 am

פארדינט האט געשריבן:
לוסטיג האט געשריבן:
הערשי קניהויז האט געשריבן:
thefact האט געשריבן:
שמיי_דריי האט געשריבן:חס מלהזכיר. קרעטשמע קען און וועט אי"ה פארנעמען צוויי פארזעצונגען.

ביידע פארזעצונגען זענען אויסנאם גוט און איך בין נישט מוותר אויף קיין איינס.

וע"ז באתי על הח'
פארדינט!


גם אני מצטרף

הק פויער שבקרעטשמע שבאייוועלט
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

מעכיל
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2009 10:37 am

תגובהדורך מעכיל » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 7:43 am

פויער האט געשריבן:
פארדינט האט געשריבן:
לוסטיג האט געשריבן:
הערשי קניהויז האט געשריבן:
thefact האט געשריבן:
שמיי_דריי האט געשריבן:חס מלהזכיר. קרעטשמע קען און וועט אי"ה פארנעמען צוויי פארזעצונגען.

ביידע פארזעצונגען זענען אויסנאם גוט און איך בין נישט מוותר אויף קיין איינס.




אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9778
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 10:59 am

מעכיל האט געשריבן:
פויער האט געשריבן:
פארדינט האט געשריבן:
לוסטיג האט געשריבן:
הערשי קניהויז האט געשריבן:
thefact האט געשריבן:
שמיי_דריי האט געשריבן:חס מלהזכיר. קרעטשמע קען און וועט אי"ה פארנעמען צוויי פארזעצונגען.

ביידע פארזעצונגען זענען אויסנאם גוט און איך בין נישט מוותר אויף קיין איינס.




גם אני מצטרף, נא ונא להמשך הלאה.


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט