ר' בנימין פארכאפט ביי טעראריסטן,

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » דינסטאג מארטש 09, 2010 4:16 am

WOW!
די לעצטע סענטענס איז געווען די מכה בפטיש פון אנציען די נערווען?
ביזטו גוט ;l;p-
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג מארטש 09, 2010 5:45 pm

ריזיג!!! א גרויסן שכ'ח!!! גיי ווייטער אן ;l;p-
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 27, 2009 12:07 am

תגובהדורך אב זקן » דינסטאג מארטש 09, 2010 9:54 pm

די זעקסטע פארזעצונג איז שוין אפגעשריבן, מיר האבן עס יעצט געשיקט צום מגי' וואו נאר ער וועט זיין פארטיג וועלן מיר עס אי"ה ארויפלייגן,
האפענטליך מארגען ערגעץ אונמוטן טאג.

ס'איז א נחת צו זעהן אז דער עולם ליינט עס און גלייכט עס, דאס געט די שטופ ווייטער אנצוגיין,
אויב האט איינער אמאל א הערה אדער איז נישט צופרידן מיטן גאנג פון די מעשה זאל זיך לאזן הערן און מיר וועלן פראבירן צו טוישן,

אויף יעצט... א גוטע נאכט.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!

בילקע
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 5:22 pm

תגובהדורך בילקע » מיטוואך מארטש 10, 2010 3:46 pm

יעצט דורך געליינט סאיז עפעס מוראדיג
רעדי פאר די נעקסטע

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » מיטוואך מארטש 10, 2010 5:06 pm

מוראדיג שיין

יעצט אלעס דורכגעליינט

קענסט ארויסגעבן א ביכל

איך ווארט מיט שפאנונג
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 27, 2009 12:07 am

תגובהדורך אב זקן » מיטוואך מארטש 10, 2010 5:28 pm

זעקסטע פארזעצונג

__________________________________



ווער זענט עטס? געט דזשים א געשריי

דזשים איז שוין געוועהן גרייט צו דריקן די אלערט קנעפל וואס די פב"א האט אום געגעבן צו ניצען און צייט פון נויט, אבער נאך פאר ער האט געהאט די געלעגנהייט האט שוין די דרייוער ארויס געשלעפט זיין בעדזש און געוויזן אז ער ארבעט פאר די פב"א און ער איז געשיקט געווארן דורך זיין אפיציר לואיס,
דזשים האט נישט געוואלט גלייבן אז דאס איז פון לואיס'ס חברה, האט ער ארויסגענומען זיין סעלפאון און אויפגעמישט די מעסעדזש וואס לואיס האט אום געשיקט און אזוי האט ער געדריקט דייל,

לואיס, ביסט אינגאנצען משיגע געווארן וואס האסטו דא געטוהן?
זארג דיך נישט זאגט אום לואיס, איך וויל אז דיין ווייב זאל זיין און פארזיכערטע פלאץ וואו לאנג די אקציע איז נישט דורך, איך ווייס קיינמאל נישט וואס פאר די טעראריסטן קען בייפאלן און איך דארף נעמען יעדע מינדעסטע שריט דיך און דיין ווייב צו היטן,
זארג דיך נישט, וועסט אהער קומען דא און אונז וועל מער און קורצען מסביר זיין דיין ווייב וואס דא גייט פאר,
און וואו לאנג די זאך איז נישט געשלאסן גייט דיין ווייב זיין אינטער מיין אויפזיכט,
אקעי לואיס, עמער זיך זעהן,
אקעי איך ווארט אויף דיר דזשים,

וואו נאר דזשים איז אנגעקומען צו לואיס האט מען אום צוטיילט פון זיין ווייב, זיין ווייב האט מען אריין געטראגן און אן אנדערע צימער וואס דארט איז געזעצן אן אגענט און איר מסביר געווען די מצב וואס דא גייט פאר,
דזשים אבער האט מען תיקף צוריק געשיקט צו זיין ארבעטס פלאץ,
לואיס האט אום מסביר געווען אז נאך היינט דארף זיך אנפאנגען די מיטינגען צווישן אום און טשארלי, און מ'דארף זיין גרייט צו הערן און אויפכאפן אלע דעטאלן ווייל יעצט קומט די ריכטיגע חלקים פון די אקציע.....

--

מייק געט טשארלי א שריי, וואס טוט זיך דארט ביי די הויז פון 157 איז די עריע שוין קלער? מקען צוריק גיין צו די ארבעט?
איך האב יעצט גערעדט צו מיין אגענט וואס דרייט זיך דארט און ער זאגט אז די פאליציי איז אנגעקומען און זיי האבן נישט געטראפן די פרוי וואס האט קאמפלענט און וואו אויך האבן נישט געזעהן קיין שום פארדעכטיגן דארט האבן זיי פארלאזט דאס פלאץ,
דאס מיינט אז מקען צוריק גיין צו די ארבעט,

וואס הייסט אז די פרוי איז נישט דארט געווען וואו איז דזשים'ס ווייב געגאנגען, פרעגט טשארלי?
האט נישט דזישם געזאגט אז ער קומט אהיים צו איר?
איך ווייס נישט, די קעמערע און יענע הויז ארבעט נישט סא איך קען נישט זעהן וואו זי איז געגאנגען, אבער וואו נאר מיינע חברה וועלן זיין פארטיג מיטן פיקסען די קעמערע האפ איך אז איך וועל איר קענען טרעקן פון היינט און ווייטער געהעריג,
נו גוט, זאגט טשארלי, זאג פאר די חברה אז זיי קענען צוריק גיין צו די ארבעט,

אבער דאס איז זייער אינטערעסאנט און וואלט געוואלט דערגיין וואו זיין ווייב איז אהינגעקומען אזוי פליצלינג נישט ווארטענדיג אויף זיין אהיימקום זאגט טשארלי פאר מייק,

ס'א חילוק זיי נישט אזוי נייגעריג זאגט מייק פאר טשארלי, זי איז געגאנגען און גראסערי, וואס א חילוק, און בד"וו יעצט איז בעסער אז זי איז נישט דארט ווייל אזוי וועט זי נישט נאכאמאל רופן די פאליציי, איך גיי צושאקלן מיינע חברה אזוי אז ווען זי קומט צוריק אהיים זאלן זיי שוין נישט דארט זיין.
גוט זאגט טשארלי.
א גרויסע גענעץ צוהט זיך אויס אויף זיין געזיכט... נישט געהעריג געשלאפן ביינאכט..
אבער ווער האט יעצט צייט צו שלאפן? ס'קומט אפאר לעבעדיגע נעכט.. מדארף זיין גרייט...

אזוי טראכטענדיג צוקלינגט זיך דזשים'ס טעלעפאון, טשארלי זעהט גראד אויפן סקרין אז דזישם'ס טעלעפאון קלינגט, ער כאפט זיין העד סעט צו קענען הערן ווער ס'קאלט, דזשים איז נישט און אפיס אויפצוהייבן און די ענסערינג מאשין הייבט אויף,
און אט הערט טשארלי וואו אזוי דזשימ'ס ווייב לאזט אריין א שארפע מעסעדזש:

דזשים, די מיינסט די קענסט באהאלטן פון מיר, די מיינסט אז איך ווייס נישט אז די געמבעלסט און די פארניצט דיין געלט יעדע נאכט... וואו לאנג מיינסטו וועסטו מיך קענען איין רעדן אז די ביסט ביזי און וועגן דעם שלאפסטו און דזשאב הא?

הער אויס דזשים, פאר א וואך צייט זיך מיך נישט, איך בין אנטלאפן און איך גיי נישט זיין צום געפינען, זוך מיך אפילו נישט, נאך א וואך עמער זעהן ווייטער ביי!!! א קנאק אראפ די טעלעפאון!

טשארלי האט זיך צושמייכעלט,
מייק זאג פאר דיינע חברה אז זיי האבן זיך נישט וואו צו יאגן, דזשים'ס ווייב וועט נישט זיין אינדערהיים פאר א וואך, חא חא חא חא.....


אקעי מייק, גיימער אריבער צו דזשים מאכן די פלענער?
יא ביז דריי מינוט בין איך גרייט,

גוט.

ביידע זעצן זיך אריין און די קאר און פארן צו צו דזישמ'ס אפיס,
אנקומענדיג בעטן זיי די סעקרעטערי צו זיי קענען רעדן צו דזשים, אבער די סעקראטערי זאגט אז דזשים איז נישטא ער איז ארויס פון אפיס אפאר מינוט צוריק און ער וועט באלד צוריק זיין,

אקעי געט זיך מייק א רופ אן, דעמאלטס וויל איך רעדן צו דיר, הער אויס מיר דארפן פון דיר א טובה,
יעדעס מאל וואס דיין בעה"ב קומט אדער פארלאזט די אפיס שיק א טעקסט צו די נאמבער און מיר וועלן דיר שיין באצאלן פאר דעם,

וואס הייסט, דו ווילסט אז איך זאל שפיאנירן אויף מיין בעה"ב? איך קען עס נישט טוהן,
פאר טשארלי איז נישטא קיין ניין געט זיך טשארלי א צישריי, טשארלי עפענט זיין רעקל און צייגט אום אויף די זילבענע גאן וואס ליגט אנגעהאנגען אויף זיין פאסיק, יעצט פארשטייסטו אז איך מיין ביזנעס?
יא זאגט די סעקרעטאר אינגאנצען דערשראקן, איך וועל טוהן וואס די פארלאנגסט,
די טיר עפענט זיך דזשים געט א וואק אריין, ער האט נאך עספיעט צו הערן די לעצטע פאר ווערטער וואס זיין סעקרעטאר האט געזאגט,

וואס גייט דא פאר פרעגט דזשים?
גארנישט, אינדערצייט וואס מיר האבן נאר געווארט אויף דיר האבן מיר געכאפט א שמיעס מיט דיין סעקרעטאר, ער זעהט אויס וואו א פיינע ארבעטער..
וואס ווארט עטס אויף מיר?
מיר דארפן האבן א מיטינג מיט דיר,
היינט? פרעגט דזשים, איך האב געמיינט אז איך האב נאך א טאג צוויי,
לאמיר ארייןגיין אינעווייניג דארט וועלן מיר אלעס רעדן,

--

אגענט: אפיציר, ביסט מיט מיר?
גאו אהעד, איך הער דיך,
אגענט: די צוויי זענען יעצט ביי דזשים, אויפן וועג אריין האבן זיי זיך עפעס צוהארגעט מיט זיין סעקרעטארי, איך ווייס נישט פון וואס זיי האבן גערעדט אבער אזויפיל האב איך געזעהן אז טשארלי האט געדארפט ווייזן זיין גאן, דערנאך האט ער געוויזן אויף זיין טעלעפאון....
לואיס: ס'איז געוועהן א לאנגע שמיעס אדער וואו א פארלאנג?
אגענט: קורצע זאכן,
לואיס: נישט געפערליך, אויב וועט זיין נייטיג וועל איך שיקן היינט ביינאכט אן אגענט צו אום אינדערהיים אום אויספרעגן, די עיקר איז האלט אן אויג וואס טוהט זיך און די רום...
אגענט: קאפי.

--

דזשים זיי אזוי גוט און פארגעב אונז פאר איין רגע, איך וויל ארויס גיין עפעס איבער שמיסען מיט מיין קאלעגע איך קום צוריק ביז א מינוט,
טשארלי און מייק גייען אריין און א זייטיגע שטוב, טשארלי מורמעלט אריין פאר מייק און די אויער עפעס, מייק שלעפט ארויס א פאפיר שרייבט דארט אפ אפאר ווערטער און ביידע גייען צוריק אריין צו דזשים און אפיס,

דזשים, דו האסט א וואויס מעיל צו הערן געט זיך טשארלי א צושמייכעל, דזשים קוקט אויף זיין טעלעפאון און זעהט יא, ער האט א נייע וואויס מעיל,
ער הערט עס אויס, א געמאכטע גרימצארן געט ער א צוה ארויף אויף זיין געזיכט,
טשארלי מיט זיין סאדיסטישן שמייכעל שלעפט ארויס די צעטל פון זיין טאש געט עס איבער פאר דזשים, און לייגט צו אז ס'איז גוט ער זאל דאס ליינען פאר מ'גייט ווייטער.

דזשים ליינט דאס צעטל......
זיין פנים פאלט איין.....
זיין הענט נעמט זיך ווארפן......
זיין ליפן נעמט זיך ציטערן.....

ער לייגט זיין הענט ביי זיין הארץ און בעט וואסער.....

--

אגענט: אפיציר קאוד 100 !!!
עפעס גייט דארט פאר....

פארזעצונג אי"ה.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!

בילקע
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 5:22 pm

תגובהדורך בילקע » מיטוואך מארטש 10, 2010 5:36 pm

מיינע הענט ווארפן זיך אויך סאיז מעדזשיר גיט

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » מיטוואך מארטש 10, 2010 6:04 pm

אייזן גוט

איך גיי שוין שלאפן איך האף מארגן צופרי וועט זיין א המשך
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מארטש 10, 2010 6:45 pm

יעצט די ערשטע מאל געליינט, קוקט אויס מעכטיג

וואסער!!!!!!!!!!!

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » מיטוואך מארטש 10, 2010 7:42 pm

ס'קוקט אויס ווי דער מצב ווערט ערענסט, איך גיי שוין קאנטעקטן די KCSP זיי האבן אסאך 4Xיענס אין דעי זאכן..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך מארטש 10, 2010 9:11 pm

אוטש... ס'איז טאקע א קורצע פארזעצערונג, אבער ס'איז גוט.
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 11:55 am

זזזזזזז דריזלען מיינע הענט און פיס, יו ביזטו גוט, ביטע האלט אן, יו איך קען קוים ווארטן אויף די נעקסטע.

הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

תגובהדורך הערשעלע » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 8:13 pm

יוי ביסטו גוט!!!!

רעדי פאר מאר!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג מארטש 12, 2010 3:31 pm

wow, געליינט די לעצטע פאר שטיקלעך אויף איינמאל, ס'איז גוט שרעקעדיג, הערליך אראפ געלייגט, יישר כחכם.

וועלסטעך אויס גוטע סטאפ סיין'ס.

אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 27, 2009 12:07 am

תגובהדורך אב זקן » מוצ"ש מארטש 13, 2010 9:04 pm

זיבעטער פארזעצונג

_________________________________



און קורצען פון פריער,

דזשים איז די הויפט פון איינע פון די פארטס פון די אמעריקאנע האפן,

טשארלי פירט אן מיט אן אקציע פון אריינשמוגלען קיין אמעריקא א אומלעגאלע זאך און ער פארלאנגט פון דזשים אז ער זאל מיטארבעטן מיט אום דזשים נישט האבענדיג קיין ברירות האט ער זיך צוגעשטעלט צו זיין פארלאנג, אבער נישט פאר ער איז געגאנגען איינמעלדן די פב"א וואס דא גייט פאר,
לויטן פארלאנג פון לואיס די אפיציר גייט דזשים מיטארבעטן מיט זיי אויסערליך אבער פב"א גייט מיטהאלטן יעדע ריר פון די נאנט,

די סעקרעטאר אונעם ביורא פון פב"א ארבעט צוזאמען מיט טשארלי אבער איז געפאקט געווארן ביים פראבירן צו ליפערן אינפארמאציע פאר די טעראריסטן, לואיס האט זיך אויסגענומען מיט אום אז ער גייט ווייטער ארבעטן פאר אום און ער גייט נישט ווערן אנגעקלאגט אבער נאר אויב ער גייט פון היינט און ווייטער זיין א דאפעלטער אגענט צו וואס ער האט מסכים געוועהן,

די סעקרעטאר ביי דזשים און אפיס איז אויך געצוואונגען געווארן מיט צו ארבעטן מיט די טעראריסטן און זיי איינמעלדן יעדעס מאל וואס זיין בעה"ב פארלאזט די אפיס,

וואו מיר האלטן יעצט איז:
טשארלי מיט זיין מיטארבעטער מייק זיצן יעצט ביי דזשים און אפיס אויסצוארבעטן די דעטאלן פונעם פלאן וואו אזוי מ'וועט קענען דורך שווערצן די קאנטענער אן דעם וואס ס'זאל ציען אויפמערקזאמקייט און ס'זאל נישט ווערן פארדעכטיגט,
פארן אנפאנגען די שמיעס האט טשארלע איבערגעגבן א צעטיל פאר דזשים, און וואו נאר דזשים האט געליינט דאס צעטיל האט ער פארלאנגט וואסער.....

און יעצט ליינט ווייטער.

און א פארשטיפטע ווערהויז און ברוקלין גראד אראפ פונעם BQE אויף קענט עווע. נעבן געטי געז סטאנציע, זיצט ראמאן א פאקיסטאנער אימעגראנט און פראבירט צו פארשטיין אויף די בלו פרינט וואס זיין בעה"ב טשארלי האט אום געגעבן, אויסצוארבעטן די בעסטע וועג אז זיין בעה"ב זאל זיין די מערסטע צופרידן,
זיין בעה"ב האט ארויף געלייגט אויף אום זייער א שווערע אויפגאבע, ער דארף פארוואנדלען די ווערהויז צו א סאפסקירטע אפיס און אויך דארף ער מאכן פלאץ פאר א קאנטענער,
אויסערליך טאר זיך גארנישט אנזעהן די אנשטעל דארף זיין אז דא פארקויפט מען ווייטער טיילס אבער און די בעק פירט מען אן די ווערטשאפט,
אסאך זאכן האט ער שוין ארלעדיגט וואו למשל נעכטען האט מען אינסטאלירט די פארעדיגע וואנט, אינדערויסן אויף די וואנט זעהט מען גארנישט אבער וואו נאר מ'דריקיט די רימאט פארט די וואנט ארויף און ס'עפענט זיך א שיינע הערליכע רום, א אפיס, און וואו אויך א ליידיגע שטח פלאץ פאר א קאנטענער, די אפיס איז אויסשטאפירט מיט א קאמפיוטער און מיט די שנעלסטע אינטערנעט (5G נעטווארק) וואס איז נאר שייך,

וואו אויך האט ער נעכטען א גאנצען טאג זיך געפלאגט און פראבירט זיך צו צו לערנען לשון הקודש,
טשארלי האט אום נישט געוואלט זאגן די ציהל אבער אזוי פיל האט ער אום געהייסן אז ער זאל זיך לערנען וואו אזוי זיך צו פארשטעלן וואו א ספרדי'שע איד און זיך אויסלערנען די אידישע לעבנס גאנג,
ראמאן איז זיך גאנץ געפאלען מיט זיין נייע טראגע און לבוש,

ער האט נאך איין טאג ביז ווען די קאנטענער גייט אנקומען און דערנאך האט ער נאך אפאר טעג ביז ווען מ'גייט גיין ווייטער, דאס אלעס האט אום טשארלי פארטרויט,
טשארלי האט אום געזאגט אז היינט ביינאכט האפט ער דא צו זיין און אויסטשעקן צו ער האט געמאכט א גוטן ארבעט, ער האפט אז זיין בעה"ב וועט זיין פרייליך,

--

דזשים ליינט איבער די צעטיל איין מאל און נאך אמאל מיט אויפגעריסטע אויגן,
די צעטיל ליינט זיך וואו פאלגאנד:
דזשים, דא שרייבט צו דיר דיין ווייב, איך בין דא פארכאפט ביי מענטשען וואס איך ווייס נישט וואס זייער ציהל איז, אבער דאס איז זיכער אז זיי זענען סאדיסטישע רוצחים, זיי סטראשענען מיך מיטן ערגסטען, איין זאך וואס קען מיך ראטעווען איז אויב די גייסט און שפאן מיט זיי, דאס איז מיין איינציגסטע וועג ארויס פון דא לעבעדיג, איך האף די פארשטייסט אז די מעסעדזש וואס איך האב דיר אריין געלאזט איז געוועהן אויף זייער אנווייזענונג,
איך בעט דיר, פאלג זיי, אויב דארפסטו מיך לעבעדיג און נישט צושניטען אויף שטיקער....

דיין ווייב וואס וויינט.....

פארוואס טוהסטו דאס צו מיר פרעגט דזשים צובראכענערהייט, האב איך דיר נישט געפאלגט ביז אהער אלעעס וואס די האסט פארלאנגט?
די האסט יא געפאלגט, אבער די ווייסט דאך אז איך באגענוג מיך נישט מיט פשוט'ע צוגעזאגעכץ איך האב ליב משכונות, אזוי בין איך מער פארזיכערט,

אבער טשארלי, בעט זיך דזשים, לאז כאטש מיך רעדן צו איהר און איר צוזאגן אז איך וועל טוהן אלעס איר צו ראטעווען.. און הארץ האט דזשים געלאכט פון זיי ער האט געוואוסט אז זיי זענען פאלנע ליגנערס אבער ער האט געטראכט אז ס'קען נישט שאטן צו שפילן תמימות'דיג, פון די אנדערע זייט האט ער זיך זייער געפרייט וואס לואיס האט אום געטוהן, און יעצט האט ער הערשט געכאפט אז לכאורה האט לואיס ערלעדיגט אז די איי סיסטעם ביי אום אינדער היים זאל קראכן אזוי אז זיי זאלן קענען נעמען זיין ווייב וואו לאנג מ'קען נאך.....


טשארלי איז גאכאפט געווארן און א שטיקל סורפרייז, נאכאלעם איז דאך דזשים גערעכט דא, ער טוהט אלעס און פארוואס זאל ער נישט קענען רעדן צו זיין ווייב?
אבער די פראבלעם איז אז ער האט נישט וואו אזוי אום צו קאנעקטען צו זיין ווייב ווייל ער ווייסט נשיט וואו זי איז,

טשררלי: ווייסט וואס, איך וועל עס דורך טראכטען און איך וועל זעהן,
די רעדע איז סייווי נאר נאך פאר צוויי טעג, נעכדעם בין איך במילא פארטיג מיט דיר, אונזער ביזנעס וועט במילא שוין זיין פאריבער,
נו הכלל צום ענין,

--

אגענט: אפיציר, די זאך האט זיך פארבעסערט זיי רעדן שוין ווייטער געהעריג, אבער געדענק צו פרעגן דזשים וואס די צעטיל וואס האט אום אזוי דערשראקן איז געוועהן,

לואיס: איך הער דיך, בלייב האלטן א אויג,

--

דזשים: טשארלי, קודם כל, ווען דארף די שיף אנקומען?

טשארלי: מארגען נאכט,

דזשים: וואס ליגט און די שיף?

טשארלי: די ווייסט אז די האסט נישט וואס צו פרעגן אזא קשיא, אויף דעם גיי איך דיר קיין תירוץ נישט געבן, און איך וויל נישט הערן די קשיא נאכאמאל!

דזשים: איך פרעג פשוט פאר איין סיבה, ס'איז דא דריי האפנס וואו מ'קען זיך אראפלאדענען, איינס איז עסן, דארט גייען אלע שיפן וואס ברענגען אריין עסן, דאס צווייטע איז קליידונג, די דריטע איז שפילצייגן, יעצט מייו שאלה איז וועלכע פון די דריי וויסלטו פאר דיר?

טשארלי: אלע דריי זאלן זיין גרייט צו מיין באניץ,

דזשים: דאס איז א זאך וואס איז אוממעגליך, איך קען נישט האבן די גאנצע ווערטשאפט אפגעשטעלט,

טשארלי: איך מיין אז דיין און דיין ווייבס לעבן איז דיר מער וויכטיג וואו די ווערטשאפט. פארשטאנען?

דזשים: אקעי אקעי.... איך זוך דיר נישט אויפצורעגן, איך פראביר נאר צו טראכטן פון די בעסטע וועג אז קיינער זאל נישט באמערקן, איך זוך אז ס'זאל זיין בעסער פאר ביידן,
מיין פראבלעם איז אז ביי יעדע פארט איז דא א פעלד מענעדזשער וואס ער איז און טשארדזש אויף אלע ארבעטארערס, יעצט ווען די זאגסט מיר א זייגער און וואס ס'ליגט און די שיף קען איך עס דורך גליטשן אן קיין פיפס, איך מאך זיכער אז די מענעדזשער איז נישט דארט און די צייט און איך וועל אום איבער נעמען און אזוי סיין איך די פעיפער ווארק און די גייסט מיט דיין סחורה און פארטיג, אבער אויב זאגסטו נישט מער ווייס איך נישט וואו מיך אן עצה צו געבן,

טשארלי: מייק קום ארויס פאר א מינוט איך וויל רעדן צו דיר,

טשארלי: מייק, אפשר טאקע, אפשר זאל איך אום יא זאגן וואו די שיף זאל גיין? וואס איז דא מורא צו האבן? צו די פב"א גייט ער נישט גיין, ער ווייסט אז זיין לעבן און די לעבן פון זיין ווייב זענען פארטיג די מינוט וואס ער טרעט איבער די שוועל דארט,

מייק: איך וואלט אום נישט געזאגט פונקטליך וועלכע שיף דאס איז, איך וואלט אום נאר געזאגט אז ס'דארף אנקומען דריי שיפן און און איינע פון די דריי ליגן די סחורה, אזוי אז אויב ער טרעפט עפעס א וועג איינצומעלדן פאר איינעם נאך די גאנצע זאך, זאל אויך זיין זייער שווער צו טרעקן דריי שיפן,

טשארלי: מייק איך ווייס נישט צו די ווייסט אבער ביי מיר איז דזשים א פארטיגער, נאך די גאנצע מעשה, וואו נאר די קאנטענער ליגט אוןמיינע הענט גיי איך דערהאגענען דזשים, ער ווייסט צו סאך, איך קען מיך נישט ערלויבן ער זאל זיך דרייען אויף די פריי,

מייק: איך פארשטיי אבער דאך מאך עס מיט דריי שיפן,

טשארלי: פיין.

ביידע גייען צוריק אריין און אפיס, טשארלי זאגט פאר דזשים אז ער פארשטייט אום און ס'איז געבליבן אז זיי גייען אריין קומען 7 אזייגער ביינאכט ביי די צווייטע האפן, און ער זאל זיכער מאכן אז קיינער איז נישט דארט, ס'גייט אנקומען א פלאטע דריי שיפן און אלע דריי שיפן זאלן דורך געלאזט ווערן,

אקעי, געשלאסן, אונז וועל זיך מארגען טרעפן ביים פארט אום זעקס אזייגער איבער צו שמיסען די לעצטע דעטאלן,
ביידע הייבן זיך אויף און וואקן ארויס.

ווען זיי זענען שוין געוועהן בייי די טיר האט דזשים דערמאנט טשארלי אז ער זאל נישט פארגעסן פון זיין פריערדיגע צוגעזאגעכץ וועגן זיין ווייב,
טשארלי האט ארויסגעוואקט אן קיין פיפס.
--
אגענט: אפיציר, די מיטינג האט זיך געשלאסן, זיי האבן יעצט פארלאזט די אפיס, אלעס איז דורך רואיג? יא,

וואס די אגענט האט נישט געוואוסט איז אז זיין אפיציר האלט אלעס מיט און הערט אלעס דורך די קליינע מאשינקע וואס איז צוגעטשעפעט צו דזשים'ס שניפסעל,

יעצט דארף לואיס קלערן פון א וועג וואו אזוי ארויף צו קומען אויף די שפירן פונעם שיף נאך פאר עס קומט אן, און האלטן אן אויג אויף די קאנטענערס און זעהן וואו זיי גייען און וואס די אינהאלט איז, די דזשאב וועט זיין א שווערע, דריי שיפן נאכצופאלגן איז נישט קיין לייכטע זאך,

אבער ס'איז אום בייגעפאלן א פלאן, טאקע זייער א געוואגטע אבער דאס איז די איינציגסטע אפציע יעצט,
ער זעצט זיך צו צום קאמפיוטער און ער זעהט טאקע אז אויף זיבענע איז ג'סקעדזשעלד אפאר שיפן, 5 שיפן האבן אום געכאפט די אויג, ווייל זיי קומען פון קאמעניסטישע לענדער וואס דאס שטעלט זיך די מערסטע אויפן שכל אז זיי זאלן זיין די וואס מ'זוכט,

לואיס רופט אן עמערדזשענסי מיטינג מיט זיינע פינעף בעסטע מענטשען,
ער פארטרויעט זיי די אקציע, אלע פון זיי שאקלן צו מיטן קאפ, און אויסגעדריקט גרייטקייט,

א קליין שיפל מיט זעקס מענטשען דעראויף לאזט זיך ארויס......
אלע פון זיי זענען אויסשטאפירט מיט די נייעסטע און בעסטע כלים און שפאקטיוון, וואו אויך עסן פאר צוויי טאג און נאך אפאר קליינעקייטן וואס זיי גייען דארפן האבן פאר די אקציע.

--

דזשים קען שוין מער נישט ארבעטן, ער טוט זיך אהן און גרייט זיך אהייםצוגיין,
ער זאגט פאר זיין סעקרעטאר אז ער שפירט זיך נישט גוט, זיין סעקרעטאר פארשטייט נעבעך זייער גוט, ער ווייסט דאך שוין מיט וועם זיין בעה"ב ארבעט לעצטענס,
וואו נאר זיין בעה"ב וואקט ארויס נעמט ער ארויס זיין טעלעפאון און שיקט א טעקסט צו די אנגעגבענע נאמבער,
מייק זעהט אויף זיין טעלעפאון אז דזשים האט יעצט ארויסגעוואקט פון אפיס, ער זעצט זיך אריין און די קאר ער גרייט זיך נאכצופארן דזשים,

די אגענט וואס האט געהוטן אויף דזשים האט באמעקרט די טעקסט וואס זיין סעקרעטאר האט געשיקט וואו נאר דזשים האט ארויסגעוואקט, ער באריכט דאס פאר זיין אפיציר,
לואיס זאגט אום אז ער זאל אריין וואקן יעצט צום סעקרעטאר און אום פרעגן מיט וועם ער ארבעט און וואס ער טוהט, אבער אויב מאכט ער קונצען זאל ער אום תיקף ארעסטירן!

די אגענט האט אפגעמאכט ביי זיך אז ער גייט דא מאכן א אקציע צו דערשרעקן דעם סעקרעטאר אזוי וועט ער זיכן זינגען און דערציילן אויב ווייסט ער עפעס,
וואו נאר די סעקרעטאר טוט זיך אן זיין קאוט און וואקט אריין און די עלעוועיטאר אהיים צוגיין, גיט די אגענט אלייג אריין די שליסעל אז די עלעוועיטאר זאל זיך אפשטעלן,
די אגענט עפענט די דרויסענדיגע טיר און גיט א קליינע שפרינג אראפ אויפן עלעוועיטאר באקס, ער עפענט די קליינע דאך פון אויבן און שפרינגט אריין אונעם עלעוועיטאר...
די סעקרעטאר איז געשטאנען אונעם עלעוועיטאר און פראבירט צו קוקן וואס דא איז געשעהן, פארוואס די עלעוועיטאר האט זיך אפגעשטעלט, פלוצלינג הערט א קליינע זעץ אויפן דאך און נאך פאר ער האט געכאפט וואס דא קומט פאר האט ער געזעהן א מענטש שטיין פאר אום...

אגענט: איך בין פון די פב"א, דערצייל אלעס וואס די האסט היינט געהאט מיט די צוויי מענטשען וואס האבן אריין געוואקט,

סעקרעטאר: א י ך ק ע ן ז ע ה ן ד י י ן ב ע ט ש? פרעגט די סעקרעטאר אינגאנצען דערשראקן,
דא האסטו, ווייזט די אגענט,

סעקרעטאר: זייער גוט אז די ביסט דא איך האב דיר געוואלט זאגן אז מיין בעה"ב איז און א גרויסע צרה, טעראריסטן לאקערן אויף אום און זיי האבן מיך געצוואונגען זיי איינצומעלדן יעדעס מאל וואס ער גייט און קומט,

אגענט: דאס אלעס וואס די דארפסט טוהן?

סעקרעטאר: יא, זאל איך עס מער נישט טוהן?

אגענט: טוה ווייטער וואס מ'האט פארלאנגט פון דיר,

סעקרעטאר: אבער וואס וועט זיין מיט מיין בעה"ב גייט איר אום ראטעווען?

אגענט: מיר שיצן אום זארג דיך נישט,

די אגענט גיט צוריק א שפרינג ארויף אונעם דאך און ווערט נעלם,

--

טשארלי זעצט זיך אריין און די קאר, ער גיט יעצט אראפ פארן צו די ברוקלין ווער הויז זעהו צו מ'האט אלעס צוגעשטעלט וואו אפגעשמיסט,

דזשים פארט אהיים און ווערט נאכגעפאלגט מיט צוויי קארן, איינס איז מייק, און אונטער מייק פארט נאך א קאר און דארט זיצט א פב"א אגענט צו היטן אויף דזשים,

א שיף פארט זיך געלאסן און וואסער, אונעם שיף זיצען זעקס מענטשען, פינעף אגענטען און איין דרייוער,
בילי זיצט און קוקט אויף זיין קאמפוס און אויך אויף די צעטיל וואס זיין בעה"ב האט אום געגעבן,
וואו נאר ער זעהט אויפן קאמפוס די שיף וואס מ'האט אום געגעבן אויסצושמעקן טוט ער זיך אן זיינע שווים קליידער און מאכט זיך גרייט צו דייוון, ער זאגט פארן דרייוער זאל צופארן נאך אביסעל וואו נאר ער איז געוועהן גענוג נאנט גיט ער א דייוו אריין אונעם אייז קאלטן וואסער,
ער שווימט צו צום שיף, ער פראבירט זיך ארויפצושלעפן אויפן שיף אבער אן קיין ערפאלג... נאך אפאר מאל פראבירן איז עס ענדליך געלונגען, אבער נישט פאר ער האט אריינגעווארן בטעות זיין טעלעפון, די טעלעפאון האט ער מיטגענומען אויפן פארלאנג פון זיין אפיציר, מיט דעם האט ער געדארפט אימעילן זיין אפיציר אלע קאנטענער נאמבערס וואס ער זעהט אויף דעם שיף, די סיבה פון אימעילן האט זיין אפיציר מסביר געוועהן זייער פשוט, ווייל אויב כאפט מען דיך זאלן מיר שוין כאטש האבן די אינפארמאציע...
אבער בילי האט נישט באמערקט אז זיין טעלעפאון איז אראפ געפאלן, ער איז ווייטער געקראכען ביז ער איז אנגעקומען צום טיר פונעם בעסמענט פונעם שיף, דארט וואו אלע קאנטענערס ליגן, די טיר איז געווען פארשלאסן, אבער דאס איז נישט קיין גרויסע זאך, ער נעמט ארויס זיינע טולס, עפענט די טיר און גייט אריין,
ער גייט גלייך צו צום ערשטען קאנטענער, וויל ארויס נעמען זיין טעלעפאון צו אימעלן אבער ער דערזעהט זיך אן דעם,
נישט געפערליך טראכט ער צו זיך, איך וועל אראפ שרייבן די נאמבערס, בעסר וואו גארנישט איז עס זיכער,

אויפן דאך פונעם שיף זיצען די מאטראזן און שמיסען, אונמוטן הערן זיי א זעץ.... גיי אראפ קוק וואס די זעץ איז געוועהן געט זיך איין מאטראז א רופ אן צו זיין חבר...
אקעי, איך גיי אראפ,

בילי הערט וואו איינער וואקט אראפ די שטיגן.....
ס'ווערט אום שווארץ, ער זעהט אז ער האט געמאכט א פארדרוסלעכן טעות.... ער האט אפען געלאזט די טיר......
די מאטראז זעהט אז די טיר איז אפען....
ער שטעלט זיך אפ ביים טיר און נעמט ארויס זיין פלעש לייט.....
בילי שטייט פארפרוירן צווישן צוויי קאנטענערס.....
בילי קען זעהן די שאטן פונעם מאטראז דורך די קליינע לאמפ וואס שיינט ביים טיר......
די מאטראז וואקט אריין אונעם צימער.....
אט אט איז ער שוין ביי בילי.... בילי האלט צוריק זיין אטעם.....

די מאטראז דערנעטערט זיך....

פארזעצונג אי"ה.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מוצ"ש מארטש 13, 2010 9:35 pm

דו... כ'וויל נישט זאגן וואס.... אלעמאל? אלעמאל מוזטו מיר אנציען אויפן העכסטן???
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

תגובהדורך הערשעלע » מוצ"ש מארטש 13, 2010 9:52 pm

עה פליז, פפפפונקט דדא האסטטטטו געגעגעדדאדארפט ענדיגן???

יוי, כ'ציטער אוועק!

אב, ביזט בעסער ווי גוט!!

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מוצ"ש מארטש 13, 2010 10:02 pm

אאבב, אאייךך צצצייטטטעעעררר, בבייייטטטטטטטטעעעעעעעע ששששררררייייבבבב ווווווויייייייטטטטטטעעעעערררר.
ווי האט איך הער געזאגט.
איך_הער האט געשריבן:wow, געליינט די לעצטע פאר שטיקלעך אויף איינמאל, ס'איז גוט שרעקעדיג, הערליך אראפ געלייגט, יישר כחכם.

וועלסטעך אויס גוטע סטאפ סיין'ס.

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » מוצ"ש מארטש 13, 2010 10:04 pm

אלטער זאלסט מיר אנטושלדונגען אבער די ציעסט אן אייביג דעם עולם אויפן העכסטען וואס איז נישט יושר קיינמעל אבער דאס מאל מיין איך האסטו שוין איבערגצויגען די שטריק!
איך וועל דיר יעצט אויסזאגען א סוד וואס איך האב דיר נישט געוואלט זאגען ביז יעצט אבער איך פיל אז איך מיז דיר עס יעצט זאגען, איך ווייס פון די נעמסט די מעשה! איך האב שוין געליינט די גאנצע מעשה א לאנגע צייט צוריק אין א בוך געשריבען אין ספאניש, איך זאג עס נישט ווייל איך פארגין דיר נישט נאר איך שוין אויף דעם עולם וואס וועט נישט קענען איינשלאפען היינט נאכט אין די צייט וואס איך ווייס אז ווען די שרייבסט ווען נאך צוויי דריי שורות וואלסטו געקענט ענדיגען ביי סאך א בעסערע פארט, אין לטובת הכלל וועל איך עס צוענדיגען בקיצור נמרץ,
די מאטראז איז אריינגעקומען אין געקוקט אויף די אגענט מיט פארוואונדערטע אויגען אין דאן האט דער מאטראז פלוצלונג געגעבען א געשריי, שמעון דו ביזט עס??!!!!
דער מטאראז איז געווען זיין ברודער וואס וואינט אין קאוועיט אין ער האט דערקענט זיין ברודער דער אגענט זייער שנעל אין די טונקעל צוליעב די טיפע שטאפען היט וואס ער פלעגט גיין, דער אגענט האט אים פארציילט וואס גייט פאר אין דער מאטראז האט אים צוגעזאגט צו העלפען מיט וואס ער קען אין ער איז צוריק ארויפגעגאנען זאגען פאר זיינע קאלעגעס אז ער האט גארנישט געטראפען, ע"כ

יעצט קענסטו פארציילען ווייטער
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

תגובהדורך הערשעלע » מוצ"ש מארטש 13, 2010 10:11 pm

וואדקע, כמיין אז די ביך וואס דו האסט געליינט איז געוועהן אויסגעריסן א פעיזש...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מוצ"ש מארטש 13, 2010 10:12 pm

ביטע ביטע רב וואדקעלע, איך האף אז עס איז נישט אמת וואס די זאגסט (הגם איך האב געטראכט אז דאס גייט גיין די מעשה ווייטער) אבער אויב יא, איז עס נישט רעכט אזוי צו טון, לאז אונזער אב זקן אליין שפינען די מעשה, אויב זארגסטו זיך פאר מיר אז איך וועל נישט קענען שלאפן, זאג איך דיר בפה מלא איך בין מוחל פאר אונזער אלטע טאטן, די עיקר ער זאל אנהאלטן מיט דעם.

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » מוצ"ש מארטש 13, 2010 10:27 pm

למעלה משבעים זיי מיר נישט חושד אין זאגען ליגענט, עס איז פלעין מעיגבעליוו
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

בילקע
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 5:22 pm

תגובהדורך בילקע » זונטאג מארטש 14, 2010 12:21 pm

………wow………אב מעדזשיר

וואדקע שכח פארן ציענדיגען אזוי וועלך כאטש קענען שלאפן ביינאכט

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11238
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג מארטש 14, 2010 4:09 pm

ווען קומט די נעקסטע פארזעצונכ?
גייט עס מיט א סדר?

אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 27, 2009 12:07 am

תגובהדורך אב זקן » זונטאג מארטש 14, 2010 6:18 pm

וואדקע די ביזט נישט שלעכט, אפשר פראבירסטו אויך צו מאכן א פראזעצונג?
פאטאקי, ס'איז נישטא קיין באשטימטע צייט ווען מ'לייגט ארויף, ווען ס'איז דא אביסעל צייט שרייבט מען דערנאך שיקט מען עס צו א צווייטן איבערצוקוקן און וואו נאר ס'איז גרייט לייגט מען עס ארויף פארן פובליק,
יעצט גייט זיין אביסעל שווער סאיז נישטא אזויפיל עקסטער צייט ווייל מדארף העלפן פאר פסח, אבער מיר האפן אנצוגיין ווען מעגליך.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט