ניטל, אויפן ריכטיגן שטייגער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

ניטל, אויפן ריכטיגן שטייגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

חיסדא אום ניטל

חיסדא חאניאק איז געווען א בחור ביי אונז אין ישיבה, כשמו כן הוא, א חסיד א חאניאק, וואס א חאניאק מיינט פרעגט מיר נישט ווייל כ'ווייס אויך נישט, אבער די יודעי דבר האבן מעיד געווען אז דער נאמען חאניאק קען נישט האבן קיין בעסערן באדייט ווי חיסדא, מאנכע האבן גאר געזאגט אז אין אלטע דיקשאנעריס ביי חאניאק איז דא א פיקטשער פון נישט קיין אנדערן ווי אונזער חיסדא... מיר וועלן נישט אננעמען די אלע קאנספיראציעס, אבער דאס קען איך אייך זאגן אז חיסדא איז געווען א חאניאק!

וועט איר דאך אוודאי פרעגן וואו האט אויסגעקלאפט חיסדא'ס חאניאקישקייט, נו וואו נישט, זיין זייגער איז געווען פארריקט מיט גאנצע 36 שעה, ל"ג בעומר האט ער פארברענט די חמץ און אויף תשעה באב האט ער גאר געקויפט בלומען, איין יאר האט מען אים געכאפט צינדן חנוכה ליכט פורים נאך די מגילה, ס'איז טאקע געווען בצנעה, דערפאר האט זיך טאקע אנגעצינדן א האלבער דארמיטארי, אבער לאמיר נישט אריינגיין יעצט אין די נושא, לאמיר ענדערש קומען צום פינטל.

און וואס מיינט איר איז דער פינטל? ניטל! ווי פארשלעפט דער חיסדא דנן איז געווען, האט ער אבער געהאט א מורא'דיגע געפיל פאר ניטל, שוין פון שלושים יום קודם החג האט א פייער פון ניטל געברענט אין חיסדא, ערב דעם דרייסיגסט'ן טאג פאר ניטל, איז חיסדא אריין געקומען אין ביהמ"ד (וואו מען האט אים גאנץ זעלטן געזעהן) און זיך געזעצט לערנען פאר גאנצע פינף מינוט, כדי ס'זאל זיין ניכר דער מפסיק זיין, ווען דער זייגער האט געשלאגן פונקט דרייסיג טאג פאר ניטל, האט חיסדא געגעבן א האק צו די גמרא מיט אזא שמחה של מצוה אז ס'האט אפגעהילכ'ט אינעם גאנצען אומגעגנט, און דערביי האט ער זיך אנגעטון דעם 8 אינטישגן גארטל, עס צוזאמגעצויגן אזוי טייט אז נאר מיט הימלישע כוחות האט ער גע'אטעמט, און פרום אויסגערופן: לשם יחוד קוב"ה וכו' הנני מוכן ומזומן לקיים מנהג ישראל תורה וכו' וגו', און ווי געטריבן דורך א ווינט האט חיסדא ארויסגעשטורעמט פון ביהמ"ד ווען א הייסע פארע ווינטעוועט ארום פון אלע זייטן.

איך ווייס נישט פון וואו ער האט עס גענומען, מן הסתם פון ספר "מנהגי החאניאק" אבער חיסדא האט געהאט בקבלה מדורי דורות איש מפי פיש אז ניטל טאר מען אויך נישט דאווענען, און היות חיסדא האט געהאלטן ניטל פון שלושים יום קודם האט ער פארפאסט אלע תפילות אין די טעג, ווידער האבן די קאנספעראציע ליבהאבער זיך גע'סודות'ט אז געהיימע קוועלער האבן אויפגעפאסט ווי חיסדא האט געמאכט א פאר ברכה ערב ניטל און פון דארט און ווייטער נישט געמאכט קיין ברכות ביז ווען ער האט געמאכט א נאך ברכה מוצאי ניטל נאך ר"ת פארשטייט זיך.

אזוי איז ווי נישט ווי אדורך די הכנה לניטל, אבער ווען עס איז געקומען דער ניטל אליינס, איז דער שפראך צו ארעם צו באשרייבן די עבודת היום, אבער דאך וועלן מיר פראבירן עס אראפצולייגן וויפיל מיר האבן משיג געווען לפי מך ערכינו הדל.

ערב ניטל נאך חצות היום האט חיסדא געבארגט א מקוה קארטל (אדער געוויסע יארן זיך אריינגעשטיפט מיט א צווייטן...) און זיך געטובלט ש"י טבילות לכבוד היום, פארשטייט זיך אז די וועש זענען שוין געווען מער ווי שלושים יום אלט און דער ריח האט זיך געשפירט מער ווי שלושים גאסן ווייט, אבער פארדעם הייסט ער דאך חאניאק און נישט איך, אבער צו וואס פארקריכן פון ענין, ווען חיסדא האט געענדיגט אויפשטורעמען דעם בור מיט זיינע שטורעמישע טבילות האט זיך געהערט א פייערדיגער קוויטש ווי פון א פארוואונדעטע חי' "אוי ניטל" און דער גאנצער ציבור האט געוואוסט אז הערשט יעצט פאנגט זיך עס אן...

פון ווען חיסדא חאניאק איז ארויסגעקומען מיט די נאסע צופלאטשקעטע פיאות וואס מען האט שוין נישט געמאכט זייט זיין בר מצוה האט ער מקפיד געווען ניטאמאל צו "זעהן" די תורה, מען האט געדארפט באהאלטען אלע ספרים און אפילו די ספרים שענק האט מען צוגעדעקט מיט ליילעכער, אויך דא האבן די קאנספיראציע ליבהאבער געזאגט אז פון געהיימע קוועלער האבן זיי אנדעקט אז בעצם יום הניטל פון פלג המנחה ביז נאך אסרו חג האט חיסדא מקפיד געווען ניטאמאל צו זעהן אותיות התורה, סיי אותיות מרובעת, רש"י, און אפילו כתב יד, נאר וואס איז געשריבן אויפן טריפה'נעם אינטערנעט האט חיסדא נאך געזאגט פון פלוני אלמוני אז דאס האט שוין די טומאת האינטערנעט פארטריבן די קדושה דערפון ממילא איז עס נישט קיין חשש צו ליינען ניטל...

און אזוי איז טאקע חיסדא חאניאק געזעצן די גאנצע צייט פון ניטל מיטן אויסגעריבענעם הוט, צושטרויבעלטע פיאות, צוקנייטשטע חאלעטל, ברייטן גארטל, און עוסק געווען בהויות דאידישע וועלט...

איין יאר (דאכט זיך אין די ת' יארן...) איז גאר געווען א צווייטע מעשה, ערב ניטל ביי מנחה האט חיסדא אריינשפאצירט מיט א קאלפיק, דער עולם האט לכתחילה געמיינט אז דער חאניאק האלט נאך ביים צינדן חנוכה ליכט (אדער גאר ביי שמחת תורה...) אבער גלייך נאך מנחה האט מען זיך איבערצייגט דעם פאקט, חיסדא האט אויסגעקלאפט אויפן באלעמער נאך מנחה און מיט א שיינענדיגע פנים מרוב שמחה של מצוה האט ער געזאגט געציילטע ווערטער, וזה לשונו:

אהובי וידידי אחי ורעי, זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו! ווי קענען מיר פשוטע מענטשן משיג זיין די גרויסקייט פון דעם טאג, יעדן טאג ווען מיר בטל'ן די צייט נאגט דאך די נשמה און זי מאנט זעץ דיך לערנען, אבער מורי ורבותי, און אזא גרויסער טאג ווי היינט קען מען בטל'ן גאנצעטע שעות, און ניטאמאל דארף מען זיך עסן דאס געזונט! מען קען זיצן רוהיג און טון דאס וואס מען טוט יעדן טאג נאר מיט א רוהיגן געמיט, אדורכליינען גאנצעטע אשכולות אין אידישע וועלט, און זאגן דערנאך שלום עלי נפשי כי ניטל היום...

און גלייך האט ער אנגעהויבן דעם באקאנטן פזמון: כד יתבין ישראל ולא עסקין בתורה... קדוש.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

גראדער, זייער שייין אראפגעשטעלט,
אבער דעם באקאנטן חתם סופר'ס טעם אויף דעם נישט לערנען ניטל , האט דער כאניאק דינן זיכער פארזעהן, דער חת"ס זאגט דאך אז די עיקר טעם פארן נישט לערנען איז, כדאי זיך גלייך נאך מעריב צו לייגן שלאפן, און אויפשטיין ביי חצות ווען ביי זיי די קריסטן טוט זיך דאן די פראווע, און די כוחות הטומאה ווערן דאן פארשטארקט ברויך מען קומען מיט א שטארקע קאנטער אטאקע, און פארמערן די קדושה, און אויסרייניגן די שמייליגע לופט וואס זיי בלאזן,....
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

גראדער...
וונדערבאר!

פרייליכערהייט...
מיט אזעלכע תורות, נאך דערצו בעצומו של יום! וועט קיין חאניאק פון דיר שוין נישט זיין!
נאו ריזען טו ספאיל די פאן!
the SCY is the limit
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

גראדער, ביוטיפעל...

יישר כחכם.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גראדער;

האסט א קלארן שריפט און זיסע געדאנקן!

לאז דיך אפטער הערן.
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

שכח גראדער, מיט א גראדן מח קען מען דאס נישט שרייבן...
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמי »

גראדער,
א דאנק!
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

שלמי האט געשריבן:גראדער,
א דאנק!


דיין בילד דערמאנט מיך אביסל פון יענע צייטן...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

אויפן בפירושן בקשה פון חסדא, זענען מיר עס מעלה...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

א גוטן הר''ר גראדער מיר דארפן די וואכעדיגע מדרש און קיין שום ניטל תירוצים וועט נישט העלפן
איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

אוי איז דאס פיין הרב גארדער, איך האף אז קיינער פרינט דאס נישט ארויס, ווייל די קינדער וועלען מיינען אז דאס איז אויך א מדרש.......
עניוועי שכח פארן אינטערהאלטן.
אלעמאל בשימחה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 04, 2012 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעמאל בשימחה »

א PDF ביטע
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

נאט אייך
אטעטשמענטס
pdf1.pdf
(29.75 KiB) געווארן דאונלאודעד 274 מאל
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

איי איי איי ניטל, איי איי איי גראדער!
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

דער גראדער איז שוין גארנישט אזוי גראד ווי ער מאכט זיך.

ייש"כ היימישער.
אזאמעשה
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזאמעשה »

כ׳ווייס נישט צי די מנהלים וועלן לאזן די תגובה אבער ווילאנג עס ליגט דא איז יראו ענווים וישבעו.
הערט ״אזא מעשה״ אמת׳ע מעשה, כבין געווהן א בחור אין ישיבה ניטל נאכט, די בחורים האבן זיך געדרייט ( נישט אויף איי וועלט, אינטערנעט האט קוים עקזעסטירט) צווישן זיי איז געווען ״סקווירא בחורים״ איינע פון דיע האבן געכאפט זייער חבר ליינען בעצם יום הניטל די ״חצר הקודש״ זאגט ער אים נא ניטל! פארענפערט זיך: כ׳ליין נאר וואס דער אנדערער האט גענפערט נישט וואס די רבי האט געזאגט!
ווערקעןמיך
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 4:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערקעןמיך »

אזאמעשה האט געשריבן:כ׳ווייס נישט צי די מנהלים וועלן לאזן די תגובה אבער ווילאנג עס ליגט דא איז יראו ענווים וישבעו.
הערט ״אזא מעשה״ אמת׳ע מעשה, כבין געווהן א בחור אין ישיבה ניטל נאכט, די בחורים האבן זיך געדרייט ( נישט אויף איי וועלט, אינטערנעט האט קוים עקזעסטירט) צווישן זיי איז געווען ״סקווירא בחורים״ איינע פון דיע האבן געכאפט זייער חבר ליינען בעצם יום הניטל די ״חצר הקודש״ זאגט ער אים נא ניטל! פארענפערט זיך: כ׳ליין נאר וואס דער אנדערער האט גענפערט נישט וואס די רבי האט געזאגט!


פארווס האלסטי די מנהלים וועלען דיך אראפנעמען
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

אזאמעשה, נאדיר ;l;p-
הנותן לשכוי בינה...
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

שוין באלד ווידערמאל ניטל.
גליונות לשבת
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 4:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליונות לשבת »

אוועטאר
א מחי'
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א מחי' »

רצון טוב האט געשריבן:שוין באלד ווידערמאל ניטל.

נו ווען?
אהה! א מחי' צו זיין א איד!!
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

קומענדיגען ליל שבת אי"ה,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

רצון טוב האט געשריבן:שוין באלד ווידערמאל ניטל.

וואס פריידסטו דיך אזוי ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”