ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 2: איך בין הונגעריג

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אפריל 05, 2017 2:24 pm

צולייגער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:הונדערט פראצענט. איך פארשטיי יעדן איינעם.

אמן אויף אלע ברכות

---
ניקס וואס האבן דערווייל יא אפגעשטאט א פערזענליכע באזוך:

הערליך (מיך באזוכט אין שפיטאל, אויך אהיימגעפירט זונטאג), וויכטיג מאכער (איבערגעשלאפן ביי מיר דאנערשטאג נאכט!), מאן יימער, גיכער, שנאפס, ידיד, צולייגער

ניקס וואס האבן גערופן אויפן טעלעפאן:

מיללער, מיט א שמייכל, מוישע יאכעס, שמאטע, גוטע הארץ, מילין יקירין, טריאו, אנפין נהירין, להגדיל שמו, בן הרחמן


א ערהאבענער באזוך געוועזן ביי לכאורה'ן, הגם דער באזוך וואלט אפיציעל געברויכט זיין א חיזוק פארן חשוב'ן נדבן, אבער בא לחזק ונמצא חוזק... מיר זענען ערשטוינט געווארן צו זעהן מיט וואספארא פשטות דער האט דאס אנגענומען, כאילו ער האט בלויז געקראס'ט א אינגעלע... ער רעדט פון זיין אנגענעמע ״וואקאציע״ און ווי שטארק ער ענדזשויט עס, בעת וואס ער קען קוים זיך א ריר געבן. נאמן הוא בעל מלאכתו שישלם לו שכרו משלם!

איך קען מיך ב"ה פיין רירן, אמער איך גיי אפילו ארויס צו דאווענען שחרית און מנחה-מעריב מיט מנין.

ובנוגע די עצם נדבה, דארט האב איך באמת גארנישט געדארפט טוהן... עד כדי כך אז איינער וואס האט מנדב געווען מיט יארן צוריק האט מיר געזאגט אז עס איז א הידור צו געבן א טאלער פארן כירורג ער זאל ווערן דיין שכיר ולקיט (ווייל שליחות נוצט נישט ביי א גוי), אנדערש האסטו נישט געטוהן קיין שום פעולה... [מיין דומ"ץ שליט"א האט אבער צוגעשטימט צו מיין חוות דעת אז דאס אריינגיין אין אפעראציע צימער און זיך אראפלייגן אויפן בעטל און צוהעלפן בעפאר די אפעראציע, איז שוין גענוג].

און... די וואקאציע איז טאקע באמת איינגענעם... איינער האט מיר געזאגט פאריגן מיטוואך אז עס געפעלט אים דער פלאן וואס איך האב מיר אויסגעשטעלט זיך ארויסצודרייען פון די ערב פסח ארבעט על טהרת הקודש... ער מיינט אז ער גייט זיך פארשאפן 10 נירן, און יעדע יאר ר"ח ניסן גייט ער איינס מנדב זיין פאר א חולה...
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
פירש"י: קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אפריל 05, 2017 2:26 pm

אנדערע ניקס שיקן מיר שיינע וואונטשן אויף הודעה פרטית אדער אין אימעיל, אט איז א שיינע פאום וואס ר' בערל קראקאווער האט מיר אריינגעשיקט:

ארומע''כ ידידי החשוב והיקר לכאורה שליט''א

'ל'אזט זיך שווער גלייבן
'כ'מעט אוממעגליך צו פארשרייבן
'א'זאנ'ס זאל א איד טוהן און דערהייבן
'ו'וען נישט פאר אים איז די גאנצע פיין און ליידן
'ר'יח נחוח פאר אייבערשטן'ס וועגן טוהט דאס באדייטן
'ה'שם יתברך זאל דיר אלעס גוט'ס געבן און עס זאל דיר שטענדיג באגלייטן:

א שנעלע גרינגע ערהוילונג

ווי עס וואונטש דיר מיט פיל שעצונג ידידך בערל קראקאווער
א פרייליכן לעכטיגן יום טוב
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
פירש"י: קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך אפריל 05, 2017 3:02 pm

לכאורה האט געשריבן:איך קען מיך ב"ה פיין רירן, אמער איך גיי אפילו ארויס צו דאווענען שחרית און מנחה-מעריב מיט מנין.


ווען דו וואלסט געהאט שפיגלען ביי די ווענט (און דו וואלסט באטראכט וויאזוי דו גייסט ארום), וואלסטו גאנץ ווארשיינליך מודה געווען צו מיר.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אפריל 05, 2017 3:08 pm

איך האב און איך באטראכט... ב"ה יום יום אויף די פארשריט

אן אנדערער נדבן וואס האט געגעבן פאראיאר כסליו, האט מיר געזאגט מאנטאג אז איך קוק נישט אויס ווי איך האב מנדב געווען.. אים האט געדויערט אפאר וואכן אנצוקומען צו מיין יעצטיגע שטאנד.
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
פירש"י: קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אפריל 05, 2017 5:21 pm

יעצט באקומען גאר א הארציגע בריוועלע אויף אימעיל פון א ניק "סטראפקאוו":


א גוטן הרב לכאורה
איך האב נישט קיין השגה ווער איר זענט איר ווייסט נישט ווער איך בין, איך בין
ניטאמאל א גרויסע אייוועלט באנוצער, נאר יעצט לייעננדיג די גאנצע אשכול האב
איך פשוט מיך גענומען וויינען פון התרגשות צו וואס א הייליג פאלק איך געהער
ב"ה. !!! א איד געזונט אין שטארק ב"ה זאל זיך לייגן אינטען מעסער פאר א
צווייטען וואס ער ווייסט ניטאמאל ווער יענער איז, בלויז ווייל יענער איז אויך
א איד.. ממש נישט צום גלייבן !!!!!! דער מי כעמך ישראל שרייט ארויס !!! איך
בין נישט קיין מחזק אין איך בין נישט דער וואס זאל טיילען ברכות אבער איר האט
געטון א זאך וואס איז נישט צום גלייבען !! דער באשעפער זאל העלפען אז איר מיטן
מקבל אין אלע אידן וואס דארפ'ן א רפואה שלימה זאלן זוכה זיין דערצו בקרוב, אין
איר זאלט האבעו א גרינגע ריקאבערי,( א באזונדערע ברכה וויל איך אייך געבן וואס
איך גלייב נישט קיין סאך האבען אייך געוואונטשן, איר זאלט בלייבען מיט אייער
33 פונט ווייניגער, איר האט דאך שווער גערבעט אויף דעם .. די קעפל פונעם אשכול
יוכיח..) אין אינז קומען אייך א שכוח ווייל איר זענט בלי ספק מקרב די גאולה
שלימה וואס מיר האפען מיטן אייבערשטענס הילף האסטו מיט די געוואלדיגע מסירת
נפש פאר א צוויטען איד אין דעם געוואלדיגען קידוש השם געמאכט דעם פיינעל Push
אין מיר וועלן נאך זוכה זיין דעם קומענדיגן מאנטאג מקריב צו זיין דעם קרבן פסח
בביאת גוא"צ בב"א

Btw a thanks for the diet i might be using it, i did a simler diet in the
past and it worked bh and planning to use yours after yom tov iyh
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
פירש"י: קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
קוועטש
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 1:29 pm
לאקאציע: אין בית המדרש

תגובהדורך קוועטש » דאנארשטאג אפריל 06, 2017 3:39 pm

וויאזוי גייט עס מיטן עסן די כזיתים נאך אזא סערזשערי?
דארף עס א ספעציעלע הכנה צו קענען אדוירכפירן א SMOOTH TRANSITION?
ווי גרינטליכער די קוועטש איז אלס זאפטיגער איז צו קענען געניסן פון איר

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג אפריל 06, 2017 7:20 pm

אינטערסאנט אז דו ברענגסט דאס אויף. פונקט היינט האט מיך ר' מנחם פרידמאן פון רינועל אנגערופן מיט א בשורה טובה אז ער האט פארשאפט אפאר פונט ספעציעל דינע מצות פון די "לארקין" מצה בעקעריי אין קרית יואל, און גייט עס מיר אריינשיקן אויף פסח.

בסייעתא דשמיא איז מיר געלונגען צו פעדערן דעם אפעראציע אויף ה' ויקרא (אנשטאט ד' צו וואס די שפיטאל האט לכתחילה געוואלט), איז צום האפן אז איך וועל בס"ד קענען געהעריג עסן אלע כזיתים ביים סדר אן קיין שום פראבלעמען.
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
פירש"י: קאוופעפ"ע בלעז

eller
שר האלפיים
תגובות: 2994
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » פרייטאג אפריל 07, 2017 11:36 am

לכאורה האט געשריבן:אינטערסאנט אז דו ברענגסט דאס אויף. פונקט היינט האט מיך ר' מנחם פרידמאן פון רינועל אנגערופן מיט א בשורה טובה אז ער האט פארשאפט אפאר פונט ספעציעל דינע מצות פון די "לארקין" מצה בעקעריי אין קרית יואל, און גייט עס מיר אריינשיקן אויף פסח.

בסייעתא דשמיא איז מיר געלונגען צו פעדערן דעם אפעראציע אויף ה' ויקרא (אנשטאט ד' צו וואס די שפיטאל האט לכתחילה געוואלט), איז צום האפן אז איך וועל בס"ד קענען געהעריג עסן אלע כזיתים ביים סדר אן קיין שום פראבלעמען.

מצוה גוררת מצוה דער אויבערשטער זאל העלפן זאלסט קענען מקיים זיין אלע מצות החג גרינגערהייט אין ס'זאל מיט קומען אלע גרויסע השפעות פונעם יום טוב ..
(די שאלה איז נאר אויב דו עסט א האלבע כזית און דער אנדערע ניר א האלבע צו מקען יוצא זיין......)
א פרייליכע און כשרע און גרינגען יום טוב
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 6:35 pm

נו װיאזױ איז געװען יו״ט ?
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג אפריל 21, 2017 12:51 am

אה, חסדי השם, דער יום טוב איז געווען לעילא מכל ברכתא, און ווי אומגלויבליך דאס זאל קלינגען "אן קיין שום שינוי כל שהוא פון די פארגאנגענע יארן".

איך האב ב"ה געהעריג געגעסן אלע כזיתים, געטרונקן אלע כוסות, געפראוועט אליינס ביידע סדרים, געדאווענט אלע תפילות אין שוהל (און יא, אפילו שפאצירט איבער א מייל צו די שחריתים 5 מאל במשך דעם יום טוב), אלע חומרות ומנהגים, אין אנדערע ווערטער: כאילו לא היה!
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
פירש"י: קאוופעפ"ע בלעז

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » זונטאג אפריל 23, 2017 10:27 pm

לכאורה האט געשריבן:אה, חסדי השם, דער יום טוב איז געווען לעילא מכל ברכתא, און ווי אומגלויבליך דאס זאל קלינגען "אן קיין שום שינוי כל שהוא פון די פארגאנגענע יארן".

איך האב ב"ה געהעריג געגעסן אלע כזיתים, געטרונקן אלע כוסות, געפראוועט אליינס ביידע סדרים, געדאווענט אלע תפילות אין שוהל (און יא, אפילו שפאצירט איבער א מייל צו די שחריתים 5 מאל במשך דעם יום טוב), אלע חומרות ומנהגים, אין אנדערע ווערטער: כאילו לא היה!

נער הייתי וכו' ווער האט זיך געגלויבט ולא ראיתי אבער צדיק נעזב. דער אייבערשטער האט אייך נישט פארלאזט, פארוואס איך זאג צדיק ווייל צדיק איז חונן ונותן

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אפריל 23, 2017 10:40 pm

יישר כח פאר די ווארימע רייד
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
פירש"י: קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך מאי 10, 2017 7:01 am

א מייסטערהאפטיגע פאום וואס ידידינו ר' ELLER האט אפגעשריבן אין די גראמען אשכול:


כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא !!!

כ ' בין שוין טאקע שפעט אבער דאך קען איך מיר נאך אלץ נישט געהעריג קאנצעטרירן.
ל יגענדיג אין מיין קאפ א גאנצען צייט מחשבות מיט וואס כ'קען מיר נישט מאבילעזירן.

ה אב איך באשלאסען מיינע מחשבות פאר אייך אביסל צו מיטטיילען און אדרעסירן.
מ יט אפאר חדשים צוריק געווען א 'הערליכע ווינטער פארמעסט' וואס האט יעדעם געטוען אינטערסירן.
צ יקערדיגע און זאפטיגע ארטיקלען איינס ביי איינס, אבער דאך איינס האט ארויסגעשיינט מיט ספעציעלע שיינענדיגע קאלירן.
י א דאס איז טאקע די איך בין הונגעריג ! א געשיכטע וואס גלייבט זיך שווער אז אזוינס קען נאך היינט פאסירן.
ל יינענדיג ווי איינער לאזט זיך הונגערען נאר ווייל א צווייטענס צער טוט אים בארירן.

נ ישט זיך האלטענדיג פאר ראוי אבער דאך וויל איך אייך שטארק אפלאדירן.
פ ארן טוען אזא הייליגע שריט וואס טוט אונז ממש עלעקטעריזירן.
ש ענער ווי דעם ווי איז דען דא , מי כעמך ישראל ! מיר טוען מיט אייך שטאלצירן.

א ינאמת'ן שטייט שוין פון ספרים אז די אויבערשטער האט ספעציעל אריין געלייגט אין די נאטורן.
ח סדים גדולים, אז יעדע מענטש האט צוויי אפהעניגע באזונדערע נירן.
ת נתן במתנה צו קענען ארויסהעלפן און געבן פאר א צווייטען וואס זיינס טוט שוין נישט פונקצענירן.

מ יט מיינע גרעסטע דמיון קען איך נישט מיר נישט אויסמשלען און פאנטעזירן.
י א אז א יונגע געזונטע מענטש זאל נישט עסן און זיך לאזן הונגערן מיט שווערע יסורין.
ש ניידענדיג שטיקער באקוועמליכקייט פון זיך אלעס ווייל מ'טוט יענעמס צער און ווייטאג מיט שפירן.
ר עכענדיג זיך אז דאס איז נאר די התחלה צו וואס די ריכטיגע זאך גייט אריינפירן.
א ז מען גייט זיך נאר צוליב א צווייטע צובראכענע אידיש קינד זיך לאזן אפערירן.
ל אזענדיג אז א צווייטער זאל אויך קענען פון דיין ניר בענעפטירן.

כ 'האב נישט די ריכטיגע ווערטער און די פאסיגע מילין יקירין .
א אויסצוהייבן אייער אויסערגעווענליכע שריט וואס איר האט געטאן פראקטעצירן.
י ענע איד קען שוין יעצט ב"ה פון זיין נייע לעבן אויך געהעריג קוואלעפעצירן.
ל כאורה ! איין זאך קענען מיר אייך גאראנטירן.
ו וי גרויס אייער זכות איז נישט שייך אויסצומשלען און צו שפאקאלירן.

ק יין שום גאלד, זילבער, און געלד קען עס נישט באלענסירן.
י א ! אויך נישט קיין שום פאום אדער עד אפילו אויף די שענסטע פאפירן.
י עדעס מאל די איד טוט א מצוה טוט עס אייך אויך באצירן.
ם יט מיינע טיפסטע הרגשים וויל איך אייך דא א ברכה אויספירן.

ע ס זאל זיין די לעצטע מאל וואס אין שפיטאל מען טוט אייך פלאצירן.
ו ואס דו טוסט נאר זאלסט האבן כל הברכות בתורה אמורין.
ל עכטיגע אידיש נחת פון אלע קינדער, איידימער און שנירן.
ם יט הרחבות הדעת גערינגערהייט זיי קענען אונטער די חופה פירן.

מ יט הויפענעס געלד איר זאלט זיין פון די רייכסטע באנקירן.
ל עולם זאלט איר האבן געזונט , פרנסה, נחת, באנפה נהירין.
א ין זכות פון די געוואלדיגע מצוה זאל אונז שוין משיח קיין ירושלים אהיימפירן....
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
פירש"י: קאוופעפ"ע בלעז


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט