איינגעפלאנצטע וואפן

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלף
תגובות: 1892
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

איינגעפלאנצטע וואפן

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג פאברואר 28, 2017 4:06 pm

אריינפיר


אדר תשמ"א, ירושלים עיה"ק.

די געמיטער זענען שטורעמיש, כאטש וואס ירושלים האט שוין געזען פיל שטורעמישערע טעג, איז אבער היינט פיל מער אנגעצויגן די לופטן. די גאס איז געווארן מער און מער געדעכט, אויפגעברויזטע ירושלמים מיט די זיברא כאלאטן און צוקניפטע גארטלען זענען געקומען פון אלע ווינקלען מיט רויט פארפלאמטע געזיכטער און גרייטע שטימע בענדער, אויסצודרוקן זייער וויי געשריי קעגן די נאכאנאנדע אונטערדרוקונגען קעגן די ערליכע אידן בכלל, און אנשי ישוב הישן בפרט.

זיי שפירן אז עס איז שוין העכסט צייט אפצושטעלן די גרעניצלאזע שנאה און אומאפשטעלנדע אידיאלאג פון באקעמפן טראדיציע און אלטמאדישקייט. אז פאר די פירער פונעם לאנד שמעקט נישט זייער ווירטשאפט, זאלן זיי זיצן אינעם מייזן לאך און צומאכן די אויגן, וואס איז דאס אריינקומען אין ירושלים, מיט אייזערנע שטאנגען און ברוטאלע נאגייקעס, און דערגיין די יארן פון די ערליכע קרייזן?

אצינד איז די ווייטאג געקומען צו א קלימאקס, נאכדעם וואס די חוצפה איז געגאנגען צו ווייט און דער שטריק האט זיך שוין איבערגעצויגן לכל הדעות. יא, די ירושלימ'ע אידן האבן אויך א מעסטל וואס קען ווערן איבערגעפולט, און דאן עקספלאדירט עס ביזן הימל מיט קולות וברקים...

די געדרענג אין ככר השבת ווערט וואס א מינוט פולער און היציגער. א פלייץ פון מענטשן שטראמט פון אלע ריכטונגען, פון אלע גאסן, צו איז דאס יחזקאל, מלכי ישראל, שטראוס, און ווער רעדט נאך פון מאה שערים. די שטיבלאך פון זכרון משה זענען פיל ליידיגער ווי יעדן טאג, און דער ציבור איז גרייט צו שרייען און מוחה זיין אויף עלבון התורה און עלבון השבת קודש.

דער קאמף קעגן די מחללי שבתות בהפרסיא איז א קייט וועלכע זעט נישט איר ענדע, און די געוואגטקייט פון די מוחים איז פיל טיפער און ברייטער ווי דעם. די מוחים קומען ארויס אויסדרוקן זייער ביטערן וויי געשריי און רודערן אויף א וועלט, אז אידישע קינדער זאלן חס ושלום נישט ווידערשפעניגן אויף די מצוות השם, און דערצו מיט אזא פרעכהייט.

די געשלעג איז פארגעקומען אין די מינוטן איבער א שאסיי מיטן נאמען 'רמות', וועלכע ווערט אקטיוו אום שבת קודש. די היציגקייט ווערט מער און מער, די חרדים זענען להשמיד, און מען ברענגט אריין זאפאסן מיט קאמאנדאס צו דערשטיקן די קול מחאה אויף גאר א ברוטאלער פארנעם.

שוין א לענגערע צייט וואס יקירי ירושלים טוען זיך יעדע שבת צוזאמנעמען אויסשרייען זייער וויי געשריי אויף די רמות שאסיי, וואס איז אקטיוו שבת קודש דורך אידישע קינדער, און איז געשטעלט ממש אונטערן רוקן פונען ישוב הישן אין ירושלים של מעלה, די שאסיי שלענגלט זיך אויף צפון ירושלים, און די נאכאנאנדע גערוישן פון אויטאמאבילן, טראקס און אנדערע פאר געצייג, טוען אויסשטעכן די אויערן און פארגרעסערן די ווייטאג פון די פילע וועלכע הערן דאס צו מיט שברי לב, צו דאס איז די בחורים וועלכע לערנען אינעם טשעבינער ישיבה, עס שמייסט אויך אריבער די מאטערסדארף געגנט, עזרת תורה, און די גערויש פון חילול ובזיון שבת אונטער זייערע פענסטער'ס, ברענגט אז די ברענעדיגע הערצער זאלן קומען שטורעמען און אפהאלטן מענטשן פון צו טון די געפערליכע עבירה.

לאנגע וואכן וואס יעדע שבת קומען די אידן מיט טליתים, מיט די שטריימלעך, און מען פרובירט פארצווייפלטערהייט אפצושטעלן די גאלאפירנדע פארקער, די געשריי "אידן עס איז שבת" קלינגט אפ ווייט אוועק, און עס נעמט נישט לאנג ביז עס באווייזן זיך פונדערווייטנ'ס די פאליצייאישע טרעקלעך, און די חברה מיט טונקעלע ברילן און נאך טונקעלערע מאטיוון קומען ארויס מיט צארן, מען הייבט אן צו טיילן מערדערליכע קלעפ רעכטס און לינק'ס.

דאן קומט א סעריע ארעסטן, די פרידליכע מוחים וועלכע זענען שוין גוט צו'מזיק'ט און צוביילט פון אלע זייטן, ווערן אראפגעטראסקעט אויפן שאסיי ווי א שטיקל באנאנע, און אריינגעשליידערט מיט גרויס ברוטאליטעט אין די ארעסט קאמערן, ווען אינעם זייט פונעם שאסיי פליען צוריסענע טלתים און צוברעקלטע רויט פארפלעקטע שטריימלעך, וואס דינען אלס שטומע עדות אז אויף דעם פלאץ האבן זיך אידישע קינדער געלאזט צושלאגן פארן באשעפער.

און יעדער פארשטייט אז אזא זאך גייט נישט אדורך בשתיקה, וואך איין וואך אויס ברעכט אויס מוצאי שבת קודש א פרישע רינגל מיט הפגנות און מחאות, דאס איז שוין נישט ביים שאסיי נאר עס גייט אריבער צו מאה שערים און שבטי ישראל געגנטער. די פאליצייאישע קרעפטן זענען שוין גרייט פון פאראויס, ווי נאר די זון גייט אונטער קומען זיי מיט די ווילדע פערד און גרייטן זיך ווידער צו פארפלאגן און דערשטיקן די ערליכע פראטעסטירער מיט שווערע באפאנצערטע דעוויזיעס.

עס איז שבת שקלים, אט אט גייט שוין די זון אונטער, אין די בתי מדרשים פונען ישוב הישן זיצט מען יעצט מיט געהויבנקייט און ערנסטקייט ביי סעודת רעוא דרעוין, און מען ווארימט זיך מיט דברי אלוקים חיים, ווען צוויי צוטומלטע בחורים האבן אריינגעשטורעמט אינעם תולדות אהרן'ער בית המדרש, און באלד געמאכט א טומל.

"עס קומט א מעכטיגער דעוויזיע פון פאליציאנטן, זיי זענען גאר אסאך און זעען אויס ממש קאמפסגרייט, א פלאטע מיט טרעקלעך און א ריזן מאסע פון די משמר הגבול באאמטע דערנטענטערט זיך אהער, אלע באוואפנט ביז די ציין און אויפגעריסטעט מיט כלי משחית, זיי זעען נישט אויס גוט".

"וואס גייט פאר?" פרעגט דער גרייז גרויער ר' אברהם שלום אייזיקאוויטש קראצנדיג די קאפ, "די הפגנה האט זיך שוין אנגעפאנגען?"

דער בחור'ל האט נישט עספיעט צו ענטפערן, ער איז באלד געלאפן איינמעלדן פאר זיינע חברים די נייעס, א גרופע פון ארום הונדערט פאליציי אפיצירן שטראמען צום תולדות אהרנ'ער בית המדרש, און די רציחה אויף זייערע געזיכטער פארציילט נישט קיין גוט'ס. יאסל מאנדל, דער הויכער בחור, גראדע נישט א תולדות אהרנ'ער נאר א פרוש, אבער ער דרייט זיך אסאך אין תולדות אהרן, האט איינס צוויי איבערגענומען די לייצעס, אזויווי שטענדיג.

"חברה, מיר גייען ארויף אויפן דאך אפשלאגן די ציוניסטישע קרעפטן, יעדער נעמט וואס עס איז ראוי צו ווארפן, און מ'גייט קנאקן שטיקער... איינס צוויי, ארויף אויפן דאך פונעם שול, נעמט מיט טישן און בענקלעך, און געגאנגען".

א געלויף פון יונגע ענערגישע פיסעלעך האט זיך געהערט, מיטן ריטעם פונעם ווארימע בני היכלא וואס האט אפגעקלונגען אין בית המדרש. די בחורים האבן זיך פארבאריקאדירט אויפן דאך, און זיך געשטעלט אפצוושלאגן דעם שונא.

און נישט סתם א שונא. צענדליגע פאליציי אפיצירן זענען געשטאנען און ארומגערינגלט דעם געגנט, זייענדיג גרייט אדורכצופירן א געהעריגן פאגראם, נישט אנדערש ווי די קריסטאל נאכט אין נאצי דייטשלאנד.

די בחורים האבן צוגעלייגט אן אויער צו אויפכאפן די געשפרעכן צווישן די אפיצירן, זיך שפירנדיג ווי ריכטיגע שפיאנען אויפן פראנט. זיי האבן געלייגט געוויכט אויפן פעשליכן ברוינער אפיציר וואס האט גערעדט צו אזא גוטע צוואנציג אנגעהיצטע פאליציאנטן מיט גרויס אייפער:

"יע יע, תולדות אהרן, זיי זענען שולדיג אין אלע ראיאטן, אין אלע איבערקערענישן, אין אלע הפגנות, אין אלע בושות וחרפות וואס די רעגירונג האט, מען דארף דערשטיקן דעם קאפ פונעם שלאנג און דאן וועט זיך אלעס אפשטעלן!!! מיר וועלן זיי צוברעכן די שול, זיי וועלן מער נישט האבן וואו זיך צאמצוזעצן און מאכן גאנצעטע פלענער וויאזוי צוגרינד צו לייגן די מדינה און איר פארשעמען פאר די גאנצע וועלט. מיר וועלן גיין אן רחמנות, צוברעכן שטיין נאך שטיין, צורייסן ספר נאך ספר, און זיי לערנען בלק אזוי אז די אפעטיט זאל זיי פארגיין פון נאכאמאל מאכן א באלאגאן אויפן שאסיי!"

יאסל מאנדל האט באלד אנגעהויבן צו ארגאניזירן די בחורים גרייט צום קריג. אויפן דאך איז געווען אנגעהויפנט אלטע שמאטעס, שטיינער און נוצלאזע רערן. ער האט קלארגעשטעלט פאר יעדעם איינעם: אין די מינוט וואס די חברה קומען נאנט צום שול, זאל מען זיי באהאגלען מיט וואס עס קומט נאר אונטער די הענט, אז זיי זאלן נישט קענען אנקומען אין בית מדרש.

אונטן ביים ציבור האבן שוין עטליכע עסקנים געזארגט אפצושליסן אלע טירן אז די אטאקירער זאלן נישט האבן אזא לייכטן ארבעט מיטן שטורעמען דעם בית המדרש. דער ציבור האט זיך געשטעלט דאווענען מעריב מיט דערשראקענע געזיכטער און קלאפעדיגע הערצער, ווען אויפן גאס האט זיך שוין געהאלטן אינמיטן אנטוויקלען א מלחמה.

יעדע מאל וואס די פאליציאנטן האבן זיך דערנענטערט, האט זיי אפגעווארט א האגל פון פליענדע אביעקטן. די בחורים זענען געקומען מיט וואס נאר נישט, בערל איצקאוויטש האט מיט איין בהלה געברענגט די גרויסע קעסל פונעם קאווע שטיבל, און פשוט אנגעהויבן צו שפריצן הייס וואסער, אין די צייט וואס מעכל שטיינבערגער און אברהם יעקב ווייסמאן האבן געשליידערט שטיינער און געווארפן בענקלעך פון אויבן.

יעדע פאר מינוט האבן זיך די פאליציאנטן אריענטירט און מיט א פעסטקייט זיך דערנענטערט צום טיר, אבער דאן זיך צוריקגעצויגן קרעכצנדיג און טיילווייז מילד פארוואונדעט, שעלטנדיג און סטראשענדיג צו אלע בייזע רוחות מיט די געמיינסטע קללות וואס די העברעאישע שפראך פארמאגט.

זעענדיג אז עס נעמט נישט קיין עק, האט דער ברוינער אפיציר ארויסגעגעבן געשריגן מיט גרויס אויפברויז און פרוסטרירונג א באפעל: פייער!

א הילכיגער גערויש האט פארטויבט די גאנצע געגנט, און דאן נאך איינס, און א דריטע...

א רייע מיט גאז באמבעס האבן עקספלאדירט די פענסטער, אריינשטורעמענדיג אין בית המדרש מיט קראפט. די שרעקליכע עקספלאזיע האט זיך צוניופגעמישט מיט די געשרייען פון די פילע קינדער און עלטערע לייט, וואס האבן זיך אנגעהויבן צו שטיקן פון די געדעכטע רויעך קנוילן און געליטן פון ערנסטע בראנד וואונדן.

עס איז געוארן אן איבערקערעניש, און דאן זענען די פאליציי אפיצירן אגרעסיוו צוגעלאפן צום טיר און אנגעהויבן צו ברעכן מיט שווערע אייזערנע שטאנגען שטיקל ביי שטיקל, וויסנדיג אז אלע טירן זענען פארשלאסן, אזוי אז קיינער וועט נישט אנקומען אינדערויסן.

איין זייטיגן אונטער טירל איז יא געווען צו א צווייטע גאס, פון וואו די מתפללים האבן זיך ארויסגעשלייכט איינער נאכן צווייטן, און צווישן זיי האט מען אויך ארויסגענומען דעם תולדות אהרנ'ער רבי זכר צדיק לברכה, און די געטרייע שטוב מענטשן האבן אים שנעל אפגעפירט אהיים לביתו נאוה קודש.

אינדערויסן זענען נאך די שלאכטן פארגעקומען אין גרויסן, די אפיצירן האבן אונטער א האגל פון פלינעדע צווייגן, שטיינער, באלאטעס און הייס וואסער, געהאקט מיט עקשנות אויפן טיר, ביז עס איז זיי געלונגען...
דער טיר האט זיך צושפאלטן אין עטליכע טיילן, און איבער דרייסיג צעווילדעוועטע אפיצירן האבן אריינגעשטורמעט מיט גרויס כעס און אנגעהויבן צו טיילן מכות רצח פאר ווער עס איז נאר געקומען אונטער זייערע ברוטאלע פויסטן וואס האבן אומאויפהערליך געארבעט צו קנאקן און צושלאגן וויפיל עס לאזט זיך נאר.

אינעם גרויסן איבערקערעניש האט זיך אריינגעשלייכט א פרוי אינעם אונטערשטן שטאק וואו עס איז געווען די קאך, און מיט א פלינקקייט אפגעהאקט די לעקטער...

א טאפענדע שטילקייט האט זיך אראפגעלאזט אינעם פינסטערניש, און א מינוט דערויף איז עס צורינען פון זיך אליין. מענטשן זענען געפלויגן און זיך איבערגעדרייט, איין פאליציאנט האט בטעות געשלאגן זיין חבר, און די קולות פון פארוואנדעטע און געפאלענע האט נישט צוגעגעבן קיין רואיגקייט.

מיט כעס האבן די פאליציאנטן אנגעצינדן זייערע פלעש לייט'ס, און דערמיט געקלאפט אויף קעפ מיט אכזריות. דאן האט מען זיך גענומען ארעסטירן בחורים און אינגעלייט איינער נאכן צווייטן, און זיי מיט געבינדענע הענט דורך פלאסטישע קייטן וועלכע האבן געביסן און געשטאכן די לייב, אריינגעשליידערט אינעם טענדער.

די בחורים אויפן דאך האבן געזען אז די מצב טויג נישט, א גרויס טייל זענען אראפגעשפרינגען מיטן זיך אנכאפן אינעם דיקן ווייסן וואסער רער וואס האט זיך געצויגן ביז דער ערד, און אזוי אנטרינען פון ארט, די ווייניגער געוואגטע האבן געציטערט צו שפרינגען, זיי זענען שוין אפגעפירט געווארן דורך די פאליציי, באגלייט מיט מערדערליכע קלעפ פארן אזוי לאנג אויפהאלטן דעם פאגראם.

אינמיטן די גאנצע איבערקערענישן זענען אריינגעקומען צוויי פאליציאנטן, קיינער האט אויף זיי נישט באמערקט אז זיי זענען גאר אנדערש ווי די געווענליכע, זיי האבן גערעדט שטיל צווישן זיך אויף רוסיש, און באטראכט אלע אנוועזנדע אויפן סצענע.

"דו זעסט אים אדער נישט?" פרעגט דער ברייטערער א נערוועזער. זיין חבר האט געשוויצט, זיינע אויגן האבן זיך געדרייט אין די לעכער צו אלע ריכטונגען, און ער האט זיך אנגעשטרענגט צו טרעפן זיין ציל ברעט. וואו איז ער?

"אקעי, איך האב אים ביז א מינוט, קוק נאר צו"... ער האט געגעבן א קריץ מיט די אויג אין די פינסטערנישט וואס ווערט כסדר געשטערט מיט שטראלן פון פלעש לייט'ס אריין אין די אויגן און גייען אויף די נערוון, און דאן אויסגערופן הויעך:

"לייבל? לייבל פישער?"

א אינגערמאן ביים ווינקל האט זיך אויסגעדרייט קוקן ווער עס זוכט אים. אויף יענע מינוט האבן די צוויי געווארט. זיי זענען שנעל צוגעלאפן צו אים און אנגעכאפט מיט אייזערנע פויסטן.
אן ערשיטערטער האט זיך לייבל גענומען שרייען: גיוואלד!!! נאצים!!! לאזט מיר אפ!!! איך האב גארנישט געטון!!! נאצים!!!

די צוויי האבן זיך אנגעקוקט אביסל צומישט, אבער דאן האט זיך דער ברייטער אנגערופן "עקשאן". זיי האבן אים פארמאכט דאס מויל מיט די הענט פלאכן, און אים ארויסגעשלעפט פון א זייטיג טיר מיט א ווילדע פלינקקייט.

לייבל האט געקוקט מיט בייז וואונדער, פארוואס פירט מען אים נישט צום גרויסן פאליצייאישע טענדער צוזאמען מיט אלע ארעסטאנטן? ער האט זיך נאכמער געוואונדערט ווען מען האט אים אריינגעשטופט אין א קליינע ציווילע קאר, וואס איז אפגעפלויגן מיט שנעלקייט פון געגנט, איבערלאזנדיג א קנויל פון שטויב און רויעך אונטער זיך.

"וואס ווילט איר פון מיר"? פרעגט ער נאכן זען אז מ'פארט גאר צום ריכטונג פון גליל. "איר נעמט מיר אין טורמע?"

"נע, האב נישט קיין מורא מיסטער פישער, מיר וועלן דיר נישט טון קיין שלעכט'ס און קיין בייזנ'ס. דו זאלסט נאר קאאפערירן מיט אונז און אויספאלגן מיינע באפעלן, וועסטו איינס צוויי ענדיגן מיט אונז, אבער אויב מאכסטו קונצן, זאלסטו וויסן אז איך בין זייער אן אומגעדולדיגער מענטש, און איך בין זייער באפריינדעט מיט איינעם... דו ווייסט מיט וועם?"

לייבל האט נישט געענטפערט, ער האט זיך געווארפן פאר שרעק.

"האלאו, איך פרעג דיר עפעס, דו ווייסט מיט וועמען איך בין באפריינדעט?!"

"ניין."

"אה, קום באקען זיך מיט מיין גוטן פריינד... זעסט אים דא?" דער פארשוין האט ארויסגעצויגן א ביקס און אים געפאכעט קעגן לייבל מיט א דראענדע מינע. "דאס וועל איך נוצן אין פאל דו וועסט נישט אויספירן מיינע פליכטן הונדערט פראצענט."

נאכן פארן א שטיק צייט זענען זיי אנגעקומען צו די געדיכטע בערג נעבן טבריה. דער פארשוין האט באפוילן פישער זאל זיך שוין אויפשטעלן און קומען מיט אים. ווען ער האט געקווענקלט, האט אים דער פארשוין א כאפ געטון אין די הענט, און מיט א ווילדע מאנעווערע ארויסגעשלעפט פון זיין זיץ.

אין די זייט איז געשטאנען א דזשיפ וואס איז געאייגנט ספעציעל פאר די בערג, די צוויי פארשוינען זענען ארויפגעשפרינגען דערויף, זעצנדיג לייבל פישער אינמיטן, און זיי האבן זיך ארויסגעלאזט אין א ווילדע וועג צווישן די געדיכטע געוואוקסן און דראמאטישע פעלזנשטיינע, ווען דער טונקעלער האריזאנט איז שוין טיילווייז באדעקט געווארן מיט אראנדזשע שטראלן וואס האבן איינגעמאלדן אז דער זון גרייט זיך שוין ארויסקומען פון אונטער די וואלקענעס קאלדרע, און אויפשיינען מיט א פרישע טאג אינעם באשעפער'ס וועלטל.

לייבל איז געווען צומישט און פארלוירן; וואו פירט מען מיר???

פארזעצונג קומט אי"ה.

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » דינסטאג פאברואר 28, 2017 4:11 pm

שכח..

די פארזעצונג גייט נאר לויפן אונעם לאמטערנע ?

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלף
תגובות: 1892
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג פאברואר 28, 2017 4:13 pm

יא.

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » דינסטאג פאברואר 28, 2017 4:14 pm

וועלמיר ווארטן מיט שפאנוג

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג פאברואר 28, 2017 4:42 pm

האסט מיר אוועקגעטראגען, הערליכע שרייבעריי

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלף
תגובות: 1892
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג פאברואר 28, 2017 6:29 pm

רוב פון די היגע פארזעצונג איז אמת ויציב, בלויז א קליין חלק איז פיקציע.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4061
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג פאברואר 28, 2017 7:26 pm

ד.מ. צוזאגן אז די גאנצע שטיקל מיט לייבל איז א הוספה צום באשרייבן אזוי רייך די תו"א פאגראם, ריכטיג?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

שמו
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג פאברואר 28, 2017 7:33 pm

WOW ייש"כ

א שיינע ארטיקל

דער שמעלקא א פוסח על שני הסעיפים, צוויי פארזעצונגען, ממש געוואלדיג
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
קלמיש'ל
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 28, 2017 7:14 pm

תגובהדורך קלמיש'ל » דינסטאג פאברואר 28, 2017 8:29 pm

א גאלדענעם פעדער פארמאגסטו, שמעלקא זאפטיגער.

איך האב שוין אנגעיאגט דאס צו ליינען אינעם לאמטערנע אויסגאבע און כ'בין ארויס פון התפעלות פון דיין טייפ שרייבן (וואס דאס האט מיר עווענטשולי געמאכט זיך איינצושרייבן דא און אויסטשעקן און הנאה פון דאס פלאץ פון אינעווייניג).

האסט א גאר רייכע שריפט, גיי אן ווייטער און באנוץ דיך דערמיט ווי אפטער.

ייש"כ
איך האב עפעס צו זאגן. איר ווילט נישט הערן? איך פייף אריין!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2249
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג פאברואר 28, 2017 8:39 pm

הערליך שיין

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג פאברואר 28, 2017 9:03 pm

קלמיש'ל האט געשריבן:א גאלדענעם פעדער פארמאגסטו, שמעלקא זאפטיגער.

איך האב שוין אנגעיאגט דאס צו ליינען אינעם לאמטערנע אויסגאבע און כ'בין ארויס פון התפעלות פון דיין טייפ שרייבן (וואס דאס האט מיר עווענטשולי געמאכט זיך איינצושרייבן דא און אויסטשעקן און הנאה פון דאס פלאץ פון אינעווייניג).

האסט א גאר רייכע שריפט, גיי אן ווייטער און באנוץ דיך דערמיט ווי אפטער.

ייש"כ


אויב מעג איך פרעגן, פון ווי זענט איר אנגעקומען צום לאמטערנע?
עס איז דא מענטשן וואס זענען ווי וואלקענס. ווען זיי קומען אן ווערט א שפע...

(קרעדיט: מ"ק)

זוכט איר אזאפטיגע ארטיקל ארויסצופרינטן? באזוכט דא. האט איר געזעהן? הנאה געהאט? באדאנקט אייך דא.

אוועטאר
קלמיש'ל
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 28, 2017 7:14 pm

תגובהדורך קלמיש'ל » דינסטאג פאברואר 28, 2017 9:07 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
קלמיש'ל האט געשריבן:א גאלדענעם פעדער פארמאגסטו, שמעלקא זאפטיגער.

איך האב שוין אנגעיאגט דאס צו ליינען אינעם לאמטערנע אויסגאבע און כ'בין ארויס פון התפעלות פון דיין טייפ שרייבן (וואס דאס האט מיר עווענטשולי געמאכט זיך איינצושרייבן דא און אויסטשעקן און הנאה פון דאס פלאץ פון אינעווייניג).

האסט א גאר רייכע שריפט, גיי אן ווייטער און באנוץ דיך דערמיט ווי אפטער.

ייש"כ


אויב מעג איך פרעגן, פון ווי זענט איר אנגעקומען צום לאמטערנע?

א לינק פון א חבר.
איך האב עפעס צו זאגן. איר ווילט נישט הערן? איך פייף אריין!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג פאברואר 28, 2017 9:15 pm

טענקס



אגב, יעצט זעה איך אז איר האט גענומען מיין אלטע אוועטאר..
עס איז דא מענטשן וואס זענען ווי וואלקענס. ווען זיי קומען אן ווערט א שפע...

(קרעדיט: מ"ק)

זוכט איר אזאפטיגע ארטיקל ארויסצופרינטן? באזוכט דא. האט איר געזעהן? הנאה געהאט? באדאנקט אייך דא.

אוועטאר
קלמיש'ל
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 28, 2017 7:14 pm

תגובהדורך קלמיש'ל » דינסטאג פאברואר 28, 2017 9:16 pm

נעקסטיים שיק מיר א מעסעדזש פארדעם.....
איך האב עפעס צו זאגן. איר ווילט נישט הערן? איך פייף אריין!

אוועטאר
הער צו
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2016 11:23 am
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך הער צו » מוצ"ש מארטש 11, 2017 1:16 pm

שכח שמעלקא, זייער הנאה געהאט.
דו הערסט מיך?? יא יא, איך 'הער צו'.

אוועטאר
יאסעלע
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » זונטאג מארטש 19, 2017 8:31 pm

מ'גייט אמאל וויסן וואו מ'האט פארשלעפט מיסטער פישער?
בכביש אל תהיה צודק, תהיה חכם!

אוועטאר
טריסקער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4546
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » זונטאג מארטש 19, 2017 8:32 pm

יא
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

אוועטאר
יאסעלע
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » זונטאג מארטש 19, 2017 8:56 pm

פון וואנעט נעמסטו דאס?
בכביש אל תהיה צודק, תהיה חכם!

אוועטאר
טריסקער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4546
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » זונטאג מארטש 19, 2017 8:58 pm

פון שמעלקא'לע אליין
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

אוועטאר
יאסעלע
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » זונטאג מארטש 19, 2017 9:01 pm

אה, דו קענסט אים צוריקשלעפן אהער? איך דארף אים עפעס וויכטיג זאגן.
בכביש אל תהיה צודק, תהיה חכם!


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דאנציגער און 5 געסט