געזונטהייט: פינטעלעך אויף די צינג

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

געזונטהייט: פינטעלעך אויף די צינג

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 1:36 pm

שוין א וואך צייט וואס איך לייד פון אזעלכע פינטעלעך/בלאטערלעך/פימפלעך וכל שום וחניכא דאית להו ודלית להו, איך האב געקלערט עס וועט אוועקגיין, עס קומט בלויז פון א פארדארבן מאכל, פון א צו-הייסע קאווע א.ד.ג. למעשה האט זיך עס אבער באזעצט, און נישט נאר אויף איין פלאץ, נאר אויף מערערע פלעצער, און עס באדערט, עס ציפט.

האט איינער ערפארונג מיט אזא סארט זאך? ברויך דאס געזען ווערן דורך א דאקטער? דענטיסט? קען מען דאס היילן מיט א מויל-וואש? האט דאס צוטאן מיטן דיעטע? לשון הרע?

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 2:01 pm

ביי די קליינע קינדער מאכט זיך עס אפט,
עס האט א נאמען (עפעס א דיזיס...) איך מיין עס הייסט טראש. עפעס אזוי,
יא עס ברויך עפעס. פרעג אן א דאקטאר.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

bobke
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

תגובהדורך bobke » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 2:48 pm

סתם פאר אינרעסאנטקייט איך באקום עס אייביג ווען איך בין אנדער פרעשור.

צווענגל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2008 12:22 pm
לאקאציע: אין ביזנעס

תגובהדורך צווענגל » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 2:54 pm

קאל אן מענדל גערטנער פון ק''י 845-783-3700 און פרעג זיין רעבעצין אויב די ציגעלע מילך קען העלפן אויך פארדעם
דער שענסטער געדאנק ווערט צוריבן אויב ס'ברענגט נישט קיין פרנסה

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 3:08 pm

abimlaibt האט געשריבן:ביי די קליינע קינדער מאכט זיך עס אפט,
עס האט א נאמען (עפעס א דיזיס...) איך מיין עס הייסט טראש. עפעס אזוי,
יא עס ברויך עפעס. פרעג אן א דאקטאר.

טראש איז א ווייסע זאך וואס א צווייטער קען אויך באמערקן, איך רעד פון א פראבלעם וואס נאר איך שפיר, מען קען דאס ממש נישט זעהן מיט די אויגן.

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

תגובהדורך משמש » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 3:33 pm

מענין לענין באותו בנין, האט איינער א רפואה פאר בליסטערס אין מויל[מאכט זיך אפט נאך א עקסידענט ביים עסן]?

בדרך אגב, איך וואלט געווען אין שטיצע פון עפענען דא א 'געזונהייט אפטיילונג', וואו מען זאל קענען אנפרעגן אינפארמאציע אויף מעדעצינען, הערן גוטע אדער שלעכטע עספיריענס ביי א דאקטאר, וכו'.

די זאכן ווערן ממילא אויסגעשמועסט דא און דארט, מען דארף נאר האבן א באזונדערע מקום וואס זאל זיין געווידמעט בלויז פאר עניני רפואה,[פארשטייט זיך מיט א דיסקלעימער אז קיינער זאל גארנישט טוען אן פרעגן א דאקטאר]
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג דעצמבער 04, 2009 10:15 am

געווען ביים דאקטער (צוליב דעם פראבלעם, און נאך א אויערן פראבלעם) און ער זאגט אז איך זאל מיך גארגלן מיט זאלץ וואסער און מיט באק-סאדע וואסער, און דאס וועט העלפן ביידע פראבלעמען.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » פרייטאג דעצמבער 04, 2009 12:40 pm

א גרויסן ייש"כ קרעמער פארן צוריקקומען מיטן עצה פונעם דאקטער.

איך לייד שוין דערויף נאך פון אלץ בחור, זיי קענען צומאל אפזיצן אינעם מויל פאר איבער א וואך צייט גייענדיג פון איין ווינקל צום צווייטען..
איך האב שוין אויספרובירט פארשידענע סארט מאוט-וואשער'ס ס'האט קיין סך נישט געהאלפן,
דעם עצה האב איך נאך גראדע נישט געהערט, וועלן מיר אפירקראצן דעם כלי המיוחד ל'זאלץ-וואסער און עס פרובירן נעקס טיים, אגב, ווער איז דער דאקטער אויב מעג איך פרעגן?

(איך מיין עס איז שוין שפעטער ווי העכסט צייט צו גרינדן א "געזונטהייט" פארום דא אין קרעטשמע (נישט קיין קראנקהייט פארום חלילה..), און א סוב פארום פאר "אלטערנאטיווע הייל מיטלן"...)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג דעצמבער 04, 2009 2:01 pm

פון מיין פראקטיץ, די פימפלעך קריגט מען ווען מען נעמט אריין שמוציגע באשטאנדטיילן אין מויל, למשל א שרויף, א פעדער וכדומה זאכן וואס קענען פארמאגן זשערמס אויף זיך.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש דעצמבער 05, 2009 9:55 pm

צום זאך;

דאס איז דער בארימטער דר. שאקוהי פון או די עי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש דעצמבער 05, 2009 10:11 pm

צום זאך האט געשריבן:(איך מיין עס איז שוין שפעטער ווי העכסט צייט צו גרינדן א "געזונטהייט" פארום דא אין קרעטשמע (נישט קיין קראנקהייט פארום חלילה..), און א סוב פארום פאר "אלטערנאטיווע הייל מיטלן"...)

(מיר האבן דערהערט דיין בקשה.
מיר וועלן עס קאנצידירן און באשטעטיגן לויטן אקרו"ט ביים קומענדיגן קהל'שע אסיפה.)
שש.. זאג נישט פאר קיינעם
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
הויכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 3:41 pm

תגובהדורך הויכער » מאנטאג דעצמבער 07, 2009 7:48 pm

פאר בליסטערס אין מויל קען מען נעמען:
1- א ווייטאמין וואס הייסט הערפיעס (בשעת מען האט די בליסטערס נעמט מען בערך 4 שטיק א טאג)
2- לייסין - דאס זאל מען נעמען כסדר אפילו ווען מען האט נישט קיין בליסטערס (איינע וואס לייד דערפון)
3 - עס איז דא א שמיר ארויפצושמירן בשעת מעשה אויף דעם (והעיקר שכחתי/שמו)
מ'מינישט דייקא רעדן הויעך אז מ'זאל פארשטיין, מ'קען שרייבן אויך. [ווערטער קרעדיט:איך_הער]


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט