געזונטהייט: כ'קען דעם קאמפיוטער נישט קוקן אין פנים אריין

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

געזונטהייט: כ'קען דעם קאמפיוטער נישט קוקן אין פנים אריין

תגובהדורך פרייליכערהייט » מוצ"ש נובעמבער 28, 2009 10:13 pm

איך ווייס נישט צו ס'איז שוין פון דעם גערעדט געווארן דא, און מיין סערטש האט מיר גאהרנישט אפירגעקראצט, אדרבה אז איינער ווייסט ווי ביטע לינקן,
מיין פראבלעם איז א נייער, און א ווייטאגליכער, זינט פאריגע וואך האט זיך מיר מיינע מוסקלען ארום די אויגן אנזאגט זיך צו האלטן רואיג, און טוהן געטריי איהר פליכט, זי שרייט אז זי ווערט צופיל צודריקט, זי שפירט א געוואלדיגע מאס פרעשור קוקנדיג אויפן קאמפיוטער סקרין, און איך קען איהר נישט בארואיגן, איך פרוביר איהר צו איגנארירן אבער זי איז שטערקער, זי שיקט מעסעדשעס פאר די אנדערע מוסקלען ארום מיין גלגלת אין זיי אלע ארבעטן מיט זיי טוען מיר אן צרות צרורות, מיט שמערצליכע שמערצן, בקיצור איך קען דעם קאמפיוטער נישט קוקן אין פנים אריין, וואס טוה איך ?
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש נובעמבער 28, 2009 10:16 pm

מאך טונקעלער די סקרין סעטטינגס, ביז דו פיהלסט קאמפארטעבל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » זונטאג נובעמבער 29, 2009 8:35 pm

שוועמעל טייערע א הארציגן ישר כח פארן פרובירן צו העלפן, וואס קען איך אבער טוהן אז מיט גוטן ווילן אליין, אין אפילו מיט די גוטע עצה דיינע איז מיר נאך אלס אויפן אויג קאלעמוטנע,( א אויג קען זיין ?) דאס אויג איז אין מיר בועט, וואס טוה איך ,?
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

צווענגל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2008 12:22 pm
לאקאציע: אין ביזנעס

תגובהדורך צווענגל » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 9:10 am

ס'קען זיין אז די האסט א פארקילעכט'ס אין די אויגן גיי טשעק עס אויס - איך האב עס אויך
דער שענסטער געדאנק ווערט צוריבן אויב ס'ברענגט נישט קיין פרנסה

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9707
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג דעצמבער 08, 2009 6:39 pm

ווארשיינליך איז די עצה אז די ארום זאל זיין ליכטיגער ווי די סקרין, ממילא קען זיין פארדעם האט נישט געהאלפן טינקל מאכן די סקרין ווייל די סקרין איז נאכאלץ געווען ליכטיגער, פראביר צו לייגן א לייט ממש העכער דיין קאפ אדער סקרין. אויב דאס העלפט נישט קען זיין אז איר האט טאקע עפעס אין אויג טשעקט עס דאן אויס.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך דעצמבער 09, 2009 9:36 am

פורביר אנצוטאן זין ברילן.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » דינסטאג דעצמבער 29, 2009 2:44 pm

אדער זעץ זיך אויף א העכערע בענקל וועסטו נישט דארפן אזוי שטארק עפענען דו אויגן אריין צוקוקן דערין.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג דעצמבער 29, 2009 4:13 pm

אזוי נארמאל האט געשריבן:אדער זעץ זיך אויף א העכערע בענקל וועסטו נישט דארפן אזוי שטארק עפענען דו אויגן אריין צוקוקן דערין.

איז דאס א וויץ אדער עס העלפט עכט?
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » מיטוואך דעצמבער 30, 2009 11:41 am

פאר פראבירן איז עס זייער גיט...
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » מיטוואך דעצמבער 30, 2009 11:45 am

ווערטליך אין א זייט

אויב זעצט מען זיך העכער, דארף מענישט אזוי שטארק עפענען דו אויגן. ווייל מ'דארף נישט ארויף קוקן צום סקרין, נאר אראפ, שטרענגט מען נישט אזוי אן דו אויגן.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

אוועטאר
גיי_ווייס
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 12:34 am

תגובהדורך גיי_ווייס » דינסטאג ינואר 12, 2010 9:32 pm

יעצט געטראכט וואס קען אפשר זיין

ממש בקיצר נמרץ....
ווען א מענטש מאכט עקסערסייז. אין נאך דעם מאכט ער נישט קיין סטרעטשעס. אין ציט זיך נישט אויס די ביינער נאכן עקסערסייז. בעסער געזאגט ציט נישט אויס די מאססעלס. וועט אים זייער וויי טין. ווייל די מאססעלס ווערן שטייף.
קען זיין אז ביי די אויגן איז די זעלביגע. ווען די ניצט די אויגן א גאנצן טאג איז אזוי ווי די מאכסט עקסערסייז(אפשר). איז ווי פריער געשמיסט אז נאך עקסערסייז קימט סטרעטשעס
(ס'איז דא וועגן אליין אויסצי ארבטען די אויגן)
_________________________x

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » דינסטאג ינואר 12, 2010 9:36 pm

ביי מיין פאל : דוכטזיך איז מר. צווענגל גערעכט געוועהן, אז עס איז געוועהן א פארקילאכטץ, ווייל איך האב שוין אויפגעהערט צו ליידן ברוך השם אויף דעם פראבלעם. אלעס אנדערש קען אויך זיין אמת, אבער א פארקילטער אויג, קען ווארשיינליך וויי טוהן ווען מען שטרענגט איר איבער...
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט