בלאט 1 פון 2

רוקן ווייטאג

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 6:33 am
דורך הערשי קניהויז
זיצענדיג אויפן אפיס בענקל רוב פינעם טאג האב איך לעצטענס באקומען רוקן ווייטאג, האט אפשר איינער עפעס אן עצה?

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 9:55 am
דורך שוועמל
ווארשיינליך האסטו נישט א גוטן בענקל.

http://www.spine-health.com/wellness/er ... -back-pain

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 10:05 am
דורך שוועמל
דא האבן זיי עפעס וואס דארף קעיר נעמען דערפון, ווייס איך נישט ווי גוט ס'יז.
http://www.thebackthing.com/


אמאל האב איך געהערט א השערה אז פון זיצן אסך קען געשען דארט אונטן ביים קראטש דארט וואו די שדרה ענדיגט זיך, אז ס'שטיפט צוריק ארויף די שדרה גיבנדיג פרעשור פון אונטן ארויף און דאס טויג נישט.

א שטיקל עצה דערצו איז צו זיצן אויף אזא ספעציעלע קישעלע וואס פארמאגט א לאך אין די בעק כדי די עק פון די שדרה זאל נישט אנרירן דעם בענקל, נאר אריינפאלן אינעם לאך.
http://hudsonmedicalproducts.com/images ... 00x346.jpg

איך האב עס נאכנישט פרובירט.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 10:47 am
דורך שמערי בערי
איך נוץ א קייראפרעקטער פון צייט צו צייט, און ס'נישט שלעכט...

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 10:53 am
דורך וויכטיג מאכער
שמערי, א קייראפרעקטער איז גוט נאכדעם, ווען די פראבלעם איז שוין דא, ער זוכט צו פראווענטן די פראבלעם.

אגב, איך נוץ גאר א גוטן קייראפרעקטער, אויב איינער איז אינטערעסירט, (ער קאסט אסאאאאך געלט, נישט קיין אינשורענס..) קען איך געבן זיין נאמבער אין אישית.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 11:22 am
דורך שוועמל
א קיירעפראקטער קען פונקט אזוי פריווענטן.

מען מוז נישט קראנק זיין צו גיין צו אים, פרעג אים אליינס..

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 11:25 am
דורך הויכער
חוץ פון דעם וואס עס פריווענט אסאך קראנקהייטן - ווי באוואוסט

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 2:10 pm
דורך קאלטס און ווארעמס
קען מיר איינער טאקא ארויסהעלפן מיט דעם? איך לייד שוין יאהרן אויף שטארקע רוקן ווייטאג א ספעציעליסט האט מיר געזאגט אז איך האב נאר א קליינע דעגרי פון סקאליאסעס און מען דארף עס טשעקן א יעדע יאהר.
דאס איז אנגעגאנגען ביז איך האב אנגעהויבן צו באקומען געפערליכע קרעמפן אז ממש איך האב מיך נישט געקענט רירן, און איך בין צוריקגעלאפן צום ספעציעליסט הנ"ל און ער האט מיר געהייסן גיין צו פיסיקעל טערהאפי און אויב עס העלפט נישט זאל איך קומען מאכן אן MRI און איך בין געגאנגען און עס איז נאר ערגער געווארן, איך ווייס שוין נישט וואס צו טוהן.
און אזוי זעננדיג דעם קעפל פון ר' הערשי איז מיר אויפגעבליצט א געדאנק אז אפשר איינער דא קען מיר העלפן
נו לאמיר הערן שמערי
שאץ
וויכי
נו איך הער נישט

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 3:28 pm
דורך וויכטיג מאכער
איך ווייס נישט וואס דאס איז, אבער אז דו ווילסט דוקה, שיק מיר א אימעיל, כ'וועל דיר שיקן מיין קייראפרעקטער'ס נאמבער.

געדענק, ער בעיט די ערשטע וויזיט 350, פון די צווייטע און ווייטער 120, (אויב ער איז נאכנישט ארויף..) פרעגסט מיך? ער איז ווערד יעדע פעני.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 3:59 pm
דורך קבל את האמת
מיין עקספירעניס מיט לאויער בעק ווייטאג איך בין געגאנגען צו דעם אלטען טייטלבוים ע"ה פון פלעטבוש וואס יעדער האט גרעדעט פון עם גדלות ונצורות און ס'האט נישט געהאלפען.
שפעטער בין איך געגאנגען צו שאלקין און בארא פארק אויך נישט געהאלפען.
שפעטער צו דר. קאסטען אויף גרעהם 718 384-0056 50-60 פער וויזיט און ער איז ב"ה געווען א גוטער שליח אז דער פראבלעם איז ב"ה כמעט גענצליך אוועק געגאנגען דער אייבערשטער זאל העלפען וויטער
איך מיין אז שטיין לאנג אינטער ווארעמע הייסע שויער איז זייער גוט


א רפואה שלימה

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 4:00 pm
דורך קאלטס און ווארעמס
גוטע קיירעפראקטערס האב איך אויך איך וואלט נאר געקענט בעשטיין צו פטור ווערן פון די אנשיקעניש איינמאל פאר אלעמאל.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 4:09 pm
דורך myword
Rabbi Katz 718 232 2741 as kost nisht kain gelt
er is o richtiger mimcha

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 4:14 pm
דורך וויכטיג מאכער
קעש, דער פון וועם איך רעד, נעמט אוועק די פראבלעם.

איך קען א שיינע פאר מענטשן, משפחה מיטגלידער, וגם אני בתוכם, וואס ער האט אוועקגענומען פון אונטער א מעסער.

ס'ען זיין אז אנדערע זענען אויך גוט, איך, מיט נאך אסאאך אנדערע, האבן זייער א גוטע עקספיריענס מיט עם.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 4:16 pm
דורך הערשי קניהויז
איך האב שוין טאקע זייער לאנג נישט געניצט א קייראפרעקטער, האבעך יעצט געמאכט אן אפוינטמענט ביי דר. בעקערמויז.

וויכי, דאס איז מאוטשא דענעראו.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 4:28 pm
דורך וויכטיג מאכער
יאפ, מאטשאו אז נישט דאס ווארט, אבער ער איז ווערד.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 8:32 pm
דורך פרייליכערהייט
myword האט געשריבן:Rabbi Katz 718 232 2741 as kost nisht kain gelt
er is o richtiger mimcha


ער איז דולה ומשקה(ע) תורת רבו דאקטער סארנאו .... 'ס מעטאדן לאחרים,
דר. סארנאו'ס מהלך איז א דרך ארוכה וקצרה, מען דארף עס גוט אפלערנען פארשטיין און הערשט נאכדעם פרובירן אויף זיין וועג צו גיין ,
עס איז אויך דא צו באקומען זיין בוך\ביכער,
מען קען אויך גיין צו איהם אליין , ער בעט א איינמאהליגע אפצאהל פון טויזענט דאלער און דערנאך ביזטו זיין פעישאנט פאר לייף, (פאר לייף מיין איך ביז ער לעבט ווארום ער איז א בן שמונים)

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 13, 2009 9:37 am
דורך קאלטס און ווארעמס
נו נו ווען איך וועל מופן קיין סיטי וועט מען זיך קענען היילן

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 13, 2009 9:45 am
דורך myword
Rabbi Katz is for free

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 13, 2009 9:54 am
דורך קאלטס און ווארעמס
ווי איז ער לאקעיטעט?

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 13, 2009 10:40 am
דורך שוועמל
דא האב איך געשריבן איבער הרב כ"ץ און דר. סארנאו.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 13, 2009 10:45 am
דורך פרייליכערהייט
שוועמל האט געשריבן:דא האב איך געשריבן איבער דר. סארנאו.

שוועמעלע
ברענג עס ליבערשט אהער געהעריג קאט קאפי פעיסט. דא איז ענדערש די פלאץ דערפאר.

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 14, 2009 8:10 pm
דורך DotCom
להוי ידוע, ביי געוויסע מענטשן קלאפט ענקזייעטי אויס אין רוקן ווייטאג... פרעג דערוועגן דיין דזשענעראל דאקטאר.

אפילו די מיינסט אז די ליידסט נישט אויף ענקזייעטי, איז אבער דא גרויסע טשענסעס אז די ווייסט נישט דערוועגן.

האב א רפואה שלימה בקרוב.

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 14, 2009 11:12 pm
דורך שוועמל
געפאלגט, איך שטעל עס דא אריבער נאכאמאל לתועלת הענין.

איבערטראכטענדיג דערמאן איך מיך פון דעם באקאנטן הרב כ"ץ פון בארא פארק.

ער גיבט סעציעס יעדע דריי וואכן אין זיין דירה איבער א מהלך פון דאקטאר סארנאו.

זיין שיטה איז גאר אין קורצן:
א מענטש וואס האט א פסיכאלאגישע ווייטאג און עס דרוקט שטארק אויפן מוח, וועט זיין סוב-קאנטשעס פרובירן מיט אלע מיטלען ער זאל אוועקקוקן פון דעם פסיכאלאגישן ווייטאג. די הויפט מיטל וואס דער סוב-קאנטשעס נעמט אונטער איז צו שאפן א פיזישער ווייטאג אזוי אז דער מוח זאל ענדערש טראכטן און זיין פארנומען מיט די נארישע פיזישע ווייטאג ווי איידער די פסיכאלאגישע ווייטאג. (פונקטליך וויאזוי דאס גייט צו אין די מוח און אין די קערפער ווייס איך נישט. עס איז דא קאנטשעס מיט א סוב-קאנטשעס און די צוויי קריגן זיך כסדר).

זיין 'קיור' איז זיך צו שלאגן מיטן סוב קאנטשעס דורך כסדר זאגן אז איך פייף דיך אן. די נוסח גייט בערך אזוי:
"פיזיש פעלט מיר גארנישט, איך בין געזונט און שטארק ווי יעדער מענטש פון מיין עלטער. מיין סוב-קאנטשעס וויל פארדרייען מיין סייקאלאזשיקל אטענשאן צו מיין פיזיקל אטענשאן, אבער איך וועל נישט לאזן מיין סוב-קאנטשעס פירן מיין לעבן, איך וועל עס פירן די וועג וויאזוי איך וויל! [בע"ה]".

איי וואס טוט מען מיטן פסיכאלאגישן ווייטאג? דאס איז גארנישט, דאס שאפט נישט קיין פראבלעמען, און מען קען עס באזייטיגן פון די געדאנקען דורך מוחל זיין פאר יענעם, דורך עס אויסרעדן פאר א צווייטן וכדומה. און רוב מענטשן האבן פון גאר אינג אזעלכע פסיכאלאגישע ווייטאגן אנגעהויבן פון אלץ קינד, איינער האט אים געטשעפעט וכו' זאכן וואס זענען לרוב שטותים אבער עס בלייבט אין מענטשענס געדאנק אויפן גאנץ לעבן!

לויט דעם הרב כ"ץ פארציילט ער פון הונדערטער מענטשן וואס האבן געהאט ווייטאגן אין די מוסקלען, צוקער, פאנגוס, און פארשידענע שוואכקייטן און די קערפער. און נאכן אננעמען זיין מהלך זענען די פיזישע מחלות פארשווינדן!
פארשטייט זיך אז דאס קען נישט געזאגט ווערן אויף ערענסטע מחלות ווי הארץ אטאקעס ה"י וכדומה, אבער די סארט לייכטע מחלות וואס מענטשן רופן "איינרעדעניש- ס'פעלט אים גארנישט" אויף דעם איז דאס געזאגט געווארן.

איך בין שוין געווען עטליכע מאל ביי זיין שיעור, מען ברויך עס אויפפרישן יעדע שטיק צייט.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 15, 2009 10:42 am
דורך קאלטס און ווארעמס
נו נו איך וועל טוהן דערין בע"ה

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 21, 2010 9:47 pm
דורך שוועמל
איך הייב אן ליידן פון רוקן ווייטאג, ווארשיינליך האב איך טאקע נישט קיין גוטע בענקל.

האט איינער עקספיריענס?