רוקן ווייטאג

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

רוקן ווייטאג

תגובהדורך הערשי קניהויז » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 6:33 am

זיצענדיג אויפן אפיס בענקל רוב פינעם טאג האב איך לעצטענס באקומען רוקן ווייטאג, האט אפשר איינער עפעס אן עצה?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 9:55 am

ווארשיינליך האסטו נישט א גוטן בענקל.

http://www.spine-health.com/wellness/er ... -back-pain
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 10:05 am

דא האבן זיי עפעס וואס דארף קעיר נעמען דערפון, ווייס איך נישט ווי גוט ס'יז.
http://www.thebackthing.com/


אמאל האב איך געהערט א השערה אז פון זיצן אסך קען געשען דארט אונטן ביים קראטש דארט וואו די שדרה ענדיגט זיך, אז ס'שטיפט צוריק ארויף די שדרה גיבנדיג פרעשור פון אונטן ארויף און דאס טויג נישט.

א שטיקל עצה דערצו איז צו זיצן אויף אזא ספעציעלע קישעלע וואס פארמאגט א לאך אין די בעק כדי די עק פון די שדרה זאל נישט אנרירן דעם בענקל, נאר אריינפאלן אינעם לאך.
http://hudsonmedicalproducts.com/images ... 00x346.jpg

איך האב עס נאכנישט פרובירט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 10:47 am

איך נוץ א קייראפרעקטער פון צייט צו צייט, און ס'נישט שלעכט...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23432
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 10:53 am

שמערי, א קייראפרעקטער איז גוט נאכדעם, ווען די פראבלעם איז שוין דא, ער זוכט צו פראווענטן די פראבלעם.

אגב, איך נוץ גאר א גוטן קייראפרעקטער, אויב איינער איז אינטערעסירט, (ער קאסט אסאאאאך געלט, נישט קיין אינשורענס..) קען איך געבן זיין נאמבער אין אישית.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 11:22 am

א קיירעפראקטער קען פונקט אזוי פריווענטן.

מען מוז נישט קראנק זיין צו גיין צו אים, פרעג אים אליינס..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
הויכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 3:41 pm

תגובהדורך הויכער » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 11:25 am

חוץ פון דעם וואס עס פריווענט אסאך קראנקהייטן - ווי באוואוסט
מ'מינישט דייקא רעדן הויעך אז מ'זאל פארשטיין, מ'קען שרייבן אויך. [ווערטער קרעדיט:איך_הער]

אוועטאר
קאלטס און ווארעמס
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:05 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קאלטס און ווארעמס » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 2:10 pm

קען מיר איינער טאקא ארויסהעלפן מיט דעם? איך לייד שוין יאהרן אויף שטארקע רוקן ווייטאג א ספעציעליסט האט מיר געזאגט אז איך האב נאר א קליינע דעגרי פון סקאליאסעס און מען דארף עס טשעקן א יעדע יאהר.
דאס איז אנגעגאנגען ביז איך האב אנגעהויבן צו באקומען געפערליכע קרעמפן אז ממש איך האב מיך נישט געקענט רירן, און איך בין צוריקגעלאפן צום ספעציעליסט הנ"ל און ער האט מיר געהייסן גיין צו פיסיקעל טערהאפי און אויב עס העלפט נישט זאל איך קומען מאכן אן MRI און איך בין געגאנגען און עס איז נאר ערגער געווארן, איך ווייס שוין נישט וואס צו טוהן.
און אזוי זעננדיג דעם קעפל פון ר' הערשי איז מיר אויפגעבליצט א געדאנק אז אפשר איינער דא קען מיר העלפן
נו לאמיר הערן שמערי
שאץ
וויכי
נו איך הער נישט

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23432
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 3:28 pm

איך ווייס נישט וואס דאס איז, אבער אז דו ווילסט דוקה, שיק מיר א אימעיל, כ'וועל דיר שיקן מיין קייראפרעקטער'ס נאמבער.

געדענק, ער בעיט די ערשטע וויזיט 350, פון די צווייטע און ווייטער 120, (אויב ער איז נאכנישט ארויף..) פרעגסט מיך? ער איז ווערד יעדע פעני.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

תגובהדורך קבל את האמת » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 3:59 pm

מיין עקספירעניס מיט לאויער בעק ווייטאג איך בין געגאנגען צו דעם אלטען טייטלבוים ע"ה פון פלעטבוש וואס יעדער האט גרעדעט פון עם גדלות ונצורות און ס'האט נישט געהאלפען.
שפעטער בין איך געגאנגען צו שאלקין און בארא פארק אויך נישט געהאלפען.
שפעטער צו דר. קאסטען אויף גרעהם 718 384-0056 50-60 פער וויזיט און ער איז ב"ה געווען א גוטער שליח אז דער פראבלעם איז ב"ה כמעט גענצליך אוועק געגאנגען דער אייבערשטער זאל העלפען וויטער
איך מיין אז שטיין לאנג אינטער ווארעמע הייסע שויער איז זייער גוט


א רפואה שלימה

אוועטאר
קאלטס און ווארעמס
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:05 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קאלטס און ווארעמס » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 4:00 pm

גוטע קיירעפראקטערס האב איך אויך איך וואלט נאר געקענט בעשטיין צו פטור ווערן פון די אנשיקעניש איינמאל פאר אלעמאל.

myword
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 8:33 am

תגובהדורך myword » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 4:09 pm

Rabbi Katz 718 232 2741 as kost nisht kain gelt
er is o richtiger mimcha

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23432
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 4:14 pm

קעש, דער פון וועם איך רעד, נעמט אוועק די פראבלעם.

איך קען א שיינע פאר מענטשן, משפחה מיטגלידער, וגם אני בתוכם, וואס ער האט אוועקגענומען פון אונטער א מעסער.

ס'ען זיין אז אנדערע זענען אויך גוט, איך, מיט נאך אסאאך אנדערע, האבן זייער א גוטע עקספיריענס מיט עם.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 4:16 pm

איך האב שוין טאקע זייער לאנג נישט געניצט א קייראפרעקטער, האבעך יעצט געמאכט אן אפוינטמענט ביי דר. בעקערמויז.

וויכי, דאס איז מאוטשא דענעראו.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23432
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 4:28 pm

יאפ, מאטשאו אז נישט דאס ווארט, אבער ער איז ווערד.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 8:32 pm

myword האט געשריבן:Rabbi Katz 718 232 2741 as kost nisht kain gelt
er is o richtiger mimcha


ער איז דולה ומשקה(ע) תורת רבו דאקטער סארנאו .... 'ס מעטאדן לאחרים,
דר. סארנאו'ס מהלך איז א דרך ארוכה וקצרה, מען דארף עס גוט אפלערנען פארשטיין און הערשט נאכדעם פרובירן אויף זיין וועג צו גיין ,
עס איז אויך דא צו באקומען זיין בוך\ביכער,
מען קען אויך גיין צו איהם אליין , ער בעט א איינמאהליגע אפצאהל פון טויזענט דאלער און דערנאך ביזטו זיין פעישאנט פאר לייף, (פאר לייף מיין איך ביז ער לעבט ווארום ער איז א בן שמונים)
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
קאלטס און ווארעמס
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:05 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קאלטס און ווארעמס » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 9:37 am

נו נו ווען איך וועל מופן קיין סיטי וועט מען זיך קענען היילן

myword
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 8:33 am

תגובהדורך myword » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 9:45 am

Rabbi Katz is for free

אוועטאר
קאלטס און ווארעמס
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:05 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קאלטס און ווארעמס » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 9:54 am

ווי איז ער לאקעיטעט?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 10:40 am

דא האב איך געשריבן איבער הרב כ"ץ און דר. סארנאו.
לעצט פאראכטן דורך שוועמל אום פרייטאג נובעמבער 13, 2009 11:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 10:45 am

שוועמל האט געשריבן:דא האב איך געשריבן איבער דר. סארנאו.

שוועמעלע
ברענג עס ליבערשט אהער געהעריג קאט קאפי פעיסט. דא איז ענדערש די פלאץ דערפאר.
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » מוצ"ש נובעמבער 14, 2009 8:10 pm

להוי ידוע, ביי געוויסע מענטשן קלאפט ענקזייעטי אויס אין רוקן ווייטאג... פרעג דערוועגן דיין דזשענעראל דאקטאר.

אפילו די מיינסט אז די ליידסט נישט אויף ענקזייעטי, איז אבער דא גרויסע טשענסעס אז די ווייסט נישט דערוועגן.

האב א רפואה שלימה בקרוב.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש נובעמבער 14, 2009 11:12 pm

געפאלגט, איך שטעל עס דא אריבער נאכאמאל לתועלת הענין.

איבערטראכטענדיג דערמאן איך מיך פון דעם באקאנטן הרב כ"ץ פון בארא פארק.

ער גיבט סעציעס יעדע דריי וואכן אין זיין דירה איבער א מהלך פון דאקטאר סארנאו.

זיין שיטה איז גאר אין קורצן:
א מענטש וואס האט א פסיכאלאגישע ווייטאג און עס דרוקט שטארק אויפן מוח, וועט זיין סוב-קאנטשעס פרובירן מיט אלע מיטלען ער זאל אוועקקוקן פון דעם פסיכאלאגישן ווייטאג. די הויפט מיטל וואס דער סוב-קאנטשעס נעמט אונטער איז צו שאפן א פיזישער ווייטאג אזוי אז דער מוח זאל ענדערש טראכטן און זיין פארנומען מיט די נארישע פיזישע ווייטאג ווי איידער די פסיכאלאגישע ווייטאג. (פונקטליך וויאזוי דאס גייט צו אין די מוח און אין די קערפער ווייס איך נישט. עס איז דא קאנטשעס מיט א סוב-קאנטשעס און די צוויי קריגן זיך כסדר).

זיין 'קיור' איז זיך צו שלאגן מיטן סוב קאנטשעס דורך כסדר זאגן אז איך פייף דיך אן. די נוסח גייט בערך אזוי:
"פיזיש פעלט מיר גארנישט, איך בין געזונט און שטארק ווי יעדער מענטש פון מיין עלטער. מיין סוב-קאנטשעס וויל פארדרייען מיין סייקאלאזשיקל אטענשאן צו מיין פיזיקל אטענשאן, אבער איך וועל נישט לאזן מיין סוב-קאנטשעס פירן מיין לעבן, איך וועל עס פירן די וועג וויאזוי איך וויל! [בע"ה]".

איי וואס טוט מען מיטן פסיכאלאגישן ווייטאג? דאס איז גארנישט, דאס שאפט נישט קיין פראבלעמען, און מען קען עס באזייטיגן פון די געדאנקען דורך מוחל זיין פאר יענעם, דורך עס אויסרעדן פאר א צווייטן וכדומה. און רוב מענטשן האבן פון גאר אינג אזעלכע פסיכאלאגישע ווייטאגן אנגעהויבן פון אלץ קינד, איינער האט אים געטשעפעט וכו' זאכן וואס זענען לרוב שטותים אבער עס בלייבט אין מענטשענס געדאנק אויפן גאנץ לעבן!

לויט דעם הרב כ"ץ פארציילט ער פון הונדערטער מענטשן וואס האבן געהאט ווייטאגן אין די מוסקלען, צוקער, פאנגוס, און פארשידענע שוואכקייטן און די קערפער. און נאכן אננעמען זיין מהלך זענען די פיזישע מחלות פארשווינדן!
פארשטייט זיך אז דאס קען נישט געזאגט ווערן אויף ערענסטע מחלות ווי הארץ אטאקעס ה"י וכדומה, אבער די סארט לייכטע מחלות וואס מענטשן רופן "איינרעדעניש- ס'פעלט אים גארנישט" אויף דעם איז דאס געזאגט געווארן.

איך בין שוין געווען עטליכע מאל ביי זיין שיעור, מען ברויך עס אויפפרישן יעדע שטיק צייט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קאלטס און ווארעמס
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:05 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קאלטס און ווארעמס » זונטאג נובעמבער 15, 2009 10:42 am

נו נו איך וועל טוהן דערין בע"ה

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 9:47 pm

איך הייב אן ליידן פון רוקן ווייטאג, ווארשיינליך האב איך טאקע נישט קיין גוטע בענקל.

האט איינער עקספיריענס?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט