חולי ישראל ווערן ליידער נתרבה מיום ליום!!!

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

גרוש
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 12:17 pm

חולי ישראל ווערן ליידער נתרבה מיום ליום!!!

תגובהדורך גרוש » דינסטאג נובעמבער 10, 2009 5:36 pm

מיר האלטן אצינד בעיקבתא דמשיחא עס ווערט ליידער מקויים די גמרא מיום שחרב ביהמ''ק אין לך יום שאין קללתה מרובה מחברתה, אידן וואלגערן זיך אין די שפיטעלער, היינט אליין איז ארום געגאנגען 2 טעקסט מעסעדזשעס:
1 וועגן א אינגע מאמע וואס איז אין א ביטערע סכנה נאכן האבן א קינד למז''ט
2 א מיידל פון 19 יאר מיט יענע מחלה רח''ל ל''ע ולא עליה
אצינד ליגט אויף אונז די חוב אריינצוטראכטן וואס דאס איז אונז מחייב, די גמרא זאגט אין מס' שבת ''בעון ניוול פה בנים מתים כשהם קטנים יתומים ואלמנות צועקים ואינן נענין וכו' אף השומע ושותק'', ווער עס טראכט אריין אין די גמרא פארשטייט וואספארא ביטערע שפיל דאס איז, עס איז ליידער געווארן אין די לעצטערע יארן זייער נאכלעסיג דאס ענין הן ביי בחורים אין ישיבה הן ביי אינגעלייט אין ביהמ''ד מ'כאפט זיך אליינס נישט וואס דאס ברענגט לאז מיר זיך אלע מקבל זיין צו משפר זיין די מעשים,
אויב אפי' 1 איד זאל נתעורר ווערן פון דעם, האט זיך מיר שוין געלוינט די שרייבן,
יה''ר אז אלע קראנקע זאלן האבן א רפואה און אלע אידן ישועה והבריאים מעמך ישראל שלא יחלו ח''ו,

prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

תגובהדורך prowed jew » דינסטאג נובעמבער 10, 2009 5:47 pm

כדאי טאקע צו באדאנקען די מנהלים פאר אזאנע פארומס
ריין פון פאליטיק, ניבול פה, לשון הרע, מוציא שם רע,
כה לחי!!!!!
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט