געזונטהייט: פרישע ארגענעזאציע - וואלענטירן געזוכט

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

א רייזע
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2009 12:32 pm

געזונטהייט: פרישע ארגענעזאציע - וואלענטירן געזוכט

תגובהדורך א רייזע » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 4:41 pm

בעזהשי"ת

טייערע חשוב'ע אידן, רחמנים און גומלי חסדים שיחיו.

האט אייך שוין אמאל אנגעכאפט א חשק צו טאן א טובה פאר א צווייטע איד? מקיים צו זיין די געוואלדיגע מצוה פון ביקור חולים? צי ווייסט איר ווי שווער עס קומט אן פאר די חולי ישראל אנצוקומען צו זייערע דאקטוירים אין אלע עקן פון שטאט?

מיר "א רייזע" (The Trip) האבן איינגעזען אז עס איז דא א געברויך פאר די סערוויס וואס מיר האפן בעז"ה צוצושטעלן פאר פאציענטן צו שפארן געלט און עס מאכען גרינג און באקוועם ביים רייזן צו זייערע דאקטוירים אויף וועכנטליכע אדער איינמאליגע אפוינטמענטס.

לויטן פלאן, וועלן מיר מיט די צייט אי"ה פארמאגן עטליכע גרעסערע ווענס אדער שאטעל באסעס (אויף אן אופן וואס אפילו וואלונטירן אן CDL לייסענס זאלן דאס אויך קענען ארומפירן, אויך זאל עס נאך ערלויבט זיין צו פארן אויף Parkways) וואס וועלן עטליכע מאל אין טאג ארומפירן אידן און אידענעס פון וויליאמסבורג צו די אפיסעס פון זייערע דאקטוירים אדער שפיטעלער דורכאויס די מעטראפאליטען עריע.

אנדערש ווי די עקזיסטירענדע ארגעניזאציעס, ווי "חסד" און דאס גלייכן – וואס מיר שטייען מיט זיי אין שטענדיגן קאנטאקט, און מיט זייער צושטימונג און א דאנק זייערע באראטונגען האבן מיר דערגרייכט ביז אהער – וועלן אונזערע געניסער נישט דארפן זיין איינגעשריבן אין א סיסטעם אדער האבן אפטע אפוינטמענטס צום דאקטער א.ד.ג., מיר וועלן צושטעלן א וועג אי"ה אפילו פאר איינמאליגע אפוינטמענטס.

מיר האפן איינצושטעלן דעם סיסטעם ווי פאלגנד: איין טאג בעפאר די אפוינטמענט רופט מען אריין צום טעלעפאן סיסטעם ביז 6:00, וואו מען לאזט איבער דעם אדרעס פונעם שפיטאל אדער דאקטערס אפיס, ווי אויך די פונקטליכע צייט פון די אפוינטמענט. די דיספעטשערס וועלן אויסהערן אלע מעסעדזשעס און אויסשטעלן א פונקטליכן ראוט פאר די ווענס/שאטעלס אפצופירן אלע פאציענטן צו זייער דעסטינאציע.

אונזער ציהל איז צו האבן ווי מער ווענס/שאטעלס פאר אונזערע טריפס, כדי די מיטפארער זאלן נישט דארפן צופיל ארומרייזן בעפאר זיי דערגרייכן זייער דעסטינאציע, ווי אויך כדי די ווענס/שאטעלס זאלן ווי אמשנעלסטן זיין גרייט צוריקצופארן און אויפנעמען די פאציענטן נאך זייערע אפוינטמענטס.

אזוי ווי מיר שטייען נאך יעצט אין די סאמע ערשטע טעג פון אונזער גרינדונג, זענען מיר זייער שטארק אנגעוויזן אויף וואלונטירן וואס זאלן מנדב זיין פון זייער צייט ארומצופירן די אידן מיט די אייגענע אויטאמאבילן, ובפרט אידען וואס פארן סיי ווי סיי כסדר צו די ארבעט און פון די ארבעט וכדומה, ביז מיר וועלן בעז"ה שטיין אויף די פיס און פארמאגן אן אייגענע פלאטע פון ווענס/שאטעלס (אויך דאן וועלן מיר זיך דארפן צומאל באנוצן מיט פריוואטע דרייווערס פאר פאציענטן וואס וועלן דאס באדארפן צוליב זייער צושטאנד).

א שיינעם דאנק פארן אפליינען אונזערע ווערטער און באטראכטן אונזער פארלאנג מיט הארץ. ביטע שיקט דאס אויך ווייטער צו אייערע נאנטע און באקאנטע, און זייט זיי אויך מזכה מיט די געוואלדיגע מצוה פון ביקור חולים און גמילות חסדים שאדם אוכל פירותיהן בעולם הזה והקרן קיימת לו לעולם הבא.

"אויב איר זעהט איין די נויטוועדיגקייט פון אזא ארגעניזאציע און איר ווילט אנטיילנעמען דערין דורכן מנדב זיין צייט און כח ארומצופירן די חולי ישראל, זייט מוחל פארבינדט אייך מיט אונז אויף:
347-772TRIP
347-772-8747
אדער שיקט אן אימעיל צו:
TheTripAdmin@gmail.com,
מיט אייער נאמען און א טעלעפאן נומער וואו מען קען אייך צוריקרופן, און מיר וועלן זיך אי"ה פארשטענדיגן מיט אייך.


יישר כחכם ותזכו למצוות

הנהלת "א רייזע".

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 6:18 pm

עס פריידט מיר דאס הארץ צו זעהן אז "א רייזע" האלט זיך שוין ביים פארווירקליכן. בברכת הצלחה רבה פאר די חשוב'ע ארגאניזירער און אונטערנעמער.

אוועטאר
מר. מצליח
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2009 12:00 pm

תגובהדורך מר. מצליח » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 6:23 pm

אה מי כעמך ישראל

הצלחה וברכה

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 7:15 pm

א גרויסען דאנק פארן עפענען אזא וויכטיגע ארגענעזאציא (איך וואונדער מיך פארוואס ביז יעצט איז עס נאך נישט געווען)
ס'איז מיר אויסגעקומען צו דארפען גיין און א צירקע פון צוויי-דריי חדשים צו א געוויסע דאקטער 10 מאל(אויכעט נאר פאר א אומנאכלעסיגקייט פון א סטאר קיפער), און וויפל מאל כ'האב פראבאבירט ביי די יעצטיגע ארגענעזאציע איז קיין קאר נישט געווען צו באקומען (חס ושלום זיי אוועקצומאכען אשרי חלקם)
נאר מיר האט די שפיל געקאסט שווערע הונדערעטע דאלערס חוץ פון די קאפעי פארן דאקטער,
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 2:38 am

גאר א וואוילע זאך אז דאס זאל צושטאנד קומען.

הגם איך באגרייף נאכנישט דעם חילוק צווישן חסד אדער ביקור חולים באס און 'א רייזע'.
און וואס גייט מען טון צו אביוס? ווי נישט ווי מען דיעלט מיט טויזענטער פאציענטן/פאסאנזשירן און ס'מאכט זיך מען אביוזד דעם סיסטעם. און דאס איז די סיבה פארוואס חסד פארלאנגט מען זאל זיין איינגעשריבן מער ווייניגער אין זייער דעטעבעיס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

א רייזע
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2009 12:32 pm

תגובהדורך א רייזע » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 7:58 am

צו ערשט וועלן מיר זיך באדאנקען פאר אלע אידן וואס האבן אונז מחזק געווען ברבים ובאשית, ווי אויך די טייערע אידן וןואס האבן אונז אנגערופן אדער געשריבן און זיך אנגעטראגן ארויסצוהעלפן מיט וואס נאר מעגליך, הקב"ה ישלם שכרם בזה ובבא

שוועמל האט געשריבן:גאר א וואוילע זאך אז דאס זאל צושטאנד קומען.

הגם איך באגרייף נאכנישט דעם חילוק צווישן חסד אדער ביקור חולים באס און 'א רייזע'.
און וואס גייט מען טון צו אביוס? ווי נישט ווי מען דיעלט מיט טויזענטער פאציענטן/פאסאנזשירן און ס'מאכט זיך מען אביוזד דעם סיסטעם. און דאס איז די סיבה פארוואס חסד פארלאנגט מען זאל זיין איינגעשריבן מער ווייניגער אין זייער דעטעבעיס.


א דאנק אייך ר' שוועמל פאר די הערות, איר האט ווייזט אויס א טיפן און דורכדרינגליכער בליק.

די חשוב'ע ארגענעזאציע "חסד" איז געשטעלט צו צושטעלן נסיעות פאר חולי ישראל, ה' ישלח להם רפואה במהרה, ומשמשיהן, וואס דארפן אנקומען עטליכע מאל א וואך, אדער אפילו עטליכע מאל א טאג, צו דאקטוירים און שפיטעלער, ליידער ליידער זענען זיי זייער פארנומען און דערפאר האבן זיי בלית ברירה געמאכט פארשידענע תנאים און רעגולאציעס פאר זייערע רייזענדע, כדי צו ערמעגליכן זייער סערוויס פאר די הויכע פריאיריטעט קליענטן, וואס פארשטייט זיך איז דאס די וויכטיגסטע פאר אלעם.

מיר אין "א רייזע" וועלן אי"ה איינשטעלן אן ענדליכן סיסטעם וואס איז אבער מער אויסגעשטעלט פאר מער זעלטענערע אפוינטמענטס און דאקטאר באזוכן וואס די ביז איצטיגע ארגעניזאציעס קומען נישט אן צו דעקן.

אביוז, איז א מציאות מיט וואס מיר וועלן, פונקט ווי אלע ארגענעזאציעס, מוזן דילן, אבער מיר ווייסן אז אידן האבן א חזקת כשרות און וועלן זיכער נישט באלעסטיגן קיין וואלענטירן מיט מינדערוויכטיגע זאכן.

מיר אפעלירן נאכאמאל צו אייך חשוב'ע אידן רחמנים בני רחמנים גומלי חסדים, כאפט אריין א מצוה פאר די הייליגע טעג, שרייבט אייך איין אלס וואלענטיר אין אונזער ארגענעזאציע, אזוי וועט איר האבן די מעגליכקייט, אמאל ווען איר האט א מינוט פריי, צו טאן טובות פאר אידישע קינדער, גענדענקט אלו דברים שאדם אוכל פירותיהם בעולם הזה והקרן קימת לו לעולם הבא, יעדע זכות קומט אמאל צוניץ.

ובזכות גומלי חסדי-ה, א-ל נא רפא נא למחלותי-ה, תכלה שנה וקללותי-ה, תחל שנה וברכותי-ה.

א נא הא-ל אשר בראנו

ר וח והצלה תשפיע לכלנו
י דיך תפתח לפרנס אותנו
י רום ונשא שמו בדורנו אנו
ז רע ברוכי בחסדך תתן לנו
ע די נזכה לגאולה שלימה בשמחה ורני

אמן

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3631
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 9:21 am

ליינער האט געשריבן:א גרויסען דאנק פארן עפענען אזא וויכטיגע ארגענעזאציא (איך וואונדער מיך פארוואס ביז יעצט איז עס נאך נישט געווען)
ס'איז מיר אויסגעקומען צו דארפען גיין און א צירקע פון צוויי-דריי חדשים צו א געוויסע דאקטער 10 מאל(אויכעט נאר פאר א אומנאכלעסיגקייט פון א סטאר קיפער), און וויפל מאל כ'האב פראבאבירט ביי די יעצטיגע ארגענעזאציע איז קיין קאר נישט געווען צו באקומען (חס ושלום זיי אוועקצומאכען אשרי חלקם)
נאר מיר האט די שפיל געקאסט שווערע הונדערעטע דאלערס חוץ פון די קאפעי פארן דאקטער,

אלץ א מעמבער אין חסד ב"פ געדענק איך אז די פאליסי איז צוויי אדער דריי מאל א וואך, ביזט לכאורה טאקע נישט געווען אפראווד
מ'האט נאר געלייגט דיין קאל אלץ א "עניוועי" וואס מיינט אויב איינער גייט סייווי
מ'קען זיך אבער אלץ ווענדן צו די קאארדינעיטארס צו מאכן א אויסנאם, וואס די דיספעטשערס זענען נישט ערלויבט.

אין וועלכע געגנט איז די "רייזע" ארגאניזאציע ?

אין א שמועס מיט ר' בעריש פעלדמאן פון גמ"ח הצלה קרית יואל האב איך פארשטאנען אז גמ"ח הצלה ארבעט יא מער אויף דעם אופן ווי דו שטעלסט אראפ ווייל פון קרית יואל איז אלעס ווייט און ס'איז נישט דא קיין פובליק טראנספארטעישאן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3631
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 4:19 pm

אזוי ווי כ'האב שוין געשריבן איך בין א מעמבער אין חסד בארא פארק, כ'האב אמאל גענומען אויף א דרך אגב טריפ א חשוב'ען עלטערן איד פון וומס"ב, כ'האב געהערט פון אים אסאך לערנען אויפן וועג, האב איך געזען ער איז א יודע ספר און מעגליך מער פון דעם.
ביים ענדיגן דעם טריפ פרעגט ער מיך, האסט שוין אמאל געהערט פון א גוי מיטן נאמען ביל געיטס ?
זאג איך אים יא.
-אים בין איך גארנישט מקנא, זאגט מיר דער איד.
אבער ענק חסד וואלונטירן בין איך יא מקנא.
ס'איז מיר געפאלן זיינע השגות, און איך גיב עס איבער פאר די חברים דא
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
Chuchem Atik
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 30, 2008 11:38 am

תגובהדורך Chuchem Atik » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 10:01 am

איך האף אז נאך מענטשן האבן געטון דאס וואס איך האב געטון!

ליינענדיג די אשכול, האב איך אריינגעטראכט א מינוט, אז סוף כל סוף קוק איך דא אויפן אינטערנעט (טאקע מיט פילטער נעט) און איך האב אלץ א גילטי פילינג... אבער זעענדיג די ארגענעזאציע עדווערטייזט דא, האביך געטראכט אז דאס קען זיין אזאך וואס עס וועט עפעס גוטס ארויסקומען פון קוקן דא.... נישט א היתר, אבער כאטש שטילן די געפילן, אזוי ווי איך האב א קאר, און איך פאר אסאך אויף מאנהעטן, העל איך קענען אריינכאפן א מצוה דא דארט, ווען איך קען עס טון!

און כך הוה איך האב אנגעקאלט און געזאגט אז איך וויל ווערן א מעמבער, זאגענדיג אז מיין חבר האט מיר געזאגט דערוועגן (איך קאנסידער די קרעטשעמע אלץ חבר...) אבער נאר מיט די תנאי אז איך "מוז" נישט גיין, נאר ווען איך האב צייט און כח, און זיי האבן מיר דאס פארשפראכן נישט צו באלעסטיגן די וואלענטירן, נאר ווען מען קען איז עס א פלאס.

אשר ע"כ טייערע חברים, טוט אייך א טובה, און רופט זיי אן, און געט כאטש אייער נאמבער, א טאמער וועט זיך אמאל מאכן אז איר האט צייט, זאלסטו האבן א מצוה וואס די קענסט טון גרייט ביי די האנט, ווייל אויב זיי וועלן נישט האבן דיין נאמבער, און די וועסט האבן צייט, וועסטו נישט וויסן וואס די פארפאסט.....
קליגער ווי די גאנצע וועלט!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אפריל 20, 2010 11:50 pm

ב"ה איך האב געהאט די זכי' זיך אנצושליסן אלץ וואלאנטיר פאר די ארגענעזאציע "א רייזע", כאשוין ב"ה זוכה געווען צו מאכן א טריפ פאר זיי, איך טוה מוטיגען יעדן איינעם וואס האט א קאר, שליסט איך אן אין די חסד ארגענעזאציע, און איך וועט אי"ה זעהן הצלחה.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » מיטוואך אפריל 21, 2010 1:46 am

אז איך מעג פרעגן ווי אזוי קען מען אנקומען צו "א רייזע" איך האב עס נאכנישט געזעהן עדווערטייזט

וויכי וואז איז זייער פאון נאמבער?
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אפריל 21, 2010 5:03 am

ליינער;

נאדיר:
נומער פון "א רייזע"
347-742-8747
אימעיל אדרעס: TheTripAdmin@gmail.com

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך אפריל 21, 2010 7:38 am

גאר א נאבעלע אינטערנעמונג...

איז דאס נאר פאר חברי הקרעטשעמע?

נישט געזעהן עדווערטייזדט חוץ דא.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אפריל 21, 2010 8:30 am

דאס האט גאניש מיט קרעטשמע.

יעדע ארגענעזאציע, אדער אפילו סתם ביזנעסער וואס ווילן אז דער היימישער עולם זאל וויסן פון זיי, איז "אידישע וועלט" די פלאץ דערפאר.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אפריל 21, 2010 1:33 pm

פריילאך האט געשריבן:גאר א נאבעלע אינטערנעמונג...

איז דאס נאר פאר חברי הקרעטשעמע?

נישט געזעהן עדווערטייזדט חוץ דא.

לעבעדיג בערל, איך ווייס נישט אויב עס איז רעכט ארויסצוגעבן נעמען פון רייזענדע
.

ליין גוט איבער זיינע ווערטער וועסטו זעהן אז קושיא מעיקרא ליתא, ער האט יענעם מיטגענומען סתם אויף א היטש, נישט אלס פאציענט וכדומה.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11470
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אפריל 21, 2010 2:38 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ב"ה איך האב געהאט די זכי' זיך אנצושליסן אלץ וואלאנטיר פאר די ארגענעזאציע "א רייזע", כאשוין ב"ה זוכה געווען צו מאכן א טריפ פאר זיי, איך טוה מוטיגען יעדן איינעם וואס האט א קאר, שליסט איך אן אין די חסד ארגענעזאציע, און איך וועט אי"ה זעהן הצלחה.

דאס מיינט אז איר באקומט געלט אויף יעדן טריפ... און נאכדעם וואונדערט זיך פריילאך אויב דאס האט עפעס מיט חברי הקרעטשמע.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אפריל 21, 2010 5:16 pm

איך קלער נאר צו ס'איז מיין ספעלינג מיסטעיק, צו איך האב געוואלט עפעס אנדערש שרייבן, צו איינער האט געבאברעט מיין תגובה, אבער גוט איז גוט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 12:15 pm

lebediger berel האט געשריבן:אזוי ווי כ'האב שוין געשריבן איך בין א מעמבער אין חסד בארא פארק, כ'האב אמאל גענומען אויף א דרך אגב טריפ א חשוב'ען עלטערן איד פון וומס"ב, כ'האב געהערט פון אים אסאך לערנען אויפן וועג, האב איך געזען ער איז א יודע ספר און מעגליך מער פון דעם.
ביים ענדיגן דעם טריפ פרעגט ער מיך, האסט שוין אמאל געהערט פון א גוי מיטן נאמען ביל געיטס ?
זאג איך אים יא.
-אים בין איך גארנישט מקנא, זאגט מיר דער איד.
אבער ענק חסד וואלונטירן בין איך יא מקנא.
ס'איז מיר געפאלן זיינע השגות, און איך גיב עס איבער פאר די חברים דא


סארי, באט עס איז נישט קיין מענטשליכקייט און עס איז איינע פון די שטרענגסטע רולס ביי חסד נישט ארויסצוגעבן קיין אינפארמאציע פון רייזענדע ניטמאל פאר אייגענע ב"ב. זיי ווארפן ארויס מעמבערס פאר אזא "פארברעכן". סאו פליז נעם אראפ דעם נאמען.

די פאקט: פארראכטן

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 12:20 pm

קרעמער האט געשריבן:
פריילאך האט געשריבן:גאר א נאבעלע אינטערנעמונג...

איז דאס נאר פאר חברי הקרעטשעמע?

נישט געזעהן עדווערטייזדט חוץ דא.

לעבעדיג בערל, איך ווייס נישט אויב עס איז רעכט ארויסצוגעבן נעמען פון רייזענדע
.

ליין גוט איבער זיינע ווערטער וועסטו זעהן אז קושיא מעיקרא ליתא, ער האט יענעם מיטגענומען סתם אויף א היטש, נישט אלס פאציענט וכדומה.


ער שרייבט קלאר ער האט מיטגענומען דרך אגב, וואס דאס מיינט אן "עני וועי טריפ" ביי חסד. סאו איז נישט קיין חילוק צווישן א וויכטיגע טריפ, אדער אן עניוועי. און ער שרייבט צום סוף אז ער האט געזאגט ענק "חסד" מעמעברס.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 1:50 pm

ווי איך זעה פארט איר אויפן ריכטונג פון ''גמ''ח הצלה'' אין קרית יואל, זייט וויסן אז גמ''ח הצלה האט מענטשן אויף פעיראל, אין די וועג וויאזוי זיי זענען זיך אומגעגאנגען פון די צייטן וואס איך געדענק זיי, זיי האבן גענומען יונגעלייט פון כולל וואס האבן געהאט לייסענס, און פאר זיי איז געווען א גרעסערע מצוה צו דרייוון פאר די גמ''ח ווי צו זיצן אין כולל, ס'האט געהאט א בעסערע נאמען מ'טוט חסד, איך מאך עס נישט אוועק, איך וויל דיר נאר געבן א אפיניאן וויאזוי אזא סיסטעם מיט אייגענע ווענס קען ארבעטן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 2:37 pm

פוילישער האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:אזוי ווי כ'האב שוין געשריבן איך בין א מעמבער אין חסד בארא פארק, כ'האב אמאל גענומען אויף א דרך אגב טריפ א חשוב'ען עלטערן איד פון וומס"ב, כ'האב געהערט פון אים אסאך לערנען אויפן וועג, האב איך געזען ער איז א יודע ספר און מעגליך מער פון דעם. ער הייסט ר' ------שליט"א.
ביים ענדיגן דעם טריפ פרעגט ער מיך, האסט שוין אמאל געהערט פון א גוי מיטן נאמען ביל געיטס ?
זאג איך אים יא.
-אים בין איך גארנישט מקנא, זאגט מיר דער איד.
אבער ענק חסד וואלונטירן בין איך יא מקנא.
ס'איז מיר געפאלן זיינע השגות, און איך גיב עס איבער פאר די חברים דא


סארי, באט עס איז נישט קיין מענטשליכקייט און עס איז איינע פון די שטרענגסטע רולס ביי חסד נישט ארויסצוגעבן קיין אינפארמאציע פון רייזענדע ניטמאל פאר אייגענע ב"ב. זיי ווארפן ארויס מעמבערס פאר אזא "פארברעכן". סאו פליז נעם אראפ דעם נאמען.

אנטשולדיגט מיר, אבער א דרך-אגב-טריפ קען פונקט אזוי מיינען א "היטש". ער האט אויפגענומען דעם איד אויף א היטש, און ווען יענער האט באמערקט זיין "חסד" צעטעלע אויפן שפיגל האט ער אים געזאגט דעם געדאנק און געהייסן איבערגעבן פאר זיינע קאלעגע וואלונטירן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 11, 2011 12:39 am

איך הער אז פארלאפענעם זונטאג פ' וישלח איז פארגעקומען א מסיבה אויפצולעבן די ארגאניזאציע (וואס הייסט שוין היינט "גומלי חסדים"). קען איינער איבערגעבן א באריכט?


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט