אי עם טי EMT

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11893
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

אי עם טי EMT

תגובהדורך געלעגער » זונטאג אוגוסט 23, 2009 1:45 am

איך האב שוין לאנג געטראכט פון עפענען אן אשכול איבער די דאזיגע נושא, איך בין נישט באקאנט אין איך ווייס נישט קיין סאך, אבער א געפיל דערצו האבעך, אין ס'איז זיכער דא חברים וואס ווייסען אביסעל מער אין מ'דארף זיי נאר געבען א שטופ עס צו שרייבן,

איך גיי אנפאנגען מיט דאס וואס איך האב געלערנט בערך זעקס יאר צוריק, איך האב געלערענט נאר א ביסעל, אין איך בעט אז ווער עס האט צי צילייגן זאל ביטע איבער נעמען,

די אשכול איז פאר אלעס ארום EMT
אויסצישמיסען די נפלאות הבורא פונעם מענטשליכען גוף, אין אויך וויזוי די מענטשליכע סיסטעם ארבעט, ועוד ועוד....

לאמיר אנפאנגען מיט די זאך וואס הייסט היימליך מענאווער.
די נאמען היימליך איז נאך א גוי (אפשר א איד אפשטאמיגער?) וואס האט געהייסן היימליך (זיין ערשטע נאמען דענק איך נישט) ער איז אויפגעקומען מיט די המצאה אין לכבודו האט מען עס א נאמען געגעבען היימליך מענאווער,

וואס איז דאס היימליך מענאווער?

דאס איז א מיטל צו העלפען א מענטש איבער קומען ווען ער טשאק זיך רח"ל,
די מיטל האט שוין געהאלפען טויזענטער מענטשען, אין אלעס אן קיין מאשינען, אין יעדער קען עס טוהן,

לאמיר קודם זעהן וויזוי די מענטשעס גוף איז אויסגעשטעלט אין אזוי וועט מען בעסער פארשטיין וואס די אויפטוה איז,

דאס ווייסט יעדער אז א מענטש האט צוויי רערן פייפס בלע"ז, אלעס גייט אריין פין די האלז אין דארט ציטיילט ער זיך, לופט גייט אין איין זייט, אין עסען אין די צווייטע זייט, (פסח ביים סדר ליינט מען זיך אן אויף די לינקע זייט, ווייל? אויף די רעכטע זייט איז די לופט רער אין ס'קען חלילה אריין גיין, יא?)

יעצט ווען א מענטש טשאקט זיך חלילה מיינט צי זאגען אז עפעס איז אריין אין די רעכטע זייט פייפ וואס דארט דארף נארמאלערהייט נאר גיין לופט אין דאס שטערט פין אטעמען, אין אויב בלייבט א מענטש אזוי פאר פיר מינוט פאנגט זיין מח אן צי שטארבען (פאר קיין שום איד געדאכט) אין נאך זעקס מינוט איז פארטיג (חוץ אין קאלט וואסער האלט זיך א מענטש לענגער ווייל מ'פארניצט ווייניגער אקסידזשען, א עקסטערע שמיעס פאר זיך)

יעצט איז דער היימליך אויפגעקומען מיט אזא המצאה,
לאמיר קודם מקדים זיין,
אלס קינד געדענק איר אודאי אז איינע פין פאן זאכען זענען געוועהן, ארויפטאנצען אויף א מילעך באטעל, אין דעקעל זאל אוועק פליען, אין ס'זאל געבען א קראך,
וואס איז די פשט אז די דעקעל פליט?
ווייל אין די באטעל איז אנגעזאמעלט אסאך ליפט, אין ווען מדרוקט די ליפט זוכט די ליפט צו אנטלויפן איז אויב די דעקעל איז נישט גענוג שטארק פארמאכט וועט די ליפט ניצען די וועג ארויס,
איז די היימליך אויפגעקומען אז די מענטש איז די זעלבע זאך, א מענטש האט ליפט אין זיך אין ווען מ'קוועטשט ארויס די ליפט מיט כח וועט די זאך וואס שטייט אין וועג זיך מיזען ריקען,
אין דאס איז היימליך מענאווער,

וואו אזוי מאכט מען עס?
זייער פשוט, אז מ'זעהט א מענטש חלילה טשאקט זיך, שטעלט מען זיך אין די בעק, ס'מיינט אז דיין פנים זעהט זיין גענאק, אין מיט די צוויי הענט נעמט מען ארום זיין בויך, אין מיט כח, (שטייצעך נישט ווילד אין נישט צו שטארק) געט מען א קוועטש זיין בויך אויף אריין, מ'האלט די הענט ציגעמאכט ווייל אזוי קוועטשט עס בעסער, אין, איינס צוויי דריי א קוועטש, נארמאלערהייט דארף עס ארבעטען נאך איינס צוויי מאל,
אויב ארבעט עס נישט, (וואו למשל ביי א ביין פין א פיש וואס ס'ווערט סטאק, וואס א ביין איז שטעכעדיג אין ס'כאפט זיך אן אין די פייפ) איז דא אן אנדערע וועג, אבער דאס איז אן אריכות אין יעצט האב איך נישט די צייט,

היימליך מענאווער האט שוין געראטעוועט טויזענטער מענטשען, אין מ'דארף נישט זיין קיין EMT עס צי טוהן, מ'דארף נאר ניצען דעם קאפ אין די הענט,
דאס אלעס וואס מיר רעדען דא איז ביי אן עדאלט, אבער ביי א קינד איז די זאך אביסעל אנדערש, נישט קיין גרויסע חילוקים, נאר מ'קען נישט ניצען די הענט פין אן ערוואקסענע צי דריקען אויף א קינד, ווייל ס'קען מער פארהארגענען וואו אויפטוהן, סא ביי א קינד ניצט מען נאר צוויי פינגערס, מיר וועלען צו דעם אויך נאך צוריק קומען אי"ה

דאס איז עס פאר יעצט, המשך יבא אי"ה,

נ.ב. נאך אמאל דערמאנען, איך בין נישט דא ציהאלטען קיין דרשות,
ווער ס'ווייסט עפעס זאל ביטע מיטטיילן מיטן ציבור, א דאנק,

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:05 am

זייער שיין געשריבן.
מיר ווארטן אויפן נעקסטן שיעור.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » זונטאג אוגוסט 23, 2009 4:59 am

א גרויסע שקויעך געלעגער, איך בין זיכער אסאך אירע דא וועלן הנאה האבן פון אזא אשכול. (מען זאל עס אבער קיינמאל נישט דארפן נוצן.)
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » זונטאג אוגוסט 23, 2009 12:38 pm

א גרויסן ייש"כ, זייער שיין.
עס איז כדאי אנצומערקן, אז די היימליך מאנועווער, ווי אויך CPR, דארף יעדער ערוואקסענער מענטש קענען און חזר'ן.
ווייל יעדע רגע מאכט אויס אין אזא פאל און ביז די פראפעסיאנאלן קומען, קען רח"ל געשען אסאך שאדן.

א שטיקל ציור.
בילד
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג אוגוסט 23, 2009 1:21 pm

וואס איז די חילוק פון היימליך ביז CPR?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:03 pm

כמעט די זעלבע חילוק פון הימל ביז ערד.

היימליך איז פאר שטיקן, עס פאשט סימפל ארויס דאס וואס בלאקט.

סי פי אר איז געמאכט צו פאמפן דאס בלוט ביז די הארץ הייבט צוריק אן ארבעטן.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 12:44 pm

ייש''כ געלעגער מיט שטרויזאק

איך ווארט אויפן המשך, איך מיין עטס זאלטס מאכן א דיעל, געלעגער וועט האלטן די דרשות און שטרוי וועט ווייזן די סליידס.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 2:43 pm

גלעגער, א גרויסן יישר כח, איך ווארט אויפן המשך. און עס איז טאקע כדאי צו ברענגען בילדער צייכענונגען און אנווייזונגען, אויב מעגליך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11893
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

א פראסק פאר די פרעפעסארען

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 6:28 pm

היינט געוועהן אין די נייעס,
טאקע נישט קיין המשך פין וואס מיר האבען ביז יעצט גערעדט אבער מיט די קעפעל האט עס א שייכות,

יעדער איינער האט שוין לכאורה געהערט פין א פענדיקס, אין כמעט יעדער האט א באקאנטען אדער א משפחה מיטגליד וואס האט שוין געדארפט אמאל האבען א פענדיקס אפירעישאן, נארמאלערהייט איז עס נישט קיין סכנה, נאר יסורים נוראים אין מ'שניידט עס ארויס אין נאך צוויי דריי טעג איז אלעס גוט, ס'איז דא אמאל וואס די פענדיקס פלאצט חלילה, וואס דעמאלטס קען עס אינפעקטען די בלוט אין דעמאלטס איז עס סכנת נפשות, אין ענגליש הייסט עס Ruptured appendix

איז אזוי, אין די גואישע וועלט האט די אבר אין די גוף נישט געהאט קיין שום פאנקציע, א דאקטער האט זיך אמאל אויסגעדריקט פאר מיינס א באקאנטע אז ער זעהט נישט וואס די פענדיקס טוהט א-חוץ מאכען קאפף וויי פאר די מענטשהייט אין ברענגען געלט פאר די דאקטורים (עפ"ל)

די פרעפעסארען מיט זייער פארקרומטע קעפף האבען ערענסט געהאלטען אז ג-ט ברוך היא וואס האט אויסגעשטעלט די מענטש מיט אזא וואונדער, אין יעדע דאקטער אדער פראפעסער וואס לייגט זיך אריין צו פארשטיין פונקטלעך די מענטשליכע גוף קומט צירוק מיט א אפענע מויל אין מיט אויפגעהויבענע הענט אז ס'איז קלאר אז ס'איז עפעס א העכערע זאך, אין יעדען טאג ווערט מען געוואור נאך זאכען אין די טיפקייט פין די בריאה,
אבער אין פענדיקס, האבען זיי עפעס נישט דערקראכען וואס דאס באלאנגט אין די גוף, אין לויט זיי איז עס טאקע איבריג....
ליינט דא וואס וויקי שרייבט אויף דעם

http://en.wikipedia.org/wiki/Vermiform_appendix


דאס אלעס איז געוועהן ביז לעצטענס,
לעצטענס זענען זיי אויפגעקומען אז די פענדיקס טוהט שוין איינמאל א ארבעט, אין זיין תפקיד איז גאר גרויס,
די פענדיקס איז דער וואס שלאגט זיך מיט אלע נישט גוטע באקטעריעס אין דיזיס וואס דרייען זיך אין די מענטשליכע גוף, אין יעצט זאגען זיי אז זיי פאנגען הערשט יעצט אן צו זעהן וואו ניצבאר דאס איז אין לכאורה גייט נאכקומען מעכטיגע סענזאציעס אין אויפדעקונגען...
נו פרעפעסארען, זייטס אלע מודה, האבען מיר א גרויסע באשעפער??

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11893
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 10:25 pm

שוועמל האט געשריבן:וואס איז די חילוק פון היימליך ביז CPR?



אזויווי די זאלסט פרעגען וואס די חילוק פין ATM אין MTA ...

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 12:41 am

געלעגער, ס'קומט מעגליך אין א עקסטערן אשכול. אבער אפשר געסטו מיר מער דיטעילס? מיט עטוואס מער ווי א יאר צוריק, אינמיטן חודש אב, האט מען פון מיר ארויס געשניטן דעם פענדיקס. און עס איז מיר זייער אינטערעסאנט צו הערן וואס די אויפדעקונגען זענען.

(מען קען דאס אפטיילן אין א עקסטערן אשכול, ס'איז א שמועס פאר זיך)
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג יוני 30, 2015 1:22 pm

שטרויזאק האט געשריבן:א גרויסן ייש"כ, זייער שיין.
עס איז כדאי אנצומערקן, אז די היימליך מאנועווער, ווי אויך CPR, דארף יעדער ערוואקסענער מענטש קענען און חזר'ן.
ווייל יעדע רגע מאכט אויס אין אזא פאל און ביז די פראפעסיאנאלן קומען, קען רח"ל געשען אסאך שאדן.

א שטיקל ציור.
בילד


געווען א מייסע אין ווילי פארגאנגענע וואך, ווי א 16 יעריגע בית רחל מיידל האט געראטעוועט איר טאטן ממות לחיים דורך מאכן CPR וואס זי האט נאר וואס געענדיגט לערנען אין סקול

איז דא ערגעץ וואו מען קען זיך עס לערנען אנליין?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג יוני 30, 2015 1:31 pm

ס'איז נישט גוט צו לערנען CPR אנליין, מען מוז דאס לערנען "הענדס אן" און פראקטיצירן אפאר מאל אויף א דאמי דאס צו קענען טון אין א עמערדזשענסי.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יוני 30, 2015 3:04 pm

מומחה עצום האט געשריבן:ס'איז נישט גוט צו לערנען CPR אנליין, מען מוז דאס לערנען "הענדס אן" און פראקטיצירן אפאר מאל אויף א דאמי דאס צו קענען טון אין א עמערדזשענסי.

און נישט ווערן פארלוירן, נאך דערצו אז עס געווען די אייגענע טאטע!! דאס איז די גרעסטע קומץ.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך ינואר 11, 2017 1:06 pm

געלעגער האט געשריבן:די נאמען היימליך איז נאך א גוי (אפשר א איד אפשטאמיגער?) וואס האט געהייסן היימליך (זיין ערשטע נאמען דענק איך נישט) ער איז אויפגעקומען מיט די המצאה אין לכבודו האט מען עס א נאמען געגעבען היימליך מענאווער,

א איד געוועזן - תנצב"ה
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

care all the time
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 9:14 pm
לאקאציע: usa

תגובהדורך care all the time » פרייטאג יולי 07, 2017 11:42 am

געלעגער האט געשריבן:איך האב שוין לאנג געטראכט פון עפענען אן אשכול איבער די דאזיגע נושא, איך בין נישט באקאנט אין איך ווייס נישט קיין סאך, אבער א געפיל דערצו האבעך, אין ס'איז זיכער דא חברים וואס ווייסען אביסעל מער אין מ'דארף זיי נאר געבען א שטופ עס צו שרייבן,

איך גיי אנפאנגען מיט דאס וואס איך האב געלערנט בערך זעקס יאר צוריק, איך האב געלערענט נאר א ביסעל, אין איך בעט אז ווער עס האט צי צילייגן זאל ביטע איבער נעמען,

די אשכול איז פאר אלעס ארום EMT
אויסצישמיסען די נפלאות הבורא פונעם מענטשליכען גוף, אין אויך וויזוי די מענטשליכע סיסטעם ארבעט, ועוד ועוד....

לאמיר אנפאנגען מיט די זאך וואס הייסט היימליך מענאווער.
די נאמען היימליך איז נאך א גוי (אפשר א איד אפשטאמיגער?) וואס האט געהייסן היימליך (זיין ערשטע נאמען דענק איך נישט) ער איז אויפגעקומען מיט די המצאה אין לכבודו האט מען עס א נאמען געגעבען היימליך מענאווער,

וואס איז דאס היימליך מענאווער?

דאס איז א מיטל צו העלפען א מענטש איבער קומען ווען ער טשאק זיך רח"ל,
די מיטל האט שוין געהאלפען טויזענטער מענטשען, אין אלעס אן קיין מאשינען, אין יעדער קען עס טוהן,

לאמיר קודם זעהן וויזוי די מענטשעס גוף איז אויסגעשטעלט אין אזוי וועט מען בעסער פארשטיין וואס די אויפטוה איז,

דאס ווייסט יעדער אז א מענטש האט צוויי רערן פייפס בלע"ז, אלעס גייט אריין פין די האלז אין דארט ציטיילט ער זיך, לופט גייט אין איין זייט, אין עסען אין די צווייטע זייט, (פסח ביים סדר ליינט מען זיך אן אויף די לינקע זייט, ווייל? אויף די רעכטע זייט איז די לופט רער אין ס'קען חלילה אריין גיין, יא?)

יעצט ווען א מענטש טשאקט זיך חלילה מיינט צי זאגען אז עפעס איז אריין אין די רעכטע זייט פייפ וואס דארט דארף נארמאלערהייט נאר גיין לופט אין דאס שטערט פין אטעמען, אין אויב בלייבט א מענטש אזוי פאר פיר מינוט פאנגט זיין מח אן צי שטארבען (פאר קיין שום איד געדאכט) אין נאך זעקס מינוט איז פארטיג (חוץ אין קאלט וואסער האלט זיך א מענטש לענגער ווייל מ'פארניצט ווייניגער אקסידזשען, א עקסטערע שמיעס פאר זיך)

יעצט איז דער היימליך אויפגעקומען מיט אזא המצאה,
לאמיר קודם מקדים זיין,
אלס קינד געדענק איר אודאי אז איינע פין פאן זאכען זענען געוועהן, ארויפטאנצען אויף א מילעך באטעל, אין דעקעל זאל אוועק פליען, אין ס'זאל געבען א קראך,
וואס איז די פשט אז די דעקעל פליט?
ווייל אין די באטעל איז אנגעזאמעלט אסאך ליפט, אין ווען מדרוקט די ליפט זוכט די ליפט צו אנטלויפן איז אויב די דעקעל איז נישט גענוג שטארק פארמאכט וועט די ליפט ניצען די וועג ארויס,
איז די היימליך אויפגעקומען אז די מענטש איז די זעלבע זאך, א מענטש האט ליפט אין זיך אין ווען מ'קוועטשט ארויס די ליפט מיט כח וועט די זאך וואס שטייט אין וועג זיך מיזען ריקען,
אין דאס איז היימליך מענאווער,

וואו אזוי מאכט מען עס?
זייער פשוט, אז מ'זעהט א מענטש חלילה טשאקט זיך, שטעלט מען זיך אין די בעק, ס'מיינט אז דיין פנים זעהט זיין גענאק, אין מיט די צוויי הענט נעמט מען ארום זיין בויך, אין מיט כח, (שטייצעך נישט ווילד אין נישט צו שטארק) געט מען א קוועטש זיין בויך אויף אריין, מ'האלט די הענט ציגעמאכט ווייל אזוי קוועטשט עס בעסער, אין, איינס צוויי דריי א קוועטש, נארמאלערהייט דארף עס ארבעטען נאך איינס צוויי מאל,
אויב ארבעט עס נישט, (וואו למשל ביי א ביין פין א פיש וואס ס'ווערט סטאק, וואס א ביין איז שטעכעדיג אין ס'כאפט זיך אן אין די פייפ) איז דא אן אנדערע וועג, אבער דאס איז אן אריכות אין יעצט האב איך נישט די צייט,

היימליך מענאווער האט שוין געראטעוועט טויזענטער מענטשען, אין מ'דארף נישט זיין קיין EMT עס צי טוהן, מ'דארף נאר ניצען דעם קאפ אין די הענט,
דאס אלעס וואס מיר רעדען דא איז ביי אן עדאלט, אבער ביי א קינד איז די זאך אביסעל אנדערש, נישט קיין גרויסע חילוקים, נאר מ'קען נישט ניצען די הענט פין אן ערוואקסענע צי דריקען אויף א קינד, ווייל ס'קען מער פארהארגענען וואו אויפטוהן, סא ביי א קינד ניצט מען נאר צוויי פינגערס, מיר וועלען צו דעם אויך נאך צוריק קומען אי"ה

דאס איז עס פאר יעצט, המשך יבא אי"ה,

נ.ב. נאך אמאל דערמאנען, איך בין נישט דא ציהאלטען קיין דרשות,
ווער ס'ווייסט עפעס זאל ביטע מיטטיילן מיטן ציבור, א דאנק,


די ערשטע מאל וואס דר' היימליך האט געניצט זיין אייגענע מענאווער איז געווען ווען ער איז געווען אין מושב זקנים אין איינער האט זיך געטשאקט אין ער האט אים געראטעוועט!


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט