קינד וואס בייסט זיך די נעגל

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

קינד וואס בייסט זיך די נעגל

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג יולי 31, 2009 1:11 pm

איז דא עפעס אן עצה צו די אוממאראלישע געוואוינהייט פון בייסן די נעגל?

כ'אב אמאל געהערט עפעס א זויערע שמירעכץ וואס מען לייגט ארויף אויף די נעגל און דאס קען העלפן אפגעוואוינען דערפון.

ווייסט איינער וועלכע קריעם און צי ס'העלפט טאקע?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » פרייטאג יולי 31, 2009 1:28 pm

פאר די טראכסט פון א קריעם, אפשר א גוטע עצה פאר א וויילע. האסט שוין אמאל געזעהן א פרייליכער מענטש זיך בייסן די נעגל? איך מיין עס איז כדי צו כאפן א אפענהארציגן שמועס מיטן קינד. אפשר דרוקט אים עפעס אויפן הארץ. אוודאי, עס קען מיינען עפעס אנדערש אויכעט.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20833
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג אוגוסט 02, 2009 6:39 am

שעפטיל, הני מילי ווען דאס קינד איז אראפגעקלאפט אין אנדערע הינזיכטן. אויב אבער דאס קינד לעבט און לאכט, פארוואס זאל מען אזוי טראכטן. בפרט, ווען דו וועסט אראפזעסן דאס קינד, - אויב איז עס גארנישט - וועט ער אנהויבן פאנטאזירן מעתה ועד עולם, כ'מיין מסתמא אידאך עפעס, מיין טאטע פרעגט נישט אומזיסט. יאך קלער אז דאס קען קומען פלעין פון א נארישע קינדישע געוואוינהייט.

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 3:57 pm

פון עקספריענס די זויערע שטאף וואס מען לייגט אויף די נעגל זענען ווערט א מכה,
אלטס קינד פלעג איך אויך בייסן די נעגל (נישט פון נערוועזיקייט ווייל כ'האב אלטס געהאט א שמחת החיים אויסגעגאסן אויפן פנים) מיינע עלטערן האבן אויך קודם פראבירט געוויסע מיטלן, אבער האבן שפעטער אויפגעגעבן ווען די מיטלן האבן נישט געהאלפן, און ב"ה אלטס בחור איז די משגעת אוועק און ווען נישט די דערמאנסט דאס וואלט'ך מסתמא קיינמאל נישט געדענקט אז כ'פלעג דאס אליינס טאן..
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

הייליגער
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:45 pm

תגובהדורך הייליגער » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 4:34 pm

ס'איז דא צו קויפן א קרעים "mara" . סאיז ביטער און פארעקעלט עס צו לעקן !

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 4:41 pm

נישטא אזא זאך פארעקלן א קינד. איך פלעג נאגן די פינגער אין מויל ביז ....(איך וויל נישט זאגן ווען). וויפיל מען האט געסטראשעט, געליייגט פעפער, געגעבן פעטש, און צוגעזאגט גוטע זאכן, האט דאס נישט געהאלפן. די איינציגסטע זאך וואס העלפט איז ווען דאס קינד נעמט זיך פעסט פאר אז ער וועט עס מער נישט טון. עלטערן קענען גארנישט טון דערצן. דאס מוז די קינד אליינס באשלוסן.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:09 pm

ביזנעסקאפ, וואס מיינסטו א מכה?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 3:37 pm

שוועמל, פשוט טייטש פון "ווערט א מכה" אדער העלפט א מכה" אז עס העלפט ניט...
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

ליהודים
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 10:45 pm

תגובהדורך ליהודים » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 1:54 am

אסאך מאל ארבעט עס אויסערגעווענליך.
מיין פעטער האט עס אנגעשמירט אמאל אינמיטן די נאכט פאר מיין שוועסטערל [אוי האט זיך מיין מאמע גערעגט נעקסטע טאג... באט עניוועיס...] עס האט געארבעט וואונדערס.

מיין שוועסטער האט געוויינט און זיך גערעגט, אבער אפגעוואוינט האט זי זיך. [איך געדענק נישט וועלכעס סארט ער האט גענוצט, אבער איך געדענק אז ס'איז איר געווען אומבא'טעמ'ט פאר ארום צוויי וואכן און אזוי ארום איז עס ארויס פון קאפ ב"ה.

אוועטאר
לייבעלע
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:14 am

תגובהדורך לייבעלע » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 8:29 am

אני הקטן פלעג אויך בייסן די נעגל.

ביי מיר האט געהאלפן דאס וואס מיין טאטע האט נאך יעדע וואך וואס איך האב אים געוויזן מיינע נישט-געביסענע נעגל, אריינגעלייגט א ניקעל אין א באטעלע, ביז ס'האט זיך אנגעזאמלט א שיין ביסל ניקלעך.
(וואס מ'האט געטאן מיטן געלט געדענק איך נישט.)

פארשטייט זיך אז נישט מיט יעדן קינד ארבעט דאס.
הצלחה.
לייבעלע
- - - - - - - - -
leibeleh @gmail.com

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 3:22 pm

האט איר באמערקט אן איסטרעסאנטע זאך?
מ'לייגט ארויף א שאלה אויפ'ן טיש צו א ביטערע אומבא'טעמ'טע קריעם העלפט פאר'ן בייסן די נעגל.
ביי דעם וואס עס האט נישט געהאלפן, שרייבט מיט א פשטות אז ס'העלפט א מכה, דעם וואס ס'האט יא געהאלפן שרייבט אז עס איז מורא'דיג און זיכער העלפט עס.
רבותי לערנט אייך שוין אויס אז:
אז העלפט נישט ביי אייך, מיינט נישט אז ביי א צווייטן העלפט עס אויך נישט, און דאס זעלבע פארקערט.
קיינעם הארט נישט אז איר שרייבט אייער עקפיריענס.
גאוטדזשי האט אויך נישט יעדעם געהאלפן אויף אלעמען...
אקעיהעי?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 3:47 pm

מען האט מיך געפרעגט, האב איך געזאגט מיין עקספיריענס. דער וואס פרעגט די קשיא זאל עס אליינס פראבירן, און צוריקומען מיט אן ענטפער.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
סעיגען
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 10:43 pm

תגובהדורך סעיגען » פרייטאג אוגוסט 28, 2009 12:57 pm

שוועמל האט געשריבן:איז דא עפעס אן עצה צו די אוממאראלישע געוואוינהייט פון בייסן די נעגל?


וואס עפעס "אוממאראליש"?...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24507
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 11:32 am

ר' לייבל, א דאנק פאר דיין עצה מיר גייען עס אי"ה אויספרובירן.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

קליינע טאטע
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: קינד וואס בייסט זיך די נעגל

תגובהדורך קליינע טאטע » דינסטאג יוני 23, 2020 10:53 am

איך זיך א עצה פאר א 3 יעריג קינד וואס האט אנגעהויבן צי בייסן די נעגל,
אנשמירן א זויערע קריעם איז געאייניגט פאר א זיי אינגע יארגאנג?

אוועטאר
מרגלית
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 18, 2020 7:59 pm

Re: קינד וואס בייסט זיך די נעגל

תגובהדורך מרגלית » מיטוואך יוני 24, 2020 3:13 pm

די זויערע שטאף האב איך גענוצט פאר מיין זון אביסל, אבער מ'דארף וויסן אז ביי געוויסע איז עס א געבוירענע נאטור צו בייסן די נעגל און הויט, און ס'גייט נישט אוועק אינגאנצן קיינמאל, נאר מ'דארף זיך צוביסלעך אפגעוואוינען 'וואס ווייניגער'...

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3777
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: קינד וואס בייסט זיך די נעגל

תגובהדורך פער בריסטאו » מיטוואך יוני 24, 2020 3:15 pm

קליינע טאטע האט געשריבן:איך זיך א עצה פאר א 3 יעריג קינד וואס האט אנגעהויבן צי בייסן די נעגל,
אנשמירן א זויערע קריעם איז געאייניגט פאר א זיי אינגע יארגאנג?


‘I think the problem is ‘sensory issues

קליינע טאטע
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: קינד וואס בייסט זיך די נעגל

תגובהדורך קליינע טאטע » מיטוואך יוני 24, 2020 3:17 pm

פער בריסטאו האט געשריבן:
קליינע טאטע האט געשריבן:איך זיך א עצה פאר א 3 יעריג קינד וואס האט אנגעהויבן צי בייסן די נעגל,
אנשמירן א זויערע קריעם איז געאייניגט פאר א זיי אינגע יארגאנג?


‘I think the problem is ‘sensory issues


מער הסבר ביטע

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3242
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: קינד וואס בייסט זיך די נעגל

תגובהדורך יש בו » מיטוואך יוני 24, 2020 4:18 pm

פער בריסטאו האט געשריבן:
קליינע טאטע האט געשריבן:איך זיך א עצה פאר א 3 יעריג קינד וואס האט אנגעהויבן צי בייסן די נעגל,
אנשמירן א זויערע קריעם איז געאייניגט פאר א זיי אינגע יארגאנג?


‘I think the problem is ‘sensory issues

מאכט סענס,
אבער פארוואס נאר די נעגל?
יש מנהיג לבירה = איך טראסט מיין בעל הבית, ער ווייסט וואס ער טוט!

איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3777
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: קינד וואס בייסט זיך די נעגל

תגובהדורך פער בריסטאו » מיטוואך יוני 24, 2020 5:59 pm

יש בו האט געשריבן:
פער בריסטאו האט געשריבן:
קליינע טאטע האט געשריבן:איך זיך א עצה פאר א 3 יעריג קינד וואס האט אנגעהויבן צי בייסן די נעגל,
אנשמירן א זויערע קריעם איז געאייניגט פאר א זיי אינגע יארגאנג?


‘I think the problem is ‘sensory issues

מאכט סענס,
אבער פארוואס נאר די נעגל?


איך האלט אז ס’קלאפט אויס דארטן. אין מיין אפיניון דארף יעדע געבוירן קינד גיין צו cranial osteopath. די שנעלער די בעסער.

די חברה ווייסן די בעסטע אוועק צו נעמען סענסארי..

אחד ומיוחד
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 9:41 am

Re: קינד וואס בייסט זיך די נעגל

תגובהדורך אחד ומיוחד » זונטאג יוני 28, 2020 9:34 am

אני הקטן אזיווי אלע וואס האבן געשריבן דא
האב איך אויך געביסן נעגל
און וואס סהאט גהאלפן אז מיינע עלטערן האבם מיר מסביר
גווען א לאנגע תקופה אז סאיז נישט גוט פאר די מויל און די גוף
און האבן מיר משיע גווען צו שערן נעגל ידע פאר טעג
און ביז אפאר חודשים האט דאס אויפגערט

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: קינד וואס בייסט זיך די נעגל

תגובהדורך שיעלע בהמה » זונטאג יוני 28, 2020 12:30 pm

כמיין מזאל אים צו רוה לאזן און אים לאזן אויפוואקסן..
(א חוץ אויב ער אליין בעהט הילף)
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

המברך בברכת גמר חתימה טובה הק' שיעלע


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: DotBot, חנוך און 4 געסט