והסירותי מחלה מקרבך - מויסטשער קיור: והמסתעף

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

סטיוו שמידט
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 4:58 pm

והסירותי מחלה מקרבך - מויסטשער קיור: והמסתעף

תגובהדורך סטיוו שמידט » מאנטאג יולי 27, 2009 9:22 pm

ליידער איז מען א בחינה פון אין לך יום שאין קללתו מרובה מחבירו, קליינע קינדער, אינגע פרויען, יונגעלייט דרייען זיך און שפיטעלער, ממש ווי אויף לי עוו. עס איז א טראגעדיע פאר זיך, און השי"ת זאל שוין האלטן די רעכטע האנט און אויסלייזען יעדעם איינעם

אבער, עס זענענן דא וואס ניצען אויס די טראגעדיעס פאר שמאלע זייטיגע אינטערעסן, טייל האבן שוין אזויפיל מאל איבער געזאגט דעם ליגענט, ביז זיי מיינען שוין אז עס איז אמת, און זיי רייטען מיט געפילען אז מויסטשער קעיר איז די זאך וואס איז ביהיינד די אלע מחלות, כאילו דער וואס האט נאר קארפעט ליידט נישט דערפון,

דערפאר וואלט איך געוואלט אז מען זאל עס דא דעבאטירען און אראפלייגען דעם יסוד איין מאל פאר אלעמאל, די שאלה איז ווי פאלגענד:

צוויי וואכן נאכן שמירן דעם {קעניג/פריץ פון אלע קרענק ..} מויסטשער קעיר, קען עס נאך בדרך הטבע האבן עני סייד עפעקט? ניין און לכאורה נאכאמאל ניין,
בשעת'ן שמירען איז פעינט פינקט אזוי שעדליך ווי מויסטשער קעיר ווען מען איז דארט אדער דערנעבין בשעת מעשה, אויב אזוי וואס ווילן זיי?

לענ"ד, איז עס הויל בלאף, פעניט ווען ס'איז נאס איז אויך שעדליך, און א פאר טאג נאכן שמירען שטייען ביידע אייניג,

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג יולי 27, 2009 9:51 pm

סטיוו

אין דער בלאט דעי וואך איז געווען א בריוו פון א דאקטאר וועגן דעם

איך בין גראדע באקאנט מי די פאקטן

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג יולי 27, 2009 10:13 pm

קודם, איז עס נישט מאוסטשער "קעיר" נאר "קיור"..

וועגן "מואסטשער קיור", איך האב אסאך געטוהן אין דעם ענין, די גאנצע זאך איז לופט, שטותים.. מאוסטשער קיור איז נישט אנדערש ווי אנדערע פעינט וכד'.. די גרעסטע ראי' איז, אז די העלט דיפארטמענט לאזט עס נאך מאכן..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג יולי 27, 2009 10:15 pm

סטיוו;
בנימין מאאר זאגט אפן און קלאר אז זייערע 'אויל פעינט' זענען אויסדרוקליך נישט רעקאמענדירט צו נוצן 'אינדאר' צוליב די הויכע מאס כאמיקאלן.

לייגט שוועמל מאאר צו: כ"ש וכ"ש מויסטשער קיורד וואס האט פיל ארגערע כעמיקאלן ווי אויל פעינט, און נישט נאר אינדאר זאל מען דאס נישט נוצן נאר אפילו אוטדאר.

ולמען האמת, איך קען דיר נישט ענטפערן צי די אלע חולאים קומען דירעקט פון מאויסטשער קיורד ל"ע אבער עס איז גענוג צו געבן א טראכט אז יש דברים בגו נאכן ליינען דא.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

תגובהדורך ליסקא » מאנטאג יולי 27, 2009 10:29 pm

שוועמל איך מיין אז די ביסט גערעכט, אפילו עס איז נישט 100% אמת וואס עס שטייט דארט אבער למיחוש מיהו בעיא וחמירא סכנתא מאיסורא

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » מאנטאג יולי 27, 2009 10:41 pm

יא, דו שאלה איז צו נאר די ערשטע פאר טעג דארף מען אכטונג געבן צו שפעטער קען עס אויך ח" שאטן.
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג יולי 28, 2009 1:57 pm

פעינט איך פינקט אזוי שלעכט און דישמעק פון פעך אדער קוילן ווען מען שמירט עס איז אסאך ערגער
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
א טאטע
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 11, 2008 12:24 pm
לאקאציע: א מאל אין קאך, אמאל אין הויף

תגובהדורך א טאטע » דינסטאג יולי 28, 2009 2:15 pm

רבותי אין לי זמן אבער איך וועל זאגן בקיצור נמרץ, אלע סארטן פעינט אין קעמיקאלן ווערן רעגולעיטעד וויפל voc עס מעג האבן, אין די לעצטע יארן האט די ניו יארק סטעיט גאווערמענט אנגעהויבן צוביסלעך צו אראפנידערן די צאל פון די voc, אלע ווארנישעס ווי מויטשער קיור און פאלי-יורעטעין זענען אין די זעלבע קאטעגאריע, אויל פעינט איז א מסכתא פאר זיך און דאס איז היינט ערלויבט נאר אלס א מעטאל פעינטפאר מער אינפארמאציע זעט דא:

די פראבלעם איז נאר אז די חברה וואס גלאנצן די פאדלאגעס ווילן צו איילן די Drying time וואס איז זייער שטאט מיט די ערלויבטע voc און זיי טינען דעם מויסטשער קיור מיט Xylol דאס איז די שעדליכע קעמיקאל וואס העכערט צוריק די Voc, בקיצור ס'איז נישט די מויסטשער קיור ס'איז די xylene - xylol וואס שאדט דאס מערסטע.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דינסטאג יולי 28, 2009 2:29 pm

א קליינע פראגע צו די אלץ ווייסערס
אויב לייגט מען מויסטער קיור און מען מופט ארויס פאר א וואך? איז עס יא רעקאמאנדירט?

סטיוו שמידט
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 4:58 pm

תגובהדורך סטיוו שמידט » דינסטאג יולי 28, 2009 2:49 pm

נאטורליך האט געשריבן:א קליינע פראגע צו די אלץ ווייסערס
אויב לייגט מען מויסטער קיור און מען מופט ארויס פאר א וואך? איז עס יא רעקאמאנדירט?


איז עס דען א מציאות? אלמלא עס וואלט געווען א מציאות, וואלט עס דען עקזעסטירט?? אויב עס זאל ווען אזוי, איז דאך עס הארבער ווי "לעד" אין דארט ביי ,לעד" האט מען אנגענימען די שארפסטע וואס מעגליך

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דינסטאג יולי 28, 2009 3:46 pm

אקעי דאס איז געווען מיין שאלה.
היות מיין אידענע וויל יעצט לייגען מויסטער קיור. איז דעריבער אנטשטאנען א מחלוקה'לע פון די גיטע פריינד, ווען יעדער האט אפילו נאר 10 מיינונגען איז פיין און וואול מען מאכט וואוט'ס און אחרי רבים. איז די מעשה אזוי, די מיינונגען פון די זעלבע מבינים און ידידים ווערען געטוישט יעדען טאג.
אלזא וואס טוט מען? איז פאראן עפעס אן ערזאץ צו מויסטער קיור?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יולי 28, 2009 3:48 pm

ר' נאטירלעך פרוביר 2 פארט איפאקסי.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דינסטאג יולי 28, 2009 4:32 pm

שכויעך פארשלאפען על העבר והעתיד, זיי ביטע מסביר וואס דאס איז. איז עס פונקט אזוי גיט? דער עולם ניצט עס? וואס זענען די מעלות / חסרונות כלפי מויסטער קיור

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דינסטאג יולי 28, 2009 4:37 pm

דער ערל וואס האט ביי מיר געלייגט מויסטשעיר קיור איז אן אלטער שייסער פון איבער די 70, ער מיט זיינע קינדער און עטליכע אייניקלך זענען שוין אין די ביזנעס פאר יארן, ער לאכט דערפון.

ער זאגט מיר אז זינט עס איז ענטשטאנען די רידעריי אין די אידישע גאס, און ער האט אסאך אידישע קאסטעמערס, גייט ער כסדר פאר אלע מיני טשעק אפס צו עס פעלט אים עפעס, אה! וואס? ווען? ווי? ער איז געזונט ווי א בער.

פארציילט ער מיר, אז א חאסידיק גיי, א סעילסמאן איז אים געקומען אנטראגן אז ער זאל נוצען א פרישע מין שמירעריי, און יענער האט אים געזאגט אז דאס וואס ער וויל אים פארקויפן, קען מען נישט באקומען ביי קיינעם דא אין אמעריקע, זיין קאמפאני איז עקסלוסיוו דיסטריביוטער אין אמעריקע...

נו איר כאפט וואס דא גייט פאר?

דאס איז דער הסבר אונטער די גאנצע איבערקערעניש, אט די קאמפאני פארקויפט א פראדוקט וואס גייט נישט אזוי גוט ווי מויסטשעיר קיור, עס האט נישט דעם זעלבן גלאנץ, נו וואס טוט מען אז דער עולם כאפט זיך נישט צי צו זיינע סחורה, מען איז מבאיש ריח דעם מויסטשעיר קיור (אויב שטינקט עס נישט געונג), מען איז מוציא שם רע, און ליידער ליידער איז דאך נעבעך דא אזויפיל יודן וואס זענען נישט געזונט, און מען זוכט אויף וואס אנצולייגן דעם שולד, און עולם גולם קויפט עס אפ (איך הער זאגן).

פארוואס דארף מען צו קומען צו א דאקטער אין קרית יואל פאר א באשטעטיגונג אז מויסטשעיר קיור איז נישט געזונט, פארוואס איז נישט דא אזא באשטעטיגונג פון די ניו יארק סטעיט אדער פעדעראל העלט דעפארטממענט???
לעצט פאראכטן דורך ווייסעך וואס אום דינסטאג יולי 28, 2009 4:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
תכלית הידוע שלא נדע

מעכיל
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2009 10:37 am

תגובהדורך מעכיל » דינסטאג יולי 28, 2009 4:40 pm

איך האב אמאל גערעט צו איינעם וואס איז גוט באוויסט אין דעם ליין האט ער מיר געזאגט אז עס איז די זעלבע שעידליך ווי פעינט ווען עס איז נאס שטינקט עס שטארק און עס איז נישט מער שעידליך ווי פעינט ער האט מיר געזאגט אז עס איז נאר א ביזנעס

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דינסטאג יולי 28, 2009 4:42 pm

איך האב אמאל געהערט פון א גרויסען רעדנער (אין מקוה), אז זייט די רבנים האבן געמישט אין נושא פון מויטשער קיור, האט די רעגירונג זיך אנגעהויבן מישן אין מציצה בפה...
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » דינסטאג יולי 28, 2009 4:49 pm

נאטורליך האט געשריבן:א קליינע פראגע צו די אלץ ווייסערס
אויב לייגט מען מויסטער קיור און מען מופט ארויס פאר א וואך? איז עס יא רעקאמאנדירט?

דיינע שכנים ווילסטו אויך אוועק שיקן פאר א וואך?

למדן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2008 6:58 pm

תגובהדורך למדן » דינסטאג יולי 28, 2009 5:41 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט פון א גרויסען רעדנער (אין מקוה), אז זייט די רבנים האבן געמישט אין נושא פון מויטשער קיור, האט די רעגירונג זיך אנגעהויבן מישן אין מציצה בפה...


שוין לאנג נישט געהערט אזא גוטס! שקויעך האסט מיר געמאכט'ן טאג...


באמת, האט יענער קול קורא און דער "איסור" פון די רבנים אויף מוסטשור קיו יא אסאך געהאלפן!

KUPSTHICK
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 19, 2009 10:01 am

תגובהדורך KUPSTHICK » דינסטאג יולי 28, 2009 6:03 pm

its a avery danger for pregnet women i, know from a few cases
its not worth the chance
some say that they cut up a lot of big onions, for the small it does help, but for the health i dont think so

maybe the one who screams about it has a persanal intrest but it dosent change the fact
some peaple are stronger than the others if it dosent do any harm for u its not a klal for every one
some say when the its gets very hot the fumes come out again
sorry for dissagree with some of u
ask somebody who has azma
then will talk

KUPSTHICK
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 19, 2009 10:01 am

תגובהדורך KUPSTHICK » דינסטאג יולי 28, 2009 6:11 pm

if u dont belive assk haztlah

געדולד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 8:01 pm

תגובהדורך געדולד » דינסטאג יולי 28, 2009 7:12 pm


ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דינסטאג יולי 28, 2009 8:25 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:סטיוו

אין דער בלאט דעי וואך איז געווען א בריוו פון א דאקטאר וועגן דעם

איך בין גראדע באקאנט מי די פאקטן


פאטאקי! דו ווייסט מער פאקטן ווי דאס וואס געדולד האט אראפ געברענגט? ביטע ברענג צו!
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
א טאטע
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 11, 2008 12:24 pm
לאקאציע: א מאל אין קאך, אמאל אין הויף

תגובהדורך א טאטע » מיטוואך יולי 29, 2009 7:34 am


אוועטאר
א טאטע
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 11, 2008 12:24 pm
לאקאציע: א מאל אין קאך, אמאל אין הויף

תגובהדורך א טאטע » מיטוואך יולי 29, 2009 7:35 am

Studies of unborn animals indicate that high concentrations of xylene may cause increased numbers of deaths, and delayed growth and development. In many instances, these same concentrations also cause damage to the mothers. We do not know if xylene harms the unborn child if the mother is exposed to low levels of xylene during pregnancy.

סטיוו שמידט
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 4:58 pm

תגובהדורך סטיוו שמידט » מיטוואך יולי 29, 2009 10:37 am

א טאטע האט געשריבן:
Studies of unborn animals indicate that high concentrations of xylene may cause increased numbers of deaths, and delayed growth and development. In many instances, these same concentrations also cause damage to the mothers. We do not know if xylene harms the unborn child if the mother is exposed to low levels of xylene during pregnancy.


דו שרייבסט אבער נישט וופיל xylene מויסטשער קויר האט


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט