עצה פאר ריח הפה

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

עצה פאר ריח הפה

תגובהדורך ביזנעסקאפ » מאנטאג יולי 27, 2009 3:51 pm

יעצט און די 9 טעג ווען דאס אומפרישקייט באהערשט אונזער לאגער וואלט כדאי געווען צו רעדן פון א נושא וואס אסאך פון אחינו בני ישראל פלאגן זיך, טייל ווייסן ניטאמאל דערפון, אבער אומוועלנדיג לאזן זיי אנדערע וויסן דערפון, דאס רופט זיך "ריח הפה" דאס מויל גיבט ארויס בשעת'ן רעדן אן אומאנגענעמער ריח וואס דאס עפעקטירט גאר שטארק אינ'ם טעגליכן הלך ילך פונ'ם מענטש, טיילמאל ווייסט דער באטרעפענדער נישט פארוואס יענער יאגט זיך פלוצלינג, איך האלט דאך אינמיטן אזא געשמאקע שמועס, פארוואס אנטלויפט ער פון מיר?

פון וואס דאס קומט קען מען דעבאטירן, יעדע דאקטער האט זיך זיינע סברות וואס זענען רוב מאל שטותים, עכ"פ וואס מיר זוכן איז עצות וואס מענטשן האבן געזען דערביי רעזולטאטן. נאכאמאל קלאר צו מאכן מען רעדט דא ווען דאס האלט אן אויך נאכן עסן און במשך'ן טאג, עס קומט און גייט אמאל שטערקער אמאל בעסער.  
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מאנטאג יולי 27, 2009 4:33 pm

איי אידאס א פראבלעם.. זייער גוט האסטעס ארויפגעפאקט אויפן טיש, עס זענען דא אסאך וואס מאכן דאס נעבעך מיט. לדעתי די בעסטע זאך וואס די קענסט יענעם טון, אויב דיין חבר ציט זיך אריין אין א געשמאקן שמועס מיט דיר צופרי, און א פייכטער וואלקן שוועבט ארום אים בשעת ער טוט דאס נאך פארשפרייטן מיט זיין מויל אויף אלע זיינע ארומיגע, איז די אויפריכטיגסטע זאך: בייג דיר צו צו זיין אויער און מורמל שטיל 'געב דיר א שווענק אויס'.. עס איז אמת אז ס'ציפט, אבער סאך ענדערשער ווי אז יעדער זאל מיטאמאל אנטלויפן פון אים ווען ער זאל נישט וויסן פון גארנישט.
און בכלל איז ממדת הנימוס אז ווען מען שטייט אויף צופרי זאל מען זיך באוואשן דאס מויל. קיינער זאל זיך נישט איינרעדן ער איז שמואל הנביא. עס קען געשעהן ביי יעדן! (קוקט'ס ווער ס'רעדט...)
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

mona lamm
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 8:31 am

תגובהדורך mona lamm » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 1:56 pm

שבת מא. :
אכל ולא הלך ארבע אמות (קודם שיישן - רש"י), אכילתו מרקבת (אינה מתעכלת לעשות זבל - רש"י),
וזהו תחילת ריח רע (ריח הפה - רש"י).

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 3:07 pm

סירטש אויף גוגל Halitosis, א לאנגע צייט צוריק האט מען עס שוין ערווענט אין קרעטשמע.

דאכט זיך כ'אב עס אמאל געברענגט א וועבסייט פון א קאליפארניע דענטיסט וואס טענה'ט ער האט עס ארויס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 12:16 am

אין די המספיק גאזעט איז עס אמאל געווען אויסעגעשמועסט אין זיי האבען רעקאנמאדירט די פראדוקטען פין עפעס א דר' כץ, פין די בריוו וואס מענטשען האבען דערנאך אריינגעשיקט האט אויסגעזעהן אז עס העלפט טאקע,
קען זיין אז עס איז דער זעלבע דר' פין וואס שוועמל רעד,
עכ"פ די רעדאקציע דארט וועט זיכער וויסען
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

לורם איפסום
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 3:12 pm
לאקאציע: אין טקסט געגנט

עצות קעגן ריח הפה

תגובהדורך לורם איפסום » מיטוואך אוקטובער 09, 2013 4:05 pm

א גוטן טאג

איך ווייס נישט אויב עס איז שוין דא א שמיעס וועגן די נושא. איז דא עפעס עצות וואס מען טאן דערצו? פארשטייט זיך נאכן בראשן די ציין און אדער שווענקן מיט מויל וואש.
קען עס זיין כראניש? (איך ווייס נישט פונקטלעך וואס סמיינט.. אבער עס ברענגט בעסער ארויס די שאלה :| )

אויב דער אשכול שמעקט דיר נישט רוק דיך אביסל אפ
Lorem ipsum dolor sit amet, consectetur adipisicing elit

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » מיטוואך אוקטובער 09, 2013 4:23 pm

לורם איפסום האט געשריבן:א גוטן טאג

איך ווייס נישט אויב עס איז שוין דא א שמיעס וועגן די נושא. איז דא עפעס עצות וואס מען טאן דערצו? פארשטייט זיך נאכן בראשן די ציין און אדער שווענקן מיט מויל וואש.
קען עס זיין כראניש? (איך ווייס נישט פונקטלעך וואס סמיינט.. אבער עס ברענגט בעסער ארויס די שאלה :| )

אויב דער אשכול שמעקט דיר נישט רוק דיך אביסל אפ


ווען מען האט א באנטש א באנטש לעכער אין די ציינער, קענעס שמעקן אפילו נאכן בראשן.

דהו
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 12, 2012 1:36 pm

תגובהדורך דהו » מיטוואך אוקטובער 09, 2013 5:08 pm

טרונקען מער בפרט וואסער בדוק ומנוסה.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אוקטובער 09, 2013 6:37 pm

אנעים זמירות בראשט זיין צונג אויך מיטן ציין בערשטל, צו פארמיידן דעם פראבלעם. אנדערע נוצן א געוויסע סקרעיפער פאר די צונג.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:46 pm

פרוביר אויס דר. קאטץ'ס מאוטוואש, עטליכע יאהר צוריק איז געווען א לענגערע באשרייבונג אין "המספיק גאזעט" איבער זיין מהלך פון וואס ס'קומט, און די וועג עס צו באקעמפן, זייט דעמאלץ נוצט מען דאס ביי מיר מיט אויסערגעווענליכע רעזולטאטן, ס'איז צו באקומען אין אלע היימישע פארמאסיס, קענסט דארטן ליינען א געוואלד איבער דעם ענין.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
גיי_ווייס
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 12:34 am

תגובהדורך גיי_ווייס » מיטוואך אוקטובער 09, 2013 11:08 pm

לויט מיין עקספריענס קומט נישט די ריח פונעם מויל נאר עס קומט ארויף פון אינטען. א פיינע הכנות וועט העלפן :oops:
_________________________x

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » מיטוואך אוקטובער 09, 2013 11:58 pm

יש"כ עקבי פארן לינק, ס'איז זייער אינפארמאטיוו, מ'עלמיר דאס איבערליינען מער בעיון ביי א געלעגנהייט.

@גיי ווייס, קאנסטיפעישאן קען טאקע אויך גורם זיין א ריח הפה, אויב כ'האב קיין טעות איז דאס א גמרא.

אין מיין אייגענע פראקטיק, ס'איז זייער וויכטיג צו פוצן די ציין בעפארן גיין שלאפן, אויב לייגט מען זיך אן בראשן, כ'על שוין בראשן מארגן צופרי..., דאן עסן זיך די באקטעריס איין א גאנצע נאכט, און סי שוין א שווערע מייסע דאס ארויסצוזעען.

גארגלן זיך מיט ספרינג וואסער נאכן בראשן איז זייער ווירקזאם, ד.ה. מען גארגעלט זיך אריין מיט רום-טעמפעראטור ספרינג וואסער ביזן גארגעל אריין smoothly, עטליכע מאל.

ס'זעלבע צופרי ווען מ'שטייט אויף, תיכף אנגיסן אביסל ספרינג וואסער און זיך גארגלען, ארויס-צו-שווענקן די האלז ווי אויך די מויל.
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2013 11:33 am

דהו האט געשריבן:טרונקען מער בפרט וואסער בדוק ומנוסה.

לורם איפסום
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 3:12 pm
לאקאציע: אין טקסט געגנט

תגובהדורך לורם איפסום » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2013 1:48 pm

גיי_ווייס האט געשריבן:לויט מיין עקספריענס קומט נישט די ריח פונעם מויל נאר עס קומט ארויף פון אינטען. א פיינע הכנות וועט העלפן :oops:


אמת, מויל גערוך קומט נישט "נאר" פון מויל נאר אויך און בעיקר פון אינסייד, אבער איך ווייס נישט פונקטליך פון וואו און וואס אינסייד
א רעגולירטע ארויסגיין העלפט אסאך, עס וועט העלפן די חלק וואס עצירות האט גורם געווען, אבער לויט מיין עקספריענס זענען דא נאך גורמים.
צ"ב, סטרעסס ארבעט אינסטענט צו פארשווערן און אומבאטעמט מאכן די אטעם
Lorem ipsum dolor sit amet, consectetur adipisicing elit

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2013 2:00 pm

לורם איפסום האט געשריבן:
צ"ב, סטרעסס ארבעט אינסטענט צו פארשווערן און אומבאטעמט מאכן די אטעם

לכאורה ווייל סטרוקענט אויס די מויל

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2013 2:29 pm

נעכטען האב איך אינזינעןם געהאט ווען איך וועל היינט האבען צייט וועל איך מגיב זיין, אבער איך זעה אז לכאורה האט מיר שוין בכח אריינגעשלעפט...

הגם ריח הפה קען שטאמען פון פארשידענע ערליי גורמים, פאסירט עס אבער רוב מאל צוליב די באקטעריעס אין די מויל. פאלגענד זענען פארשידענע עצות צו העלפען לייזען דעם פראבלעם:

    פוצען די ציין בוקר וערב, ווי אויך דער גאנצע צונג

    'פלאסען' לכה"פ יעדע נאכט, כדי זיכער צו מאכען עס פארבלייבען נישט קליינע שטיקער עסען, אויף וועלכע באקטעריעס מערען זיך

    האלטען דער מויל נאס, ווייל שפייעכץ איז דער בעסטע מיטעל קעגען די באקטעריעס. דאס אליין טיילט זיך אין עטליכע סעיפים:

      טרונקען גענוג מען זאל נישט שפירען דורשטיג, ובעיקר איינפאכע וואסער ענדערש פון קאווע און געצוקערטע טרונקען. (קאווע איז אליין גורם ריח הפה, און צוקער פיטערט די באקטעריעס)

      אטעמען דורכען נאז נישט דער מויל.

      טאמער דארף מען רעדען פאר א שטיק צייט, האלטען נעבען זיך א גלאז וואסער און כסדר נעמען קליינע זיפען דערפון.

      קייען צוקערלאזע 'טשואינג גאם'

    פאר א קורצ-טערמינע סאלוזיע (צ.ב.ש. איידער א מיטינג וכדומה), איז דא צו באקומען Listerine strips מיטען שטערעןK השגחה. אין ווארהייט איז ראטזאם פאר יעדען צו האלטען אזא פעקעל אין טאש, בכדי צו נוצען נאך מען טרונקט א קאווע אדער מען כאפט אן אלט-מאדישע ציגארעטעל א.ד.ג.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

לורם איפסום
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 3:12 pm
לאקאציע: אין טקסט געגנט

תגובהדורך לורם איפסום » פרייטאג אוקטובער 11, 2013 2:32 pm

א דאנק אנעים פאר די לאנגע און דעטאלירטע תשובה, און פאר אלע ענטפערערס

איך וויל מוסיף זיין צו די שאלה
עס איז דא אמאל וואס די ריח הפה איז פשוט שווערער ווי נארמאל און שפירט זיך אין די מרחקים.
דער נישט גוטע גערוך איז איין זאך, אבער דער העווי אטעם, קען זיין געפערלעך.

וואס ווייסט איר איבער אזא זאך?
Lorem ipsum dolor sit amet, consectetur adipisicing elit

so now what
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 01, 2013 6:50 pm

תגובהדורך so now what » זונטאג ינואר 28, 2018 7:01 pm

לורם איפסום האט געשריבן:א דאנק אנעים פאר די לאנגע און דעטאלירטע תשובה, און פאר אלע ענטפערערס

איך וויל מוסיף זיין צו די שאלה
עס איז דא אמאל וואס די ריח הפה איז פשוט שווערער ווי נארמאל און שפירט זיך אין די מרחקים.
דער נישט גוטע גערוך איז איין זאך, אבער דער העווי אטעם, קען זיין געפערלעך.

וואס ווייסט איר איבער אזא זאך?


.

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2364
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » זונטאג ינואר 28, 2018 7:15 pm

First try dental flossing your teeth consistently
As well cleaning your tung with a tooth brush or with a tung cleaner, this two should help a lot

אוועטאר
יצחקי
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » זונטאג ינואר 28, 2018 7:33 pm

ס'איז דא א גמרא אין ברכות דאכט זיך. אמר רבא אחר כל אכילתך אכול מלח ואחר שתיתך שתה מים ואי אתה ניזוק ביום משום ריח רע ובלילה משום אסכרה,
עפעס אזוי ליגט מיר אין זיכרון, נישט נאכגעקוקט יעצט

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9442
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג ינואר 28, 2018 8:23 pm

קומט נישט עכט דא אריין, אבער אז די ברענגסט דאס שוין, עמער מוסיף זיין, מובא בשו"ע (סי' קע"ט ס"ו) אכל כל מאכל ולא אכל מלח שתה כל משקה ולא שתה מים ביום ידאג מפני ריח הפה ובלילה מפני ריח הפה ומפני אסכרה. אבל ברמ"א (סי' ק"ע סכ"ב) כותב ונ"ל דוקא שלא היה מלח בפת או במאכלים שאכל, וכן שלא שתה משקה שיש בו מים, אבל בלאו הכי ליכא למיחש. וכן נוהגין שלא ליזהר באכילת מלח ושתיית מים אחר הסעודה, מטעם שנתבאר. אבל במג"א (סי' קע"ט סק"ח) כותב דהאידנא נשתנו הטבעים.

אוועטאר
יצחקי
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » זונטאג ינואר 28, 2018 8:45 pm

נישט קיין הוספה, נאר טאקע דאס גופא איז די סיבה פארוואס עס קומט נישט דא אריין (די שו"ע איז געבויט אויף די שטיקל גמרא דאכט זיך),
יישר כוח פאר די הערה.

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מאנטאג ינואר 29, 2018 11:21 am

אינו בדוק ואינו מנוסה
Fox News

Fibrous vegetables, such as celery and cucumbers, boost your mouth’s saliva production, which washes away odor-causing bacteria. In fact, holding a slice of cucumber between your tongue and the roof of your mouth for about 90 seconds helps limit odor. Crunchy vegetables help remove plaque on teeth and gums, which bacteria can feed on, says Gregg Lituchy, a cosmetic dentist in New York City.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3477
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג ינואר 29, 2018 12:15 pm

גיין צום דענטיסט פאר א קלינינג איז אויך בייהילפיג. ס'דא שמוץ וואס קומט נישט ארויס פון פשוט פיצן און פלאוסן און ווי לענגער ס'ליגט צווישן די ציינער שאפט עס א גרוך.
דענטיסט רעקאמענדירן מ'זאל גיין פאר א קלינינג יעדע זעקס חדשים.

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » מאנטאג ינואר 29, 2018 12:19 pm

800.973.7374

טעראברעטה פראדוקטן פון דאקטאר קאטז. צובאקומען אין היימישע פארמאסיס, טוטפעיסט און מאוטוואש. בדוק ומנוסה, געהערט פון פילע אז עס האט זיי שטארק געהאלפן אויך א צונג קראצער


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט