בלאט 1 פון 2

געשריבן: מאנטאג יולי 27, 2009 4:08 pm
דורך קעכער
משה קאפויער האט געשריבן:
נישט צו טרינקען קאווע א טאג בעפאר די תענית. טייל זאגן פונקט פארקערט מ'זאל יא טרינקען קאווע.


אדער יא אדער ניין...

געשריבן: מאנטאג יולי 27, 2009 4:53 pm
דורך prowed jew
;l;p-

געשריבן: מאנטאג יולי 27, 2009 5:23 pm
דורך ביזנעסקאפ
די סגלות זענען נאך בעסער פון די עצות...
צו טרינקען א גלעזל וואסער ממש בעפארן איינפאסטען, און עס אויסטרינקען און 9 שלינגען'ס אקעגן די מזוזה.

מיין באבע האט מיר אמאל געזאגט אז 7 שלינגען'ס איז גענוג...
אין שו"ת מהר"ם קאפויער איז דא שאלה אויב איינער האט עס נישט געמאכט אנטקעגן די מזוזה וואס די הלכה איז.
דאכציך אז ער בלייבט להלכה אז מען קען בשום אופן שבעולם נישט איבערטרינקן... נאר אויב ס'איז געווען א שוגג עיי"ש... 

געשריבן: מאנטאג יולי 27, 2009 6:45 pm
דורך אריאל
ביזנעסקאפ.

איר זאלט זיך נישט פארלאזן אויף אייער באבע. זיבן שלינגען ווירקען בלויז ביז אומגעפער זייגער 16,
ס'איז בדוק ומנוסה.

געשריבן: מאנטאג יולי 27, 2009 7:14 pm
דורך אלף בית
די גרינגסטע וועג צו פאסטן איז גארנישט עסן...

ווער עס האט א גרינגערע וועג זאל עס ביטע מודיע זיין.

געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2009 7:48 am
דורך געדענק
די בעסטע עצה איז אריינצוקומען אין קרעטשמע פאר אפאר שעה און די צייט וועט אריבערגיין 1 2 3

געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2009 9:47 am
דורך וויכטיג מאכער
איך האב געוואלט זעהן ווער ס'גייט זיין די ערשטע דאס צו שרייבן..

געדענק, ;l;p-

ס'איז נישט דא קיין בעסערע עצה ווי דאס, זעצט אייך אריין אין קרעטשמע, איר וועט פאסטן א מחיה..

געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2009 10:49 am
דורך אלטעבחורל
קומזעש שעעהן!

כאפ א צאמלייג זיצער, הייב אונטער דיין שווייס-רעקל, זעץ דיר אנידער נעבן מיין רויע-אפענע שטרימפ מיט צובויגענע קראק'ס, קיין קוכן אין דיין פיסק וועסטו נישט קענען אריינעמען פאר יאאאאארן, ווער רעדט נאך פון טשיז-בלינצעס.

אבער מי כעמך ישראל;

אויף יעדע זאך האבן מיר אלס סגולות, ווילסט פאסטן גרינג? שטעל דיך ביי א מזוזה מיטן פנים למזרח, אין שלונג אריין ווארימע וואסער "נאר געפילטערטע" אין האק מיט די לינקע פוס, דריי די רעכטע הענט נעבן די לינקע אויער, אין האלט די אויגן אויף אראפ, אין שלינג געשוואונד, בדוק ומנוסה.

געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2009 10:54 am
דורך וויכטיג מאכער
סאבעכענק געזאגט?! ליינץ א תגובה פון אלטער, סעצעך פאסטן אנדערש..

אלטי, יעס!!

געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2009 12:41 pm
דורך יגרסהדותא
הייסט עס אזוי, היינט זאלציג און מארגן צוקער'דיג. אינטערעסאנט

געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2009 1:11 pm
דורך שאץ מאץ
כ'האב געזעהן אין ס' נטעי גבריאל ער שרייבט אז פארן פאסטן איז א סגולה צו טרינקען 9 שלינג וואסער, כ'האמיך שוין געפרייט ענדליך זעה איך דאס געדריקט, כאפ איך שנעל א בליק אונטן ווי איז דער מקור, שרייבט ער.....
שמעתי שכן נוהגין....

איך קען שוין זאגן ראיתי שכן נוהגין... (געזעהן ווי? אין קרעטשמע)

געשריבן: מיטוואך פעברואר 24, 2010 6:32 pm
דורך זייער נייגעריג
אויף וואס איז גוט אויסצופאסטן?
אסאך מאל קענען די נאכווייען פין שלעכט אויספאסטן זיין ערגער ווי פאסטן.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 24, 2010 6:42 pm
דורך קראצער
מארגען נאכט עסט מען שוין ווייטער אי''ה! סא פארוואס אן עצה ביז מארגען נאכט? נעההה

געשריבן: מיטוואך פעברואר 24, 2010 9:18 pm
דורך קרעטשמער
זייער נייגעריג האט געשריבן:אויף וואס איז גוט אויסצופאסטן?
אסאך מאל קענען די נאכווייען פין שלעכט אויספאסטן זיין ערגער ווי פאסטן.

http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic

געשריבן: מיטוואך פעברואר 24, 2010 9:21 pm
דורך פרייליכערהייט
ר' משה:

יא! די פערפארמענס פון שעקלי ארבעט אמחי', דעם פארגאנגענעם יוה"ק האב איך עס פראנבירט, און עס האט געווירקט ברוך השם..

געשריבן: מיטוואך פעברואר 24, 2010 9:45 pm
דורך זייער נייגעריג
קרעטשמער האט געשריבן:
זייער נייגעריג האט געשריבן:אויף וואס איז גוט אויסצופאסטן?
אסאך מאל קענען די נאכווייען פין שלעכט אויספאסטן זיין ערגער ווי פאסטן.

http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic

שכוח, אויב ווייסט איינער אן עצה ביטע זיך אנריפן דארט,

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 25, 2010 3:49 am
דורך לכאורה
די בעסטע עצה איז צו טרונקן גאר אסאך וואסער אין די טעג בעפארן תענית (נישט אסאך אויף איינמאל, נאר יעדע שעה א גלעזל וכדומה, און נישט אנהייבן איין טאג פארן תענית, נאר סיסטעמאטיש פון אפאר טעג אדער א וואך פריער).

געשריבן: מאנטאג מארטש 01, 2010 8:40 am
דורך מאקאווער
פרייליכערהייט האט געשריבן:ר' משה:

יא! די פערפארמענס פון שעקלי ארבעט אמחי', דעם פארגאנגענעם יוה"ק האב איך עס פראנבירט, און עס האט געווירקט ברוך השם..



יום הק' זאגט מיר איינער אז ער ברויך גארנישט נעמען בעפאר

ער עסט דעם דאווענען מיטן ברעטל!!

סוי מאן יימר אז שעקלי איז די זאך אפשר האסטע פיין געדאוונט?

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 15, 2010 10:10 pm
דורך פארשריבן
מי יודע האט דארט אריינגעשטעלט א פאטא-קאפיע פון המספיק גאזעט.

viewtopic.php?p=384987#p384987

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 6:00 am
דורך שויתי'ניק
לזכות הרבים ברענג איך דא אהער עטליכע עצות צום פאסטן און אויספאסטן, געווען געדרוקט לעצטענס אין המספיק גאזעטע.
(קרעדיט: מי יודע)

ווער ס'האט נאך עצות\לעזונגען, ביטע אריינשיקן ווי שנעלער...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 4:02 pm
דורך שמעק_טאביק
זייער נייגעריג האט געשריבן:אויף וואס איז גוט אויסצופאסטן?
אסאך מאל קענען די נאכווייען פין שלעכט אויספאסטן זיין ערגער ווי פאסטן.


די יודעי מדע זאגן אז ס'איז זייער נישט געזונט אויסצופאסטן תיכף נאכן תענית. זיי רעקאמענדירן מען זאל ווארטן לכה"פ 10 מינוט און ערשט דערנאך עפעס עסן.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 4:23 pm
דורך שאלת_חכם
שמעק_טאביק האט געשריבן:
זייער נייגעריג האט געשריבן:אויף וואס איז גוט אויסצופאסטן?
אסאך מאל קענען די נאכווייען פין שלעכט אויספאסטן זיין ערגער ווי פאסטן.


די יודעי מדע זאגן אז ס'איז זייער נישט געזונט אויסצופאסטן תיכף נאכן תענית. זיי רעקאמענדירן מען זאל ווארטן לכה"פ 10 מינוט און ערשט דערנאך עפעס עסן.

און וואס זאגן זיי לגבי שמעקן טאביק?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 4:50 pm
דורך קרעמער
שמעק_טאביק האט געשריבן:
זייער נייגעריג האט געשריבן:אויף וואס איז גוט אויסצופאסטן?
אסאך מאל קענען די נאכווייען פין שלעכט אויספאסטן זיין ערגער ווי פאסטן.


די יודעי מדע זאגן אז ס'איז זייער נישט געזונט אויסצופאסטן תיכף נאכן תענית. זיי רעקאמענדירן מען זאל ווארטן לכה"פ 10 מינוט און ערשט דערנאך עפעס עסן.

א שאד איך האב דאס נישט געוואוסט אלס קינד, איך וואלט דאס געזאגט פאר אלע טאטעס אין שוהל און געהאט נאך 10 מינוט אויפצועסן די צוגעגרייטע קאקאש קוכן

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 5:03 pm
דורך צים פינטעל
ביי מיר אין שול וואלסטו נישט געקענט אפילו אנקוקען די קאקאש קעיק

נאר ווער סהאט געפאסט!! איך געווען די שטערנגע רעזולאציע

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 11:11 pm
דורך leiby
מר טאביק, ווי הייבט זיך אן די 10 מינוט, אויב איז די זמן 6 איז עס 6:10 אין זימער רעכענט מען פין 9:30 צו 9:40?
כ'מיין מיין מאגן ווייסט ווען די זמן איז?