סתם_אזוי האט געשריבן:אגב: מען האט עפעס געקענט אנזעהן אויף דיין ווייב פאר זי האט געהאט דאס קינד?
די ענטפער דערויף איז איין ווארט, ניין.
איך וועל מיך נאך האפענטליך צוריק קערן דערצו נאכן ענדיגן וואס איך האב אנגעהויבן.
געלעגער האט געשריבן:נאר א קליינעקייט, דאס וואס די שרייבסט אז צווישען דיר אין דיין פרוי האט אויסגעבראכען א שטיקעל דיבאטע, איז זי בכלל ראי' געוועהן צי דעבאטירען?
דאס וואס די שרייבסט איז געוועהן א שטענדיגע אנגייענדע פראבלעם אדער ס'איז געוועהן ווי אן אטאקע?
עפעס האב איך געהערט אז אין ב"פ איז דא א פלאץ וואס גיבט זיך אפ מיט די פראבלעמען, ווייסטו אדער איינער דא מער וועגען דעם?
פאר איך גיי ווייטער וועל איך ענטפערן אויף דיינע צוויי פראגעס, וועלכע וועט איינוועגס קלאר מאכן פארשידענע זאכן פאר אנדערע.
קודם אויף דיין צווייטע פראגע אויב עס איז בלויז געווען ווי א אטאקע, ניין עס איז געווען א שטענדיגע זאך, פארשטייט זיך אז אין געוויסע שעות איז עס געווען בעסער און אין אנדערע שעות ערגער.
אויף די ערשטעט פראגע, אין די וועלט פון גייסטישע פראבלעמען איז דא פארשידענע פראבלעמען און מצבים, איינס איז נישט גלייך מיטן צווייטן, דא איז די רעדע פון דעפרעסיע וועלכע אין מיין פאל איז עס בלויז געווען דיפרעסיע, אבער נישט סתם דיפרעסט נאר אזוי ווייט אז מען קען נישט עסן שלאפן וכו', דאס מיינט אבער נישט אז דער מענטש איז נישט דא, פארקערט, דער מענטש איז געהעריג דא און ווייסט וואס צו וועלן, אבער די מענטש איז גענצליך נישט ביכולת זיך צו באהערשן איבער די דיפרעסיע, איך וועל שפעטער האפענטליך מער מסביר זיין.
אבער דאס יא, אין געוויסע שעות זענען זאכן געווען אסאך בעסער און אין אנדערע שעות ערגער, אבער נישט קיין אטאקעס.
איבער א פלאץ אין בארא פארק בין איך נישט באקאנט, אבער מען דארך אכטונג געבן ווי צו גיין, ווייל טייל גרופעס אדער ארגאנאזאציעס האבן איין ציל, זאלסט ווערן א פאציענט און בלייבן א פאציענט, און נאכדעם האבן זיי פרנסה אויף יארן לאנג.
איך וויל נאר איין זאך נאכאמאל אנמערקן, אז איך געדענק קוים פון די שווערע מיטמאכענישן וואס אונז זעמיר דעמאלטס אריבער געגאנגן, ווייל עס גייט שוין צוריק א שיינע פאר יאר, און היינט איז ב"ה אלעס פיין און וואויל און איז שוין כמעט פארגעסן געווארן, און באמת דאס וואס איך האב געשריבן ביז יעצט, איז א טיפה מין הים וואס איך בין דעמאלטס פאראיבער, און איך האב האב מיך היבש געדארפט קראצן מיין שטערן צו קענען גיין על הסדר, געלויבט דער פון אויבן פאר דעם אז איך האלט שוין היינט נאכן בר מצוה מאכן איינע פון מיינע קינדער וואס האבן דעמאלטס געדארפט וואנדערן אין פרעמדע שטיבער.
--------------
פאר איך שרייב ווייטער וויל איך נאר אביסל ארויס ברענגן די פראבלעם ווי איך בין געשטאנען ביז די מאמענט וואס איך גיי יעצט שרייבן.
די שטוב מיינע איז געפארן אויף חרוסת, און דא ביי מיר זיצט איינער וואס איז נישט געזונט, און איך האב מיר נישט צו וועם צו ווענדן.
די מעדעצינישע קליניק ווי שוין געשריבן האקט א לאטקע, דערווייל ווארט איך אויף א אפוינטמענט ביי א צווייטע קליניק, די ארגאנאזאציעס וואס איך האב פראבירט האבן מיר דערווייל נישט געהאלפן, און דערווייל שטיי איך אינמיטן אטלאנטיק אשען, אן זעהן פון ווי די ישועה גייט קומען, וואס דאס מיינט אין אידיש.....איך וויל נישט שרייבן.
און יעצט וועט עטץ פארשטיין פארוואס די קומענדיגע איז געווען אזא געוואלדיגע השגחה פרטות, נאכן וויסן ווי איך בין געשטאנען פארדעם שוין נאך עטליכע וואכן זיין דערין.
און יעצט ווייטער:
ווי שוין פריער ערווענט, האט מיין רב געהאט באקאנטשאפט אין די ענינים, און איינע פון די טעגליכע שמועסן מיט אים האט ער מיר געזאגט, אז ער איז באקאנט מיט א פרוי וועלכע געט זיך אפ מיט געבן חיזוק פאר מענטשען, און אויב מיין פרוי איז מסכים צו רעדן מיט איר, אפשר וועט זי איר קענען אביסל ארויס העלפן.
מיין פרוי וועלכע איז גרייט געווען צו טון אלצדינג צו ווערן געהאלפן האט מיר מכבד געווען אנצוריפן יענע פרוי איך האב גערעדט מיט איר עטוואס איבער וואס עס קומט פאר, און נאכדעם האב איך איר איבער געגעבן פאר מיין ווייב.
זיי האבן גערעדט א שטיק צייט, אין צום סוף האט זי געזאגט, אז די פאל איז נישט געמאכט פאר איר, זי טוט בלויז האנדלן מיט מענטשען וואס זענען אנגעזעצט(אין בחורישע שפראך..), און זיי קענען ניצן אביסל סיפוק און שמחת החיים, אבער מיט אזעלכע פעלער פון ערענסטע דיפרעסיע אדער ענקזייאיטי וכדו', וועלכע מען זעט אז דאס איז א אינערליכע קראנקהייט, איז נישט געמאכט פאר איר, און זי זעט בכלל נישט וואס זי קען טון דערצו.
שפעטער האט די פרוי נאכאמאל גערופן און זי זאגט מיר, אז זי קען טאקע גארנישט טון, אבער זי האט זיך געכאפט אז אויף איר גאס וואוינט א פרוי וועלכע טוט לעצטענס אין די סארט ענינים, און זי העלפט ארויס מענטשן, זי איז נישט פונקליך באקאנט וואס יענער טוט, אבער זי קען מיר געבן די נומער און איך קען איר אנרופן, אפשר וועט דארט זיין די ישועה.
מיין ווייב האט יענעם אנגערופן און אטא דא איז די ישועה אנגעקומען.
יענע האט געזאגט פאר מיין פרוי אז טאקע אין דעם דירעקט טיט זי, און פארוואס? ווייל זי אליינס קומט פון דארט און האט מיטגעמאכט די זעלבע זאך, און זענדיג די שוועריגקייטן וואס מענטשען מאכן מיט אין אזעלכע צייטן, האט זי זיך אריין געלייגט און פראבירט ארויס צו העלפן מענטשען.
נאך איידער מיר האבן מסביר געווען פאר יענע וואס עס גייט פאר, האט זי אליינס פארגעשטעלט די גאנצע בילד, אויף וואס מיין פרוי האט בלויז געדאפרט געבן איר הסכמה, אז טאקע אטא דאס גייט זי יעצט אריבער.
דאס אליינס אז דא רעדט א מענטש וואס איז אריבער די זעלבע זאך, און היינט איז זי פולקאם געזונט און האלט שוין נאכן האבן עטליכע פרישע קינדער, און געט זיך יעצט אפ מיט אנדערע, איז שוין געווען א באראוגונגס פיל, אז מען קען טאקע געהאלפן ווערן, און זי ארויס זעהן פון דעם פלאנטער.
אנדערש ווי אונז האמיר געמיינט ביז דעמאלטס אז עס איז א גאנצע פרשה זיך ארויס צו זעהן דערפון(ווי די כמו קליניק האט אונז אנגעגעבן), האט זי עס אראפ געלייגט גאר פשוט, מען דארף גיין צום ריכטיגן דאקטאר, און נעמען די ריכטיגע מעדעצינען, און ווי יעדע זאך נעמט עס א שטיק צייט, אבער אין די ענדע זעט מען זיך ארויס דערפון און מען ווערט צוריק אזוי ווי פריער.
זי האט אונז געגעבן א נאמען פון א ריכטיגע דאקטאר פאר וועם מען דארף באצאלן קעש, זי האט געמאכט די אפוינטמעט פאר אונז, וועלכע איז באשטימט געווארן אויף צוויי וואכן שפעטער, אויף וועלכע איך האב געדארפט ארויס לייגן פון טאש 6 מאות, אבער עס איז ווערד געווען נאך אסאך מער.
אבער דא האט זי אונז אנטדעקט א צווייטע סוד, אז פונקט ווי ביי פיזישע מחלות איז דא פעין קילערס, איז דא אויך דא, און ביז די אפוינטמעט ביים דאקטאר, וועט זי אונז געבן א געוויסע צאל טאבלעטן פון דעם, וואס דאס וועט ארויס העלפן אויף דערווייל.
דאס איז בלויז געווען איין טייל וואס זי האט געטון, דאן האט זי צוויי מאל צוריק גערופן צו מיר אהיים און אויף די ליניע האט זי געהאט אנדערע וואס זענען אריבער די זעלבע זאך, און היינט זענען זיי שוין פולקאם ארויס דערפון, וועלכע איז פארשטייט זיך געווען א געוואלדיגע חיזוק.
ווי אויך האט זי באפוילן, יא באפוילן נישט געבעטן, אז איך זאל צוריק אהיים נעמען מיינע קינדער, און פארשפראכן אז זי וועט אונז העלפן עס אריבער קומען, וואס אונז האמיר טאקע געטון אויף איר ראט.
אין פאקט האט מיין פרוי גענומען די טאבלעטן(פעין קילערס) וועלכע האט אסאך ארויס געהאלפן, סיי צו קענען שלאפן, און סיי צו קענען עסן, און עטוואס בארואיגט די נערוון, עס איז נאך געווען זייער שווער, אבער שוין אסאך גרינגער.
דא וועל מיר מאכן די מעשה אין קורצן, מיר זענען אנקומען צום דאקטאר אין זיין פריוואטן אפיס, ווי ער איז געזעצן מיט מיין פרוי פאר איבער צוויי שעה, און דאן האט ער ארויס געגעבן די ריכטיגע מעדעצין, וועלכע מען האט געדארפט אנהייבן צו נעמען צוביסלעך, ביז מען קומט אן צום ריכטיגן דאזע, און דאן שטייט מען דערויף פאר א שטיק צייט, ביז מען הייבט אן אראפ צו גיין דערפון ווי פארשטייט זיך אויך צוביסלעך.
יא! מיין ווייב האט געטון די שרעקעדיע זאך ווי נעמען מעדעצינען, יא! מיין ווייב האט געטון די שרעקעדיע זאך פון רעדן צו אנדערע מענטשען דערפון, אבער וואס איז געווען די ענדע, ביז אפאר חדשים איז מיין שטוב געווען צוריק אויף די געהעריגע רעלסן, און אלעס איז געפארן כסדרן, אויסער איין זאך, אז יעדע צופרי האט זי געדארפט געדענקן איינצושלינגן א פיל, נעבעך...נעבעך....סאט אויפגענומען אפאר סקונמדעס פון איר טייערע צייט...
ביז א שטיק צייט איז אלעס מער ווייניגער פאראיבער, און היינט צו טאגס איז אלעס ווי אמאל, מיט קע"ה א גאנצע רייע פון פרישע קינדער, וואס ווייסן ניטאמאל וואס זייער מאמע איז אריבער פאר זיי זענען אראפ געקומען אויף די וועלט.
------------
נאכדעם וואס דער אויבערשטער האט מיר געהאלפן און אלעס צוריק געגאנגן כסדרן, האט מיין ווייב געזאגט פאר די פרוי וועלכע האט אונז געהאלפן, אז אין פאל זי האט פרישע פעלער, קען זי ארויף שטעלן מיין ווייב אויפן ליניע, צו געבן חיזוק פאר אנדערע אין אזלעכע מצבים, און איבער ווייזן אז מען קען עס דורך קומען.
אין פאקט האט זי שוין עטליכע מאל גערעדט מיט אנדערע, און פארשטייט זיך אז דורכאויס די אלע יארן איז ארויף געקומען פארשידענע מעשות, ביי וועלכע מען זעט אז די פראבלעם פון נישט וועלן רעדן איז אסאך מאל ממש א רוצח, ווי די דאקטאר האט אונז דעמאלסט געזאגט, אז ווען עטץ קומטס ווען עטליכע חדשים שפעטער, וואלט געווען אסאך שווערער צו ווערן געהאלפן, און דעמאלסט דארף מען שוין נעמען מער מעדיצינען און צומאל לענגער, פונקט ווי ביי א פיזישע מחלה וואס מען לאזט לויפן.
יעצט נאך די קורצע הקדמה וועל איך דערציילן די צווייטע העלפט, א צווייטע מעשה וואס איך האב בייגעוואוינט פאר עטליכע יאר צוריק, פארשטייט זיך גאר אין קורצן, און ציען א פאראלעל וואס עס פאסירט אויב מען טוט באצייטענס וואס מען דארף צו טון און וואס עס פאסירט ח"ו פארקערט.
ביז יעצט האט איך געשריבן א מעשה וועלכע איז זיך פארלאפן אין בלויז געציילטע חדשים, און ווי א שטוב איז כמעט חרוב געגאנגן אין די געציילטע חדשים, אבער די יעצטיגע מעשה האט זיך אפגעשפילט נישט אין בלויז געציילטע חדשים, נישט אין איין יאר, נאר עס האט ליידער גענומען א צירקע פון א שיינע פאר יאר ביז עס האט זיך גענדיגט.
די זאך איז געווען בערך די זעלבע ווי ביי מיר, אבער מיט איין חילוק, אז מען האט נישט געהאלטן ביים ברעכן די שטילקייט, און גיין זיך באראטן מיט אנדערע ווי מען קען געהאלפן ווערן, וואס האט ליידער אראפ געפירט די גאנצע שטיב אין אפגרינט.
גענדיגט האט זיך עס, ווען איך בין פאר דריי יאר צוריק דורך א צופאל געוואויר געווארן פון דעם, און צוגעפירט דעם פאל צו יענע מיט וועם איך האב געהאנדעלט אין מיין פאל.
נאך אזויפיל יארן פון מוטשענישן האט מען שוין געהאלטן אט אט ביים......אריין טראגן די פרוי אין א ספעציעלע אנשטאלט פאר גייסטיש צורידערטע, אבער ב"ה אז דער אויבערשטער האט געהאלפן אז אין די לעצטע מינוט איז די שטוב אפגעראטעוועט געווארן.
איך וועל נישט מער מאריך זיין אין די מעשה, און איך וויל קיינעם ח"ו נישט דן זיין, און אונז ווייס מיר אלע אז אלעס ווערט געפירט פון אויבן, און אן אים קען מען קיין ריר נישט טון, אבער מען דארף קוקן אויף די מציאות און זיך נישט פארמאכן די אויגן, לאמיר זעהן ווי מען קומט אן ווען מען ברעכט די בושה און מען לאזט זיך העלפן, און זעה די אנדערע זייט מען קען רח"ל אנקומען ווען מען בלייבט איינגעזאלצן ביי זיך.
איך האב נאך זייער אסאך נקודות וואס איך וויל שרייבן וואס איך האב ארויס גענומען סיי פון מיין פאל, און סיי פון אנדערע פעלער מיט וואס איך בין נאכדעם באקאנט געווארן, אבער יעצט וועל איך פארטיגן דא, און איך האף זיך צוריק צו קערן און ווייטער שרייבן דערוועגן.