געזונטהייט: שעמט אייך נישט, רעדט אביסל

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

adhd
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2009 4:53 pm

געזונטהייט: שעמט אייך נישט, רעדט אביסל

תגובהדורך adhd » מיטוואך יולי 01, 2009 12:46 pm

איך דריי מיך שוין א לענגערע צייט דא אין דעם פארום, און אומר מקצת שבחו בפניו, ממש צום באוואונדערן, איך פיל מיך געהעריג ווי אין ביהמ"ד, ס'איז דא א חלקת בני תורה, חלקת בעלי בתים, חלקת ביזנעס לייט וכו' וכו'
נאכן טראכטן א לענגערע צייט בין איך געקומען צו די החלטה, אז דא איז דער ריכטיגער וועג אנצוהייבן צו רעדן פון דעם נושא וואס דרוקט מיך און א גרויס חלק פון כלל ישראל ביינאזאם

ס'טראגט זיך ארום א ווערטל, אז נאך די צווייטע וועלט מלחמה האט מען געזאגט אז חלילה אויב דער גואל צדק קומט נישט גייט נאך קומען א דריטע וועלט מלחמה, האט געזאגט א גוטער איד בדורינו, דער דריטער וועלט מלחמה איז אנגעקומען און מיטן פולן קראפט, נישט קיין פיזישע נאר א גייסטישע, און איך רעד נישט דא גייסטיש פון רוחניות, דאס לאז איך פאר אנדערע, איך רעד גייסטיש ווי מען רופט עס נפשיות'דיגע פראבלעמען.
ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, אז אין בית וואס פון די מחלה נישט ס'האט,
אידן דרייען זיך ארום מיט נפשיות'דיגע פראבלעמען, בכל שום וחניכא דאית להו, זאל עס הייסן ADHD, OCD, ענקזייעטי, וכו' וכו' אטו כי רוכלא נחשוב וניזל, יעדער זאל אליין שרייבן פון וואס ער ליידט

און ווארטס א מינוט, איך זע דארט ביי די זייט ווי איינער וויל אריינהאקן, בארואיג דיך א מינוט
ס'איז קלאר מען קען מיט דעם לעבן, ס'איז נישט קיין מחלה אנושית, אבער צנמאל ווען ס'גייט ארויס פון קאנטראל, קען זיך אמאל ארויסרייסן א געשריי פון הארץ, למה זה אנכי, וואס קומט זיך דאס פאר מיר, מען פילט ס'איז עק וועלט, און מען זעט נישט קיין וועג ארויס.
ס'איז היינט קלאר נישט ווי אמאל, אמאל האט מען זיך גאר שטארק געשעמט צו רעדן דערפון, היינט איז עס אין א געוויסן זין לייכטער, אבער נאך ווייט נישט ווי ס'באדארף צו זיין.
אויב איז נאך היינט נישט דא א העלט סענטער וואס דו קענסט אריינוואקן בעצם היום הזה, און ס'זאל זיין א ריזיגע סיין
פאר דעם פראבלעם רום 1
פאר דעם פראבלעם רום 2
פאר דעם פראבלעם רום 3
וכהנה וכהנה
אויב דארף מען נאך היינט זיצן מיט א פראפעסינאלן מענטש תחת מנעול ובריח אז קיינער זאל חלילה נישט זען אז איך דארף הילף, איז עס נאך דאר ווייט פון א עולם התיקון.

פונקט ווי ווען איינער גייט צום דאקטאר ווייל דער קאפ טוט אים וויי, קוקט אים קיינער נישט אראפ, ער האט עס נישט אליין גענומען, דאס זעלבע ווען איינער גייט צום דאקטאר וועגן ענקזייעטי איז נישטא וואס אים אראפצוקוקן, ער האט דאס נישט אליין גענומען
און קיינער, קיינער איז נישט פארזיכערט, אז גם עליך יעבור כוס התרעלה, פאר קיין שום איד נישט געזאגט.

דערפאר עפן איך דעם אשכול, און איך בעט יעדער וואס האט אביסל עקספירעינס אין די ענינים פון הילף, זאל מקיים זיין דעם איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק, און געבן עצות און אינפארמאציע גרינגער צו מאכן אין לעבן.

יישר כח למפרע פאר אייער קאפאראציע
דערפאר עפן איך דעם אשכול,

אוועטאר
mz1268
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2009 10:57 am

תגובהדורך mz1268 » מיטוואך יולי 01, 2009 1:19 pm

יא יא, ביסט %100 גערעכט כ'האב שוין לאנג געטראכט פארוואס ס'איז נישטא some think like this.
א גאנץ יאר פרייליך

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך יולי 01, 2009 1:23 pm

adhd

איך וויי סנישט צי סקומט דא אריין
אבער איין עצה קען איך דיר געבן

די אלע וואס טוהן און נעטרול העלט אדער אלטערנעטיוו מעדעצין וכל שום חניכא דאית להו
ווי מער די וועסט גיין צי זיי אלץ טיפער וועסטו אריינקריכען אינעם פלאנטער
סאיז א מיליאן מאל ביליגער צי גיין צי געהעריגע מעדיקל דאקטאר אפילו די קענסט נישט טוישן קיין ווארט מיט אים און ביסט א געהאלפענער אין נאו טיים בעזרת השם

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך יולי 01, 2009 1:40 pm

איך מיין אז מען האט שוין אסאך גערעדט דערפון דא אין קרעטשמע.

דא איז איין אשכול. ווען איך וועל האבן צייט און געדולד וועל איך אפשר אויפזוכן די אנדערע.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

adhd
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2009 4:53 pm

תגובהדורך adhd » מיטוואך יולי 01, 2009 2:16 pm

פאטאקי
ביזט גערעכט, איך האלט אויך אזוי, איך רעד נישט פון גיין צו די אלע אלטערנעטיוו מעדעצין, איך רעד פון די ריכטיגע, אבער וויפיל טוען דאס, וויפיל גייען דעם וועג, און אוודאי דארף מען האבן א סעקייעטריסט ער זאל עוואליאעטן דעם קעיס, ווייל אסאך מאל איז עס ניטאמאל מעדעצין, נאר טעראפי מיטן מח


און דו סתם אזוי:

סתם אזוי יישר כח

adhd
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2009 4:53 pm

תגובהדורך adhd » מיטוואך יולי 01, 2009 2:30 pm

איך ברענג דא אריבער וואס איז געשטאנען אין א אנדערע אשכול, צו ווי "סתם אזוי" האט מיר צוגעפירט (עי' לעיל), צוליב וואס איך זע אז יענער אשכול איז דאס לעצטע געשריבן געווארן איבער א יאר צוריקקרעדיט: ר' דניאל פישער, און פאר "סתם אזוי" פארן ווייזן דעם וועג אהין
א.וואס איז דאס ADDאין ADHD

א שווערע קייט צו זיך קאנצעטרירן אין צו הערן ווען מרעדט צו עם דאס קומט באגלייט מיט פארשידינע סימפטומס אלזא דאס זענען זיי

1."קאנצעטרירן".סאיז עם שווער צו ענדיגן זאכן וואס ער דארף צו טוהן! ער פארלירט חפצים! א שווערע קייט מיט מסדר זיינע זאכן און טוהגן! ער פארגעסט אסאך אין זיין טאג טעגליכן לעבן! א קליינע קייט נעמט אוועק פין וואס ער טוהט
2."הייפערעקטיוו".אין מיטן קלאס לאזט ער אפ זיין בענקל! ער קריכט אין ער לויפט אויף א מוגזם דיגע אויפן! א שווערע קייט צו טוהן שטילע אין רוהיגע זאכן! עא רוהט נישט קיין מיניט! ער רעדט אן אויפער!
3."אימפולסיוו".ער ענפערט פאר ווען מענדיקט פרעגן ! ער שטערט אנדערע! א שווערע קייט ביים ווארטן אין די ליין
די אלע סימפטומס טוישען זיך לויט פארשידענע מצבים
א טייל פין די ליינערס וועלן מיינען אויב אזוי בין איך אן ADHD די תשובה איז אז יא מיר אלע זענענן די שאלה איז נאר ווי שטארק איינער ליידט פין דעם %95 אין איינער 60 אין איינער נאר 20
100%קאנצעטרעשין איז כמעט נישט דא

די גורמים פין ADHD
1.א קליינע פראבלעם אין די נורוטמייסטרס, וואס איז דאס אלזא קומט אין הערט אביסל ווי אזוי ארבעט אייער מח אין קערפער
אין די מח איז דא עטליכע געגעינס וואס איינער שיקט מעסידשעס צום צוויטן ווי אזוי ווערט געשיקט די מעסידש?
א משל אזוי ווי קליינע קארן וואס שיקט אריבער מעסידשז די קארן ווערן געריפן נורוטמייסטר
איינע פין די נורוטמייסטרס ווערט געריפן דופמין וואס דאס פעלט פאר די וואס לאדען פין ADHD
נישט אז זיי האבן בכלל נישט נאר זיי האבן נישט געניג דער פאר וואס שווערער עס וועט זיין די אויפגאבע אלס שווערע קומט עס אן פאר זיי

אגב די חילוק פין מיט דיH אין אן דיH איז הייפרעקטיו

2.בנוסף לזה האבן נייע לעטסטע שדאדיעס דורך מאכן א MRI טעסט געוויזן אז א געוויסע חלק אין מח איז ביי דיADHD איז פשוט קלענר
אין די חלק איז אחראי אויף די זכרון אין אויף די עםוישינס וכו
דערפאר ווען זיי ווילן עפעס טוהן געדענקן זיי נישט וואס איז געווען די פריערדיגע מאל האט זיך עס געלוינט אדער נישט וועגן זיי האבן נישט די וועג צו באקומן די מעסידש פין די פלאטץ
וואס האלט די זכרונות דערפאר איז פארשטענדליך פארוואס זיי לערנען זיך נישט פין טעותים
3.די סיבות פארוואס זיי האבן די פראבלעם איז
40%האבען עס אויכעט די עלטערן זייערע אין עס איז דאן אפילקאמע ירושה
50%אויב איין ברידער האט איז עס דא ביי די אנדערע
25%פין קינדער פין שטיבער וואס האבן פרבלעמן ווי געגעטע עלטערין אין אנדערע פסיכעלאגישע אישוס
עס זענען דא נאך גורמים ואין כאן המקום

3.א גרויס חלק פין די אינפורמעשין זענענן פין א נייע אויספארש אין הארוואד אוניברסיטה

4.נאך די אינפורמעשין איז איבריג צו באטאנען אז דאס ווערט נישט נעלם נישט מיטן אן טוהן א היט אדער שטריימל עס איז דא ביי גרויסע פינקט ווי ביי קליינע
א גרויסע צאל פין פראבלעמן אין שלום בית די שורש פין דעם איז א ADHD קעס

וועט איר א וודאי פרעגן צו מקען עס אויסהיילן יא אוס דריגלעך נישט נאר א חלק נאר אין גאנצן


א קינד אין די זעלבע אגרויסע וואס ליידן פין ADHD ווי אויבן דערמאנט פעלט זיי א געוויסע קעמיקל אין מח וואס ריפט זיך דאפמין בנוסף לזה איז די חלק פין מח וואס ריפט זיך די אינטערשטע מח איז קלענער מיט8% ווי ביי א מענטש וואס ליידט נישט פיןADHD
עס איז דא נאך א חלק וואס הייסט די קרטקס וואס איז קלענער מיט6% אין די חלק וואס איז אחראי אויף די קאנסעטריישן אין דיסישענז איז קלענער מיט 14% פאר וואס איז דאס קלענער וויל עס איז פשוט דא וויניגער בריין סעלבס אין די פלעצער ביי א דורכשניטליכע מענטש איז דא100.000.000 בריין סעלס אין ביי די ADHD איז דא די זעלבע סכום נאר עס איז צושפרייט אין אנדערע חלקים דערפאר פארשטייט מען פארוואס מען זעט אסאך מאל אז די ADHD זענען טאלאנטפילע מענטשן ווייל זיי האבן אין אנדערע חלקים פין די מח מער סעלס ווי דורך שניטלעך
דעריבער אן ADHDוואס מען וועט עם צו געבן די סעלס אין די אויבן דערמאנטע פלצר פין מח וועט ער זיין זייער פייהיג אין דער אמת איז אז יעדער איינער קען פארשטערקרן זיין מח
וואס קומט אויס פין דא דארפט איר נישט זארגן אויף דעם וואס איר אדער אייער קינד איז אן ADHD ווייל מען קען אסאך גניסן דערפין אין מען קען עס אינגאנצען אויס היילן

ר' דניאל איז מסיים
אין יעצט ווידער טייערע חברים פין די אפטיילונג פין פסיכלוגיה ליינט א דורך די אינפורמציה אין א ביסל שפעטר וועלן מיר ממשיך זיין צןשרייבן
מיר זענען שטענדיג גרייט אייך צו העלפן מיט א גיטע עצה
דניאל

אבער ליידער לא זכינו לשמוע ממנו עוד, און מיר בעטן אים אויב ער געפינט זיך ביי אונז אין קרעטשמע זייט ממשיך

גולן
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 16, 2009 11:12 am

תגובהדורך גולן » דינסטאג יולי 28, 2009 7:34 pm

ביים ערשטן מאל ליינען דעם אשכול האב איך גלייך געקלערט צו מיר אז עס איז צייט צו דערציילן עטוואס פון מיין עקספיריענס אין איינע פון די צענדליגער סארט אופנים וואס עס איז דא אין דעם פעלד, אבער ליידער האט עס גענומען ביז יעצט.

קודם א קליינע הקדמה, איך בין נישט קיין נייע שרייבער דא, אבער צוליב פארשטענדליכע סיבות האב איך געפענט א נייע ניק, ווי איך וועל האפענטליך קענען אראפ שרייבן וואס איך האב צו זאגן, און עס איז צום האפענונג אז אנדערע וואס פלאגן זיך דערמיט זאלן קענען שעפן חיזוק דערפון, אדער גאר נהנה זיין פון א גוטע עצה.

נאך איין הקדמה, מיין יעצטיגע ציל איז צו דערציילן צוויי מעשות, איינס איז א מעשה וואס האט פאסירט ביי מיר זעלבסט, אנגעהויבן האט זיך עס ווי א גרויסע בארג, אבער אין די ענדע קען מען עס שוין היינט אנרופן א סוקסעס סטארי, און פאר די וואס ווייסן רופט זיך עס PPD, אין אידיש זאגט מען עס "דעפרעסיע נאכן(אין רעזולטאט פון) געבורט", און דער וואס האט עס מיטגעמאכט ווייסט וואס דאס מיינט.

די צווייטע איז א מעשה ביי א צווייטן אין די זעלבע נושא, וואס האט געדויערט יארן אז עס זאל קענען ווערן אנגערופן א סוקסעס סטארי, צוליב דעם וואס מען האט נישט גענומען די ריכטיגע שריט, אלעס א דאנק די בושה פון זיך אדורך רעדן מיט אנדערע דערוועגן.

איך האב אסאך הארות והערות צו זאגן אויף דיינע ווערטער רבי ADHD(ניק), אבער איך גלייב אז די מעשה וועט אסאך דערציילן, און אויב נישט וועט מען עס לאזן אויף שפעטער.

***

......(ביז דא ליגט די גאנצע ערשטע טייל פון מיין לעבען, ביז די יעצטיגע מעשה)...איך האב ב"ה צו גוטן חתונה געהאט און מיטן אויבערשטענס הילף דערלעבט צו זעהן מיינע ערשטע פאר קינדער.

פאר אלע וואס האבן שוין געהאט קינדער ווייסן זיי אוודאי, אז אין די וואכן נאך די געבורט וואס רופט זיך אין אידישע קימפעטען, איז אסאך מאל נישט די געשמאקסטע צייט, גרויסע טייל פרויען אדער גאר רוב קענען זייער אפט וויינען, זיי זענען זייער אפגעשוואכט און דארפן צוקומען צו אסאך הילף, אבער נאך א שטיק צייט גייט אלעס צוריק צום אלטן.

אזוי איז טאקע געווען ביי מיר ביי די ערשטע פאר, ביז איך בין אנגעקומען צום פערדן(משל).

מיין ווייב וועלכע האט געארבייט פארן האבן דאס קינד איז שוין צוריק געגאנגן צו די ארבייט, איך בין ווייטער אנגעגאנן מיט מיין ארבייט, און אלעס האט מיר אויסגעקוקט צו זיין ווי עס דארף צו זיין, ביז איין טאג ווען פלוצלונג פון איין מינוט אויפן צווייטן אינמיטן העלן טאג האט די באמבע געלאנדעט אויף מיין קאפ, און מיין ווייב רופט מיך עמערדזשענסי, אז איך זאל איר קומען אפנעמען פון די ארבייט, א זאך וואס איך האב נאך קיינמאל ביז דעמאלטס נישט געהאט, אז זי זאל מיך אוועק שלעפן פון מיין ארבייט.

איך זאג פאר מיין בעה"ב אנטשולדיגטס, אבער איך האב א עמערדזשענסי, איך פאר אהין און איך נעם איר אפ, און דא האט זיך עס אנגעהויבן.

די סטעטמענסט זענען געגאנגן בערך אזוי, פארשטייט זיך מיט בכיות נוראות, גולן איך פיל זיך נישט גוט, איך קען דיר נישט מסביר זיין וואס איך שפיר, אבער איך שפיר עפעס טויג נישט מיט מיר, איך זעה נישט פארוואס איך דארף לעבען, פארוואס איך דארף קינדער, גלייב מיר איך ווייס אליינס נישט וואס גייט פאר מיט מיר.

מיין קאפ האט זיך גענומען שווינדלן, וואס גייט דא פאר? וואס מיינט דאס?

אזויפיל יא דער אויבערשטער האט מיר באשאנקן מיט א מאס רואיגקייט, און איך בין נישט געווארן נערוועז און ווילד, נאר איך האב איר אנגעטראגן ארויס צו נעמען אויף א פיצא אין איינע פון די געשמאקע רעסטוראנטן, אזוי ארום צו קענען אביסל בעסער דערגיין וואס דא קומט פאר.

אזוי רעדענדיג איבערן פיצא האב איך איין זאך געזעהן, אז זי איז אריין געפאלן אין זייער א טיפע דיפרעסיע, און די וועלט איז איר פינצטער, און מען דארף זעהן צו נעמען תכלית אין די האנט אריין.

צום ערשטן האט זי נישט געוואלט הערן פון צוריק אהיים גיין מיט די קינדער, זי קען נישט און וויל נישט קער נעמען פון זיי. אויף מיין פראגע וואס טוט מען דא מען דארף דאך אבער עפעס טון מיט זיי, איז די ענטפער געווען, פון מיר אויס קענסטו זיי לייגן אין א אינסטיטוציע פאר קינדער, און זאלן זיי דארט אויסלעבען געזונטערהייט, איי דאנט קער ווי מען זאגט אין אידיש.

איך האב איר געזאגט נישט קיין פראבלעם, קום ארויף צו דיין מאמע אינדערהיים איך וועלן נעמען א טעלעפאון ביך און אפיר זיכן בעבי סיטערס, וואס נעמען אן קינדער פאר עטליכע וואכן, און נאכדעם ווען מען זעהן וואס מען גייט טון ווייטער.

יעצט ווער עס האט געליינט ביז דא, זאל זיך א מינוט אפשטעלן און קלערן וואס דאס מיינט...

זייענדיג ביי מיין שוויגער אינדערהיים האט מיין שוויגער נישט געוויסט וואס עס האט איר דא באטראסקעט, איר טאכטער מיט איר איידעם שפאצירן אריין אין א גרינעם דינסטאג, און דאס איז עס, מען נעמט ארויס א טעלעפאון ביך פון שאנק, און מען רופט בעבי סיטערס פאר די קינדער.

מיין שוויגער וועלכע איז ב"ה א טיכטיגע פרוי האט פארשטייט זיך נישט צוגעלאזט אזונס, און זי האט ערלעדיגט צו צוטיילן מיינע קינדער צווישן מיין משפחה, און אזוי אויף צייטווייליג אפגעשטיפט די פראבלעם, וואס האט זיך קוים אנגעהויבן.

דאס איז בלויז געווען די אנהייב...

אין די קומענדיגע פאר טעג איז געווען ביי מיר אין שטוב חושך ואפילה, מיין פרוי איז בלויז געווארן ערגער און ערגער, זי האט נישט געקענט שלאפן, נישט געקענט עסן, יעדעס ביסל עס איז אויסגעבראכן געווארן, זי איז געזעצן און געגלאצט אויפן וואנט און זיך געבעטן ביי מיר העלף מיר איך בין הילפסלאז! איך וויל זיין צוריק געהעריג איך ווייס אבער נישט וואס עס גייט פאר מיט מיר!

די טעמע איז שוין נישט געווען איך ברויך נישט די קינדער, די טעמע איז בלויז געווען איך שפיר זיך נישט גוט, און איך וויל זיין צוריק ווי געהעריג און קענען צוריק נעמען די קינדער, אבער אין אזא צושטאנד איז עס פשוט נישט מעגליך.

פון די קומענדיגע פאר שורות גייען זיין אזעלכע וואס גייען זיך קאטשקענען פאר געלעכטער, אבער אזוי איז געווען די פאקט.

איך בין כמעט נישט אריין אין ארבייט(פארשטייט זיך אוודאי אז זי אויך נישט) איך בין בלויז געזצן אינדערהיים און פראבירט אויף אלע מיטלן איר אביסל אויפצולעבן, כאב איינגעקויפט פארשידענע געימס צו שפילן דערמיט, און פראבירט אביסל צו צווינגן צו שפילן, אויף וועלכע זי האט בלויז אין געציילטע שעות מסכים געווען - ווען זי איז געווען אביסל בעסער, אבער רוב שעות איז דאס אויך נישט געווען אינטערעסאנט, סיז נישט געווען קיין זאך אויף די וועלט וואס האט איר פאראינטערעסירט.

איך וויל דא מפסיק זיין א רגע, אזוי ווי די מעשה גייט שוין צוריק א שיינע פאר יאר, קען זיין אז איך האב נישט אלעס געשריבן פונקליך אין די רייע, און אויף ווייטער בין איך אביסל צומישט וואס עס איז געווען קודם און נאכדעם, אבער עס איז נישט קיין גרויסע נפק"מ.

ב"ה די אויבערשטער האט מיר געהאלפן, און די רב אין מיין ביהמ"ד איז געווען אביסל באקאנט אין אזעלכע זאכן(אזוי האב איך דעמאלטס געמיינט), און איך בין אריבער געגאנגען צו אים אינדערהיים זיך דורך רעדן וואס מען קען דא טון, און ווי מען דארף זיך ווענדן נאך הילף(מיין ווייב האט מיר דעמאלטס כסדר געזאגט, עס גייט מיך גארנישט אן, עס גייט מיר נישט אן ווער עס גייט וויסן אז איך בין יעצט אזוי, אבער ביטע ביטע! טרעף מיר דעם ריכטיגן מענטש/דאקטאר וואס זאל מיך ארויס שלעפן פןו דעם זומפ, איך ווייל זיין צוריק א געהעריגע מענטש ווי אלע מענטשען).

מיין רב האט מיר אויסגעהערט מיט אלע דעטאלן, פארשטייט זיך אליינס אז עס איז געווען די ערשטע מענטש צו וועם איך האב מיך אויסגעגאסן מיין הארץ(יא! איך האב געוויינט), ווייל אינדערהיים האב איך פראבירט צו זיין רואיג און געלאסן, און נישט צולייגן קיין זאלץ אויף די וואונדן, און בלויז פארגרעסערן די פראבלעמען.

נאכן אויסהערן האט ער געטענהט אז עס איז זייער א נארמאלע זאך, און זי איז בלויז דיפרעסט, און קען אפט פאסירן נאך א קינד, און איך זאל פראבירן אינדערהיים איר אויפצולעבן, און אפשר אוועק פארן אויף א וואקאצאיע פון צוויי וואכן, און האפענטליך וועט איר עס צוריק ברענגן.

מיין ווייב האט אבער געזאגט, איז בין נישט אינטערעסירט אין קיין וואקאציע, נישט רואיגקייט איז מיין פראבלעם, איך בין נישט געזונט און איך דארף הילף - א דאקטאר, וואס זאל מיך העלפן.

אין די קומענדיגע פאר טעג האט מיך מיין רב כסדר אנגערופן זעהן וואס עס טוט זיך ביי מיר אינדערהיים, ער האט מיר געהייסן קויפן פארשידענע געונטע זאכן וואס שטארקט די מענטש, אבער אלעס האט געהאלפן אין לינקן בוזעם טאש.

איינע פון די טעג איז מיין ווייב אריבער צום פרויען דאקטאר, וועלכע האט נאכן איר אויסהערן עס גלייך אידענטיפיצירט אלץ PPD, און געגעבן א ריפעראל פאר א קליניק וואס געט זיך אפ מיט אזעלכע סארט זאכן, וועלכע האט פארשטייט זיך נישט געהאט קיין אפוינטמענט פאר עטליכע וואכן.

אין די זעלבע צייט האב איך באשלאסן מדעת עצמי צו פראבירן שיינער פון מאנסי(ONE BRAIN), ווי אויך האט מיר מיין רב געגעבן די נעמען פון עטליכע ארגאנזאציעס וואס געבן זיך אפ מיט דעם, און ראטן צו וועלכע דאקטאר צו גיין, אלעס איז פארגעקומען אין איין צייט, איך געדענק שוין נישט וואס קודם און וואס נאכדעם.

יעצט האב איך געהאלטן אין א מצב מיט צוויי אפוינטמענטס, איינס ביי שיינער וועלכע איז א נאטירליכע זאך, צווייטענס ביי א דאקטאר.

איך בין אריבער צו שיינער וועלכע האט אויף אירע וועגן אנאליזירט די זאך, און געזאגט אז נאך עטליכע סעסיעס וועט זי בעז"ה זיין פולקאם צוריק ווי א נארמאלע מענטש. אין פאקט, איז זי נאך א סעסיע ביי שיינער געווען אסאך בעסער, אבער עס האט נישט אנגעהאלטן צו לאנג.

אין די זעלבע צייט בין איך אנגעקומען צו די דאקטוירישע קליניק, און אפילו יעצט ווען איך דערמאן זיך דערפון, ווערט מיר שיעור שלעכט אויפן הארץ, און איך קוק מיט א בליק פון רחמנות אויף די אלע מענטשען וואס קומען נעבעך אן דארטן אין דעם קליניק, אדער אין אנדערע אזעלכע סארט מעדיקעיד קליניקס.

די קליניק איז ווי א געהעריגע דאקטערס אפיס, מענטשען ווארטן אין א וועטינג ראם אין די רייע( ADHD דא האסטו א קליניק ווי עס שטייט סיינס מיט 123).

ענדליך איז געקומען מיין רייע, און מיר זענען אריין אין א צימער מיטן אזוי גערופענעם ספעציאליסט, וועלכע האט במיטב לשונה מסביר געווען, אז יעצט גייט זי בלויז רעדן צו איר, און הערן וואס זי זאגט, נאכדעם וועט זי דארפן קומען אין די קומענדיגע פאר וואכן כאטש צוויי מאל פאר טעראפי, און הערשט נאכדעם וועט זי זיך טרעפן מיט א דאקטאר, וועלכע וועט איר עוועליאעטן און צושטעלן די מעדעצינען וואס זי דארף האבן.

מיין פרוי זאגט איר, איך בין נישט געקומען פאר טעראפי און פאר אנדערע זאכן, איך שפיר זיך נישט גוט, און איך קען נישט ווייטער אזוי אנגיין מיטן לעבן אפילו פאר איין טאג, און איך ברויך מעדעצינען וואס זאל מיר העלפן, איך ברויך נישט קיין 3 אפוינטמענטס און הערשט נאכדעם זעהן....

וויזוי זאגן זיי אין אזא צייט, יא קענט סי עי דאקטער ביפאר יא גא טרא אלל אף דיס.......

איך האב פארגעסן צו זאגן איין זאך, צווישן מיר און מיין פרוי איז געווען א שטיקל דעבאטע אויב די מעדעצינישע וועג איז די ריכטיגע וועג דערפאר, מיין ווייב איז געווען דער וואס האט בלויז געוואלט הערן פון מעדעצינען, איז פארשטייט זיך ווען אונז זעמיר ארויס פונעם קליניק איז איר געוארן פינסטער, אז מען קען גיין צום דאקטאר, אבער מען קומט נישט אן צום דאקטער, נאר מען דארף אריבער גיין א גאנצע רייע פון ביאראקראטיע, ווייל אזוי פארלאנגט די סיסטעם.

המשך יבא בעז"ה.

אין די קומענדיגע טייל וועל איך אי"ה שרייבן, ווי אזוי איך בין טאקע געהאלפן געווארן אין די ענדע, וועלכע איז געווען פול מיט השגחה פרטות, און מיט אסאך לימודים וואס אנדערע אין אזלעכע פעלער וואלטן געקענט האנה האבן.
לעצט פאראכטן דורך גולן אום דינסטאג יולי 28, 2009 10:20 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » דינסטאג יולי 28, 2009 7:48 pm

אוי באשעפער וואס דו האסט מיטגעמאכט גולן, נאך א מזל האסט געשריבן פאראויס אז ס'האט זיך גוט געענדיגט, ווען נישט וואלט איך דיך באטראסקעט (כלשונך), אבער איך בעט דיך ענדיג שוין די גוטע חלק.

דרך אגב, ביסט גאנץ א גוטע שרייבער.
לעצט פאראכטן דורך טיטאניק אום מיטוואך יולי 29, 2009 7:35 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יולי 28, 2009 9:37 pm

יא, מיר זיצן און ווארטן מיט אנגסט אז דו זאלסט ממשיך זיין. עס איז א רחמנות מיטצושפירן דיין צער וואס אפילו נאך די אלע יארן שפירט זיך עס ממש אין יעדע ווארט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג יולי 28, 2009 10:08 pm

גם אני מצטרף, לאז אונז נישט צו לאנג ווארטן.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך יולי 29, 2009 10:16 am

דערווייל בינעך ווערטערלאז, ביטע ענדיג צו ווי אומשנעלסטנס.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך יולי 29, 2009 12:17 pm

גולן, איך בין גערירט.

אגב: מען האט עפעס געקענט אנזעהן אויף דיין ווייב פאר זי האט געהאט דאס קינד?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יולי 29, 2009 12:34 pm

שרעקעדיג גולן. זיי ממשיך די גוטע חלק...........
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג יולי 30, 2009 1:55 pm

כ'בין דא צום ערשטן מאל, אלס אנטייל נעמער, און קרעטשמע, היות עס איז תשעה באב היינט, וועל איך זיך נישט באגריסן.
דער דאזיגער אשכול איז דאס, וואס האט מיר געברענגט זיך אהער איינצושרייבן.
צום ענין: אני הגבר ראה עניי עמי, עס איז מיין חלק אין לעבן צו זיין אינוואלווד אין פילע, פילע אזוינע סיטואציעס, און יא 'גולן' און 'עי די עיטש די', מיר קענען זיך נישט פארשטעלן, מיטן בעסטן ווילן, וואס די סארט מימאכענישן זענען, ווייל איינער וואס לעבט דאס נישט מיט, קען זיך אין שרעקעדיגסטן חלום נישט אויס'משל'ן, וואספארא יסורי הנפש, אינאיינעם מיט'ן זעקל וואס זי שלעפט מיט זיך, קען אלץ אנווערטשאפטן אויפ'ן ליידנדער זעלבט און אויף די ארומיגע.
דער רבוש"ע זאל העלפן, עס זאל שוין נעמען אן עק צו די אלע אידישע צרות בנפש ובגוף, וועלכע זענען אלע א טייל פונעם ביטערן גלות, בביאת גו"ץ.
ומכאן הקריאה יוצאת:
אזוי ווי עס זענען זייער פיל אינצעלהייטן אין די גאנצע נושא פון מענטל העלטה, מעדיצינישע ווי פסיכאלאגישע, איז דא א חסרון ידיעה ביים ציבור, בעיקר צוליב דעם וואס די נושא איז נאך ליידער 'אונטער די קארפעט', מ'שעמט זיך צו רעדן אפן דערוועגן, בנוסף צו פארשידענע מושרש דיגע טעותים בעיקר לגבי די מעדיצינישע חלק פון דער זאך, על כן:
וויל איך דא מודיע זיין, אז איך בין גרייט צוצעשטעלן מיין באגרעניצטע ארסענאל פון נאלעדזש איבער דעם נושא, צום דיספאזיצע פונעם ציבור דא, אויב די צייט וועט מיר ערלויבן, פארשטייט זיך.

ובכן , אויב שפירט איר אז איר קענט בעניפיטירן דערפון, קענט איר ארויפשטעלן אייער שאלה דא אין דער עפענטליכקייט, אדער מיך אנפרעגן אין פריוואט, און איך וועל אייך פראבירן צו ענטפערן, דאס איז, אויב איך האב אן ענטפער.
לעצט פאראכטן דורך שטארק זיך אום פרייטאג יולי 31, 2009 11:05 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

גולן
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 16, 2009 11:12 am

תגובהדורך גולן » פרייטאג יולי 31, 2009 10:42 am

איך טו מיר אנטשולדיגן פאר אלע מיטגלידער פארן לאזן אזוי לאנג ווארטן, אבער אזוי האט זיך עס געפירט און איך האב נישט געקענט ממשיך זיין, איך האף אי"ה נאך שבת צו ענדיגן די צווייטע העלפט.

גוט שבת.

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » זונטאג אוגוסט 02, 2009 12:54 am

איך האב נישט קיין ווערטער צוצולייגן, איך וויל נאר זאגן איך האלט מיט און איך ווארט אויף די גוטע ענדע.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג אוגוסט 02, 2009 1:02 am

מיר קענען קוים ווארטען אויף די גוטע חלק..
נאר א קליינעקייט, דאס וואס די שרייבסט אז צווישען דיר אין דיין פרוי האט אויסגעבראכען א שטיקעל דיבאטע, איז זי בכלל ראי' געוועהן צי דעבאטירען?
דאס וואס די שרייבסט איז געוועהן א שטענדיגע אנגייענדע פראבלעם אדער ס'איז געוועהן ווי אן אטאקע?
עפעס האב איך געהערט אז אין ב"פ איז דא א פלאץ וואס גיבט זיך אפ מיט די פראבלעמען, ווייסטו אדער איינער דא מער וועגען דעם?

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » זונטאג אוגוסט 02, 2009 1:44 pm

גולן; איך בין שאקירט, ווי יעדער דא. איך האב נאך אזעלכע [שרעקליכע] ווערטער נישט געהערט פון קיין מענטש, איך ווייס ס'דרייען זיך ארום מרי נפש אין ביהמ"ד אבער איך האב עס אנגעקוקט אז זיי זענען אזוי געבוירן, נישט אז דערפאר קומט זיך זיי דאס חלילה. אבער דאס צוהערן פון די שטוב, איז שרעקליך נישט דאס ווארט.

ווי דו שרייבסט, זעהט מען אז "דו אליין" האסט פארמאגט עפעס אן איבריגע מאס חיזוק דאס צו קענען דערלעבן און פארציילן און פריידן די גוטע ענדע דערפון, כה לחי. נישט יעדער האט דאס. יש"כ.

מיר ווארטן אויף ווייטער.

גולן
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 16, 2009 11:12 am

תגובהדורך גולן » זונטאג אוגוסט 02, 2009 1:51 pm

סתם_אזוי האט געשריבן:אגב: מען האט עפעס געקענט אנזעהן אויף דיין ווייב פאר זי האט געהאט דאס קינד?


די ענטפער דערויף איז איין ווארט, ניין.

איך וועל מיך נאך האפענטליך צוריק קערן דערצו נאכן ענדיגן וואס איך האב אנגעהויבן.

געלעגער האט געשריבן:נאר א קליינעקייט, דאס וואס די שרייבסט אז צווישען דיר אין דיין פרוי האט אויסגעבראכען א שטיקעל דיבאטע, איז זי בכלל ראי' געוועהן צי דעבאטירען?
דאס וואס די שרייבסט איז געוועהן א שטענדיגע אנגייענדע פראבלעם אדער ס'איז געוועהן ווי אן אטאקע?
עפעס האב איך געהערט אז אין ב"פ איז דא א פלאץ וואס גיבט זיך אפ מיט די פראבלעמען, ווייסטו אדער איינער דא מער וועגען דעם?


פאר איך גיי ווייטער וועל איך ענטפערן אויף דיינע צוויי פראגעס, וועלכע וועט איינוועגס קלאר מאכן פארשידענע זאכן פאר אנדערע.

קודם אויף דיין צווייטע פראגע אויב עס איז בלויז געווען ווי א אטאקע, ניין עס איז געווען א שטענדיגע זאך, פארשטייט זיך אז אין געוויסע שעות איז עס געווען בעסער און אין אנדערע שעות ערגער.

אויף די ערשטעט פראגע, אין די וועלט פון גייסטישע פראבלעמען איז דא פארשידענע פראבלעמען און מצבים, איינס איז נישט גלייך מיטן צווייטן, דא איז די רעדע פון דעפרעסיע וועלכע אין מיין פאל איז עס בלויז געווען דיפרעסיע, אבער נישט סתם דיפרעסט נאר אזוי ווייט אז מען קען נישט עסן שלאפן וכו', דאס מיינט אבער נישט אז דער מענטש איז נישט דא, פארקערט, דער מענטש איז געהעריג דא און ווייסט וואס צו וועלן, אבער די מענטש איז גענצליך נישט ביכולת זיך צו באהערשן איבער די דיפרעסיע, איך וועל שפעטער האפענטליך מער מסביר זיין.

אבער דאס יא, אין געוויסע שעות זענען זאכן געווען אסאך בעסער און אין אנדערע שעות ערגער, אבער נישט קיין אטאקעס.

איבער א פלאץ אין בארא פארק בין איך נישט באקאנט, אבער מען דארך אכטונג געבן ווי צו גיין, ווייל טייל גרופעס אדער ארגאנאזאציעס האבן איין ציל, זאלסט ווערן א פאציענט און בלייבן א פאציענט, און נאכדעם האבן זיי פרנסה אויף יארן לאנג.

איך וויל נאר איין זאך נאכאמאל אנמערקן, אז איך געדענק קוים פון די שווערע מיטמאכענישן וואס אונז זעמיר דעמאלטס אריבער געגאנגן, ווייל עס גייט שוין צוריק א שיינע פאר יאר, און היינט איז ב"ה אלעס פיין און וואויל און איז שוין כמעט פארגעסן געווארן, און באמת דאס וואס איך האב געשריבן ביז יעצט, איז א טיפה מין הים וואס איך בין דעמאלטס פאראיבער, און איך האב האב מיך היבש געדארפט קראצן מיין שטערן צו קענען גיין על הסדר, געלויבט דער פון אויבן פאר דעם אז איך האלט שוין היינט נאכן בר מצוה מאכן איינע פון מיינע קינדער וואס האבן דעמאלטס געדארפט וואנדערן אין פרעמדע שטיבער.

--------------

פאר איך שרייב ווייטער וויל איך נאר אביסל ארויס ברענגן די פראבלעם ווי איך בין געשטאנען ביז די מאמענט וואס איך גיי יעצט שרייבן.

די שטוב מיינע איז געפארן אויף חרוסת, און דא ביי מיר זיצט איינער וואס איז נישט געזונט, און איך האב מיר נישט צו וועם צו ווענדן.

די מעדעצינישע קליניק ווי שוין געשריבן האקט א לאטקע, דערווייל ווארט איך אויף א אפוינטמענט ביי א צווייטע קליניק, די ארגאנאזאציעס וואס איך האב פראבירט האבן מיר דערווייל נישט געהאלפן, און דערווייל שטיי איך אינמיטן אטלאנטיק אשען, אן זעהן פון ווי די ישועה גייט קומען, וואס דאס מיינט אין אידיש.....איך וויל נישט שרייבן.

און יעצט וועט עטץ פארשטיין פארוואס די קומענדיגע איז געווען אזא געוואלדיגע השגחה פרטות, נאכן וויסן ווי איך בין געשטאנען פארדעם שוין נאך עטליכע וואכן זיין דערין.

און יעצט ווייטער:

ווי שוין פריער ערווענט, האט מיין רב געהאט באקאנטשאפט אין די ענינים, און איינע פון די טעגליכע שמועסן מיט אים האט ער מיר געזאגט, אז ער איז באקאנט מיט א פרוי וועלכע געט זיך אפ מיט געבן חיזוק פאר מענטשען, און אויב מיין פרוי איז מסכים צו רעדן מיט איר, אפשר וועט זי איר קענען אביסל ארויס העלפן.

מיין פרוי וועלכע איז גרייט געווען צו טון אלצדינג צו ווערן געהאלפן האט מיר מכבד געווען אנצוריפן יענע פרוי איך האב גערעדט מיט איר עטוואס איבער וואס עס קומט פאר, און נאכדעם האב איך איר איבער געגעבן פאר מיין ווייב.

זיי האבן גערעדט א שטיק צייט, אין צום סוף האט זי געזאגט, אז די פאל איז נישט געמאכט פאר איר, זי טוט בלויז האנדלן מיט מענטשען וואס זענען אנגעזעצט(אין בחורישע שפראך..), און זיי קענען ניצן אביסל סיפוק און שמחת החיים, אבער מיט אזעלכע פעלער פון ערענסטע דיפרעסיע אדער ענקזייאיטי וכדו', וועלכע מען זעט אז דאס איז א אינערליכע קראנקהייט, איז נישט געמאכט פאר איר, און זי זעט בכלל נישט וואס זי קען טון דערצו.

שפעטער האט די פרוי נאכאמאל גערופן און זי זאגט מיר, אז זי קען טאקע גארנישט טון, אבער זי האט זיך געכאפט אז אויף איר גאס וואוינט א פרוי וועלכע טוט לעצטענס אין די סארט ענינים, און זי העלפט ארויס מענטשן, זי איז נישט פונקליך באקאנט וואס יענער טוט, אבער זי קען מיר געבן די נומער און איך קען איר אנרופן, אפשר וועט דארט זיין די ישועה.

מיין ווייב האט יענעם אנגערופן און אטא דא איז די ישועה אנגעקומען.

יענע האט געזאגט פאר מיין פרוי אז טאקע אין דעם דירעקט טיט זי, און פארוואס? ווייל זי אליינס קומט פון דארט און האט מיטגעמאכט די זעלבע זאך, און זענדיג די שוועריגקייטן וואס מענטשען מאכן מיט אין אזעלכע צייטן, האט זי זיך אריין געלייגט און פראבירט ארויס צו העלפן מענטשען.

נאך איידער מיר האבן מסביר געווען פאר יענע וואס עס גייט פאר, האט זי אליינס פארגעשטעלט די גאנצע בילד, אויף וואס מיין פרוי האט בלויז געדאפרט געבן איר הסכמה, אז טאקע אטא דאס גייט זי יעצט אריבער.

דאס אליינס אז דא רעדט א מענטש וואס איז אריבער די זעלבע זאך, און היינט איז זי פולקאם געזונט און האלט שוין נאכן האבן עטליכע פרישע קינדער, און געט זיך יעצט אפ מיט אנדערע, איז שוין געווען א באראוגונגס פיל, אז מען קען טאקע געהאלפן ווערן, און זי ארויס זעהן פון דעם פלאנטער.

אנדערש ווי אונז האמיר געמיינט ביז דעמאלטס אז עס איז א גאנצע פרשה זיך ארויס צו זעהן דערפון(ווי די כמו קליניק האט אונז אנגעגעבן), האט זי עס אראפ געלייגט גאר פשוט, מען דארף גיין צום ריכטיגן דאקטאר, און נעמען די ריכטיגע מעדעצינען, און ווי יעדע זאך נעמט עס א שטיק צייט, אבער אין די ענדע זעט מען זיך ארויס דערפון און מען ווערט צוריק אזוי ווי פריער.

זי האט אונז געגעבן א נאמען פון א ריכטיגע דאקטאר פאר וועם מען דארף באצאלן קעש, זי האט געמאכט די אפוינטמעט פאר אונז, וועלכע איז באשטימט געווארן אויף צוויי וואכן שפעטער, אויף וועלכע איך האב געדארפט ארויס לייגן פון טאש 6 מאות, אבער עס איז ווערד געווען נאך אסאך מער.

אבער דא האט זי אונז אנטדעקט א צווייטע סוד, אז פונקט ווי ביי פיזישע מחלות איז דא פעין קילערס, איז דא אויך דא, און ביז די אפוינטמעט ביים דאקטאר, וועט זי אונז געבן א געוויסע צאל טאבלעטן פון דעם, וואס דאס וועט ארויס העלפן אויף דערווייל.

דאס איז בלויז געווען איין טייל וואס זי האט געטון, דאן האט זי צוויי מאל צוריק גערופן צו מיר אהיים און אויף די ליניע האט זי געהאט אנדערע וואס זענען אריבער די זעלבע זאך, און היינט זענען זיי שוין פולקאם ארויס דערפון, וועלכע איז פארשטייט זיך געווען א געוואלדיגע חיזוק.

ווי אויך האט זי באפוילן, יא באפוילן נישט געבעטן, אז איך זאל צוריק אהיים נעמען מיינע קינדער, און פארשפראכן אז זי וועט אונז העלפן עס אריבער קומען, וואס אונז האמיר טאקע געטון אויף איר ראט.

אין פאקט האט מיין פרוי גענומען די טאבלעטן(פעין קילערס) וועלכע האט אסאך ארויס געהאלפן, סיי צו קענען שלאפן, און סיי צו קענען עסן, און עטוואס בארואיגט די נערוון, עס איז נאך געווען זייער שווער, אבער שוין אסאך גרינגער.

דא וועל מיר מאכן די מעשה אין קורצן, מיר זענען אנקומען צום דאקטאר אין זיין פריוואטן אפיס, ווי ער איז געזעצן מיט מיין פרוי פאר איבער צוויי שעה, און דאן האט ער ארויס געגעבן די ריכטיגע מעדעצין, וועלכע מען האט געדארפט אנהייבן צו נעמען צוביסלעך, ביז מען קומט אן צום ריכטיגן דאזע, און דאן שטייט מען דערויף פאר א שטיק צייט, ביז מען הייבט אן אראפ צו גיין דערפון ווי פארשטייט זיך אויך צוביסלעך.

יא! מיין ווייב האט געטון די שרעקעדיע זאך ווי נעמען מעדעצינען, יא! מיין ווייב האט געטון די שרעקעדיע זאך פון רעדן צו אנדערע מענטשען דערפון, אבער וואס איז געווען די ענדע, ביז אפאר חדשים איז מיין שטוב געווען צוריק אויף די געהעריגע רעלסן, און אלעס איז געפארן כסדרן, אויסער איין זאך, אז יעדע צופרי האט זי געדארפט געדענקן איינצושלינגן א פיל, נעבעך...נעבעך....סאט אויפגענומען אפאר סקונמדעס פון איר טייערע צייט...

ביז א שטיק צייט איז אלעס מער ווייניגער פאראיבער, און היינט צו טאגס איז אלעס ווי אמאל, מיט קע"ה א גאנצע רייע פון פרישע קינדער, וואס ווייסן ניטאמאל וואס זייער מאמע איז אריבער פאר זיי זענען אראפ געקומען אויף די וועלט.

------------

נאכדעם וואס דער אויבערשטער האט מיר געהאלפן און אלעס צוריק געגאנגן כסדרן, האט מיין ווייב געזאגט פאר די פרוי וועלכע האט אונז געהאלפן, אז אין פאל זי האט פרישע פעלער, קען זי ארויף שטעלן מיין ווייב אויפן ליניע, צו געבן חיזוק פאר אנדערע אין אזלעכע מצבים, און איבער ווייזן אז מען קען עס דורך קומען.

אין פאקט האט זי שוין עטליכע מאל גערעדט מיט אנדערע, און פארשטייט זיך אז דורכאויס די אלע יארן איז ארויף געקומען פארשידענע מעשות, ביי וועלכע מען זעט אז די פראבלעם פון נישט וועלן רעדן איז אסאך מאל ממש א רוצח, ווי די דאקטאר האט אונז דעמאלסט געזאגט, אז ווען עטץ קומטס ווען עטליכע חדשים שפעטער, וואלט געווען אסאך שווערער צו ווערן געהאלפן, און דעמאלסט דארף מען שוין נעמען מער מעדיצינען און צומאל לענגער, פונקט ווי ביי א פיזישע מחלה וואס מען לאזט לויפן.


יעצט נאך די קורצע הקדמה וועל איך דערציילן די צווייטע העלפט, א צווייטע מעשה וואס איך האב בייגעוואוינט פאר עטליכע יאר צוריק, פארשטייט זיך גאר אין קורצן, און ציען א פאראלעל וואס עס פאסירט אויב מען טוט באצייטענס וואס מען דארף צו טון און וואס עס פאסירט ח"ו פארקערט.

ביז יעצט האט איך געשריבן א מעשה וועלכע איז זיך פארלאפן אין בלויז געציילטע חדשים, און ווי א שטוב איז כמעט חרוב געגאנגן אין די געציילטע חדשים, אבער די יעצטיגע מעשה האט זיך אפגעשפילט נישט אין בלויז געציילטע חדשים, נישט אין איין יאר, נאר עס האט ליידער גענומען א צירקע פון א שיינע פאר יאר ביז עס האט זיך גענדיגט.

די זאך איז געווען בערך די זעלבע ווי ביי מיר, אבער מיט איין חילוק, אז מען האט נישט געהאלטן ביים ברעכן די שטילקייט, און גיין זיך באראטן מיט אנדערע ווי מען קען געהאלפן ווערן, וואס האט ליידער אראפ געפירט די גאנצע שטיב אין אפגרינט.

גענדיגט האט זיך עס, ווען איך בין פאר דריי יאר צוריק דורך א צופאל געוואויר געווארן פון דעם, און צוגעפירט דעם פאל צו יענע מיט וועם איך האב געהאנדעלט אין מיין פאל.

נאך אזויפיל יארן פון מוטשענישן האט מען שוין געהאלטן אט אט ביים......אריין טראגן די פרוי אין א ספעציעלע אנשטאלט פאר גייסטיש צורידערטע, אבער ב"ה אז דער אויבערשטער האט געהאלפן אז אין די לעצטע מינוט איז די שטוב אפגעראטעוועט געווארן.

איך וועל נישט מער מאריך זיין אין די מעשה, און איך וויל קיינעם ח"ו נישט דן זיין, און אונז ווייס מיר אלע אז אלעס ווערט געפירט פון אויבן, און אן אים קען מען קיין ריר נישט טון, אבער מען דארף קוקן אויף די מציאות און זיך נישט פארמאכן די אויגן, לאמיר זעהן ווי מען קומט אן ווען מען ברעכט די בושה און מען לאזט זיך העלפן, און זעה די אנדערע זייט מען קען רח"ל אנקומען ווען מען בלייבט איינגעזאלצן ביי זיך.

איך האב נאך זייער אסאך נקודות וואס איך וויל שרייבן וואס איך האב ארויס גענומען סיי פון מיין פאל, און סיי פון אנדערע פעלער מיט וואס איך בין נאכדעם באקאנט געווארן, אבער יעצט וועל איך פארטיגן דא, און איך האף זיך צוריק צו קערן און ווייטער שרייבן דערוועגן.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג אוגוסט 02, 2009 2:06 pm

גולן, הערליך אראפגעשריבען, ס'איז עכט שרעקעדיג צו ליינען וואס מענטשען מאכען אלס מיט, אין די פראבלעם איז אז מ'זעהט גארנישט אויסערליך.. א פחד

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג אוגוסט 02, 2009 2:47 pm

גולן, מורא'דיג. יישר כח פארן באשרייבן, און פאר די חיזוק וואס מ'קען ארויס נעמען דערפון.

דיין ארטיקל איז א לעבעדיגע אפטיישט פון דאגה בלב איש ישיחנה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוגוסט 02, 2009 2:52 pm

דראמאטישע געשיכטע, ייש"כ פארן אראפשרייבן לתועלתינו.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6428
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג ינואר 25, 2010 11:34 am

א מלמד רופט אן א מאמע פון א קינד
מלמד: מיסיס, אייער קינד איז עפעס געפערליך צולאזט אין חדר, ס'איז ממש נישט צום אויסהאלטן פון אים.
מאמע: אזוי? אינדערהיים איז ער דאך אזא וואויל שעפעלע...
מלמד: מען מוז עפעס טון ס'איז נישט קיין תכלית
מאמע: נו טוט ווי איר פארשטייט און לאזט מיר וויסן די רעזולטאטן.

דער מלמד טראגט דעם קינד צו א סאקייעטריסט, יענער דיאגניאזט אים מיט ADHD, און ער שרייבט אים פאר א מעדעצין.

צוויי וואכן שפעטער, דער מלמד קאלט די מאמע און זאגט פאר די מאמע, אייער קינד איז ממש נישט צום דערקענען, ממש די גאנצע חדר איז רואיגער געווארן.

דאס קינד קומט אהיים יענע טאג
מאמע: משה'לע, ווי אזוי גייט עס אין חדר
משה'לע: ב"ה זייער פיין... דו ווייסט מאמי מיין רבי האט מיר געמאכט פאר קאפי גבאי, ער שיקט מיר יעדן טאג ברענגן א קאפי פאר אים פון מלמדים שטוב
מאמע: וואו, מן הסתם ווייל דו ביסט זייער וואויל.
משה'לע: יא, און אויך, מאמי, ער געט מיר דעמאלטס אויך א קענדי יעדע מאל ווען איך גיי ברענגן די קאווע.
מאמע: אמת'דיג!, ס'איז גוט די קענדי?
משה'לע: ניין!, איך האב עס איינמאל גענומען, ס'האט נישט געהאט קיין גוטע טעם, זייט דעמאלטס לייג איך עס אלעמאל אריין אין די רבי'ס קאפי...

=====
נו פארשטייט איר שוין פארוואס ס'איז אזוי רואיג געווארן אין חדר...
=====

ליצנות אין א זייט געלייגט, אפשר נעמט מען זיך דא פריש שרייבן וועגן די אלע פראבלעמען
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2013 12:18 pm

WOW!!!!!!!!!
שכוח באשעפער פארן מיר צופירן צו דעם אשכול.
written using the Meshimer web filter

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6428
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2013 3:01 pm

נו זיי ממשיך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט