קא פעי ביים דאקטער

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

קא פעי ביים דאקטער

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש מאי 23, 2009 11:37 pm

איך האב שוין אנגעפרעגט אפאר דיינים קיינער האט מיך נישט געגעבען א קלארע תשובה. ווער מאכט די געלט אויף co pay וואס מ'צאלט ביים דאקטער? מיין שאלה איז אזוי, די דאקטער מיינער, א יוד, האט פארגעסן מיר צו טשארזשען קא פעי, די שאלה איז, אויב מאכט די דאקטער די געלט דארף איך אים גיין אריין טראגען דאס צוואנציגער, אויב אבער מאכט די קאמפעני דאס געלט האב איך פארדינט א צוואנציגער ווייל טעות עכו"ם מותר ?
אויב איינער ווייסט ביטע לאזט מיך וויסן, ביז דערווייל לאז איך עס מונח עד שיבוא קרעטשמער

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג מאי 24, 2009 8:54 am

קודם כל מוז איך דיר זאגן מיסטער געלעגער, עס קוקט אויס אז איר ליגט אסאך אינעם געלעגער סאו האט איר צייט אויפצוקומען מיט גוטע איידיעס, עס איז אונז א כבוד אייך צו האבן דא, אין די קורצע צייט שניט וואס איר זענט דא האט איר שוין אסאך בייגעשטייערט, יישר כח.

איצט צום נושא, איך בין ווייט נישט באקאנט מיטן סיסטעם אבער איך האב אמאל געהערט פון אן עקספערט אז די קא פעי'ס גייען גלייך פארן דאקטער אין טאש אריין, נאכאמאל יאך בין נישט קיין מבין איך זאג נאר וואס איך האב געהערט אבער נישט קאנפירמד.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג מאי 24, 2009 9:14 am

ליינענדיג אביסל איבערן נושא (כווייס נאכנאלץ נישט ווער עס באקומט די געלט) איז מיר געפאלן א קלייניגקייט וואס איז מיר קיינמאל איינגעפאלן, די סיבה פאר קאפעימענטס איז פשוט געמאכט אז עס זאל זיך אייך נישט דוכטן אז העלט קעיר איז 'פרי' וואס דאס קען אייך ברענגן צו לויפן צום דאקטער יעדן טאג נאכן קאווע, אבער זינט עס גייט אייך קאסטן צעהן אדער צוואנציג דאללער וועט איר טראכן פארן גיין.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 24, 2009 9:19 am

יאנאש, דערמאנסט מיך פון דעם אידל וואס איז איינמאל נישט אנגעקומען צום דאקטער אויפן וועכנטליכן טשעקאפ "ווייל ער האט זיך נישט גוט געפילט"...
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » זונטאג מאי 24, 2009 10:18 am

געלעגער:

קודם, מוז איך מיך צושטעלן צו מיסטער יאנאש, מיט שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם אויפן געלעגער (איך האב שיעור נישט געשריבן תנוח בשלום על משכבך... אבער איך וויל דאך זאלסט שרייבן) מיר גלייכן א כותב ווי אייך, וואס יעדע תגובה איז א חתיכה הראוי להתכבד.

די ערשטע געדאנק וואס איז מיר בייגעפאלן איז פשוט! פרעג! קאל אן דעם דאקטאר (איך מיין זיין סעקרעטאר) און זאג אים איך בין ביי דיר א קאסטומער אין איך וויל וויסן ווער מאכט די געלט אויף co pay וואס מ'צאלט? אבער ליגנדיג אויפן געלעגער (עה! נישט עכט, נאר והיו למליצה) האב איך געטראכט אז מצד השני ווילסטו דאך נישא אז דער חכם זאל ווערן סוספישעס, אין איבערקוקן די דישעס, וויל אז יא וועט ער ער דאך גראד באמערקן דעם טעות, האב איך א צווייטע פלאן קאל אן דיין פארמאסי, ביי אים ביזטו דאך אויך א קאסטומער און דער חשש אז דילמא בתר דבדק אתי לעיוני בתריה איז דאך נישטא.

אדער קען זיין אז א צווייטער ווייסט יא
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » זונטאג מאי 24, 2009 12:38 pm

שלום עליכם געלעגער,

איך פארשטיי נישט די צד אז עס גייט פאר די קאמפאני, ווען איר גייט צום דאקטאר און איר האט נישט קיין אינשורענס קאסט עס אייך לאמיר זאגן 100 דאלער, יעצט אזוי ווי איר האט אינשורענס, באצאלט די אינשורענס די ביל, אבער היות זיי ווילן נישט אז איר זאלט לויפן צום דאקטער טעגליך, כדברי יאנאש, האבן זיי געמאכט אז עס זאל אייך עפעס קאסטן, ממילא וועט איר טראכטן צוויי מאל, צו עס פעלט אויס צו גיין.
אבער עכ"פ, די אינשורענס קאמפאני בעט פון אייך, אז איר זאלט זיך משתתף זיין אין די הוצאות פון די דאקטאר וויזיט, און איר זאלט צושטייער געבן א צוואנציגער צום ביל.
ווי אזוי קומט דא די קאמפאני אריין אין געשעפט ? איר האלט אז די אינשורענס קאמפאני צאלט די גאנצע ביל פאר די דאקטאר, און נאכדעם בילן זיי די דאקטאר זאל זיי געבן אלע קא-פעיס ?
חוץ מזה, מן הסתם וועסטו באקומען א ביל שפעטער און די פאסט פונעם דאקטאר, זיי גייען סוף וואך-חודש-קווארטל, איבער די ביכער און דאן בילן זיי וועמען עס פעלט אויס..............
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

JOELHEALTH
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 26, 2008 1:03 pm

תגובהדורך JOELHEALTH » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2011 2:14 pm

yes the co insurance gos to the dr, and he has the right , and is legally obligated to request it from you

אוועטאר
סמארט
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
לאקאציע: נו.... גילוי!!

תגובהדורך סמארט » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2011 2:21 pm

געלעגער די שאלה איז טאקע נאך אלץ אפן?

גייסטו דען יעצט ארייגיין צום דאקטער מיט דעם צוואנציגער?
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2011 7:45 pm

דענק איך נישט אויף זיכער, אבער איך מיין אז מ'האמיר אריין געטראגן א צוואנציגער דאן.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט