פראקטישע עצות פאר קינדער וואס "ציינדלען"

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

פראקטישע עצות פאר קינדער וואס "ציינדלען"

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מאי 19, 2009 11:59 pm

ווי עס ווייסט יעדער טאטע, ביי די זעקס חודשים בערך ווען די קליינווארג הייבן אן די ציינדלען מעשות, די בעקעלעך ווערן רויט און טוען וויי, זיי וויינען און קוויטשענען יעדע מינוט לאזן גארנישט טון, וועקן זיך אויף א גאנצע נאכט, קיינעהארע נאר אויף שמחות.

עס זענען דא איינציגע באבסקע רפואות ווי שמירן שמן זית וכדומה וואס העלפט יא אדער נישט. היינט איז אויך דא שמירעכצער ווי "ארא-זשעל" אד"ג וואס העלפט נישט אייניג ביי יעדן.


ווייסט איינער פון גוטע אויספרובירטע עצות אדער סגולות צו לינדערן אדער פארגרינגען די שמערצן פונעם קינד, און די נערוון פון די מאמע'ן ?
ולמצוה יחשב.


זאל דער רבוש"ע העלפן פאר אלע אידן נאר אזוינע פראבלעמען.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

צו די זאך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

תגובהדורך צו די זאך » מיטוואך מאי 20, 2009 12:24 am

איז "ארא-זשעל" כשר?
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » מיטוואך מאי 20, 2009 3:52 am

קייען א אייז קאלטע זאך העלפט לינדערן די ווייטאג!

פרוביר געבן א אייס (כ'רעד, דער וואס זענען אין א פלאסטיק פעקעדזשינג) ס'קען נישט שאטן.

זאל דאס זיין דייין גרעסטע צער גידול בנים (בנות). - הצלחה
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך מאי 20, 2009 7:57 am

ביי אונז נוצט מען CHAMOMILE פונעם האמאפאטישן חדר, און ס'ארבעט אויף די סעקונדע ממש פלאי פלאים און ס'איז בכלל נישט קיין מעדיקעישאן, מ'גיבט איין שפריץ אריין אין די מויל און מ'לייגט זיך צוריק שלאפן. קענסט עס קויפן ביי עני העלט פוד סטאר וואס פארקויפט רעמעדי'ס

קום צוריק מיט פידבעק. מיט הצלחה.

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » מיטוואך מאי 20, 2009 9:02 am

מה זה CHAMOMILE? א סארט טיי?
אויב יא, קען מען עס מן הסתם אויך געבן צו טרינקן און טרינק באטל!
וואס מיינסטו מ'גיבט איין שפריץ, זיי ביטע מסביר וואס דאס איז.
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך מאי 20, 2009 9:46 am

דאס איז נישט טיי, א פיצל קינד טרינקט נישט קיין טיי, דאס איז א האמאפאטישע רעמעדי מיט די נאמען, די פרעג נאר דיין העלט פוד סטאר צו ער פארקויפט HOMEOPATHIC REMEDIES, און נאכדעם פרעג אים אויב ער האט די סארט וואס רופט זיך CAMMOMILE דאס איז א קליינע פלעשל.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מאי 20, 2009 9:57 am

יישר כח בעילאויס, עלמיר אויספרובירן בל"נ
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך מאי 20, 2009 10:11 am

אז מ'רעדט שוין איז כדאי צו וויסן אז ארעדזשעל מאכט די פלאץ נאם, דארפסטו זיכער מאכן אז די ריכטיגע פלאץ באקומט עס, ס'הייסט אז די דארפסט אריינרייבן ביי די ספעציפישע ציינדל, און ס'קינד בדרך כלל קאאפערירט נישט און דאס איז די סיבה פארוואס אסאך מאל ארבעט עס נישט, דאס איז איין נקודה אבער די סיבה פארוואס אונז נוץ מיר עס נישט איז ווייל מיין אידענע האט אמאל געהערט אז ס'איז דא א קליינע חשש אז אויב ס'גליטשט זיך אריין אין האלז קען די האלז ווערן נאם און ס'קען שטערן די אטעם, הגם ס'איז א ווייטע חשש אבער אז ס'איז דא עפעס בעסערס און ס'ארבעט בעסער וועל איך יענץ אודאי ענדערש נוצן.

i want to know
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 14, 2009 11:02 am

תגובהדורך i want to know » מיטוואך מאי 20, 2009 11:37 am

Bailout... is HOMEOPATHIC REMEDIES a good thing?
,

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך מאי 20, 2009 11:40 am

פאר ווער עס גלייבט אין עס איז עס זייער א גוטע זאך.....

אין אמתן איז דא זאכן וואס מען קען האבן נוצן דערפון.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מיטוואך מאי 20, 2009 11:47 am

כבוד ידידי ר' שוועמל שי'

על כגון דא אומרת 'אזעלעכע צרות פאר אלע עקרות' ווי די ברענגסט דאס אויך ארויס

אבער פארט האט עס מיר אויך שוין געקאסט אסאך שלאפלאזע נעכט, וועל איך מיטטיילען מיינע אקספיריענס,

איך קען זאגן אויף די הוימעפעטיק קעממייל אזוי ווי אויף ארע דזשעל (איך רעד פון מיין געזינדל קע"ה) ביי איינעם יא און ביי איינעם נישט, אמאל יא און אמאל נישט, אמאל אסאך אין שטארק, און גלייך, און אמאל אביסעל נאר, און נישט אזוי שטארק, און אמאל נישט גלייך
אבער וואס איך טוה יא אסאך מאל, ווען עס איז עק וועלט, איך גיב "טיילינאויל" (טעמפרע) און ס'ארבעט אויך, [אמת ס'איז ענדערש צי פארטייבן די גאמס ווי דראגן די מוח, אבער ווען די אנדערע עצות פאלען דורך איז דאס אויך א עצה]
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך מאי 20, 2009 11:56 am

i want to know האט געשריבן:Bailout... is HOMEOPATHIC REMEDIES a good thing?
,

ס'איז א אווער די קאנטער דראג לעגאל, דאס הייסט אז ס'איז געפראווט אז ס'איז נישט שעדליך, און ווייטער ביי די FDA איז עס נישט אפראווד אז ס'זאל עפעס אויסהיילן, אבער ווי דערמאנט ביי אונז איז עס עפראווט אז די סארט העלפט פאר דעם.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג ינואר 11, 2011 12:08 am

וואס טוהט מען פאר ערוואקסענע וואס רייסן זיך מיט שרעקליכע יסורים פון די ציין?

מען איז שוין געווען ביים דענטיסט, ער זאגט אז אלעס איז פיין און ער זעהט נישט גארנישט.

אבער די יסורים זענען איום ונורא, ווען עס כאפט אן, זאל דער פון אויבן שומר ומציל זיין.

אפשר קען איינער ארויסהעלפן?

(שוין פרובירט שווענקן מיט מאוט-וואש, ברוינפן, שוין גענומען טיילענאול, גארנישט קיין רעזולטאטן)

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג ינואר 11, 2011 1:47 am

קרעמער האט געשריבן:(שוין פרובירט שווענקן מיט מאוט-וואש, ברוינפן, שוין גענומען טיילענאול, גארנישט קיין רעזולטאטן)

די צוויי אויבן דער-מאנטע איז נישט געזונט צו נעמען צו-זאמען.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג ינואר 11, 2011 1:50 am

גיי שוין צו אן אנדערן דענטיסט.

אויב זעט ער גארנישט ווען מען האט נאכאנאנדע יסורים איז ער א שיסטער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9712
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג ינואר 11, 2011 2:30 am

ווי שוועמל זאגט עפעס איז ראנג מיט דעם דענטיסט...
אגב טיילענאול וועט לכאורה נישט העלפן, דארפסט נעמען עדוויל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג ינואר 11, 2011 6:15 am

איבערנאכט האב איך גענומען 'מאוטרין' און איך בין ב"ה פיין דורכגעשלאפן (אבער שלאפן האב איך געקענט אויך אינמיטן טאג, אן קיין מעדעצין)

--
ביקסאד;

די ברוינפן איז געווען פחות מכשיעור, און די טיילענאל/מאוטרין איז גענומען געווארן א וויילע אפגערוקט דערפון

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9712
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג ינואר 11, 2011 8:40 am

קרעמער, הגם מאוטרין און עדוויל זענען אפיציעל די זעלבע זאך נאר מיט אן אנדערן נאמען, אבער באמת האב איך שוין כמה פעמים (נמ"ג) געזען אז אויף צו פארמינערן ווייטאג העלפט עדוויל בעסער ווי מאוטרין.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט