אויער פארשטאפונג ביים לאנדען - וואסי די עצה?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

אויער פארשטאפונג ביים לאנדען - וואסי די עצה?

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג פאברואר 01, 2009 1:55 pm

ווער ס'איז שוין געפלויגן אויף א פליגער ווייסט מסתם פון וואס איך רעד...

ווען די פליגער לאנדעט ווערט די אויער'ן פון ס'רוב מענטשן פארשטאפט און פארשטייפט...

געווענטליך ווען מען שלעפט אראפ די פעקלעך פילט מען שוין לאנג נישט די אומאנגענעמע געפיל אין ס'אויער, אבער דאס מאל ווען איך בין געפלויגן האט עס מיר נאך וויי געטאן א טאג נאך לאנדען!

ב"ה עס טוט שוין נישט וויי... אבער אז מען הייבט שוין אן צו טראכטן פון אהיים פארן קומט מיט די זארג וואס מען קען טאן צו פארבעסערן די ווייטאג

האט איינער א גוטע עצה דערפאר?

(קיי גומו האב איך פרובירט אן קיין רעזאלטאטן)

יישר כח

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג פאברואר 01, 2009 2:18 pm

אויפמאכן דעם מויל כאילו מען געניצט, איינמאל און נאכאמאל (א פאלשע געניץ).

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » זונטאג פאברואר 01, 2009 3:45 pm

עס איז דיר שוין געלונגען ארויסצונעמען די קיי גומי פון אויער?????

איך פלי היבש אפט, און בתחילה פון מיין פליען קאריערע פלעג איך פרובירן צו טוהן פארשידענע אופנים, דהיינו קייען גאם, הערן מוזיק הויך, געניצן פאלש, פארשטאפן מיין נאז מיט די פינגער און בלאזן מיט די נאז ביז די אויער קראכט, טרינקען וואסער, וכו' וכו' וכו', איך בין געווען א וועטעראן אין די אלע עצות קעגן אויער פארשטאפונג.
אבער איך האב אינאכט גענומען אז עס העלפט נישט!!!
עס האט צו טוהן מיט די קלימאט און די וועטער פון וואו מען פליעט און וואו מען לאנדט, און דאן בין איך געקומען צו מיין מסקנא, און איך האב מיר שוין כמה פעמים איבערגעצייגט דערין, אז אויב פארשטאפט זיך די אויער העלפט גארנישט, און אויב עס איז א וועטער און קלימאט וואס עס פארשטאפט זיך נישט, דארף מען גארנישט!!!

ממילא היום יום, בשעת'ן לאנדן בפרט טאמער עס איז נאך א לאנגע נסיעה, און איך בין באורד אוט אוו די באקס, קוק איך מיר אום אויף די מאדנע פאקסן וואס יעדער פאסאנדזשיר מאכט, און ביי מיר לאך איך, דו נאַרעלע, מוטשעסטו זיך אומזיסט, אדער וועט עס דיר סייווי נישט העלפן, אדער פעלט נישט אויס די פאקסן, פון בלאזן די נאז וכו' וכו' וכו'.


נ.ב. איך האב שוין אויך אמאל געהאט אז די אויער האט זיך ערשט גענצליך אויפגעשטאפט באלד 48 שעה נאכן פליען!!!!!!!
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג פאברואר 01, 2009 3:51 pm

א גרויסן שכח יעדן איינעם!

סאדע; טו מיר א טובה טו עס נישט מיט מיר פליז!!!

ס'מוז זיין אנאייצע!

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » זונטאג פאברואר 01, 2009 4:03 pm

פון מיין עקספיריענס האב איך געזעהן אז נאך די בעסטע פון אלע עצות
איז צו הערן הויך מוזיק, אבער הויך מיינט גאר הויך. (בדיעבד איז א דרשה טעיפ אויך גוט)
ומה טוב ומה נעים טאמער מען קען בשעת מעשה צוטרינקען אביסל וואסער
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » זונטאג פאברואר 01, 2009 4:15 pm

איך האב שוין פונקט ווי דער באטל שוין לאנג אויפגעגעבן אויף דעם אויער.

איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן ווען איינמאל בינעך ממש געווען טויב ביז צוואנציג מינוט נאכן לאנדן.

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » זונטאג פאברואר 01, 2009 4:47 pm

איך מיין אויך אז מען קען גארנישט טאן דערצו, די פאלשע גענעצן האלפט נאר פאר געציילטע מינוטן, עס קומט באלד צוריק, אבער דאך בעסער ווי גארנישט, מען זאל פראבירן אויפצושטאפן יעדע פאר מינוט, אז נישט קען מען האבן אויער ווייטאג אפאר טעג, איך האב פארבירט אמאל זיך צו הייבן מיט די דעת זיך נישט וויסענדיג מאכן דערפון, אהה האב'ך געליטן שפעטער דערפין.

ס'איז סתם אינטערסאנט צו באמערקן אז ס'קען זיך אויך מאכן אמאל אויפ'ן 'גארדן סטעיט' ווען מען פארט צו הויך, אבער דאס גייט באלד אוועק, משא"כ אויפן פליגער האלט עס אן.
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג פאברואר 01, 2009 5:11 pm

אה איך האלט אויך אז ס'האט מיר וויי געטאן אזוי לאנג ווייל כ'האבעס איגנארירט

סא געב איך אפ א גרויסען שכח פאר אלע עצות אזוי אז כ'זאל כאטש עפעס טון עס זאל שנעל אריבער גיין... בעזהשי"ת

אלענפאלס א האלבע נחמה האבעך שוין זעהנדיג אז ס'איז א צרות רבים...

געזונטהייט
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 29, 2008 3:01 pm

תגובהדורך געזונטהייט » זונטאג פאברואר 01, 2009 6:20 pm

איך האב באמערקט אז עס האט צוטון ווי אזוי דער פיילעט מאכט דער לאדונג. אויב קומט ער אראפ אין די לעצטע צוואנציג מינוט די פערציג טויזענט פיס, דאן איז צורת מיט מיינע אויערן, און איך מוז גיין באזוכן א דאקטער דערנאך, זאל מיך עס אויפשטאפן. מיינע אויערן ווירט פיל מיט וואקס. אויס אבער דער פיילעט קומט שוין אראפ די פערציג טויזענט מייל א גוטע שעה פאר'ן לענדן, דאס מיינט אז די לעדונג גייט צוביסליעך, דאן איז עס אסאך בעסער.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 12:21 am

איך האב לכתחילה געוואלט זאגן א_ווי סאדע באטל, דהיינו אז עס נישט דא קיין עצה... אבער למעשה איז זעכער א_ווי דער דארט האט צוגעלייגט: מ'דארף זיך עס אויפשטאפן יעדע פאר מינוט, אז נישט קען מען ליידען דערפון, ה"י.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 9:41 am

די באביטשקע נעבן מיר, האבעך אמאל געזען, ווי זי דעקט איבער די צוויי אויערן מיט צוויי פלעסטיק קאפס. ווער ווייסט אפשר האט זי נאך מקובל די סגולה פון אירע איר-עלטערן.........

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 11:07 am

סתם שלונגען יעדע מינוט שטאפט אויף די אויער.
קייען א קענדי אדער גאם איז די זעלבע עצה, וויבאלד מען שלונגט אגאנצן צייט.

אגב, עס האט נישט דוקא צוטון מיט וועטער, עס איז צוליב די לופט פרעשור אין די קאבינע וואס ווערט רעדוצירט צוליבן לאנדן אדער הייבן.
(א סייענס פאר זיך)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 4:49 pm

שוועמל, עס האט צו טוהן מיט די קלימאט, נישט מיט די וועטער,

אויב דו ביסט אמאל געפארן קיין ארץ ישראל, פרוביר זיך צו דערמאנען צו די אויער פארשטאפונג איז געווען אויף די גאטונג - באיכות - וואו ווען מען לאנדט אינמיטן ווינטער אין קענעדי...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג פאברואר 06, 2009 12:10 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:שוועמל, עס האט צו טוהן מיט די קלימאט, נישט מיט די וועטער,

אויב דו ביסט אמאל געפארן קיין ארץ ישראל, פרוביר זיך צו דערמאנען צו די אויער פארשטאפונג איז געווען אויף די גאטונג - באיכות - וואו ווען מען לאנדט אינמיטן ווינטער אין קענעדי...

קלימאט מיינט וועטער, חוץ אויב דו ווילסט זאגן פרעשור.

אבער איך מיין עס האט יא צוטון מיט די פרעשור, קען זיין די קלימאט גיבט צו אביסל.
ביי די גאר שנעלע עלעוועיטערס אינסטולירט מען ספעציעלע פרעשור עקוויפמענט, ווייל ווען עס פארט גאר שנעל קען מען פארלירן יתרו'ס הערינג... (מה שמועה שמע ובא).

קען זיין איך מיש צאם דא לאקשן ברעט מיט קוגל..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » פרייטאג פאברואר 06, 2009 1:00 pm

א גרויסן יישר כח יעדן איינעם פאר אלע עצות

כ'מוז אבער מודה זיין אז ס'איניש אלעמאל די זעלבע ווייל איצט ביים לאנדען איז עס אדורך מיט כמעט אן קיין פארשטאפונג, און כ'האב נישט געהאט כמעט קיין איין פון די מיטלען; קיי גומי האבעך פארגעסן מיט צו נעמען, די זעלבע איז מיט אויער שטאפער'ס, הערן מוזיק האבעך אויך נישט געקענט ווייל מען הייסט דאך אלעס אויסלעשן ביים לאנדן?!

מען מיניש פאלגן? כ'האב אויך אזוי געמיינט ביז איינער פון אבאמע'ס יר"ה שטיצער א שטארק טינקעלר מענטש האט זיך גענומען מאכן קולות אויף מיר! (ער איניש געווען קיין פלייט אדענטעט נאר סתם א אנטעסעמיט...) 'דעי סעיד קלאס דיס' שרייט ער, כ'האב פרובירט צו ענטפערן אז נאר סעלולער'ס מיז מען צומאכן.. שרייט ער נאך העכער 'דעי סעיד קלאס דעט' (און פרייע איבערזעצונג: 'זיי האבן געזאגט מאך דאס צו')
עני וועי כ'האב מורא געהאט עס זאל נישט גיין קיין הענט האבעך צוגעמאכט אישוין...

צו גענעצן האט מיך קיינער נישט געקענט שטערן... אינדאס האב איך טאקע געטון פאר די ביסל וואס איז יא געווען פאשטאפט.

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » זונטאג פאברואר 08, 2009 5:46 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:צו גענעצן האט מיך קיינער נישט געקענט שטערן... אינדאס האב איך טאקע געטון פאר די ביסל וואס איז יא געווען פאשטאפט.

פארוואס האט יענער פרעזידענט נישט געזאגט "קלאוס דעט" ווען די האסט געעפנט דיין מויל? לכאורה האט ער מורא געהאט אז די גייסט אים'ס צוריק זאגן, און ער קען זיך דאס בשום אופן נישט ערלויבן.

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » דינסטאג פאברואר 10, 2009 1:39 am

דער אמת איז אז אינגאנצען פטור ווערן פונעם פראבלעים איז נישט פארהאן וואו איך ווייס, אין עס ווענד זיך טאקע ווי אויבן געשריבען ווי אזוי דאר פיילעט מאכט דעם לאנדונג.

אבער גארנישט צו טון איז אסאך ערגער, עס איז טאקע ראטזאם צו טון איינע פון די פארגעשלאגענע עיצות כדי גרינגער צו מאכן דאס ענין,

איך האב אמאל געהערט אז זיך טעהנען קען העלפען, קען זיין צוליבן הויכן קול וואס געשעהט ווען מען טעהנט זיך, אין סאיז ווי א הויכען טעיפריקארדער קען זיין..??
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט