לאמיר דערציילן די מעלות פון... שאקאלאדע

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

לאמיר דערציילן די מעלות פון... שאקאלאדע

תגובהדורך שוועמל » זונטאג דעצמבער 28, 2008 1:38 am

די אויפדעקונג איבער טשאקאלאדע

אז טשאקלאד איז גוט האט איר שוין אוודאי פארזוכט, און אז טשאקאלאד קען עטוואס בענעפיטירן פארן געזונט האט איר שוין מסתמא געהערט. האט אבער די "לאַנסעט מעדיקאל זשורנאל" לעצטענס באשריבן די אויפדעקונג איבער טשאקלאד אין אלגעמיין אז ס'יז גארנישט ווי איר מיינט.

נישט אלע סארטן טשאקלאד ווערן פאבריצירט אייניג ביי אלע פאבריקן. די געזונטע אנטי-אקסידענט באשטאנדטייל אין טשאקלאד וואס איז באקאנט צו רעדיצירן הארץ קראנקהייט – דאס איז די "פלעווענאלס" (אדער פלעווענאוידס) וואס גיבט דעם ביטערן טעם פאר די טשאקלאד, איז גארנישט אזוי גלאטיג, מעלדעט דער לאנסעט עדיטאריעל. דערפאר וואס דער באשטאנדטייל ווערט ארויסגענומען אין לויף פון פראסעסירן די טשאקלאד ביי די מערהייט פאבריקן צוליב איר שטארק ביטערן טעם, דערביי אויסליידיגן זיי די געזונטע פלעווענאלס פון די טשאקלאד. אפילו די אינגרידיענט לעיבעלס מעלדן אויך נישט צי די "פלעווענאלס" זענען געבליבן צי נישט, מאכנדיג שווערער צו וויסן איר ריכטיגע אינהאלט.

די אנטוישונג איבער די די טשאקלאד פאבריקאציע קומט א חודש נאכדעם וואס די אמעריקען הארט אסאסיאציע מאגאזין "סירקיולעשאן" האט באריכטעט איבער א שטודיע וואס איז פארגעקומען איבער די געזונטהייט פון טשאקלאד. צוויי און צוואנציג פאציענטן וואס זענען דורכגעגאנגען הארץ טראנספלענט אפעראציעס זענען אריינגענומען געווארן אינעם שטודיע, מען האט געגעבן פאר א טייל פון זיי ריכטיגע טונקעלע טשאקלאד און פאר א טייל פאלשע "פּלאסיבא" טשאקלאד. אין בלויז צוויי שעה דערנאך זענען די רעזולטאטן געווען גאר גינסטיג פאר די וואס האבן גענומען די ריכטיגע טשאקלאד, ווי ווייניגער פארשטאפונגען און פארבעסערטע בלוט-פלוס, קעגן די וואס האבן איינגענומען די פאלשע "פּלאסיבא" טשאקלאד וואס קיין שום ענדערונג איז נישט געזען געווארן.

אינעם "סירקיולאשאן" באריכט ווערט אויך געמאלדן איבער געזונטע פלעווענאוידס וואס ווערט געפונען אין טיי, רויטע וויין ווי אויך געוויסע פרוכט און אין וועזשעטעבעל וואס זענען באקאנט צו זיין געזונט פארן הארץ.

"די זיכערסטע וועג איינצונעמען טשאקלאד וואס פארמאגן די נוטיגע געזונטע פלעווענאלס, איז בלויז צו קויפן די עכט טונקעלע טשאקלאד מיט וואס ווייניגער אינגרידיענטס" זאגט דר. זשעקאב שאני, טשעירמאן פון מיימאנידעס הארץ אסאסיאציע אפטיילונג אין ברוקלין.

ענליך ווערט געמאלדן אינעם מאַיא קליניק העלט אויסגאבע, אז וואס טונקעלער די טשאקלאד איז אלס בעסער זענען די שאנסן צו האבן אין זיך די נויטיגע פלעווענאלס. א טונקעלער באר טשאקלאד קען פארמאגן אין זיך 53.5 גראם פון פלעווענאלס אבער א מילכיגע באר פון טשאקלאד פארמאגט בלויז 14 גראם פלעוואנאלס. ווייסע טשאקלאד איז גענצליך אויסגעליידיגט פון פלעווענאלס.

אבער מיינט נישט אז זיך אנעסן מיט טשאקלאד וועט אייך געזונט מאכן, די אלע לעצטיגע שטודיעס איבער טשאקלאד באריכטן בלויז מילדע געזונטהייט בענעפיטן, און דאס קען אויף קיין פאל נישט גענומען ווערן אנשטאט א מעדעצין. צו דער זעלבער צייט דארף מען אויך אבאכט געבן אויף צופיל פעטנס און צוקער וואס קענען מעגליך זיין אריינגעמיטש אין די טשאקלאד.

דער דערמאנטער דר. שאני האט געזאגט אין די אינטערוויו: "אויב פרעגט איר וואס איז וויכטיגער, א שטיקל טשאקלאד אדער מאכן איבונגען, דאן נעמט ענדערש די איבונגען אפציע. איך גלייב נישט אז מען זאל אמאל עמטליך מעלדן די הארץ פאציענטן איינצונעמען א גוטע דאזע פון טשאקלאד".

בלייבט איבער פונקט ווי פריער, צו עסן דעם טשאקלאד ביים שוואגערס שלום-זכר אדער ביים חבר'ס וואכנאכט...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג דעצמבער 28, 2008 11:27 am

יישר כח שוועמל פאר די נוצליכע אינפארמאציע, מיר פערזעהנליך זענען נישט קיינע טשאקלעד פריעקס אבער די שטוב איז שוין אנאנדער מאנסע, סאו איצטערט בינעך שוין אנגעלאדענט מיט די נויטיגע אינפארמעישען.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » זונטאג דעצמבער 28, 2008 2:13 pm

צו לייענן דעם ארטיקל איז נאך עני טיים אזוי גוט געווען ווי א טשאקאלאדע, אפילו פון די טונקעלע.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 1:58 pm

גיימיר טאקע יעצט גיין טועם זיין א שאקאלאדע לכבוד זאת חנוכה.

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 2:03 pm

קרעמער אדער גיסטו מיר א שטיקל, אדער צייג מיר כאטש די רעפער פון דיין שוקלוד אפשר וועט מיר דאס זאט מאכן,
עניוועי האב אינזין צו זאגן לכבוד חנוכה

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 2:13 pm

שוועמל באטשי, די ווייסט וואס דו האסט געטוהן מיט מיר, שטעל זיך פאר, איך האלט אינמיטן טרינקן מיין קאווע אזוי אין די קרעטשמע אריין, ווער איך אזוי פארשוועמלט מיט א שוועמל טשאקאלאד ארטיקל, די ווייסט ווי הונגעריג איך בין געווארן...
האועווער, שקויעך עניוועי ;l;p-

joe greenstein
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2008 5:49 pm

תגובהדורך joe greenstein » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 12:16 pm

מ'רעדט פון שאקאלאדע, עס האט זיך נישט לאנג צוריק געעפענט א געשעפט דא אין וויליאמסבורג מיטן נאמען Cocolate Wise געהערט האב איך גלייך אז עס איז עפעס משוגע שיין און באטעמט אריינצוגיין דארט אבער טייער איז עס אויך זייער,נו שוין פארוואס זאל איך גיין צאלן ווען איך קרוג א bar פאר א דאלער.
געקומען איז חנוכה און עפעס מיז מען דאך ברעגן די ווייב... נו שוין בין איך אריין צו Chocolste Wise אויף לי און גענומען א א שיינעם גרויסען טאץ טאקע געקאסט אסאך אבער בעסער ווי די געלט זאל גיין פאר א קוויטל געים
רבותי גלייבט מיר איך האב נאך אזאנס נישט געהאט... עס איז עפעס א העכערע טעם אין שאקאלאדע... די בני בית האט גלייך געלאזט וויסן אז א שבת גייט פון היינט און ווייטער נאר זיין מיט chocolate wise .

עס וועט לוינען יעדע פעני.

אוועטאר
באנקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

תגובהדורך באנקיר » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 1:02 pm

לייענטס א ראסיסטיש ווערטל וואס איך האב געהערט;

פ: פארוואס איז געמאכט געווארן ווייסע שאקאלאדעס?
ע: אז קליינע שווארצע קינדער, זאלן זיך אויך קענען פארשמירן און שמוציג ווערן!

joe greenstein
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2008 5:49 pm

תגובהדורך joe greenstein » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 1:31 pm

גוט באנקיר, עס מעג טאקע זיין די איינציגסטע סיבה פארוואס ס'דא ווייסע שאקאלאדע בכלל, ווייל גוט איז עס נישט

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 1:38 pm

שיין איז עס יא. (צו דעקארעיטן קעיקס, קוקיס א.א.וו.)
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

joe greenstein
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2008 5:49 pm

תגובהדורך joe greenstein » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 1:49 pm

דאכט זיך מיר אז זיי נוצען עס אויך אויסצומישן מיט די שווארצע עס זאל ווערן א שיינע קאליר

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 1:52 pm

איינשטיין...
יעצט ביסטו א חכם,
די גאנצע ווייסע שאקאלאד קומט פון א קאליר אין די שווארצע. שאקאלאד איז נאטורליך שווארץ...


יישר כוח אלע מגיבים פאר ענקער שכויחס. !!
עטס מאכטס מיר פאר א חוזק... (מחוזק)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

joe greenstein
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2008 5:49 pm

תגובהדורך joe greenstein » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 3:44 pm

שוועמל האט געשריבן:די גאנצע ווייסע שאקאלאד קומט פון א קאליר אין די שווארצע. שאקאלאד איז נאטורליך שווארץ...


ביסט גערעכט שוועמל,איך האב געזאגט ''דאכט זיך מיר'' ווייל די גרויסע קאמפעניס וואס שפילן זיך נישט נאר פארקויפן גרויסע קוואנטום (מיין איך אז זיי ) מאכן נאר 3 קאלירן,אוודאי איז אפילו די שווארצע קאליר (וואס איז אביסעל ברוין)נישט די נאטירליכע קאליר וועגן די נאטירליכע קאליר איז זייער שטארק שווארץ אזוי ווי Backing chocolate
אדרבה זאגסט אז נישט איז נישט

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 4:31 pm

באנקיר ;l;p-

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 2:24 pm

זייער פראקטיש צו האבן אביסל שאקאלאדע צו די קאווע - און נישט אויפעסן א גאנצן באר איז דא א זעקעלע
Alprose Neapolitan mix
ס'קומט אזעלכע פיצינקע בארס שאקאלאדע אין א זעקל
אויך פאסיג ווען מען וויל גיבן א קלייניקייט מטעמים מתנה פאר א קינד.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

joe greenstein
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2008 5:49 pm

תגובהדורך joe greenstein » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 2:37 pm

באקאנט ווארט: איינע פון די זאכן וואס ענדיגט זיך נישט איז קאווע מיט שאקאלאד...

אפשר איז די קליינע זעקעלך א solution אלס א גדר... (ווען די פעקעלע ענדיגט זיך ווארף איך אוועק די קאווע) 


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט