דענטעל אינשורענס - פערסאנאל

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
קוימען קערער
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 25, 2008 6:20 pm

דענטעל אינשורענס - פערסאנאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוימען קערער »

קודם וועל איך אראפלייגן מיין מצב

איך ארבעט להלכה ולמעשה, פארדין צופיל צו קענען באקומען פעמילי העלט פלאס, מיין בעל הבית האט א העלט פלען, וואס איך באצאל 80%, אבער איך קען מיך נישט אפרעדן. דער פראבלעם איז דענטאל אינשורענס, איך האב א שטוב מיט קינדער, און מ'דארף היבש גיין צום דענטיסט, עס קאסט ממון ודמים, איך ווייס נישט וואו אנצופאנגן צו זיכען.

אויב איינער דא האט אפשר אינפארמאציע איבער א פערסענאל דענטאל פאליסי, ביטע ענטפערן דא אדער מיר אין אישי

ישר כח פון פאראויס
פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

א גוט יאר הרב קוימען קערער, ס'איז מיר אינטערעסאנט צו הערן אז א קוימען קערער זאל אזוי שיין פארדינען, און אויך ווילעך דיר קאנגראטולירן פארן ארבעטן "להלכה ולמעשה" א זאך וואס איך טוה זייער רעספעקטירן.

בנוגע דיין דענטל אינשורענס, איז וויפיל איך ווייס נישט דא קיין געהעריגע סעלושן, ווייל וויפיל קאמפאניי'ס ס'פארקויפן שוין יא דענטל, געבן זיי מיט א פאק מיט תנאים, מיט א מאקסימום קאווערידזש, און א גרויסע דידאקטעבל, מיט א קאו פעימענט...... ס'איז זייער שווער צו טרעפן א געהעריגן דענטל פלאן...

פארוואס זאגעכעס? ווייל צרות רבים......................
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Dental Insurance on the Market place

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

איך האב די עסענטשאל פלען, און איך וויל צו-קויפן דענטאל אינשורענס,
ווייסט איינער וועלכע אינשורענס איז גוט?
און וועלכע נעמען רוב דענטיס אין מאנסי? (לדוגמאה רפואה)
בילד
מי הוא זה
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

קוימען קערער האט געשריבן:קודם וועל איך אראפלייגן מיין מצב

איך ארבעט להלכה ולמעשה, פארדין צופיל צו קענען באקומען פעמילי העלט פלאס, מיין בעל הבית האט א העלט פלען, וואס איך באצאל 80%, אבער איך קען מיך נישט אפרעדן. דער פראבלעם איז דענטאל אינשורענס, איך האב א שטוב מיט קינדער, און מ'דארף היבש גיין צום דענטיסט, עס קאסט ממון ודמים, איך ווייס נישט וואו אנצופאנגן צו זיכען.

אויב איינער דא האט אפשר אינפארמאציע איבער א פערסענאל דענטאל פאליסי, ביטע ענטפערן דא אדער מיר אין אישי

ישר כח פון פאראויס


פראביר הערש אלימלך קליין פון קרית יואל
Disclosure: My references to Bitcoin exclusively mean Bitcoin, not other cryptos. It implies owning and holding Bitcoin in a physical hardware wallet, not on exchanges
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

מי הוא זה האט געשריבן:
קוימען קערער האט געשריבן:קודם וועל איך אראפלייגן מיין מצב

איך ארבעט להלכה ולמעשה, פארדין צופיל צו קענען באקומען פעמילי העלט פלאס, מיין בעל הבית האט א העלט פלען, וואס איך באצאל 80%, אבער איך קען מיך נישט אפרעדן. דער פראבלעם איז דענטאל אינשורענס, איך האב א שטוב מיט קינדער, און מ'דארף היבש גיין צום דענטיסט, עס קאסט ממון ודמים, איך ווייס נישט וואו אנצופאנגן צו זיכען.

אויב איינער דא האט אפשר אינפארמאציע איבער א פערסענאל דענטאל פאליסי, ביטע ענטפערן דא אדער מיר אין אישי

ישר כח פון פאראויס


פראביר הערש אלימלך קליין פון קרית יואל

וואס טוט ער? ער פרינט דענטעל אישורענס?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: דענטעל אינשורענס - פערסאנאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

איך וויל וויסן צו עס לוינט זיך צו מאכן דענטאל אינשורענס פאר מיר פאר א פאר חדשים, און וואס בערך דארף אזוינס קאסטן.

יישר כח!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: דענטעל אינשורענס - פערסאנאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

מחשב האט געשריבן:איך וויל וויסן צו עס לוינט זיך צו מאכן דענטאל אינשורענס פאר מיר פאר א פאר חדשים, און וואס בערך דארף אזוינס קאסטן.

יישר כח!

דענטאל אינשורענס איז נישט אזוי ווי רעגולער העלט אינשורענס וואס צאלסט איין א געוויסע סכום און דערפאר ווערסטו געקאווערט מיט סיי וואספארא פראצעדור מ'דארף היל"ת.

(קען זיין איך בין נישט פונקטליך אפדעיטעט, אבער) מער ווייניגער זענען דא צוויי ערליי דענטאל אינשורענס אין אמעריקא.

איינס ווי דו צאלסט א קליינע סכום פער חודש פאר א כעין מעמבערשיפ, וואס דאס גיבט דיר א שיינעם דיסקאונט אויף פראצעדורן ביי א געוויסע נעטווארק פון דענטיסטס.
דאס איז עפעס וואס מ'קען קויפן ביי איינעם (שרגא?) קליין, (ער אדווערטייזט יעדע וואך אין די צייטונגען, זיין נאמען איז שוין אויך דערמאנט געווארן דא אויף אייוועלט לשעבר).

נאכדעם איז דא דענטעל אינשורענס וואס מ'קען באקומען דורך א ביזנעס אינשורענס, וואס דאס גיבט דיר יא אביסל מער קאווערעדזש, אבער מיט א שטארקע לימיט אויף ביז וויפיל די אינשורענס גייט דיך צאלן.
רוב מאל גייט עס בערך אז דו צאלסט למשל סך הכל פון $50 א חודש x 12, וואס קומט אויס צו $600 א יאר. און זיי גייען דיך דעקן ביז א מאקסימום פון $1500 א יאר.
ד.ה. אז די גאנצע פארדינסט איז בערך א 50% דיסקאונט. און דאס איז שוין נאכן דורכגיין די גאנצע קאפוויי אז זיי זאלן דיך אפראוון די דענטעל אינשורענס דורך דיין ביזנעס, וואס איז נישט אלעמאל אזא גרינגע זאך.
---
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: דענטעל אינשורענס - פערסאנאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

אויף די עסענשל פלען דאכצעך קען מען צולייגן דענטעל פאר נאך $20 פער חודש.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: דענטעל אינשורענס - פערסאנאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

קען זיין.

פארגעסן צוצולייגן אז די אויבנדערמאנטע רעדט מען פאר איינער וואס איז נישט עלעדזשיבעל פאר מעדיקעיד וכדו', אבער איינער וואס קוואליפיצירט פאר סובסידייזט העלט אינשורענס קען ער מסתמא יא האבן געהעריגע דענטעל אינשורענס.
---
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: דענטעל אינשורענס - פערסאנאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

באמת א דאנק אייך ביידע!
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”