איז פאראן א רפואה פאר אונזער בן יחיד'ל?!

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

איז פאראן א רפואה פאר אונזער בן יחיד'ל?!

תגובהדורך אלעקסיי » מאנטאג נובעמבער 03, 2008 10:28 am

איז פאראן א רפואה פאר אונזער בן יחיד'ל?!

– א ווירקליכע פאסירונג אין אונזערע צייטן –

מיט א פארקלעמט, צובראכן און דערשלאגן הארץ, מיט א שווארצן וואלקן באגלייט אויף זייער
געזיכט, האט דאס פארפאלק פארלאזט דעם בארימטן דאקטער, דער קעניג אינעם פעלד פון רפואה,
ווערנדיג באקאנט מיט דעם ביטערן מציאות וואס האט אין איין וויילע געטוישט זייער לעבן אויף
אייביג, אז זייער איין-איינציג קינד, דער טרוים פון זייער לעבן, דער האפענונג פון זייער אנוועזנהייט,
איז ליידער געווארן דיאגנאזירט מיט די ביטערע מחלה ה"י.

זינט יענעם באזוך ביים דאקטער האט דער סדר היום ביי משפחת פ. זיך גענצליך געטוישט. פון
אפווארטן א געזונט פריש חדר-אינגל מיט לאנגע שווארצע פיאות און א לעכטיגן שמייכל, ביז פארן-
און-קומען פון און צום שפיטאל, טעסטס, שעה'ן לאנגע ווארטן ביי דאקטוירים, פיינפולע חדשים פון
טערעפי און היילונגען, און דאס מערסטע האט דאס יונג פארפאלק פארברענגט אומצאליגע שעה'ן
מיט תפילות ותחנונים, און פארגאסן טייכן טרערן ביים תהלים'ל אויף א רפואה שלימה פאר זייער בן
יחיד'ל, דער אכט יעריגער "משה יצחק בן שרה מלכה".

א צייט איז זיך פארלאפן, ס'האט שוין אויסגעקוקט בעסער, די האר האט אנגעהויבן
צוריקוואקסן, אבער דאן האבן די קאמפליקאציעס איבערגענומען די סיטואציע. איינס שלעפט דאס
צווייטע, און מ'האלט ביים אנהויב, און אינצווישן וואלגערט זיך דאס קינד מיט שרעקליכע יסורים
נוראים, וואס נאר איין באשעפער קען לינדערן מיט א רפואה שלימה, וישועת ה' כהרף עין.

ווי א שטייגער האט דער פאטער אנגעקלאפט אין די טירן פון גדולים וצדיקים, געפארן אויף קברי
צדיקים, זיך מזכיר געווען ביי הייליגע אידן, און מרעיש עולמות געווען לטובת זיין בן יחיד.

אין איינעם א פארנאכט האט דער פאטער – וועלכער האט דאן געוואוינט אין די חרדי'שע בארא
פארק – זיך אויסגעוויינט דאס הארץ פאר זיינס א חבר. האט אים דער ידיד מייעץ געווען אז ער וועט
מזכיר זיין דאס קינד ביי זיין רבי'ן, א בארימטער גדול אין לעצטן דור, וועלכער איז געווען מפורסם
מיט זיין הרבצת התורה בהשקפה ברורה.

ווען דער גדול האט זיך צוגעהערט צו דעם ביטערן מצב פון דאס קינד, האט ער באלד געפרעגט
דעם אינגערמאן: "זאג נאר, אין וועלכן ביהמ"ד דאווענט דיין חבר?". ווען ער האט אים געענטפערט
דעם נאמען פון ביהמ"ד האט ער ווייטער געפרעגט: "איז מען דארט נזהר נישט צו רעדן ביים
דאווענען?". האט ער געענטפערט: "לאו דוקא!". באלד האט דער גדול פארגעזעצט: "נו, וואס איז דער וואונדער? מיר געפינען נישט ביי קיין שום פאל אז דער שולחן ערוך זאל פסק'ענען דעם לשון "וגוערים בו", נאר ביים דין פון רעדן ביים דאווענען, און די סיבה דערצו איז, ווייל אין א ביהמ"ד וואו מ'רעדט ביים דאווענען, שטערט דאס אלע תפלות און בקשות פון ארויפגיין אין הימל, קומט אויס אז דער
וואס שמועסט ביים דאווענען איז א גוזל את הרבים און ער שעדיגט יעדן יחיד אין ביהמ"ד אז זייער
תפלה זאל נישט אנקומען אין ריכטיגן פלאץ, ער גנב'עט זייערע השפעות, און דאס איז דער גורם אז
אויך די ערליכע תפלות זאלן ווערן צוריקגעוויזן פון הימל".

" איז – האט דער גדול אויסגעפירט – ביי אייער ידיד, אז ער דאווענט אין א ביהמ"ד וואו מ'איז
נישט נזהר צו רעדן ביים דאווענען, וויאזוי קלערט ער אפילו אז ער קען דארט געהאלפן ווערן? אין א
ביהמ"ד וואו מ'רעדט ביים דאווענען קען מען קיין ישועה נישט האבן! זאג דיין חבר אז כדי זיין תפלה
זאל קענען נתקבל ווערן זאל ער זיך אוועקציען דאווענען נאר צו א ביהמ"ד וואו מ'איז נזהר נישט צו
רעדן ביים דאווענען".

פארשטענדליך אז דער פאטער פון דעם קראנקן בן יחיד'ל, וועלכער האט אזוי שטארק
ארויסגעקוקט אויף א ישועה מן השמים, האט אנגעהויבן דאווענען אין א ביהמ"ד וואו מ'איז נזהר
אין קדושת ביהמ"ד, און ביז געציילטע וואכן איז ער איבערראשט געווארן ווען ער האט געהערט
פונעם דאקטער, וואו ער קוקט צו מיט וואונדער אז אויפן קינד זעט זיך נישט אן מער קיין זכר פון די
ביטערע מחלה! דער דאקטער האט צוגעגעבן אז דאס קען נישט זיין במציאות נאר אז דער יד ה' האט
דא באוויזן אומגלויבליכע וואונדער!

דער פאטער האט גאר גוט געוואוסט וואס האט צוגעברענגט די ישועה, און האט מקבל געווען
אויף זיך צו מפרסם זיין די מעשה, צו צייגן עד היכן הדברים מגיעים.

(געהערט פונעם בעל העובדא)

נתפרסם געווארן אין "די קלאסיפייד" לרפואת חיים בן חנה (לאקס) לרפו"ש בקרוב
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
שלעפער
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2008 10:06 am

תגובהדורך שלעפער » מאנטאג נובעמבער 03, 2008 10:45 am

א גרויסן ישר כח אלעקסיי פארן אנווארעמען אביסל וועגן דעם ענין, און דעם זכות זאל טאקע דער אייבישטער שיקען פאר אלע קראנקע א רפואה שלמה במהרה.

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » מאנטאג נובעמבער 03, 2008 11:58 am

כאב מעך צעוויינט
נאר פון דעם ווארימען באפעלצטן אלעקסיי קאן ארויס קומען אזא ארטיקל

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג נובעמבער 03, 2008 1:25 pm

אלעקסיי, א גרויסן דאנק פארן אהער ברענגען דאס ענין, ויה"ר שיהי' לזכות רפואת כל חולי ישראל אמן
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג נובעמבער 03, 2008 1:36 pm

א שוידערליכע מעשה וואס האט ב"ה א גוטער ענדע, יישר כח פאר די דברי התעוררות צו שווייגן אין שול.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג נובעמבער 03, 2008 2:17 pm

ישר כח אלעסיי עס זאל זיין לזכות ולרפואה ר' חיים
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21987
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 03, 2008 6:50 pm

א דאנק הרב אלעקסיי

נתעוררתי אביסעלע צוזיין שטיל
זאל דער בורא שיקן רפואות און ישועות פיל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » מאנטאג נובעמבער 03, 2008 7:43 pm

אלעקסיי די מעשה ציפט גאר שטארק.

אוועטאר
שבת קודש
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:28 am

תגובהדורך שבת קודש » מאנטאג נובעמבער 03, 2008 7:48 pm

ברוך דיין אמת ר' חיים לקס ז"ל
לעצט פאראכטן דורך שבת קודש אום מאנטאג נובעמבער 03, 2008 9:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג נובעמבער 03, 2008 9:06 pm

שכויח אלעקס פאר דיין וואונדערליכע ערציילונג.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

זילבערנע בעכער
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:01 am

תגובהדורך זילבערנע בעכער » דינסטאג נובעמבער 04, 2008 10:57 am

באמת א וואונדער ווי אזוי עס קען זיין אז בשעת אידן דאווענען און בעטן זיך אויס דאס הארץ פארן אייבירשטן, זיצן גרופעס אדער יחידים און מען פלוישט ארום כל מיני שטותים, בשעת א טיש אוועק דאווענט מען יא, אבער די שכינה אנטלויפט מסתמא, די מעשה איז מוראדיג אלעקסיי.

און אויך א געוואלדיגע מוסר השכל, א בית המדרש איז א בית המקדש מעט, דאס מיינט פשוטו כמשמעו אז דאס איז אנשטאטס דעם בית המקדש, און די שכינה וויל זיך געפונען דא דאס פלאץ, איז דאס נישט די גרעסטע חוזק אז א מינוט פריער האט מען געזאגט ותחזנה עינינו בשובך לציון ברחמים און יעצט ביי הויכע שמונה עשרה פלאפעלט מען ארום ? דאס איז דאך א סתירה פונעם ערגסטן סארט !! דא בעט מען אז די גרויסע בית המקדש זאל אויפגעבויט ווערן און דא איז מען מחלל א בית המקדש מעט.

דאס קומט פשוט ווייל מען טראכט נישט אריין די הארבקייט דערפון, אויב וואלט מען געגלייבט און געוואוסט אז דער מלך מלכי המלכים געפונט זיך דא און וויל אויסהערן די תפילות פון אידן, וואלט מען ווען געשוויגן מתחילה ועד סוף.

ישר כוח אלעקסיי נאכאמאל.

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » דינסטאג נובעמבער 04, 2008 11:49 am

א שוידער און א שרעק פון א מעשה.

און ווי זעמער אונז ?

און מיר זענען זיכער אז פון לכו לרננה ביז השכיבנו קען מען רואיג אדורך טון דעם סטאק מארקעט אן א פראבלעם, שרעקליך ווען בשעת מעשה זיצן אנדערע אידן און דאווענען אבער זיי רעדן צום דופן, פארוואס ? ווייל די וואס שמועסן זענען דאס גורם !!

ווער רעדט נאך אויב דאס איז ביי הויכע שמו"ע, קדיש, אדער קריאת התורה, וואס אויף דעם שטייט דאך שרעקליכע עונשים.

אלעקסיי !! א מעכטיגן דאנק, מען דארף די מעשה אויפקלעבן אויף יעדן וואנט פון יעדן בית המדרש.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2008 9:39 am

א מעשה נורא ואיום.

א דאנק אלעקסיי.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט