וואס איז דאס TMJ ?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

יגדיל
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2007 7:03 pm

וואס איז דאס TMJ ?

תגובהדורך יגדיל » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 3:22 pm

איז איינער באקאנט מיט דעם?
ווייסט איינער וואס קען העלפען פאר דעם ?
ווער זאגט אוף זעכיר וואס דאס איז ?
וועלכע דאקטער איז באקאנט מיט דעם ?
איז דא עצות פאר דעם ?

אוועטאר
קאמפיוטערנייעס
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2008 5:52 pm
לאקאציע: נישט דא

תגובהדורך קאמפיוטערנייעס » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 3:38 pm

איך לייד דערפון א יעדע שטיק צייט און עס גייט אוועק לויט ווי ווייט איך האב געהערט איז נישטא צו סאך צו טוען דערין. חוץ אז די קענסט גיין צו אגרויסע גאם אדער ציין דאקטאר!

יגדיל
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2007 7:03 pm

תגובהדורך יגדיל » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 3:44 pm

וואס זענען די סימפאטען וואס די ליידסט ?
ווער האט דיר געזאגט אז די ליידטס פין דעם ?

מיר ציט עפעס איין זייט פין די באק פין לעבען די אוער אין אראפ ביז די עק פינעם ביין פינעם פנים לעבן די גענאק
איך כהאב שוין געמאכט א עקס רעי אין גארנישט געזען

נ.ב מיין שאלה איז ווייל סתם א פלענע דאקטער ווייסט נישט וואס דאס איז
ווייל ער קען דיר נישט העלפען

אוועטאר
קאמפיוטערנייעס
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2008 5:52 pm
לאקאציע: נישט דא

תגובהדורך קאמפיוטערנייעס » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 4:05 pm

סהאט זיך אנגעפאנגען ווען איך פלעג פילן ביי יעדע בייס אז עס קנאקט נאך א שטיק צייט איז עס געווארן ערגער און ס'איז געווען צייטן וואס מיין מויל האט זיך פארהאנקערט און איך האב עס נישט געקענט עפענען פשוט און גראד איך האב עס נישט געקענט עפענען! יעצט ב"ה האב איך עס מער נישט סתם דאקטורים קענען גארנישט טוען דערצו עס קומט ביי מענטשן וואס האבן געהאט ברעיסאס האסטו געהאט ברעסיס?

יגדיל
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2007 7:03 pm

תגובהדורך יגדיל » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 4:09 pm

ניין קיינמאל נישט געהאט ברעסעס

אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

תגובהדורך join us » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 4:16 pm

איך האב געהאט איינעם און מיין משפחה וואס פלעקט ליידן דערפון מיר האבן געספענד טויזענטער דאללאר'ן דערפאר און ממש געטאפאט א וואנט

זיי(די דאקטוירם וואס ווילן מאכן אפאר גראצע פון אונז) זאגן אז מען קען דאס יא אויסהיילן
אבער עס האט נישט געהאלפן צופיל

אבער היינט איז עס שוין אוועק געגאנגען ב"ה!

אוועטאר
יעק
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 4:13 pm
לאקאציע: אין אפיס

תגובהדורך יעק » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 4:52 pm

איך האב עס געהאט אלס בחור א דענטיסט האט מיך געגעבען א ברעס (נישט ברעסיס) מען דארף גיין דערמיט נאר ביינאכט פאר א פאר חדשים עס שטעלט ציריק די ביינער אין פלאטץ
אין יעקישע שול

יגדיל
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2007 7:03 pm

תגובהדורך יגדיל » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 5:34 pm

די מיינסט א ברעס אופען פנים ?

אוועטאר
יעק
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 4:13 pm
לאקאציע: אין אפיס

תגובהדורך יעק » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 5:43 pm

סגייט אריין אין מאל אויף די ציין אין ארים די קאפ אין בעק
אין יעקישע שול

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 6:41 pm

איך קען TMJ פון די נאנט, סיי איך און סיי מיין שטוב ליידן דערויף. אין פאקט, מיר פלעגן נוצן דעם זעלבן דאקטער אין מאנהעטן אינעם זעלבן צייט (דער דאקטער מיטן נאמען פילדינג, פלעגט זיין יעדן מיטוואך אין די קליניק פון דזשוינט-דיזיז שפיטאל, וואו ער פלעגט אויפנעמען פאציענטן וואס האבן זיך נישט געקענט ערלויבן די גרויס-געלט וואס ער נעמט אין פריוואטן אפיס).

עס איז קלאר א תוצאה פון ברעיסעס (וואס איך האב געהאט אלס קינד), און די סימפטאמען זענען קנאקעס און קראכעס ביי די באק-ביינער (מאנכע ליידן קאפ-וויי דערפון, ב"ה איך נישט). יענער דר. פילדינג האט מיר דאן געגעבן א 'ריטעינער' צו האלטן אין מויל יעדע נאכט, עס האט אפשר געהאלפן א וויילע, אבער למעשה נוץ איך נישט היינט גארנישט, און איך האב זיך צוגעוואוינט צו לעבן דערמיט אזוי ווי עס איז.

אויב די באק-ביינער ווערן ממש פארשטייפט און ווילן זיך נישט עפענען אדער צומאכן (ווי איינער שרייבט דא אויבן), זענען דא געוויסע מוסקלען וואס מען דארף אביסל באארבעטן און מאסאזשען, און מיט אביסל געדולד און רואיגקייט גייט אלעס צוריק אין פלאץ בעזהשי"ת (איך געדענק אז "די צייטונג" האט יארן צוריק געהאט א רובריק וועגן TMJ).

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג סעפטעמבער 28, 2008 1:58 am

אין די מעלות אדער אין גאזעט זענען געלאפן מערערע בריוו דערוועגן.

צו וויסן וואס דאס איז לייג אריין אין גוגל
what is tmj
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג פאברואר 06, 2012 12:25 am

אנגעהויבן ליידן דערויף לעצטענס, א קליק ביי יעדע קיי.

דאס באלאנגט קלאר פאר א גוטן דענטיסט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

תגובהדורך גולש » מאנטאג פאברואר 06, 2012 12:50 am

איך האב עס, ס'קימט און ס'גייט יעדע שטיק צייט, איך האב נישט געטראפן קיינער וואס זאל עס קענען אוועקנעמען אינגאנצן,
און יא, איך האב אויך געהאט ברעיסעס

משה'עלע
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך משה'עלע » מאנטאג פאברואר 06, 2012 1:34 am

סלויפט בייונז און משפחה "אן קיין ברעסעס" דער פעלדשער האט געזאגט מען זאל אכטונג געבען צו קייען גראד און נישט שיעף און אויב עסטוט ווי איז מען זיך אליין שילדיג וויל מען האט נישט גקייט גראד ודפח"ח וחילופהן ב..
אין חכמה כחכמת התורה (פרמ"ג הל' חנוכה סימן תר"ע) ואין חכמיה כישראל

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג פאברואר 06, 2012 2:40 pm

כ'לייד אויף דעם אויף א מילדע אופן, און מיין דענטיסט האט געזאגט, אז עס איז דא געוויסע עקסערסייז, אבער עס איז נישט גרינג, סא אז עס איז נישט קיין ערענסטע שטער, לוינט זיך נישט צו מיטשענען.

אגב, כ'האב קיינמאל נישט געהאט קיין ברעסעס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

כ'שעם מיך
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2011 4:24 pm

תגובהדורך כ'שעם מיך » דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 4:52 pm

איז איינער פארט באקאנט מיט עפעס א לעזונג אדער דאקטער וואס קען זיין גוט פאר טי עם דשעי וואס ברענגט שרעקליכע קאפוויי און נאכווייען ? תזכו למצות.

אוועטאר
יעק
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 4:13 pm
לאקאציע: אין אפיס

תגובהדורך יעק » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 12:30 am

עס קוקט מיר אויס אז עס קימט פון סטרעס
ביי מיר האט געהאלפען סארנע
איך האב געמאכט סארנע פאר אנדערע ווייטאג און עס האט געהאלפען פאר דעם אויך
אין יעקישע שול

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 12:56 am

לויט הרב מייזעלס קען עס קומען פון א מאנגל אין וויכטיג מינעראלן, פרוביר צו נעמען א גרויסע דאז מאגניזיום מיט ווייטעמין די, ווארשיינליך וועט עס פארשוואונדן ווערן,
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 2:23 pm

אריינגעקומען דא בינעך צו זעהן וואס מען שרייבט וועגן TMJ ביזדערווייל האבעך דא געזעהן אז מען דארף האבן סבלנות.
1.JPG
1.JPG (19.82 KiB) געזעהן 1490 מאל

2.JPG
2.JPG (19.13 KiB) געזעהן 1490 מאל


---------
צוריק צום נושא ביי אונז אין משפחה איז אויך איינער געהאלפן געווארן דורך סארנא.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט