געזונטהייט: ווערט איר אויסגעמוטשעט ר"ה?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

בסייעתא דשמיא
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2008 3:55 pm

געזונטהייט: ווערט איר אויסגעמוטשעט ר"ה?

תגובהדורך בסייעתא דשמיא » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 2:43 pm

יעדער איז עדות אז מוצאי ראש השנה, שפירט מען זיך זייער אויסגעמוטשעט. עס קומט נאך צום גדלי, און מען פאסט, מען פילט זיך נישט אזוי גוט דערנאך.

אויבן אויף איז עס אומפארמיידבאר. אז מען שטייט אויף ערב ראש השנה פיר אזייגער פארטאגס. ראש השנה באנאכט לויפט מען ארום זאגן לשנה טובה פאר א האלבע שטאט. צופרי איז מען שוין אין שול 8:00 און מען קומט אהיים שפעט, אן שלאפן נאכמיטאג. מיטל נאכט מאכט מען א סעודה - וואס א שטודיע האט געוויזן נעמט עס ביי רוב הייזער אונטער א שעה און מען עסט קוים. - א צופרי שפעטער שטייט מען שוין ווייטער אויף פרי. הקיצור עס קען מאכן סענס אז מען איז שטארק אויסגעמוטשעט.

עס איז דא לעזונג וואס איך פראביר צו טון אויב מעגליך. איך שלאף ערב ראש השנה דריי שעה. רבותי, איך בין גאנץ ראש השנה אן אנדערע מענטש. עס איז אן אנדערע געשמאק ווען מען וואונטש לשנה טובה, מיט אן אויסגערוהטע געמיט. דאס דאווענען צופרי גייט אנדערש. מען ווערט נישט נערוועז, אז די בעל תפילה ציט. די קאפ איז דא מכוון צו זיין. מען פילט אז מען דאווענט, און אז מען איז נאנט צום באשעפער.

טעמו וראו כי טוב. נעמטס א גוטן שלאף ערב יו"ט, די יו"ט וועט אייך זיין אינגאנצן אנדערש ברוחניות ובגשמיות.

ווער רעדט אויב די קינדער שלאפן אויך. עס איז אזוי געשמאק א טיש ראש השנה ביינאכט, ווען די קינדער נעמען זיך פאר גוטע זאכן, און וואונטשן שיין די עלטערן. פון די בעסטע און "גרינגסטע" צייטן אריינצולייגן אינהאלט אין די קינדער, איז ראש השנה ביים יו"ט טיש. ראש השנה איז גרייט יעדער צו הערן, אפילו קינדער. עס איז א גאלדענע געלגנהייט, וואס איז א שאד צו פארפאסן. דערפארן רוט אייך גוט אויס, איר זאלט עס קענען גוט אויסנוצן.

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 2:49 pm

אפשר פאנגט מען שוין אן פון היינט יעדע נאכמיטאג ביז ראש השנה זיך אראפלייגן פאר כאטשיג א צוויי שעה , אזוי איז מען שטארק פאראויס מיט שלאף ווען עס קומט ראש השנה...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 3:16 pm

א גרויסן דאנק ר' בסייעתא דשמיא, קודם פארן מיר מאכן פילן ווייניגער "לאונלי" מיט דעם פראבלעם... און נאכהער פאר די גוטע עצה.

איין זאך אבער, ביי מיין שווער אין טוב איז די מיטל נאכט סעדוה די גרעסטע אפקומעניש, מען וואשט זיך נישט פאר .... אזייגער (ווייל מ'איז נאך "זאט" פון די מיטאג סעודה) און מען ענדיגט ערגעץ נעבן די הרי אררט אריין....
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 3:27 pm

אפשר פראוועט שמערי א סעודה אינדערהיים, מיט די גאנצע בערי פאמיליע לכבוד דעם ניי יאר???
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 3:39 pm

ההההמממממממממממממםםםםם..... אייש האסטו גוט געפרעט, אבער לעיידער האב איך נישט קיין ענטפער דערויף... :cry: :oops:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 3:58 pm

איך מיין אז א איד אייער עידזש מעג שוין עסן כאטש איין סעודת יום טוב אינדערהיים...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 6:35 pm

הרב שמעי', א גוטער פלאן, אבער כדי עס אויס צו פירן ברויכן די קליינע מסכים זיין, און איך דארף האבן כח און געדולד צו שלאפן 3 שעה, דאס פאסירט געווענליך נישט בייטאג.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 6:45 pm

עס איז נישט אזוי שווער זיך אראפצולייגן ערב ראש השנה, דער טאג איז גראדע היבש לאנג נאכן אויפשטיין 4:30. עסן קען מען דאך מילא נישט ביז פאר 1, כאפ א דרימל אין די פארמיטאג שטונדן, עס טוט פונקט אזוי אויף ווי נאכמיטאג, און די שטוב איז נאך רואיג.

אגב, איז נישט קיין שום מצוה ארומצולויפן זאגן לשנה טובה פאר די האלבע שטאט. אינעם קליינעם שטעטל וואו איך פלעג פארברענגן ימים נוראים אין די קינדער יארן פלעגט זיין דער מנהג צו זאגן לשנה טובה פאר די מתפללים פונעם שוהל, און אהיימגיין טונקן דעם עפל אין האניג. איך פלעג אלץ הערן אז אין וויליאמסבורג טוט זיך א מהפיכה אויף די גאסן, אבער עס האט געדויערט יארן ביז איך האב דאס געזען מיט די אויגן (היינט זעה איך דאס שוין ווייטער נישט, פאראיאר האב איך געדאווענט אין בעד-סטיי און גלייך געזאגט קדש. ערב ראש השנה קען מען ארומגיין זיך לאזן אנווינטשן דורך זיידעס און באבעס, און אז מען גייט שלאפן ווי א מענטש ארום 11 אזייגער ר"ה ביינאכט, קען מען אפילו אויפשטיין צום עלות און נישט פארשלאפן דעם מזל).

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:29 pm

יישר כח בס"ד פאר דעם געלונגענעם איינפאל און גוטע עצה.

אגב, איך בין אויך יוצא דעם לשנה טובה פאר די עלטערן אום ערב ר"ה.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2008 11:21 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:איך מיין אז א איד אייער עידזש מעג שוין עסן כאטש איין סעודת יום טוב אינדערהיים...

א דאנק ר' סאדע, האמער טאקע פרובירט, און דערווייל זעט עס נישט אויס ווי אנגעשטויסן אויף טויבע פויערן.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2009 8:41 am

שמערי וואס האט זיך אויסגעלאזט?

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2009 9:07 pm

קרעמער האט געשריבן:כאפ א דרימל אין די פארמיטאג שטונדן,

שינה של שחרית . . .
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2009 7:43 am

איך האב א שאלה פאר די חכמי הקרעטשמע

איזה עדיף
ארויפגיין צו די עלטערן מיט די גאנצע געזונדל וואונטשן לשנה טובה נאכן דאווענען ראש השנה ביינאכט, און דערנאך (אפשר) נישט קענען אויפשטיין ביים עלות, און אפילו אויב יא אויפשטיין זיין מיד א גאנצן טאג

אדער
ארויפגיין צו די עלטערן ער"ה נאכמיטאג און ביינאכט זיך לייגן געהעריג צו קענען אויפשטיין ראש השנה צופרי??

(רבינו מהר"א מסאטמאר שליט"א האט פאריגע וואך ביי שלש סעודות ביי די ברכות אנגעוואונטשן פאר גאנצן ציבור לשנה טובה תכתבו ותחתמו לאתלר לחיים טובים ולשלום, נו איז דאך ער"ה זיכער נישט פרי פאר די ברכה)
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2009 8:07 am

א גיטער פלאן ר' סייעתא
איך האב עס שוין פרובירט פאר א יאר, קוים כאב צוגעמאכט אן אויג האט מיך געקאלט דער שוואגער זז"ג אנווינטשען א גיט יאר. נו לעש איך אויס דעם סעל., עס נעמט נאך א פופצען מינוט איינצושלאפן קלאפט מיין צדיק'ל אויף די טיר ער וויל וויסען ווען מען גייט שוין אין מקוה, דערנאך דארף דאס ווייב וויכטיג אפאר דאללאר ווייל די גויטע גייט שוין. און אזוי האט זיך אויסגעלאזט דער גאנצער שינה בערב שבת.
פאר די אינגע איגעלייטלעך וואס האבן נאך נישט א געזינדעל אויף א גרויס פארנעם איז עס א גיטע עצה.

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2009 8:17 am

נאטורליך
ווען איך לייג מיר אראפ, נאטורליך קלינגט נישט מיין סעלפאן, ווייל נאטורליך וויבערעט עס, און נאטורליך לייג איך אראפ די פאר דאלער פאר די גויטע,און נאטורליך קען מיין צדיק'ל קלאפן אבער איך שלאף נאטורליך...זייער טיף
און נאטורליך שלאף איך צוויי דריי שעה נכאמיטאג (שטייצעך זומער)
אבער אומנאטירליך ווער איך מיד נאך די אטאמישע זופ און חלה...
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג סעפטעמבער 20, 2009 10:00 pm

bailout האט געשריבן:שמערי וואס האט זיך אויסגעלאזט?

זעהט אויס אז כ'האב פארגעסן פאריאר צו מעלדן. אבער סיי פאריאר און סיי דאס יאר האבן מיר ב"ה געגעסן ר"ה מיטל נאכט די סעודה אינדערהיים.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג סעפטעמבער 20, 2009 11:38 pm

תהלה להשי"ת איך בין אויפגעשטאנען ער"ה פון א 4 שעה'יגע שלאף אום 4:00, זיך צוריקגעזען אין בעט אום 9:18 נאך שחרית. אויפגעשטאנען "4" שעה דערויף! (אהה, לית טב מיניה, פרישע כוחות פארן ערב יום טוב און די 2 טעג יום טוב וואס מען האט ניטאמאל צייט צו פארמאכן אן אויג). די ערשטע נאכט האב איך אפגעדאווענט און אפילו געשטאנען אין 2 שורות זיך אנצואווינטשן ביי 2 שיינע אידן אין די געגענט, ברכת המזון איז געווען ארום 11:00, איך האב נאך געלערנט אביסל און געכאפט א פעסטע 6 שעה שלאף און אויפגעשטאנען עטליכע מינוט פארן עלות (קרעדיט: מיין קליינטשיגע וואס האט געוויינט), אויפגעוועקט די גאנצע געזונדל, זיי אפגעגאסן די הענטעלעך און צוריק צוגעקלעפט די אויגעלעך... דערנאך האב איך געהאט 2 רואיגע שעה ביים דיינונג רום טיש מיט א גמרא און תהלים. איך קען נישט זאגען אז די תפלת שחרית איז פארביי אן קיין דרימעל, דאס איז כמעט מן הנמנע ווילאנג מען זיצט, אבער איך האב ב"ה נישט געשפירט קיין מידקייט און געהאט געהעריג כח צו פראווען די 2'טע נאכט סעודה כדבעי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 3:25 am

אלע יאר האט די דאווענען טאקע געהאט יענץ פנים, די אויגן קלעבן זיך צו ממש, די מוח פארקלאצט, אלע וויילע איינגעשלאפן אזוי מיט די קאפ אויפן נאז.. אזא פאל געגעבן די קאפ אויפן מחזור ארויף, און ווער רעדט נאך פון קענען געהעריג אריינקלערן וואס מען זאגט, ס'יז געווען א בחינה פון יצא שכרו בהפסדו ממש.
היי יאר האב איך מיר אליינס געפסק'ט לקיים מש"נ עביד איניש דינא לנפשי', כ'בין אויפגעשטאנען בערך 5 ביים עלות, אפגעגאסן און זיך צוריקגעלייגט דערביי געזאגט א תפילה איך זאל אויפשטיין 8 אזייגער. כך הוה, איך בין אויפגעשטאנען אויסגערוהט ב"ה געליינט קר"ש און געגאנגען אין ביהמ"ד. איך געדענק נישט א ראש השנה וואס איך זאל נישט איינשלאפן ביים דאווענען ווי דאס יאר. איך ווייס נישט אויב ס'יז אויסגעהאלטן וואס כ'אב געטון, נישט צו שלאפן בייטאג אבער ווי זאגט מיין חבר, "כ'אב געשפירט איך מוז". קיינער זאל נישט נאכטון אן פרעגן א רב.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 10:39 am

ב"ה אויפגעשטאנען ביים עלות ביידע טעג
גענאפעצט אביסל ביי וכל מאמינים (שלא בכוונה), אבער ב"ה נאכדעם אנגעגאנגען ווי געהעריג

אגב איז כדאי צוצולייגן (ספעציעל פאר שוועמל) אז ס'איז מער אויסגעהאלטן צו שלאפן נאכמיטאג ווי ביים עלות, דאכט זיך דער מטה אפרים ברענגט עס, מען זאל קודם אויפשטיין אויפצוועקן דעם מלאך זיינעם.
און אוודאי מה טוב ומה נעים ווען מען קען זיך אויפהאלטן פונעם עלות ביזן צאת


ביי אונז איז היי יאר אויך געווען א אינטערעסאנטע מנהג, וואס מיר וועלן לכאורה שוין נישט האבן ביז ראש השנה תרפ"א משיח זאל אוודאי פריער קומען

שב"ק האב מיר צוטיילט די סעודה אין פיר!!!!!!!!!!!!!!!
12 צייט האב מיר קידוש געמאכט געגעסן אביסל מזונות לשם קידושא רבה
דערנאך געגאנגען צו מוסף
5 צייט זיך געוואשן געגעסן פיש און אייער
דערנאך געגאנגען דאווענען מנחה
6:30 זיך געוואשן געגעסן פיש מיט טשאלנט
דערנאך געגאנגען דאוונען מעריב
8:30 געוואשן פיש זופ פלייש
דערנאך.....
איר קענט זיך נאך יעצט לייגן אין בעט????????????


עכ"פ די סעודה איז געווען צוטיילט אין פיר

זאל מיר אלע האבן אויסגעפועלט א גוט געבענטשט יאר

כי עי"ן בעי"ן יראו בשוב ה' ציון
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

פלארידא
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 14, 2010 2:06 pm

תגובהדורך פלארידא » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 2:04 pm

מאשקע האט געשריבן:יישר כח בס"ד פאר דעם געלונגענעם איינפאל און גוטע עצה.

אגב, איך בין אויך יוצא דעם לשנה טובה פאר די עלטערן אום ערב ר"ה.

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:40 am

דערמאנונג, פאר ווער עס וויל זיין אויסגערוט ר"ה

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:01 pm

דוקטור האט געשריבן:דערמאנונג, פאר ווער עס וויל זיין אויסגערוט ר"ה


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט