געזונט: א רעש אויף די פיס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

געזונט: א רעש אויף די פיס

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג יולי 10, 2008 11:20 am

ווען עס קומט די זוממער און מען שוויצט זייער שטארק זענען דא מענטשן וואס ליידן פון א רעש אויבן פון די פיס דארט וואו די פיס רייבט זיך איינע און די אנדערע.

איך בין פון די מענטשן, און איך האב געפערליכע יסורים, עס איז ממש א אפקומעניש צו גיין אויפן גאס. ווייסט איינער פון וואס איך רעד? ווייסט איינער אן עצה וואס צו טון?

(עס איז דא וואס זאגן אז גייען מיט חסיד'שע אונטערוועש מאכט עס ערגער, איז עס אמת?)
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דאנארשטאג יולי 10, 2008 11:24 am

יא, חסידישע קליידער ברענגט עס 100 פראצענט (פאר די וואס ליידן דערויף).

איין עצה קען איך דיר געבן, קויף באדי פאודער למשל AMMENS , אבער די גרינע (מינט) וואס איז זייער שטארק, ביז איינס צוויי מאל וועט עס זיך אויסהיילן. אזוי ווי די רעש קומט אן באלד אנהייב זאלסטו לייגן דער פאודער און איין מאל וועט זיין גענוג.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג יולי 10, 2008 11:32 am

א גרויסן ישר כח, איז נישטא עפעס א קרים? (ווייל פאודער מאכט שמיציג)
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג יולי 10, 2008 7:02 pm

עס זענען דא אסך גוטע קריעמס דערפאר, מיט 'אלאו ווערא' דערין און אליוון אויל.

איך געדענק נישט אויף דער רגע. פרעג עני פארמאסי אדער העלטה סטאר וואס ער ווייסט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יולי 10, 2008 8:44 pm

עס איז שוין היינט דא לאנגע חסיד'ישע אונטערוועש געמאכט פון קאטען וואס שוויצט נישט. עס זעהט אויס געהעריג ווי די אלטע סארט אבער די סחורה איז זייער באקוועם.

עס איז פאבריצירט דורך א היימישע קאמפאני comfort knit, און איז דא צו באקומען אין די היימישע דריי-גוד געשעפטן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יולי 11, 2008 5:36 pm

איך קאפיר דא אן אשכול פון "בחדרי חרדים משפחה אידיש", א פארום אויף היידפארק וואו איך פלעג אמאל שרייבן און העלפן מיט די הנהלה, ביז עס איז איינגעשלאפן:

בענעדיקט16 כתב:

אויסגעציפטע פיס (דא דארפט איר כאפן פון וואס איך רעד, ואבאר: איך האב פיינט צו זיצן אויף א פלאסטישן בענקל צוליב די איינע סיבה, עס רייבט מיר געפערליך אויס אזש איך קען נישט נארמאל שפאצירן נאכן זיצן א לענגערע צייט אויף א בענקל וואס איז איבערגעצויגן מיט פלעסטיק. ביי מיר אין שטוב האב איך שוין לאנג א לעדערנעם בענקל כמנהג 'אפיס'. ביי מיינע עלטערן און שוויגער-עלטערן ווייסט מען שוין אז ווען איך קום, איז 'כל הכבוד', מען שטעלט מיר צו דעם פאטעל... אבער אסאך מאל מאכט זיך - אזוי ווי יעצט בהאי שעתא - אז טראצדעם וואס איך זיץ אויף לעדער, און אין ביהמ"ד זיץ איך נאר אויף א באנק, דאך דאך דאך... ברויך איך א ערנסטע ישועה צו קענען גיין כאחד האדם.. עס רייסט שטיקער [איינער וואס האט דאס נישט מיטגעמאכט, וועט אפשר נישט כאפן מה כל הרעש, איך גלייב אבער אז צווישן פופציג מעמבער'ס וועל איך האבן אן אח לצרה).

יישר כח למפרע

-----
דזשיד-613 כתב

נוצט וואזעלין, ביז א טאג אדער צוויי איז עס דערנאך.
-----
ישפה11213 כתב:

קארן סטארטש איז מחולל פלאים.
ראטזאם צו לייגן רעגלמעסיג אין די הייסע זומער טעג, (שמירן די רעדער..) פאחר און נאטך א שפאציר וכדו'.
------
בענעדיקט16 כתב:
יישר כח פאר ביידע יועצים.
ווי עס שיינט מיר איז די עצה פון וואזאלין גוט לאחר המעשה, ווען עס איז שוין דערנאך.. און קארן סטארטש איז גוט כדי עס זאל נישט צוקומען דערצו.
יישר כח נאכאמאל, מען זאל נישט וויסען מער פון קיין צרות...

-------
באאטשי כתב:
טאמער רעדסטו פון א רעש RASH
וועט וואזעלין אדער A & D OINTMENT
נישט בעסער מאכען, אין א געוויסע מאס וועט עס נאך ערגער מאכן, דאס איז א פונגוס (צמח) וואס מדארף אוועק הארגענען

TINACTIN אדער אנדערע אנטי פונגאל שפריצעכצער העלפן שטארק

שפריץ אהן נאך די מקווה און פארן לייגן, אויפן גאנצן שכנות
נוץ עס א צוויי וואכן בבוקר ובערב ויעזור ויגן בעזהשי"ת, דו וועסט פטור ווערן פון דעם.

נחוץ מאוד אין די צוויי וואכן צו טוישן די ר"ת'ס טעגליך
און טאמער דו ביזט עלול אויף דעהם, טויש זיי אויך אויס אויף כולו קוטון נישט פאליעסטער

ויתקיים בך אי"ה רגלי עמדה במישור במקהלות אברך ה'
--------
דזשיד-613 כתב:
אויב די פראבלעם ווערט נישט געסאלווט מיט באטשי'ס רעקאמענדעישענס, דעמאלטס קוק דא:

http://my.webmd.com/content/article/8/1680_54300
--------

בענעדיקט16 כתב:
באאטשי! געוואלדיג!
אבער איך קען נאר פרובירן איין עצה אויפאמאל, אז נישט וועל איך אויסקוקען ווי יענעם וואס איז געגאנגען אויף אלע סארט דיעטעס בינעזאם, געגעסן אלע סארט פליישן און פיש צוליב דר. עטקין. אלע סארט פרוכט און וועדזשטעיבל צוליב דר. לידער, און אלע סארט ברויטן צוליב דר. ווייסעכוואס. און ער וואונדערט זיך נאך יעצט פארוואס ער האט נישט פארלוירן קיין איין פונט...

ביזדערווייל פרוביר איך 'קארן סטארטש' און עס העלפט ב"ה.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות...

---------

באטשי כתב:

קארן סטארטש העלפט אויס צוטרוקענן דאס פלאץ, ווייל סזאםט איין פייכטקייט

אבער סהראגעט נישט דעם פונגוס FUNGUS

דער איז ווי א שור המועד אין לו תקנה אלא שחיטה.

TINACTIN איז דער סכין

אגוטן שבת,

--------

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג יולי 13, 2008 12:49 am

קארן-סטארטש הרג'עט אויך די הויזן און פארוואנדלט דאס אין תכריכים להבדיל.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יולי 15, 2008 11:52 pm

יא יא, לפי ידיעתי איז בענעדיקט16 נעבעך אומגעקומען ערגעצוואו.

נישט געוויסט אז די קארן סטארטש איז געווען דער סכין

לא יצלח
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 29, 2008 7:41 pm

תגובהדורך לא יצלח » מיטוואך יולי 16, 2008 12:35 pm

כ'מיין אז דאס רופט זיך "פאטנגוס" נישט "רעש".

ס'איז דא א פלאימ'דגיע פלרעסקריפשאן "קרים" וואס רופט זיך "לאחפלראחקס" וואס ארבעט וואונדערליך קעגן פאנגוס. כ'מיין אז דיין דאקטאר וועט דיר גערן אטנשרייבן א פרעסקריפשאן.

אוועטאר
פראפעסער
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2008 5:42 pm

תגובהדורך פראפעסער » מיטוואך יולי 16, 2008 5:01 pm

גערעכט לא יצלח.
מיין פיס פלעגט געפערליך שוויצן זימער ווי ווינטער אין פין דעם איז געווארן א רעש ס'האט אזוי געציפט אז ס'איז געווען פחדים.
מיין דאקטער האט פארשריבן לאפראקס אין ביז אבאר טעג איז נישט געווען קיין זכר פונעם רעש.

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 10:26 am

נישט געוויסט ממעג רעדן דערפון דא :lol:


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט