Gochi ?!?!?!?!

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

פראפעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסער »

די נומבער פון די האט-ליין איז 2129907238 עס איז כדי אויסצוהערן.
אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבאמא09 »

מעשה שהיה:

איינס פון די גרויסע פראפאגאנדע איבער גאטשי, איז אז א געוויסער איד איז אויסגעהיילט געווארן פון צוקער דורך גוטשי, און זענדיג די געוואלדיגע נפלאות "הבורות" {לשון הקאנפרענץ: האב איך געהאלטן אז איך מוז מזכה זיין כלל ישראל...}.

העל איך ענק דערציילן א מעשה פון מיינס א קרוב, וואס ליידט שוין אפאר יאר פון צוקער, וואס גראדע וואטשט ער זיך זייער, און ער האלט זיין צוקער אויף זייער א גוטע שטאפל.

איין טאג באקומט ער א פאון קאל פון א צווייטע קרוב מיט איין שמחה, סיז יעצט ארויס געקומען א נייע זאך, סהייסט גאטשי, אין ווער ס'טרינקט דעס ווערט אן אויס'געצוקערטער, ויהי יענקל צהלה ושמחה! א נייע רפואה גענדיגט מיט אלע צרות, מען וועט שוין קענען עסן און טרינקען וואס דאס הארץ גליסט, און די תורה ערלויבט.

מבאשטעלט אפאר באטלעך אין מזויפט אריין נו יעצט בין איך שוין אויסגעהיילט........?

ויהי היום מ'נעמט ארויס די צוקער שטעכער אין מ'טעסט זיך אה... יעצט גייט קומען די געוואלדיגע רעזולטאטן, נא... כאפט ער א בליק אויף די רעזאלטאטן, ויהי יענקל אבל וחפוי ראש, די צוקער האט זיך געהויבן אויף א מאסשטאבליכן פארנעם! שוין, וואס טראכט יענקל פון וואס קומט דאס, אה! מסתם די טשולנט פון שבת, ווייל כ'נעם דאך שוין די דשוס פון מלאך רפאל אליינס, סא לאמיר ווארטן נאך אפאר טעג, אין וואס א טאג מער ס'גייט אדורך זעט יענקל די צוקער גייט ארויף מער אין מער, ביז יענקל האט זיך געכאפט אז די איינציגסטע זאך וואס ער האט געטוישט פון זיין דייעט איז וואס.....??? יא זאגטס אלע מיט א פולן מויל..... ער טרינקט גוטשי....

מיט צארענדיגע גרימאסן אויפן פנים, הייבט ער אויף דעם טעלעפאן צו דעם קרוב, און פארפירט, די האסט מיר געהויבן די צוקער נישט גענידערט! שוין אהער מיט די געלט!(ער האט עס אוודאי צוריק באקומען).

דערנאך האט יענקל געמאכט א גרויסע שריפה - צוזאמען מיט אלע אלטע חלה - פארברענט דעם גוטשי, אויסגעמעקט דעם עמלק.

אבער אונזער יענקל איז נישט קיין פויל קינד, ער מוז דערגיין דעם ווארהייט, פארוואס האט דער גוטשי אנגעדרייט אז זיין צוקער זאל זיך הייבן, האט ער געמאכט א גרויסן ריסורטש אויפן בראזער, ווי אלץ מ'רעדט נאר איבער גוטשי, און אנדעקט דעם טוטער, גוטשי איז א שטיק צוקער!!! אין עס ווערט רעקאמאנדירט פאר די וואס ליידן אויף צוקער זאלן שטיין ווייט דערפון.

פרעגט דאך יעדער די גרויסע קשיא, שרה נעני, מיט טאנטע שמירצע, האבן דאך א ריזיגע קאנפרענץ קאל וואס דארט ווערט דערציילט ניסים ונפלאות איבער צוקער ליידענדע, וואס זייט זיי נעמן גוטשי, האט זיך ממש די רעדל איבער געדרייט, אזוי ווייט אז היינט ליידן זיי שוין פון זאלץ נאכן אויסשפייען די אלע שלעכטע צוקער באקטעריעס,

פרעגטס עטץ דאך גוט???

והנלע"ד ווען איך מאך 150 טאלער אויף א עלעווען אונסאדיגער באטעל, פארגעס איך אויך פון מיינע ליידן..........
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אבאמא, שיין אראפ געלייגט, און יישר כח פאר די אינפארמעישן, און נאכאמאזל אז איך הער עס, ווייל כ'האב גראדע געהערט פון איינעם וואס מ'האטעם געוואלט איינרעדן אז ס'וועטעם העלפן פאר זיין צוקער, און מ'האט גראדע געבעטן אז איך זאל ארויס העלפן, (יענער האט נישט קיין קרעדיט קארד.) ב"ה אז דערווייל איזעס נאכנישט צושטאנד געקומען, און יעצט וועטעס אי"ה נישט צושטאנד קומען.
אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבאמא09 »

כאב הנאה צו הערן אז א דאנק מיין אינפא. וועט כאטשיג איינער פטור ווערן פון די אנשיקעניש.
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,
שלעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפער »

אבאמא, זיי מסביר סאיז א נאטירליכע בונדעל אדער א שטיק צוקער?
אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבאמא09 »

נאטירלעך איז נישט קיין סתירה מיט צוקער, צענדליגער זאכן וואס וואקסן זענען פיל מיט צוקער, לדוגמא צוקער וואקסט.
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אינטערסאנט, איך האב נאכנישט געהערט פון דעם גאטשי און באנדל אין מיין לעבן, נאר דא אין קרעטשמע, לאמיר טאקע האפן נישט צו דארפן הערן דערוועגן.

אבאמא, פיין געשריבן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

געהערט פון אן אלטער יוד אז ער האט געזען א געוואלטיגע הצלחה, אבער נישט פאר זיך נאר פאר דער אינגערמאן וואס האט אים עס פארקויפט (ער האט מיר געזאגט אז עס איז א סגילה פאר עשירות)
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבאמא09 »

צייטליך, איינמאל מ'הערט שוין דערפון קען מען שוין טויב ווערן.
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

"גוחי" איז טאקע א "בערי", אבער דער "גוחי געטראנק" איז צוזאמען געשטעלט אין מערסטענטייל פון "פאמעגרעניט דזשאס" (מילגרוימען זאפט) אין "גרעפ דזשאס". אין יא, גוחי האט מען אויך צוגעלייגט אביסל.

כי אתה גוחי מבטן
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
לאקשען ברעט

Re: Gochi ?!?!?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

בס"ד

לאמיר איינמאל פאר אלעמאל קלאר מאכען פאר'ן עולם וואס דא גייט פאר

איז אזוי עס איז דא א בערי וואס הייסט "גאוזשי בערי" אזוי ווי עס איז דא סטראבערי בלובערי וכו' עס איז
א פרי וואס וואקסט אין עס שטאמט מייניך פין די אזיאנער לענדער

אין יא עס אסאך געזינטהייט בענעפיטען יא עס איז א געזינטע זאך , אבער פין דא אין ווייטער איז אלעס נישט אמת
סיי דאס אז עס העלפט פאר אלעס , דאס איז שטותים והבלים אין נארישקייטען
אין סיי די עצם פראדוקט איז א געמישעכץ פין גרעיפ דזשוס מיט מילגרוים זאפט אין גאוזשי
אין זיי ריפען עס גאוזשי
אין סיי די גאנצע מאלטי לעוועל מארקעטינג אין נאך א שקר אין גניבה
בקיצור די גאנצע זאך איז שטותים אין אז איינער וויל גאודשי בעריס קען ער עס קויפען אנליין
ארגעניק אין ביליג,
עס צימאלען אויסמישען מיט וואסער אין ער וועט האבען א פיינע טרינק
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

Re: Gochi ?!?!?!?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

דא האט איר אביסל אינפארמאציע איבער דעם פראדוקט
http://blogs.smh.com.au/thedailytruth/a ... hings.html

נאך איינס
http://www.cbc.ca/marketplace/2007/01/goji.html

נאך איינס
http://www.canada.com/edmontonjournal/n ... ce6394&p=2

נאך איינס
http://www.prlog.org/10019299-beware-of ... -goji.html

נאך איינס
http://goji.breathe.org/

און איצטער פון ר' יהודה שעהן
http://yudelstake.blogspot.com/2008/07/ ... berry.html
און לגבי כשרות
http://yudelstake.blogspot.com/2008/07/httpgoji.html

212-990-7238

דריקט אויף נומער 6, וועט איהר הערן א העכסט אינטערסאנטע מעסעדזש פון מרס. ווערצבערגער, פון די הויפט פארקויפערין פון די בערי זאפט.

מדברי הרב הערשל מייזליש שליט"א מייסד מוסד רעים מתוקים, אויף זיין לעצטע געזונטהייט שמועס אויף קול מבשר, צום סוף. מועתק ווארט ביי ווארט:

סדרייט זיך ארום א 'פיבער'. א שרעקליכע פיבער, א פיבער וואס איז contagious, א פיבער וואס כאפט זיך אריבער פון איין מענטש צום צווייטן, אז איינער אין די משפחה האט עס כאפט זיך עס אריבער צו אנדערע, אז איינער אין ביהמ"ד איז אנגעשטעקט דערמיט קען זיך עס אריבערכאפן צו די ארומיגע, ווער רעדט נאך אין מקוה וואו עס כאפט זיך אריבער פון איינער צום צווייטן.

דער פיבער, פונקט ווי די 'פלו' טוישט זיך יעדעס יאר, ווייל דעם העלפט נישט א פלו שאט פון פאראיאר אויף א היי-יאריגע פלו, - דער פיבער טוישט זיך אויך, איין יאר הייסט עס Noni Juice פיבער, איין יאר הייסט עס Acai Berry Juice פיבער.

היי יאר הייסט עס: Gochi Berry Juice פיבער.

דער וואונדער וואס מען דערציילט אויף דעם Gochi איז אזוי קאלירפול, סמאכט רייך די ארימע, סמאכט ארים די רייכע. סמאכט געזונט די קראנקע, און סמאכט קראנק די געזונטע. סמאכט זעהדיג די בלינדע, און סמאכט בלינד די זעהדיגע. באלד קען עס שוין אויך לעבעדיג מאכן טויטע...

סגייט נישט דורך א טאג וואס עס איז נישטא עטליכע Gochi מעסעדזשעס אויף די רעים מתוקים ענסערינג מאשין, וואס מיר האלטן דערוועגן.

וויל איך פאר אלעם דא דערציילן דא ברבים, אז ווען דער פיבער האט זיך דא אריינגעכאפט ביים אונזער היימישן עולם, האב איך זיך מקבל געווען נישט צו רעדן דערוועגן ביז זעקס חדשים, בלי נדר!

פארוואס איך וויל נישט רעדן ביז 6 חדשים דאס וועל איך אויך דעמאלטץ אי"ה מסביר זיין.
איך וויל נישט ענטפערן דערויף, און איך גיי נישט ענטפערן דערויף!. פיריאד.

איך בין מוסר מודעה, אז סאיז א שאד אריינצורופן אדער אריינפעקסן בנוגע Gochi, בין להרע ובין להיטב. און מיר ברויכן נישט פון קיינעם קיין אינפארמאציע דערוועגן, מיר פאלגן שוין נאך Gochi לאנג פאר עס איז אריינגעקומען דא, מיר קענען עס שוין פאר בערך 17 חדשים. איך האלט וואס איך האלט, און איך בין נישט אינטערסירט צו הערן פון קיינעם דערוועגן.

קרעדיט BP11219, אהלי צדיקים, ALLGOOD1S.
ועמך כולם צדיקים
חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים »

אויב אזוי וואס רעדט ער דערפון אפילו ער זאגט דאך נישט גארנישט נאר אז עפעס האלט איך און איך וויל נישט נישט פאר קיינעם אויסזאגן אויב אזוי זאג ניטש גארנישט און פערטיג וצ"ב
פראפעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסער »

לעצטנס האב איך מיר אריינגעלייגט אין דעם נושא פון "גאטשי",
איך האב גערעד צו צענליגער מענטשן,אין איך האב אויך געהערט זייער האט ליין אפאר מאל ווי מענטשן זאגן אז גאטשי האט זיי געהאלפן. וויל איך דא פרעגן מיינע טייערע קרעטשמע מיטגלידער, זענען טאקע אזוי סאך מענטשן משוגע? אין אונז דא זענען די נארמאלע, אדער מענטשן האבן פשוט מורא ארויס צוקומען און זאגן "יא איך בין מודה אז גאטשי האט מיר געהאלפן"
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

עס איז א געהעריגע מולטילעוויל ביזנעס, איך האב שוין אינוועסטעט בערך און 7-8 אזעלכע ביזנעסעס אין ב"ה נישט דערלייגעט און נישט געמאכט נאר אויך איין פלאץ האב איך דערלייגט 200 דאללער אבער אלע אינוועטמענטס זענען געווען אינטער 400 דאללער און פאר אינטער 400 דאללער לוינט זיך צי איינשטעלן אבער גוטשי בעט מיין איך מער געלט און איך האב שוין נישט קיין געדילט נאכצילויפען מענטשן, אבער יעדער וועט מודה זיין אז דאס גייט קראכען אז נישט היינט וועט זיין מארגען אדער נעקסטע וואך אדער נעקסטע חודש אבער פון מיין איקספיריענס וועט דאס נישט אונהאלטען מער ווי א יאר (דאס איז שוין איבערגעטריבען אבער באמת נישט מער ווי א האלב יאר)
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

חיים האט געשריבן:אויב אזוי וואס רעדט ער דערפון אפילו ער זאגט דאך נישט גארנישט נאר אז עפעס האלט איך און איך וויל נישט נישט פאר קיינעם אויסזאגן אויב אזוי זאג ניטש גארנישט און פערטיג וצ"ב

חיים וואס פארשטייסטו נישט?
אין מגלין אלא לצנועין....
ער וויל נישט ענטפערן דערויף, און ער גייט נישט ענטפערן דערויף!. פיריאד :lol:
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

וואס גוטשי ווען גוטשי...איך ווייס פון GUCHI אלטס א בעסערע ליין פון פרוען פאקעט בוקס..... :smile:
the SCY is the limit
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ר' שמחה, גוט גוט.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ר' שמחה אלו ואלו דברי וכו' אמאל לעדער אמאל זאפט, הצד השוה שביניהן שדרכן לילך ולהזיק ויש בו חסרון שיכול להימנות ה"ה חסרון כיס, ואדם ניכר בשלשה דברים וכו' .
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

אזוי ווי ביי מיר אין שטוב האצעך שוין ליידער אריין געכאפט די אזויגערופענע פיבער גאוטשי, און איך שטיי מאכטלאז קעגן דעם מעכטיגן פיבער, און אויף מיינע פראטעסטן באקום איך אן ענטפער: יא, אלע מענער זענען אזוי, ווען מ'זאל ענק אלעס פאלגן וואלטן מיר שוין אלע פון לאנג אויסגעשטארבן. עץ פארשטייץ נישט צו דעם און מישצענק נישט אריין.

על כן מיז איך אויסגיסן מיינע ביטערע געפילן דא אין קרעטשמע פאר אחים לדעה. וזה החלי בעז"ה

אנהייבן וועל איך מיט דעם, אז פאר איך האב דא באמערקט דעם אשכל, האב איך באזוכט אין היכל כל העולם כולו וואס געפונט זיך אינערהאלב די קארידארן פון בחדרי חרדים און איך האב דארט געפונען רעדן וועגן דעם דערמאנטן גאוטשי. דארט איז דא א שלל פון לינקס וועלכע איך האב געוואלט אהער ברענגען, אבער איך זעה אז כבר קדמוני חבירי, און הרב "ביקסאד" האט עס שוין אהער געברענגט, איז מיר נאר געבליבן אהער צו קאפירן א תגובה פון איינעם דארט וואס איז מיר שטארק געפאלן, און איך מיין אז ס'יז ווערט צו ליינען.

(פון דא אין ווייטער קאפירט פון כל העולם כולו)
מיין ווייב - זאל נארמאל ווערן ענדליך - אזוי ווי נאך צענדליגער אנדערע ווייבער ביים ב'היימישן ציבור, זענען ל"ע קראנק אויף די אלע משוגע'תן, און ווי נאר עפעס נארמאל, טויג עס נישט, משא"כ אויב איז דאס עפעס אויסטערליש, און קאסט אינעם אלף השישי אריין, און בפרט נאך אויב עס האט א טעם פון א נבילה סרוחה וואס סרחה'ט שוין אזוי אפאר יאר, דאן מוז דאס זיין געזונט.

אויב אבער עפעס א מאכל - אפילו ס'הייסט א געזונטע מאכל - איז גוט, די קינדער האבן עס ליב, און עס קאסט ביליג, דאן איז עס מן הסתם נישט געזונט. איך פלאץ שוין דערפון אפאר יאר אבער כ'קען קיין סאך נישט טון דערוועגן - חוץ אביסל תהלים זאגן (אדער אפשר תשובה) - רעד איך זיך אויס אביסל דא ווי איך זעה רעדן דערוועגן.

יא, שוין כמעט פארגעסן, די לעצטע פאר טעג זענען ערשינען ביי מיר אין שטוב עטליכע פלעשער גאוטשי זאפט - בשעת ווען פאר פיל וויכטיגערע זאכן איז נישט דא קיין פרוטה - אלזא אידן ווער עס האט נאך יא עפעס שליטה ביי זיך אין שטוב אין די עניינים זאל רחמנות האבן אויף זיין געלט.

און פאר אייך אלע פארפירערס, ס'עט אייך גארנישט העלפן, איר זענט פשוט'ע אומפארגינערס און רשעים איר קענט נישט צוקוקן ווי אידישע קינדער גייען ווערן אויסגעהיילט פון אלע מחלות.

צום שלוס, האב איך נעכטן געזאגט פאר'ן רב פון אונזער ביהמ"ד בנוגע עפעס א שווערע שלום בית סכסוך וואו איך ווייס פערצופאל אז ער איז פארמישט, אז איך האלט ער זאל געבן פארן פארפאלק אביסל גאוטשי זאפט, און דער גאנצער פראבלעם וועט ווערן געסעטלט.

(ע"כ פון כל העולם כולו - קרעדיט גביר אדיר)

בעיקר איז מיר געפאלן דאס לעצטע שטיקל זיינע. און איך מיין אז ס'ברענגט גוט ארויס דעם ענין.

און יעצט צו מיין דרשה.

1) כשרות
דער רב המכשיר אויף'ן פלעשל איז ר' דוד מאסקאוויטש פון אשדוד. ער איז א ברודער פון דעם זלאטשוב'ער רבי פון וומ"ס, און דער באראוו'ער רבי פון מאנסי (וועלכער פירט אויך אן די מאנסי'ער תומכי שבת, און איז מזכיר הבי"ד ביי מכון להוראה), און אויך פון דער דראהביטש-שאץ'ער רבי פון ב"פ (וועלכער איז דרך אגב אגרויסער מומחה אין כשרות, און געווען ביי די עדה אין זייער כשרות אפאראט פאר דרייצן יאר.

איך קען דעם ר' דוד'ן אבער נישט זייער נאנט, נאר דאס ווייס איך אז ער טוט שוין אין כשרות אסאך יארן, און ער איז טאקע אריינגעקומען אין דעם פעלד דורך זיין ברודער פון ב"פ. אויך ווייס איך אז ער פארט אסאך קיין טשיינע וועגן כשרות.

צו דער זאפט איז פאקטיש כשר ווייס איך נישט, אבער ער איז עני טיים אזוי נאמן ווי סיי וועלכער היימישער רב וואס גיט א הכשר אויף סיי וואס.

2) ניצליכקייט
צו די אלע וואונדער וועלכע מ'זאגט דערוועגן זענען אמת?
מן הסתם נישט, ביי מיר אין שטוב ניצט מען עס שוין איבער צוויי וואכן, און עס זעט זיך נישט קיין שום חילוק, יא עס קומט נאר פון געזונטע אינגרידיענטס (מסתמא) און דערפאר איז עס לכאורה געזונט, און איך ווייס פון א פרוי וואס האט יארן געהאט שווערע אויסשלאגן אויף'ן גוף און די לעצטע פאר יאר טרונקט זי נאר די טונקעלע גרעיפ דשוס און עס איז אינגאנצן אוועק, איך ווייס פון אנדערע וואס האב עס פראבירט און ס'האט נישט געהאלפן. אלא מאי......

צו בעטן דרייסיג דאללער א פלעשל פאר אביסל דשוס איז אויסדריקלעך הימל שרייענד, און איך בין לחלוטין נישט מסכים דערצו, אבער מ'פרעגט מיך סייווי נישט, מ'טוט וואס מ'וויל. אבער די אלע וואונדערבארע זאכן וואס זיי שרייבן איז זיכער רוב שקר, און אפשר א מיעוט אמת.

3) MLM
יעצט צום דריטן ענין פון מל"מ'ס (נישט מלוה מלכה).
דער עולם האט דא אסאך געברענגט דעם טוירם MLM און אזוי ווי איך האב אביסל עקספיריענס אין דעם נושא, וויל איך בקיצור ארומרעדן פון דעם.

MLM איז אויסדרוקליך א לעגיטימע וועג פון טון ביזנעס, עס זענען דא הונדערטער און טויזנטער ביזנעסער וועלכע ארבעטן אויף דעם אופן, ביזנעסער פון אלע סארטן פון סערוויסעס ביז אלע ערליי געצייגן, MLM באדייט אז די קאמפאני טוט פארקויפן אירע פראדוקטן אויף אזא אופן אנשטאט דורך קאנווענשאנעל מארקעטינג. און עס זענען דא טויזענטער מענטשן וועלכע פארדינען ערליך זייערע פרנסות פון מל"מ'ס.

דער פראבלעם אבער מיט די סארט זאכן ווי גאוטשי זאפט איז, אז מענטשן וואס האבן נישט קיין השגה אין ביזנעס כאפן זיך צו דערצו ווי צו א געבראטנן'ס און מען לאזט זיך אראפ אויף די קרובים שכנים און באקאנטע, מען דערגייט זיי די יארן, מען רוקט זיי אריין סחורה וואס זיי דארפן נישט און האבן נישט וואס צו טאן דערמיט, אבער זיי רעדן זיך איין אז דורך דעם גייען זיי ווערן גרויסע עשירים, און אויף צו ווערן גרויסע עשירים, איז דאך אפאר פלעשלעך גאוטשי גאנץ א קליינער אינוועסטמענט, און, וחוזר חלילה, זיי הייבן אן ארומלויפן איינמיירען זייערע באקאנטע.

ע"כ אידעלעך ווילט איר גיין אין ביזנעס דורך ווערן אן אגענט פאר סיי וועלכער מל"מ, זייער גערן, נעמט עס אלס פול טיים אדער פארט טיים באשעפטיקונג, און פארקויפט די סחורה אלס דאס וואס עס איז און פארקויפט נישט קיין לאקשן צו דעם. אין ריק נישט אריין פאר קיינעם עפעס וואס ער געברויך נישט באמת און פערטיג.

ע"כ דברי הק' הצעיר באלפי ה'קרעטשמע החדשה, אשר ב'אידישע וועלט הבירה, תחת חסות אדונינו הקיסר מר בוש יר"ה ותחת הראש הקהל הבחור'ל הישן.
טהור-עיניים
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

יאנקל מיללער זאגט: עס איז א גרויסע שאד אז די Goji בערי ווערט געברענגט פון ווייט אוועק, אין די הימעלייען בערג, און אז די כשרות קומט פון ווייט אוועק ערגעצוואו אין די פארשטופטע אשדוד אין ארץ ישראל. אויב וואלט די בעריס געוואקסן דא אין אונזער גארטן וואלטן מיר געוואוסט ווי געזונט עס איז, און אויב וואלט עס געהאט א הכשר פון **** **** וואלט מיר געוואוסט ווי כשר עס איז...
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

אגב, די מעססעדזש פון מרס. ווערצבערגער אויף שעהן'ס האטליין נוממער 6, איז ווערט אלע געלטער...
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

טהור'ל, דיין חתימה אימער שטארק געפאלן.

אפשר קען איינער איבער שרייבן די מעסעזש פון מיסיס ווערצבערגער, כאנישט קיין געדולד צו קאלן.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

כאנישט קיין געדולד צו שרייבען, אפשר וועט זיך א צווייטער מרחם זיין. אבער א ביסל רחמנות האב איך אויף דיר, וועל איך כאטש שרייבען בקיצור, זי סטראשעט ראביי שעהן אז אויב ביז א שעה נעמט נישט ער אראפ די אטאקע געגן גאטשי פונעם ליין, גייט א גאנצע שטאב פון לויער'ס פונעם גאטשי פירמע זיך פארלייגען אים צו סוען, און ער גייט ארויסגיין א קאליקע פאר אייביג.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

א שיינעם דאנק.
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”