פסיכלוגיה

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

דניאל פישר
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 18, 2008 2:22 pm

פסיכלוגיה

תגובהדורך דניאל פישר » זונטאג מאי 18, 2008 2:44 pm

אכטונג מיר עפנען אויף אנייע פרוגרם פין שאלות אין תשובות אין אלע ערליי שאלות בנפש האדם וועט איר קענען באקומן קנאקעדיגע עצות אדרבא פרובירט עס אויס

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מאי 18, 2008 2:59 pm

מיין 6 יעריג אינגל וויל דייקא אנטאן אינדערפרי עפעס אנדערש ווי די מוטער שטעלט אים צו און אזוי אויך ביי אנדערע ענינים, וואס איז די בעסטע מיטל פסיכילאגיש גערעדט ארויסצוהאקן די משוגעת?

(אגב, איר האט א דעקרעט אין פסכילאגיע/פסיכלוגיה?)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מאי 18, 2008 3:44 pm

יישר-כח פאר ר' דניאל פאר די תשובה אין אישית.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » זונטאג מאי 18, 2008 4:21 pm

שלום עליכם ר' דניאל

די תשובות גייען זיין נאר אין אישית?
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

דניאל פישר
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 18, 2008 2:22 pm

לכל השואלים

תגובהדורך דניאל פישר » זונטאג מאי 18, 2008 4:50 pm

א תשובה שיקען מיר נאר צו די שואל אליין אין אז ער וויל קען ער עס ארויס לייגען אז אנדערע זאלען קענען גניסן

אוועטאר
קאפ-שטיק
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2008 3:28 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קאפ-שטיק » זונטאג מאי 18, 2008 5:00 pm

וויאזוי קען א מענטש ארויסהאקן א משוגעת וואס פאלט עהם איין? למשל, א מענטש רעדט זיך איין אז ער איז - אדער וועט זיין קראנק אויף א געוויסע קרענק, און עס רואינירט עהם..
[אכטונג, איך ליג אויכעט אין פסיכולוגיה, ממילא כדי צוזיין א משיב כענין טראכט א מינוט..]
איז דען דא עפעס זיסער'ס ווי פלענער..

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » זונטאג מאי 18, 2008 5:24 pm

מיללער:
קאפשטיק:
אל תמנע טוב מבעליו
אז ס'גוט געענטפערט "זאל א צווייטער אויך הנאה האבן"
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
קאפ-שטיק
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2008 3:28 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קאפ-שטיק » זונטאג מאי 18, 2008 5:33 pm

אדרבה, כ'לאז ר' דניאל מפרסם זיין מיינע שמועס אויסטוישען באישית, און כ'שעץ שטארק זיינע רייד און פעולות.
נעמט א עצה, און לעבט אויפן וועלט! ס'זאל זיין געלעבט..
איז דען דא עפעס זיסער'ס ווי פלענער..

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג מאי 18, 2008 5:48 pm

הרב דניאל;

ביטע עפען נישט נאך אן אשכול איבער דעם זעלבן ענין, יישר כח.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » זונטאג מאי 18, 2008 6:39 pm

קאפ-שטיק האט געשריבן:אדרבה, כ'לאז ר' דניאל מפרסם זיין מיינע שמועס אויסטוישען באישית, און כ'שעץ שטארק זיינע רייד און פעולות.
נעמט א עצה, און לעבט אויפן וועלט! ס'זאל זיין געלעבט..


נו, אז ער לאזט יא, דאן... ר' דניאל ר' דניאל!!! פתח פיך ויאירו דבריך

אדער שיק מיר אין אישית ענקערע שמועס אויסטוישען באישית העמיר עס אנידערשטעלן בעז"ה בטוב טעם ודעת
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 18, 2008 8:47 pm

וואס זאל איך אייך זאגן, עס פרייט מיר באמת אז מיר האבן שוין דא אויכעט א דאקטער, און איז גרייט ארויסצוהעפן אידישע קינדער מיט זייערע קוועטשענישן און איינרעדענישן,

און צום ענין, ווען כ'מאך א סך הכל, קומט מיר אויס, א מען גייט זיך אויספראקן ברבים, די אינערליכע פראבלעמען, און דאס וועט יעדער מיט האלטן, און מאידך גיסא די באלערנדע תשובה, וועט מען נישט וויסן, נאר אז מען איז פרייליך געהאלפן געווארן, וואס אויף די אידישע שפראך מיינט דאס, אז ר' דניאל האט געעפענט א פריוואטע אפיס אינערהאלב די קרעטשמע,

לאור זאת, וואלט איך פארגעשלאגן א פלאן, א מען זאל פשוט און פלעין, ארומשמועסן פון די ענינים, און אזוי וועט יעדער רייך ווערן מיט די ידיעות און מהלכים, ביי יעדע סיטואציע, און פארוועמען און ווען אימער, עס וועט נוגע זיין, וועט טרעפן א מקום פליטה פון זיינע קשיות און ערגבענישן, ועל כולם ווען עס וועט זיין א היבשע צאל אשכולות איבער פארשינדארטיגע ענינים וועלן אפשר די מנהלים מאכן א באזינדערע אפטיילונג פאר פסכילאגיע,


אבער איך זאג קלאר אין הויעך, אז איך בין א קליינער יחיד, פון דעם גאנצען ציבור, און איך קען בשום אופן נישט איינטיילן, און ניטמאל ארויסמורמלען פון מיינע ליפן די וועטער, קבלו דעתי, ח"ו

ובזה החלי

עס איז ברייט באקאנט די ווערטער ADD וואס דאס מיינט אטענשאן דעפעציט דיסארדער, און ווי מאנכע האבן דאס ליעב צו רופן בדרך צחות ATT
און יעצט צו ר' דניאל וואס איז דער גורם דערצו ?
און וויזוי קענען עלטערן באמערקן די סימפטאמען דערפון אויף א קינד?
און וויזוי דארף מען זיך אומגיין דערמיט?
קען מען ווערן טאטאל אויסגעהיילט דערפון ?
און איז דאס א זאך וואס עס איז נאר ביי געוויסע יארן ווי צ.ב.ש. קינדערישע אדער בחור'שע יארן אדער דאס קען זיין לעבענסלענגליך?

די תשובות און די שמועס איבער דעם דארף נישט זיין אין אישי נאר דא אין די אשכול

יישר כח

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מאי 18, 2008 11:15 pm

ר' דניאל האט מיר געגעבן אן עצה מיט'ן קינד וואס וויל אלס פארקערט פון די עלטערן, אז אלעמאל זאל מען פרובירען אים צו שטעלן צוויי ברירות אז ער זאל קענען וועהלען צווישן די צוויי אפציעס. ר' דניאל איז מסביר אז די סיבה פון זיינע אביעקטיוון צו די עלטערן'ס פארשלאגן קומען מחמת זיין רצון צו ווייזן זעלבסטשטענדיגקייט וואס געשעהט ווען א קינד ווערט אנטוויקלט און זעהט אז ער ברויך מער נישט זיין אפהענגיק בדעת הוריו.

אין א גוטע מינוט זאגט הרב פישר, נעמט מען דעם קינד אויף א שפאציר אדער אין א פריוואטען צימער ווי מ'גיט דעם קינד צו פארשטיין אז די עלטערן מיינען זיין גוטס וכדו', די דברי קירוב קען פארן קינד אריינברענגען א רצון צו וועלן צוליב טאן פאר זיינע עלטערן וועלכע גיבן זיך כסדר אפ מיט אים.

א הארציגען דאנק נאכאמאל ר' דניאל, איך שלאג פאר אז איר זאלט שרייבן אביסל געדאנקען און הדרכה נישטא נאר אויף שאלות וואס ווערן אנגעפרעגט להנות בהם בני אדם.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 19, 2008 7:47 am

ר' זיידע:
איר רעדט פון ADHD, ווי מ'רופט עס שוין היינט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג מאי 19, 2008 9:44 am

הרב דניאל, אט איז וואס מיין קליין 6 יעריג מיידעלע ליידט נעבעך..

זי איז א קלוג קינד קיינעהארע - א ווי אלע קינדער - מיט א קרוין אויפן קאפ (אזויווי איר טאטע). אין סקול האט זי ב"ה פיין אויסגענומען און זי באקומט די נויטיגע אטענציע, אבער אינדערהיים צווישן די שכנים איז זי דערביטערט. ווי גלייך זי קומט אראפ פון באס אהיימקומענדיג פון סקול ווערט זי אומעטיג, נוזשנדיג, און מוטשעט די מאמע אגאנצן צייט ממש ביזן שלאפן גיין.

איך האב דאס אויסגעטייטשט אז וויבאלד עס פאסט איר נישט אנצוקניפן א פריינטשאפט מיט די שכנות, באקומט זיך נישט קיין אטענשאן אין דערהיים, און זי זוכט עס אויף אלע מיני וועגן, צי דורך נוזשען די מאמע, צי דורך שלעפן די טאטע אין איר בעט פארציילן מעשיות וכד' וכו'. יעדע פאר מינוט וועט זי בעטן טרינקען אדער עסן אדער קאלארינג פעיפער וכו'. אבי מען זאל קוקן אויף איר און טראכטן פון איר.

מיין אידענע האט שוין פרובירט רעדן מיט די שכנים אבער נישט אלעמאל קען מען עפעס אויפטאן, און בעצם איז נישט אינטערעסאנט אפילו מיט יעדען איינציגן פון די שכנים (איך האב ארום א דרייסיג משפחות אין מיין קאמפלעקס), טייל קינדער זענען צו אלט טייל זענען צו יונג, טייל זענען צו נעבעכדיג.. פאר איר, אזוי אז מיט די פאר איינצעלנע וואס מיין מיידל איז יא אינטערעסירט צו האבן א שייכות מיט, איז שווער צו בעאיינפלוסן אז זיי זאלן אויך וועלן האבן.

עפעס אן עצה?

תודה למפרע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

דניאל פישר
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 18, 2008 2:22 pm

וואס איז דאס ADHD

תגובהדורך דניאל פישר » מאנטאג מאי 19, 2008 11:29 am

די נושא איז שנוי במחלוקת אין מיין מהלך איז צו נעמן פין יעדם וואס זאקט אזאך וואס ארבעט

א.וואס איז דאס ADDאין ADHD

א שווערע קייט צו זיך קאנצעטרירן אין צו הערן ווען מרעדט צו עם דאס קומט באגלייט מיט פארשידינע סימפטומס אלזא דאס זענען זיי

1."קאנצעטרירן".סאיז עם שווער צו ענדיגן זאכן וואס ער דארף צו טוהן! ער פארלירט חפצים! א שווערע קייט מיט מסדר זיינע זאכן און טוהגן! ער פארגעסט אסאך אין זיין טאג טעגליכן לעבן! א קליינע קייט נעמט אוועק פין וואס ער טוהט
2."הייפערעקטיוו".אין מיטן קלאס לאזט ער אפ זיין בענקל! ער קריכט אין ער לויפט אויף א מוגזם דיגע אויפן! א שווערע קייט צו טוהן שטילע אין רוהיגע זאכן! עא רוהט נישט קיין מיניט! ער רעדט אן אויפער!
3."אימפולסיוו".ער ענפערט פאר ווען מענדיקט פרעגן ! ער שטערט אנדערע! א שווערע קייט ביים ווארטן אין די ליין
די אלע סימפטומס טוישען זיך לויט פארשידענע מצבים
א טייל פין די ליינערס וועלן מיינען אויב אזוי בין איך אן ADHD די תשובה איז אז יא מיר אלע זענענן די שאלה איז נאר ווי שטארק איינער ליידט פין דעם %95 אין איינער 60 אין איינער נאר 20
100%קאנצעטרעשין איז כמעט נישט דא
די גורמים וועלן מיר שרייבן א ביסל שפעטר

דניאל פישר
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 18, 2008 2:22 pm

וואס איז די גורמים פין ADHD

תגובהדורך דניאל פישר » מאנטאג מאי 19, 2008 1:45 pm

די גורמים פין ADHD
1.א קליינע פראבלעם אין די נורוטמייסטרס, וואס איז דאס אלזא קומט אין הערט אביסל ווי אזוי ארבעט אייער מח אין קערפער
אין די מח איז דא עטליכע געגעינס וואס איינער שיקט מעסידשעס צום צוויטן ווי אזוי ווערט געשיקט די מעסידש?
א משל אזוי ווי קליינע קארן וואס שיקט אריבער מעסידשז די קארן ווערן געריפן נורוטמייסטר
איינע פין די נורוטמייסטרס ווערט געריפן דופמין וואס דאס פעלט פאר די וואס לאדען פין ADHD
נישט אז זיי האבן בכלל נישט נאר זיי האבן נישט געניג דער פאר וואס שווערער עס וועט זיין די אויפגאבע אלס שווערע קומט עס אן פאר זיי

אגב די חילוק פין מיט דיH אין אן דיH איז הייפרעקטיו

2.בנוסף לזה האבן נייע לעטסטע שדאדיעס דורך מאכן א MRI טעסט געוויזן אז א געוויסע חלק אין מח איז ביי דיADHD איז פשוט קלענר
אין די חלק איז אחראי אויף די זכרון אין אויף די עםוישינס וכו
דערפאר ווען זיי ווילן עפעס טוהן געדענקן זיי נישט וואס איז געווען די פריערדיגע מאל האט זיך עס געלוינט אדער נישט וועגן זיי האבן נישט די וועג צו באקומן די מעסידש פין די פלאטץ
וואס האלט די זכרונות דערפאר איז פארשטענדליך פארוואס זיי לערנען זיך נישט פין טעותים
3.די סיבות פארוואס זיי האבן די פראבלעם איז
40%האבען עס אויכעט די עלטערן זייערע אין עס איז דאן אפילקאמע ירושה
50%אויב איין ברידער האט איז עס דא ביי די אנדערע
25%פין קינדער פין שטיבער וואס האבן פרבלעמן ווי געגעטע עלטערין אין אנדערע פסיכעלאגישע אישוס
עס זענען דא נאך גורמים ואין כאן המקום

3.א גרויס חלק פין די אינפורמעשין זענענן פין א נייע אויספארש אין הארוואד אוניברסיטה

4.נאך די אינפורמעשין איז איבריג צו באטאנען אז דאס ווערט נישט נעלם נישט מיטן אן טוהן א היט אדער שטריימל עס איז דא ביי גרויסע פינקט ווי ביי קליינע
א גרויסע צאל פין פראבלעמן אין שלום בית די שורש פין דעם איז א ADHD קעס

וועט איר א וודאי פרעגן צו מקען עס אויסהיילן יא אוס דריגלעך נישט נאר א חלק נאר אין גאנצן
ווי אזוי וועלן מיר שרייבן אין קורצן א צוויטן מאל פין א נייע מהלך אן מעדעצינען אין ווער עס וויל מער הילף קען שיקן ה"פ אדער אן אי מייל אין מיר וועלן עם פראבירן צו העלפן
לעצט פאראכטן דורך דניאל פישר אום מאנטאג מאי 19, 2008 3:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 19, 2008 2:58 pm

יישר כח דר. דניאל, איך מיין אז דער גאנצער ציבור האט הנאה געהאט פון אייער ברייטע ידיעות אויסגוס, און כ'זעה אז עס איז גאר אינטרעסאנט ווען דאס ווערט אויסגעמועסט ברבים, ממני ילמדו וכן יעשו,

איר שרייבט אז די סימטאמען איז באזירט אויף דריי זאכן "הייפערעקטיוו" "קאנצעטרירן" "אימפלוסיוו" זענען נישט יעדע פון די דריי א באזינדערע פעקל מיט אירע דייעגנאזעס אין מעדעצינען און מהלך וויזוי מען קען דאס דערקענען אויף צו בייקומען? צ.ב.ש. אין אייער צווייטע תגובה האט איר ארום גערעדט בלויז פון די הייפער חלק (וואס איז גראדע מורא'דיג אינטרעסאנט אין באלערנט)

דרך אגב איז ADD נישט א נאנטע קרוב מיט "כבוד זיכער"?

און מיר אלע ווארטן אויפן פארזעצונג,

דניאל פישר
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 18, 2008 2:22 pm

המשך תשובה

תגובהדורך דניאל פישר » מאנטאג מאי 19, 2008 3:06 pm

מיר האבן פאראכטן א ביסל לפי דעם פארשטייט זיך אז מיר רעדן פין אלעס נישט נאר פין הייפרעקטיוו

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג מאי 19, 2008 3:37 pm

א גרויסן דאנק ר' דניאל פארן אישית. מיר וועלן פרובירן ארבייטן לויט די אנווייזונגען און מעלדן שינוים בע"ה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מאי 19, 2008 10:33 pm

א גרויסן שכוח פאר ר' דניאל'ן פארן מיטטיילן מיט אונז זיין עקספערטיז, כ'האב זייער הנאה געהאט פון די טרעפליכע ענטפער'ס.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג מאי 20, 2008 11:41 am

ר' דניאל מיר ווארטן מיט שפאנונג, אויף די פארזעצונג אויף די צוויי חלקים, וואס איר האט נאך נישט געענטפערט,
ווי אזוי זיך אומצוגיין דערמיט, (סיי דער באטרעפענדער, און סיי די ארומוגע - משפחה, גוטע חברים,)?

און וויזוי מען קען דאס היילן און ארויסקריכן פון דעם, (מעדיקל - הערבל- אדער מיט גייסטישע עקסערסייז, וכדו')?

די קומענדיגע טעמע, וואס כ'וויל ארויפברענגען, איז OCD, וואס א שיינע ציבור איז געשלאגן דערמיט, רוב איז מיט קליינע פראצענטן, און ווער עס האט סיי וועלכע קשיה איבער דעם, זאל זיך לאזן הערן, און ר' דניאל וועט אינז מהנה זיין מיט די תשובות!,

(איך וועל דערווייל ווארטן אויף די סיום פון די ויבנדערמאנטע סוגיא),

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג מאי 20, 2008 11:48 am

אז מ'רעדט שוין פןם OCD, וויל איך נאר ווייזן פאר די מעמבערס וואס זענען אנגעקומען נאך די שמעוס, א שמעוס וואס איז פארגעקומען איבער OCD.

דא האט איר

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג מאי 20, 2008 1:08 pm

3x0 האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פןם OCD, וויל איך נאר ווייזן פאר די מעמבערס וואס זענען אנגעקומען נאך די שמעוס, א שמעוס וואס איז פארגעקומען איבער OCD.

דא האט איר

שכח טריאו
אזא זאך איז גוט צוצוווייזן פארן ציבור ביי 'נוגע'

און בדרך אגב איז כדי צוצוווייזן אייביג ווען ס'איז נוגע, למשל, געווענטליך ווען א זאך שטייט אין קרעטשמע פארום ליין איך עס נאר ווען איך האב צייט זיך אפצורוען און גיין כאפן א טרונק (אויסער אויב וויכי אדער באכי וכדומה שיקט מיר א לינג אויף טאלק - ווייל א לינג פאדערט א טרונק) און ווען א זאך שטייט אין פארברענגען פארום ליינט מען עס ווען מ'וויל פארברענגען און ווען א זאך שטייט אין נייעס פארום ליינט מען עס ווען מ'וויל וויסן נייעס, אבער אמאל אז ס'קומט פאר אן אסיפת חיזוק אין קרעטשמע איז עס נוגע צו ולאחיו, אז מ'רעד'ט 'ביזנעס' אין קרעטשמע איז עס נוגע צו ביזנעס, און אמאל איז דא טעכענעלאגישע נייעס איז עס נוגע צו טעכענעלאגיע , יא גאט מיי פוינט...
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

דניאל פישר
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 18, 2008 2:22 pm

וואס איז די מעלה פיןADHD

תגובהדורך דניאל פישר » מיטוואך מאי 21, 2008 12:50 pm

שלום וברכה פאר אלע ליינערס אין שואלים
די אינפארמציע וואס מיר טיילען אייך פאר זענען גאר נייע. א חלק דערפין איז ערשט פארגאנגענע חודש געדריקט געווארן אין די פסיכיאטרישע חודשליכע אויסגאבע.
פאר ווען איך וועל אייך טייערע ליינערס מיטיילן מיט די וועגן ווי אזוי צו היילן ADHD וויל אייך געבן א ביסל א ברייטערע קוק אין די נושא
א קינד אין די זעלבע אגרויסע וואס ליידן פין ADHD ווי אויבן דערמאנט פעלט זיי א געוויסע קעמיקל אין מח וואס ריפט זיך דאפמין בנוסף לזה איזדי חלק פין מח וואס ריפט זיך די אינטערשטע מח איז קלענער מיט8% ווי ביי א מענטש וואס ליידט נישט פיןADHD עס איז דא נאך א חלק וואס הייסט די קרטקס וואס איז קלענער מיט6% אין די חלק וואס איז אחראי אויף די קאנסעטריישן אין דיסישענז איז קלענער מיט 14% פאר וואס איז דאס קלענער וויל עס איז פשוט דא וויניגער בריין סעלבס אין די פלעצער ביי א דורכשניטליכע מענטש איז דא100.000.000 בריין סעלס אין ביי די ADHD איז דא די זעלבע סכום נאר עס איז צושפרייט אין אנדערע חלקים דערפאר פארשטייט מען פארוואס מען זעט אסאך מאל אז די ADHD זענען טאלאנטפילע מענטשן ווייל זיי האבן אין אנדערע חלקים פין די מח מער סעלס ווי דורך שניטלעך
דעריבער אן ADHDוואס מען וועט עם צו געבן די סעלס אין די אויבן דערמאנטע פלצר פין מח וועט ער זיין זייער פייהיג אין דער אמת איז אז יעדער איינער קען פארשטערקרן זיין מח
וואס קומט אויס םין דא דארפט איר נישט זארגן אויף דעם וואס איר אדער אייער קינד איז אן ADHD וויל מעו קען אסאך גניסן דערפין אין מען קען עס אינגאנצען אויס היילן
אין יעצט ווידער טייערע חברים פין די אפטיילונג פין פסיכלוגיה ליינט א דורך די אינפורמציה אין א ביסל שפעטר וועלן מיר ממשיך זיין צןשרייבן
מיר זענען שטענדיג גרייט אייך צו העלפן מיט א גיטע עצה
דניאל

דניאל פישר
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 18, 2008 2:22 pm

תגובהדורך דניאל פישר » מיטוואך מאי 21, 2008 12:58 pm

טייערע ליינערס איך ווייס אז איר וואלט שוין געוואלט הערן וואס מען קען טוהן דערצו אבער כדי די נושא זאל מען גוט פארשטיין וועלן מיר קודם מער פארברייטערין די חלקים פין די פראבלעם אין דאס וועט אינז שטארק צוניצט קומן ווען מיר וועלן רעדן ווי אזוי צו גענצליך אויס היילן בעז"ה
שטענדיג גרייט אייך צו העלפן
מיר וועלן בעז"ה ענפערן אויף אלע שאלות


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט