די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואספארא עמוישענל קומט דאס?
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואספארא עמוישענל קומט דאס?
אין די טעראפי וועלט איז פארהאן כמה וכמה שיטות ווי אזוי צו היילן עמושענעל פראבלעמען. אריינגערעכענט זענען דא אזעלעכע וועלעכע האלטן אז כאטש א טייל פיזישע שוואכקייטן ביי א מענטש קומען פון א עמאצינאלע פראבלעמען [ווי דר. סארנא און אנדערע].
ווען עס פאסירט א פיזישע פראבלעם ביים מענטש איז דאס א אנדייטונג אז עפעס טויג נישט מיט א געוויסע עמאשענעל נקודה אין אים, און דער גוף פאדערט אז ער זאל דערפון קעיר נעמען.
יעדע פיזישע חלק פונעם מענטש טוט א געוויסע ספעציפישע פעולה פארן גוף וואס לויט דעם קען מען אסאך מאל פארשטיין אז ווען דער ספעציפישער חלק אינעם גוף מאכט פראבלעמען - וואספארא סארט מעסעדזש דער גוף וויל יעצט שיקן פארן מענטש. ד"ה: די הענט / פוס / הארץ / בלוט ווייזן אויף א געוויסע נקודה אינעם מענטש בכלליות, און ווען זיי מאכן פראבלעמען איז דאס פשט אז די עמאושענעל חלק פון די נקודה פון דעם ספעציפשן איבר איז נישט פויגל'דיג.
פארשטייט זיך אליין אז יעדע מענטש דארף פאר זיך אליין אריין גיין און מברר זיין און זעהן וואספארא שייכות דער פיזישער פראבלעם קען האבן מיט זיין עמאושענ'ס. לדוגמא: ווען א געוויסער ספעציפישער פיזישער פראבלעם ווייזט אז דער מענטש פארמאגט גילטי פילינג'ס – דאן ברויך דער מענטש אנהייבן אויפזיכן טיף אינעווייניג ביי זיך אליין וועלעכע גילטי פילינג ער פארמאגט – און צו דאס איז מעגליך דער גורם צום פראבלעם.
עכ"פ די ווארט איז: נישט אז מען זאל זיך פארלאזן אז אויב האב איך אזא און אזא פיזישע פראבלעם קומט עס פון אזא און אזא סארט פילינג - און פארטיג, נאר מען דארף פאקטיש גיין און אויפזיכן פונקטליך וועלעכע פילינג אין אים איז דער בר מינן, און פון אים קעיר נעמען.
דא וועלמיר בעז"ה ברענגען א ליסטע פון פיזישע שוואכקייטן מיט די עמושענעל סיבה פון וועלעכע זי קען מעליך שטאמען.
די ליסטע וועלעכע איך וועל דא אראפברענגען קומט פון גאר א גרויסע טעראפיסט וועלעכע טוט שוין אסאך יארן און דעם מיט פיהל סוקסעס, און ווי אויך מבשרי אחזה האב איך געזעהן ביי מיר אליין און ביי אויך אנדערע אז מען קען זאגן אז 90 % האט עס געשטימט מיטן מציאות און עס האט געארבייט. אויב אבער אויב א מענשט זעהט אז דאס האט שטימט נישט ביי אים - דאן זאל ער אליין טראכטן און פרובירן צוצוטרעפן פון וואס זיין פראבלעם קען מעגליך קומען, איך וועל אבער נישט אריינגיין דא אין די וועג ווי אזוי א מענטש קען אליין צוקומען צו זיין אייגענע נקודה פנימי און אליינ'ס דעפיינדן און אויסגעפונען זיינע פנימיות'דיגע הרגשים.
דא וועל איך נאר אראפברענגען די ליסטע טרוקענערהייט כמו שהוא, אבער אויף למעשה וויאזוי צו היילן איז פארהאן כמה מהלכים אין וועלעכע איך וועל איצט נישט אריינגיין.
מער ווי אזוי דאס צו היילן, זעה וואס מיר שרייבן ווייטער - דא.
-------
ובזה החלי בעז"ה.

לעצט פארראכטן דורך בני ישראל אום מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 1:16 am, פארראכטן געווארן 9 מאל.
די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואספארא עמוישענל קומט דאס ?
ALLERGIES - אלערגיע:
-צו וועם ביסטו אלערדזשיגט? (צו עמיצן פילסטו אז די ביסט אלערדזשיגט).
-דינייען דיין אייגענע פאוער דיין שטארקייט.
ANOREXIA – אנערעקסיע:
-זיך דינייען.
-זייער שטארקע פחד.
-זיך פיינט האבן.
-זיך רידזשעקטן.
APPETITE – אפעטיט:
אסאך אפעטיט:
-פחד.
-דארפן פראטעקשן.
-דזשאדזשט די עמאושענס (פארוואס האב איך די הרגש, וכדומ').
ווייניג אפעטיט:
-פחד.
-זוכט זיך צו פראטעקטן.
-טראסט נישט די לעבן.
BEDWETTING - בעט נעצן:
-פחד פון די עלטערן [מערסטע פעלער פון די טאטע].
BACK PROBLEMS - רוקן ווייטאג:
די רוקן רעזעפרענטירט די סיפארט פון די לעבן
אונטען פון די רוקן:
-פחד פון געלט.
-ווייניג פינאנציעלע סיפארט.
אינמיטן פון די רוקן:
-גילטי פילינג'ס.
-אלטע פילינג'ס ליגן אנגעזאמעלט.
אויבן פון די רוקן:
-ווייניג עמושנעעל סיפארט.
-פילט אז מען האט אים נישט ליב.
-האלט זיך צוריק פון באקומען ליבשאפט.
BLEEDING – בלוטן:
-די הנאה און געשמאק פון לעבן גייט ארויס.
-ענגער.
BLEEDING GUMS - די גאמס בליטן:
-נישט צופרידן פון באשלוסן (דעסישענ'ס) וועלעכע ער האט געמאכט און זיין לעבן.
BLISTERS – בליסטערס:
-רעזיזטנס.
-ווייניג עמושענעל פראטעקשאן.
BLOOD PRESSURE - בלוט דרוק:
הויעך בלוט דרוק:
-א לאנג שטייעדיגע עמאושענעל פראבלעם נישט קעיר גענומען.
נידריגע בלוט דרוק:
-ווייניג ליבשאפט אלס קינד.
DIABETES – צוקער:
-לעכצעט פאר עפעס וואס עס וואלט ווען געקענט זיין.
-א שטארקע צורך צו קאנטראלירן די מצב.
-טיפע ווייטאג.
-נישט געבליבן קיין זיסקייט אין לעבן.
HEART – הארץ:
די הארץ רעזעפרענטירט די נקודה פון ליבשאפט און זיכערקייט
NAIL BITING - בייסן די נעגעל:
-צומישטקייט.
-מען עסט זיך אויף.
-פילט נישט סעיף.
NECK PROBLEMS - גענאק פראבלעמען:
-וויל נישט זעהן די אנדערע זייט פון די מטבע.
-נישט זיין פלעקסעבל.
NOSE - די נאז:
רעזעפרענטירט די אנערקענען (רעקענגנישאן)
נאז בלוט:
-א צורך אז מען זאל אים רעקעגנייזן.
-פילן אז מען אנערקענט נישט אין אים.
-וויינען פאר ליבשאפט.
נאז רינט:
-בעט זיך פאר הילף.
-א אינערליכע געוויין.
נאז אנגעלייגט:
-אנערקענט נישט זיין אייגענע ווערט.
STOMACH PRBLEMS - בויך וויי:
-א פחד פון נייע זאכען.
-נישט קענען אננעמען נייע זאכען.
-----
די ליסטע איז נאך לענגער ווי לאנג... ועוד חזון למועד בקרוב - בעזרת הבורא יתברך שמו.

לעצט פארראכטן דורך בני ישראל אום מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 1:11 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
- נשמת השכל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4649
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
- לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...
Re: די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואסעסע עמוישענל קומט דאס ?
זייער שיין און אינטערעסאנט!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
- לפנות בוקר
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3199
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
- לאקאציע: ששש..
Re: די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואספארא עמוישענל קומט דאס ?
זיער זייער שיין און אמת!
און וואס איז די עצה דערצו?
בדרך אגב אז מ'קוקט אביסל טיפער אין די אלע הרגשים און פחדים זעט מען מען אז אלעס איז איין כללותדיגע שורש אז "איך בין אדער איך גיי זיין נישט גוט" וק"ל

לפנות בוקר
Re: די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואספארא עמוישענל קומט דאס ?
לפנות בוקר האט געשריבן:זיער זייער שיין און אמת!

גערעכט אז אלעס קומט פון איין כלליות'דיגע הרגש אבער עס איז דא אסאך תוצאות פון די עצם הרגש
ווי למשל פחד אדער גילט אדער נישט זיין זיכער מיט יעצט אדער מיט נייע זאכען אדער געלט זאכען אדער ליבשאפט נישט קענען מוחל זיין די עבר וכדומה
ביסט גערעכט אז ווען מען גייט אריין אין די הרגש וועט מען טרעפן די עיקר פראבלעם דאס איז זיך אליין אבער די שווערע הרגש האט אויפגעבויט אגאנצע געביידע פון הרגשים אדער פחדים אדער צו רידשעקטן זיך אדער אנטלויפן פון זיך אדער עפעס דארפן דליווערן וכדומה און פון דעי הרגשים רעד איך
Re: די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואספארא עמוישענל קומט דאס ?
EYE - די אויגן:
די אויגן רעזעפרענטירט צו זעהן קלאר די פארגאנגעהייט – יעצט – און די צוקונפט
DRY EYE -טריקענע אויגן
-אויפגערעגטע אויגן.
-האלט זיך צירוק פון קוקן מיט ליבשאפט.
-וואלט ענדערש געשטארבן ווי מוחל זיין.
FEET - די פוס:
רעזעפרענטירט אונזער פארשטאנד – צו אונז – צום לעבן – און צו אנדערע
FOOD PROBLEMS - פוס פראבלעמען
-א פחד פון די צוקונפט.
-נישט גיין פאראויס אין לעבן.
KIDNUEY PROBLEMS - קידני פראבלעמען:
-זיך קריטיקירן.
-דיסעפוינטמענט.
-פילן פעיליער.
-רידזשעקטן ווי א קליין קינד.
LUNG - די לונגען:
רעזעפרענטירט די מעגליכקייט צו נעמען שריט אין לעבן
LUNG PROBLEMS - לונגען פראבלעמען
-דיפרעסיע.
-פחד צו נעמען שריט אין לעבן.
-פילט נישט ווערד צו לעבן ווי געהעריג.
OVERWEIGHT - איבערוואג:
-פחד.
-א צורך פאר פראטעקשן.
-לויפט אוועק פון געפילן.
-אומזיכערקייט.
-זיך רידזשעקטן.
-זוכט עפעס אנצופילן זיין גייסט.
WEAKNESS - מידעקייט:
-א צורך פארן מענטל רעסט.
ELBOW - די עלנבויגן:
רעזעפרענטירט טוישן דירעקשן אין לעבן און אננעמען נייע עקספריענסעס
FACE - די פנים:
רעזעפרענטירט וואס מיר באווייזן זיך פאר די וועלט
FUNGUS - פאנגעס:
-עס ליגט אינעווייניג א אלטע גלויבינג [בעליוו].
- נישט וועלן אפלאזן די פארגאנגענהייט.
-לאזט די פארגאנגענהייט שעדיגן די היינט.
HEARTBURN - מאגן ברענען:
-פחד.
-שטארקע פחד.

לעצט פארראכטן דורך בני ישראל אום דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 1:49 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואספארא עמוישענל קומט דאס ?
איך כאפ נישט וואס ליגט אונטער דעם?
ער טענה'ט אז מעדעצינען וועט נישט העלפן אדער אז מדארף נישט צוקומען צו מעדעצינען און מקען דאס ניילן אליין?
לדוגמא
סאו קודם מיט א שמייכל: די לעצטע עצה זיך אנצופילן איז נישט די בעסטע עדווייס פאר איינער וואס איז איבערוואגיג...
אבער ערנסט גערעדט, וויפל איך ווייס איז איבערוואגיג אנגעהוינגען אין עטליכע פאקטארן.
צום ערשט דיען עי פון א מענטש, סאיז דא פאמיליעס וואס יעדער פון זיי קען אריינרוקן כסעודת שלמה בשעתו ולא נודע כי באו אל קרבנה, ווידער דא וואס זייער סיסטעם פארדייט נישט אזוי גוט די עסן, און וויפל זיי וועלן דייעטן וועט דאס נישט צו סאך העלפן.
און די הויפט פאקטאר איז אז מ'עסט אסאך ווערט מען איערוואגיג, דהיינו אויך איינער וואס לויפט איהם אין די דזשינס איבערואאגיקייט און ער וועט עסן זייער ווייניג וועט ער אראפ גיין אין וואג.
די שאלה איז צו פחד ברענגט צו עסן אסאך, און ממילא ווען מאיז מטפל אינעם פחד וועט ער אטאמטיש נישט עסן אסאך. אבער דאס איז זיכער אז ס'איז נישט קיין כלל וואס מ'קען זאגן אז 90 פערצענט איבערוואגיגע קומט פון פחד, חבי אומר לי אז פארקערט אפשא 10 פערצענט איז עס פון דעם.

איבערוואגOVERWEIGHT
-פחד
-א צורך פאר פארטעקשן
-לויפט אוועק פון הרגשים
-נישט זיכער
- זיך רידשעקטן
-זיך עפעס זיך אנצופילן
סאו קודם מיט א שמייכל: די לעצטע עצה זיך אנצופילן איז נישט די בעסטע עדווייס פאר איינער וואס איז איבערוואגיג...
אבער ערנסט גערעדט, וויפל איך ווייס איז איבערוואגיג אנגעהוינגען אין עטליכע פאקטארן.
צום ערשט דיען עי פון א מענטש, סאיז דא פאמיליעס וואס יעדער פון זיי קען אריינרוקן כסעודת שלמה בשעתו ולא נודע כי באו אל קרבנה, ווידער דא וואס זייער סיסטעם פארדייט נישט אזוי גוט די עסן, און וויפל זיי וועלן דייעטן וועט דאס נישט צו סאך העלפן.
און די הויפט פאקטאר איז אז מ'עסט אסאך ווערט מען איערוואגיג, דהיינו אויך איינער וואס לויפט איהם אין די דזשינס איבערואאגיקייט און ער וועט עסן זייער ווייניג וועט ער אראפ גיין אין וואג.
די שאלה איז צו פחד ברענגט צו עסן אסאך, און ממילא ווען מאיז מטפל אינעם פחד וועט ער אטאמטיש נישט עסן אסאך. אבער דאס איז זיכער אז ס'איז נישט קיין כלל וואס מ'קען זאגן אז 90 פערצענט איבערוואגיגע קומט פון פחד, חבי אומר לי אז פארקערט אפשא 10 פערצענט איז עס פון דעם.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
Re: די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואספארא עמוישענל קומט דאס ?
לפנות בוקר האט געשריבן:זיער זייער שיין און אמת!
און וואס איז די עצה דערצו?
איך וויל נישט אריין גיין אין די עצה ווייל דאס איז שוין מער קאמפליצירט.
אבער בקיצור:
דער מענטש דארף טרעפן און זיך זיין פראבלעם וואס קומט פון א שיטה אדער מחשבה אדער א זאך און וואס ער גלייבט, ווי למשל: צו זיין גוט מוז מען זיין אזוי אדער טוהן די זאך. און טרעפן ווי אזוי דאס קען האבן שייכות צו דיין פיזישע שוואכקייט, און זעהן פון ווי עס קומט - פארוואס האלסטו אזוי, ווען האסטו באקומען די דאזיגער מעסעדש אז נאר אזוי איז מען גוט אדער אז אזוי דארף מען זיין.
ביז מען קומט אן צו זיין ריכטיגע שווערע הרגש וועלעכע האט אים געמאכט דארט לויפן אדער אזוי צו טראכטן - וכדומה.
און די הרגש דארף מען אנעמען און סובל זיין אז די מעגסט אזוי פילן, און מען דארף וויסן אז מען איז נאכאלץ גוט אפילו מען שפירט אזוי (עס איז א אריכות הדברים).
און די מהלך און שיטה וואס מען האט געבויעט דארף מען טוישן אדער אויפגעבן אויף די מהלך אדער בליק וואס די האסט זיך איינגעוואוינט צו לעבן ביז איצט.
בקיצור: צו ווערן אויסגעהיילט דארף מען זיך עפענען עד הסוף און זעהן פון ווי זאכן קומען, און טוישן די בליק אין לעבן.
איך האף אז עס איז גענוג קלאר און אזעלעכע קורצע שורות.
לעצט פארראכטן דורך בני ישראל אום דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 1:53 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
Re: די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואספארא עמוישענל קומט דאס ?
איינס האט געשריבן:איך כאפ נישט וואס ליגט אונטער דעם?
ער טענה'ט אז מעדעצינען וועט נישט העלפן אדער אז מדארף נישט צוקומען צו מעדעצינען און מקען דאס ניילן אליין?
קודם כל: איך רעד נאר לשיטתם פון די וועלעכע האלטן אז אלעס אינעם מענטד האט מיט זיין עמוישענעל.
און בנוגע מעדעצינען זאל מען פרעגן א דאקטער, איינער וואס האט א ערנסטע קאנדישאן זאל גיין צו א דאקטער - איך נעם נישט קיין אחריות.
אבער די וואס ווילן זיך היילן אויף דיזן מהלך יש על מה ועל מי לסמוך, און ווי אויך קען דאס העלפן אז שפעטער זאל מען נישט מער דארפן גיין צום דאקטער.
איך אליין ווייס פון עטליכע ערענסטע קאנדישאנ'ס וועלעכע זענען געהיילט געווארן מיט אט די מהלך, און עס איז אזוי באקאנט פאר די וועלעכע ווילן וויסן אדער גלייבן דערינען.
איינס האט געשריבן:סאו קודם מיט א שמייכל: די לעצטע עצה זיך אנצופילן איז נישט די בעסטע עדווייס פאר איינער וואס איז איבערוואגיג...
דאס וואס איך האב געשריבן [שוין פאראכטן] "אז ער זוכט זיך אנצופילן" מיינט נישט מיט עסן - נאר זיין הרגש וויל זיך מיט עפעס אנפילן, און ביזדערווייל וועט ער עס טוהן מיט עסן.
איינס האט געשריבן:אבער ערנסט גערעדט, וויפל איך ווייס איז איבערוואגיג אנגעהוינגען אין עטליכע פאקטארן.
צום ערשט די ען עי פון א מענטש, סאיז דא פאמיליעס וואס יעדער פון זיי קען אריינרוקן כסעודת שלמה בשעתו ולא נודע כי באו אל קרבנה, ווידער דא וואס זייער סיסטעם פארדייט נישט אזוי גוט די עסן, און וויפל זיי וועלן דייעטן וועט דאס נישט צו סאך העלפן.
און די הויפט פאקטאר איז אז מ'עסט אסאך ווערט מען איערוואגיג, דהיינו אויך איינער וואס לויפט איהם אין די דזשינס איבערואאגיקייט און ער וועט עסן זייער ווייניג וועט ער אראפ גיין אין וואג.
איך האב געזאגט אז איך רעד צו די וועלעכע האלטן און גלויבן אז אלעס האט א קשר מיט עמוישענעל.
זיכער האט דאס מיט די משפחה וכדומה, נאר וואס דען? ביי יעדען וועט עפעס אנדערש אויסקלאפן פאר זיינע שווערע הרגשים דארט ווי זיין גוף איז שוואך, אבער מען קען זיך פון דעם אויך היילן פונקט ווי מען גייט אויף א דייעט.
איינס האט געשריבן:די שאלה איז צו פחד ברענגט צו עסן אסאך, און ממילא ווען מאיז מטפל אינעם פחד וועט ער אטאמטיש נישט עסן אסאך. אבער דאס איז זיכער אז ס'איז נישט קיין כלל וואס מ'קען זאגן אז 90 פערצענט איבערוואגיגע קומט פון פחד, לבי אומר לי אז פארקערט אפשא 10 פערצענט איז עס פון דעם.
מיר זענען מחולק.
איך וויל אבער נישט אין די אשכול אריינגיין צו דאס איז אמת אדער דמיון, איך וויל פשוט שרייבן פאר די וועלעכע האלטן און גלויבן אזוי, און די ידיעות קען זיי מעגליך העלפן.
בדרך אגב: איז א נפק"מ ווי אינעם גוף דער מענטש איז פעט, ווי למשל די ארעם הענט אדער בויך וכדומה קען יעדע איינע קומען פון א באזונדערע סארט הרגש, וואס דאס וועל איך ברענגען בהמשך - בעזר השם.
איך האף אז דער עולם פארשטייט גענוג קלאר.
לעצט פארראכטן דורך בני ישראל אום דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 2:02 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
Re: די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואספארא עמוישענל קומט דאס ?
בני ישראל האט געשריבן:
זייער אינטרעסאנט און מאכט אסאך סענס
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה

- אינטער געשלאגן
- שר העשר
- תגובות: 40
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 05, 2020 12:33 am
Re: די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואספארא עמוישענל קומט דאס ?
יישר כח עס איז זייער שיין
איך וויל פרעגן אויב די ווייסט די גורם פון רעש'עס
יישר כח

דער איבישטער שיקט פרנסה פאר יעדעם
מען דארף נאר מאכען א כלי לקבל = זיין גרייט צו נעמען
מען דארף נאר מאכען א כלי לקבל = זיין גרייט צו נעמען
Re: די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואספארא עמוישענל קומט דאס ?
ADDICTIONS - אדיקשאנס:
-אוועק לויפן פון זיך.
-פחד.
-נישט וויסן ווי אזוי זיך ליב צו האבן.
ADBOMINAL CRAMPS - בויך קרעמפן:
-פחד.
-א ווילן אפצושטעלן די פראסעס פונעם לעבן.
ACHES - זיך איטשען [קראצן]:
-לעכצן פאר ליבשאפט.
-לעכצן אז איינער זאל דיר האלטן.
ALCOHOLISM - אלקאהאל [די ביטערע טראפ]:
-וואס איז די ניצן?
-אומזיסטע גילטי פילינג'ס.
-זיך רידזשעקטן.
APPENDICITIS - אפענדיקס:
-פחד.
-פחד פונעם לעבן.
-אפהאלטן די השפעה פון גוטס.
BAD BREAT - שווערע אטעם:
-אלטע עקספיריענסעס קומען ארויף.
-אויפגערעגטע און נקמה מחשבות.
BALDNESS - ליידיג פון האר:
-פחד.
-אנגעצויגנקייט.
-חלומ'ט צו קאנטראלירן אלעס.
-נישט טראסטן די פראסעס פון די לעבן.
BRETH - די אטעם:
די אטעם רעפרעזענטירט די יכולת צו נעמען שריט אינעם לעבן
BRETH PROBLEMS - אטעמען פראבלעמען
-א פחד וועלעכע האלט צירוק פון נעמען די לעבן אינגאנצן.
-נישט פילן די רעכט צו פארנעמען א פלאץ אויף די וועלט צו עקזעסטירן.

עס איז נאך דא אסאך צו שרייבן איבער די סימפטאמען אינעם גוף פון א מענטש, און אזוי אויך פאר פארשידענע מחלות און דיזיזעס.
בעזר השם מיט די צייט וועל מיר פרובירן צו דעקן די מערסטע וואס שייך.
בעזר השם מיט די צייט וועל מיר פרובירן צו דעקן די מערסטע וואס שייך.
Re: די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואספארא עמוישענל קומט דאס ?
COLON - די קישקעס:
-א פחד פון לאזן זאכן זיך אליינס פירן.
-זיך אנהאלטן אין די פארגאנגעהייט.
DEPREASSION - דיפרעסיע:
-ביסט אויפגערעגט ווייל די פילסט אז די האסט נישט קיין רעכט צו פארמאגן זאכן.
-הילפלאז.
EXZEMA - עקזימע:
-נעמט א שטארקע התנגדות.
-א מענטל אויסברוך.
Snoring - שנארכצן:
-א עקשנות נישט צו נאכלאזן די אלטע מהלכים.
FAT - איבערוואג:
-זייער סענסעטיוו.
-כסדר'דיגע פחד און איז אווער צו א צורך פאר פראטעקשן [פחד קען זיין א קאווער אפ פאר באהאלטענע אויפגערעגטקייטן און א התנגדות מוחל צו זיין].
FAT ARMS - דיקע ארעמ'ס
-אויפגערעגט צוליב דינייען ליבשאפט פאר אים.
FAT BELLY - איבערוואג ביים בויך
-אויפגערעגט צוליב ווערן אפגעהאלטן פון עסן.
FAT HIPS - איבערוואג ביי די היפס [מתניים]
-הויפענס פון פארביסנקייט און אויפגערעגטקייט אויף די עלטערן.
FAT THIGHS:
-זעק פון אויפגערעגטקייט פון אלץ קינד [אין פיהלע פעלער: א צארן אויף די טאטע].

- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 21066
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: אין מיין בעט
Re: די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואספארא עמוישענל קומט דאס?
זייער אינטערסאנטע אינפארמעישן
-
- שר מאה
- תגובות: 196
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 1:23 pm
Re: די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואספארא עמוישענל קומט דאס?
לטובת הציבור
PDF
- אטעטשמענטס
-
- די ליסט פיזישע שוואכקייטן-פון וואספארא עמוישענל קומט דאס.pdf
- (141.63 KiB) געווארן דאונלאודעד 89 מאל
Re: די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואספארא עמוישענל קומט דאס?
יצח וועבערמאן האט געשריבן:לטובת הציבור
ייישר כח פאר די פי די עף
די ליסטע איז נאך זייער גרויס, צוביסלעך האף איך מוסיף צו זיין מער און מער, צום סוף איז גוט צו עס אויסשטעלן לויט די סדר פון די עי בי סי אז עס זאל זיין גרינגער צו זוכען.
נאכאיינמאל יישר כח סאיז הערליך אויסגעשטעלט.
Re: די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואספארא עמוישענל קומט דאס?
זייער אינפערמאטיווער אשכול דאס!
ווי איך פארשטיי רעדט מען דא בכלל נישט הלכה למעשה וואס צו טוהן פאקטיש לעת הצורך, ריכטיג?
ווי איך פארשטיי רעדט מען דא בכלל נישט הלכה למעשה וואס צו טוהן פאקטיש לעת הצורך, ריכטיג?
Re: די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואספארא עמוישענל קומט דאס?
בפשיטות האט געשריבן:זייער אינפערמאטיווער אשכול דאס!
ווי איך פארשטיי רעדט מען דא בכלל נישט הלכה למעשה וואס צו טוהן פאקטיש לעת הצורך, ריכטיג?
שוין געשריבן אז עס זענען דא כמה מהלכים ווי אזוי צו היילן א שווערע הרגש.
דאס איז שייך בעיקר פאר די וואס זענען שוין באקאנט אין די טערעפי וועלט, איז דאס זייער גוט כדי צו קענען טרעפן די שורש פון א ווייטאג, און עס פירן ווייטער לויט זיין מהלך.
קען זיין איך וועל שרייבן און קורצן מער ווי אזוי מען היילט אויס און ווי מען גייט צו דערצו, אבער איך מיין אז דאס איז שוין א באזונדער און א לאנגע נושא.
Re: די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואספארא עמוישענל קומט דאס?
FINGERS - די פינגערס:
רעזעפרענטירט די פרטים אינעם לעבן
THUMB - די גראבע פינגער: רעזעפרענטירט די פארשטאנד און די זארג.
INDEX FINGER - די צווייטע פינגער: רעזעפרענטירט די איגא (כבוד) און פחד.
MUDDLE FINGER - די מיטעלע פינגער: רעפעזענטירט די אויפגערעגטקייט און די סייקאלעזשי (בינה).
RING FINGER - די רינגל פינגער: רעזעפרענטירט דעם מענטש'נס סאסייעטי און זייער צער.
LITTLE FINGER - די קליינע פינגער: רעזעפרענטירט דעם מענטש'נס משפחה און וויאזוי מען באווייזט זיך פאר אנדערע.
FEVER - פיבער:
-אויפגערעגטקייט.
-ווערן פארברענט.
COUGHS - היסן:
-א שטארקע רצון צו אויסברעכן /אויסצושרייען צו די וועלט: "זעה מיר" – "הער צו צו מיר".
CRAMPS - קרעמפן:
-אנגעצויגקייט.
-פחד.
-אנטשלאסענקייט אנצוהאלטן און אנצוגיין.
RASH - א רעש:
-זיך רעגן צוליב פארשפעטיגן.
-קינדערישע אופן פון וועלן באקומען אטענטשאן.
COLDS - פארקילט
-צופיל זאכן קומען ביי אים פאר אויף איינמאל.
-א מענטל צומישטקייט.
-איך באקום דריי קולט'ס יעדע ווינטער... (די בעליוו אז אזוי וועט עס זיי עניוועי זיין).
BURNS - א ברי:
-אויפגערעגטקייט.
-א הרגש פון ווערן פארברענט.
-א אנגעצויגענע געשפאנטקייט.

לעצט פארראכטן דורך בני ישראל אום דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 12:36 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
-
- שר מאה
- תגובות: 170
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 6:30 pm
Re: די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואספארא עמוישענל קומט דאס?
סערווייווער האט געשריבן:ברען?
יעצט צוגעלייגט אינטען פון די פאריגע ליסטע
- ויתן לך
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5230
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
- לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה
Re: די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואספארא עמוישענל קומט דאס?
אויערן? פלואויד אין די אויערן? קלינגען אין די אויערן?
Re: די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואספארא עמוישענל קומט דאס?
דא וועל איך שרייבן אין קורצן ווי אזוי עס ארבייט דאס אפיהר-טרעפן די ספעציפישע הרגש און דאס היילן.
יעדער מענשט ווערט געבוירן מיט גוטע און שלעכטע הרגשים.
פון ווען א קינד איז נאך קליין בויעט ער זיך אויף א גאנצע מהלך ווי אזוי צו קענען דורך לעבן זיין לעבן און אדורך גיין די וועלט. אזוי בויעט ער זיך אויף נאך און נאך מחשבות און שיטות ווי אזוי צו זיין גוט כדי צו פארמיידן זיינע שווערע הרגשים פון זיך לאזן שפירן.
דאס אלעס קומט פון איין געוויסן יסוד אינעם מענטש: אז דער מענטש פילט צו זיין א חלק פון די וועלט, און בכדי צו זיין גוט און מצליח זיין אויף די וועלט מוז ער האבן עפעס אוואו ער איז מיט עפעס ספעציעל, און אינסטיקטלי וועט ער אנהייבן זיכן די ספעציפישע זאך קען אים ברענגען זיין ספעציעלקייט אין די וועלט, און אזוי בויעט ער אויף אין זיך א מהלך ווי אזוי צו זיין ווערד, לויט די זאכן וואס ער הערט, און לויט צו וואס ער פילט אז דארט קען ער זיין שטארק אויף די וועלט, דאס וועט ער נאכלויפן א גאנץ לעבן עס צו עררייכן און מצליח זיין.
אבער די אמת זאגט אז דאס איז נישט ריכטיג, און באמת דארף א מענשט קענען סובל זיין - זיין שווערע הרגש וועלעכע זאגט אים אז ער איז נישט א מוצלח'דיגער חלק פון די וועלט, און ער איז נישט גענוג גוט אויף די וועלט, און אז ער זאל אנטלויפן פון אט די הרגש דורכן כאפן עפעס וואס זאל אים מאכן שפירן אז ער איז יא גוט. נאר ער דארף וויסן אז אפילו ער האט די שווערע הרגש איז עס ממש נאר דאס: א הרגש. און דאס אז ער שפירט אט די שפירונג מיינט נישט אז דאס איז באמת די פאקטישער מציאות - אז ער איז טאקע נישט קיין חלק פון די וועלט, נאר באמת איז ער א געהעריגע חלק און ער גוט אויף די וועלט אזוי ווי ער איז - כמו שהוא! אפילו ער "שפירט" אז נישט.
און אט די הרגש דארף זיך דער מענטש אויסלערנען צו קענען סובל זיין און מסכים זיין - אז דאס איז פאקטיש וואס ער שפירט, אבער נישט צו גלויבן אין אט דעם הרגש.
***
יעצט ווען א מענטש וויל אנטלויפן פון זיך און פון זיינע הרגשים דורך יא אויפטוהן עפעס און זעהן אז ער האט יא עפעס מיט וואס ער איז ספעציעל אויפן וועלט, וועט ער פארשטייט זיך אוטומאטיש ווערן אויס מקושר צו זיין עכטע איך, און ווי פארשטייט זיך וועט ער כסדר לעבן אין שטארקע פרעשור און סטרעס בכדי יעדע מינוט צו שפירן אז ער איז יא גוט און געוואלדיג - און בכדי קענען אנקומען צו דאס וואס ער האלט וועט אים מאכען שפירן גוט. און דער מענטש וועט כסדר שפירן אז מען איז אים נישט גענוג מחשיב און אז קיינער האט אים נישט ליב, וויבאלד ער פאר זיך אליין קען זיך נישט סובל זיין פלעין ווי אזוי ער איז - און ער האט זיך נישט ליב אין זיין פלעינע מצב אן די אלע גרויסקייטן וועלעכע ער וויל זיך איינהאנדלען אין די אויגן פון אנדערע, ממילא איז ער א גאנצע צייט אין סטרעס אז די עולם זאל אים מחשבי זיין גענוג - וויבאלד נאר אזוי שפירט ער זיך ווערד און וויכטיג אויף די וועלט.
און די אלע זאכן קענען פארן מענטש גורם זיין פיזישע שוואכקייטן און מיחושים!
סיי די פחדים און סטרעסעס מיט וועלעכע ער איז ארומגענומען, און סיי די אויפגערעגטקייט וואס ער האט אויף זיך און צומאהל אויף די גאנצע וועלט און אויף יעדן ארום אז מען נעמט אין נישט גענוג ערענסט, די אנגעצויגנקייט אז ער זאל פילן גוט מיט זיך, אזש ער וועט דורכדעם שפירן זייער פארלוירן ווען ער וועט פילן אז ער וועט שוין נישט קענען פילן ווערט, ער וועט זיך פילן אז ער איז אזוי שלעכט אז עס קומט אים גארנישט גוטס אויף די וועלט און ער וועט צרוקהאלטן פון זיך די שפע, זיין זייער אנגעוויזן פאר ליבשאפט אפילו א גרויסע מענשט, וכדומה
ווען א מענשט זעהט אז ער האט עפעס א שוואכקייט, זאל ער צרוק קוקן אויף וואס מאכט אים אזוי שפירן, און ווען האט ער באקומען די מעסעדש אז צו זיין גוט דארף מען דאס טוהן אדער האבן די מעלה, און ער דארף טוישן זיין גאנצע מהלך וואס ער האט זיך איינגעוואוינט אז ער מוז דאס און דאס האבן, און וויסן אז ער איז גוט און פארזיכערט אזוי ווי ער איז, און פארשטייט זיך סובל זיין זיין שווערע הרגש און בעיקר נישט מאכען קיין באשלוסן וועגען זיין שווערע הרגש.
לדוגמה א קינד וואס הערט אז צו זיין גוט מוז מען זיין צוזאמגענומען, און מסודר, וועט ער זיך אויפבויען א שיטה אז מען מוז זיין צוזאם גענומען, און נאר אזוי קען מען זיין א מענשט, און אויב עס וועט אים נישט געלונגען אדער אויב עס וועט אים זיין צו שווער וועט ער אלעמאל פילן אז ער איז נאכנישט גענוג גוט, און דא קען ארויס קומען פארשידענע סארטן הרגשים,
-קיינער האט אים נישט ליב אזוי, און ער וועט לעכעצן פאר ליבשאפט
-ער קען פילן אסאך גילט פאר זאכען וואס ער האט נישט גוט געטאן (ווייל מען דארף דאך טוהן אויף א גוטע אופן)
-ער קען זיך אנהייבן צו קריטיקירן אויף דאס וואס ער איז
-ער קען האבן א פחד צו טוהן און נעמען אחריות אויף זאכען און זיין לעבן (ווייל ער האט מורה אז ער וועט נאכאיימאל זעהן אז ער טוט נישט גוט זאכן)
- און ער קען זיך פשוט פיינט האבן
איצט לאמיר זעהן אויב עס וועט אים אויסקלאפן א שוואכקייט און לאמיר זאגן אז אויפן ליסטע שטייט אז דאס קומט פון
-זיך קריטיקירן
-האבן א פחד פון די עתיד
דארף ער אריין גיין און זעהן פארוואס קריטיקיר איך זיך, וואספארא פחד האב איך, און אריין גיין פארוואס האלט איך אז איך בין נישט גוט אזוי ווי איך בין, ביז ער טרעפט זיין נקודה וואס ער פילט שוין לאנג און דארטן דארף ער אנעמען זיין שווערע הרגש וואס זאגט אים אז ער איז נישט גענוג גוט , און וויסן און אנהייבן גלייבן אז ער איז גוט אפילו ער האט נישט קיין שום מעלה איז ער נאכאלץ גוט, און טוישן די מחשבה וואס ער האט געבויט.

לעצט פארראכטן דורך בני ישראל אום דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 1:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: די ליסט! פיזישע שוואכקייטן פון וואספארא עמוישענל קומט דאס?
געוואלדיגע ארבעט! ייש"כ!