אפגעבריעט! וואס זאל איך טון?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

אפגעבריעט! וואס זאל איך טון?

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך יולי 15, 2020 2:05 pm

דאס האב איך באקומען פון א חבר מיינער פון מאנסי, און איך האלט אז ס'איז לתועלת עס ארויפצושטעלן דא אהער:

וויאזוי זאל איך באהאנדלען א ברי? וואס טו איך גלייך אויפן מינוט? און וואס טו איך אויב איך וויל עס באהאנדלען שעות נאכן זיך אפבריען?

איך בין נישט א דאקטער אדער פעראמעדיק, איך קען בלויז אפשרייבן מיין לעצטיגע עקספיריענס, לזיכוי הרבים. הערות און הוספות זענען געוואונטשען.

מיין צוויי-און-א-האלב יעריג טאכטער האט לעצטנס באוויזן אראפצושלעפן א בריעדיגע noodle soup פונעם קאונטער. זי האט נעבעך געשריגן מיט באנומענע צעקות עד לב השמים, איר בויך איז געווען שרעקליך אפגעבריעט און האט געברענט ווי 'אין פלאמען'. די סגולה (נישט א מיסטישע, נאר א נאטורליכע!) איז מעגליך באקאנט:

מען נעמט זאפארט רויע פאטעיטאס.
מען שיילט זיי אפ.
מען צורייבט זיי הדק היטב.
מען לייגט ארויף ווי מער דערפון אויפן ברי. ממש הויפנס.
מען וויקלט עס גוט ארום מיט gauze און מען פארבינדט עס מיט gauze tape.
מען לאזט עס דארט שעות לאנג (ראטזאם: כאטש 6 שעה).


ביז רגעים איז איר בויך געווען איינגעהילט אין די רויע קארטאפל געמויזעכץ. נאך 6-7 שעה איז כמעט נישט געווען מער קיין זכר פונעם ברי! חסדי השם! עהם, ס'נאך געווען רויט, אבער צומארגנס איז נישט געווען "קיין זכר" דערפון.

קארטאפל האט אן אויסטערלישן נאטורליכן קראפט - א מתנה פונעם רבש"ע צום מענטשהייט - ארויסצוציען בריען!

---

אבער די מעשה גייט ווייטער... זי האט נעבעך נישט אויפגעהערט וויינען, זייער יאמערליך. קיין זאך האט איר נישט בארואיגט. צום וואונדער פונעם גאנצן משפחה.

נאך 7 שעה פונעם אויסגוס, ווען מ'האט איר אויסגעטון די סענדעלס, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די בריעדיגע זופ האט דארט אויך אריינגע'מבול'ט, א פאקט וואס מען האט אין אנהויב פארזען! אוי האט עס אויסגעקוקט שרעקליך! נורא נוראות! אויפגעבלאזן, געשוואלן, געל, אייטערדיג. א פחד א גרויל. איך האב שיער אוועקגע'חלש'ט בלויז פון קוקן דערויף א סעקונדע. עס האט זיך שווער געלאזט גלייבן אז דאס קען זיך נאך אמאל פארהיילן.

דא אין מאנסי און אין סקווירא זענען דא עטליכע וואס טוען די טעכניקן פון די בארימטע בעלת חסד מרת ראזענפעלד ע"ה. איינע איז מרת קליין אויף עלליש, און רביצין ווייסמאנדל אויף מעיפל. מ'איז תיכף געלאפן צו איינע פון זיי. זי האט עס באקרוינט מיטן טיטל "דריטע גראד ברי".

ווי זי האט מסביר געווען, קומט דאס צוליב דעם וואס די ברי איז נישט באהאנדלט געווארן גלייך, ממילא האט די ברי פארגעזעצט צו ברענען שעות לאנג און האט זיך איינגעגעסן טיפער און טיפער (א ברי קען פארזעצן צו ברענען ביז 6-8 שעה און עס דרינגט אריין טיפער און טיפער!). די זאקעלע אויפן פוס האט נאר צוגעגעבן אז די היץ זאל ווייטער קאכן און זידן.

זי האט זארגפעלטיג זיך אפגעגעבן דערמיט, עס באזאלבט און פראפעסיאנאל באנדאזשירט. גענצליך פריי פון אפצאל. פארשטייט זיך, אז זייערע הוצאות זענען גרויסע (פאר די טייערע זאלבן, ספעציעלע ספאנדזשעס און gauzes), ממילא האב איך צוליב מענטשליכקייט געצאלט א מינימום פאר די געטרייע וואלונטירן.

ביז יעצט נעם איך איר אהין דריי-פיר מאל א וואך, עס צו באהאנדלען, און יעצט - האלטנדיג צוויי-און-א-האלב וואכן שפעטער - ווערט עס ב"ה בעסער און בעסער, ממש נישט צום דערקענען! די פארברענטע הויט (און פלייש!) איז שוין צוריק ווי ניי, ס'איז נאר רויט און דארף נאך אלץ די שמירעכצער.

11 טעג האט מיין טאכטער נישט געקענט אראפטרעטן אויף דעם פוס, אבער ב"ה יעצט לויפט זי ארום כאחד האדם.

---

וואס בין איך געוואויר געווארן? טייל פון די נשים צדקניות וואס האבן זיך אריינגעלייגט אין דעם נושא, האבן אנגעהויבן זייער קאריערע נאכדעם וואס זייער'ס א קינד האט זיך אפגעבריעט פון... אט דעם סארט זופ! זיי טענה'ן אז די אינסטענט זופן האבן כעמיקאלן וואס פארשטארקן און האלטן לאנג די היץ פונעם זופ, און ס'ברענט און בראט געפערליך.

אה, שיער פארגעסן. אונז לאזן געווענליך נישט אריין די noodle soups ביי אונז אינדערהיים מחמת כמה טעמים. אבער איינע פון מיינע חברה האט עס פונקט 'אויסגעבעטן'... שוין, האט מען געצאלט רבי-געלט...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

yoel2124441100
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: אפגעבריעט! וואס זאל איך טון?

תגובהדורך yoel2124441100 » מיטוואך יולי 15, 2020 2:17 pm

דאס העלפט Magic,ס׳גוט צו לײגן פרישע קארטאפעל נאך א 10 מינוט אזױ געדענק איך מ׳האט מיר געזאגט

צביירושלים
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

Re: אפגעבריעט! וואס זאל איך טון?

תגובהדורך צביירושלים » מיטוואך יולי 15, 2020 3:14 pm

שאלעכץ איז געניג אבער א סאך. ;l;p-

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5686
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: אפגעבריעט! וואס זאל איך טון?

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך יולי 15, 2020 3:47 pm

לעצטענס איז דא וואס זאגן אז מ'זאל ענדערש לייגן האניג, עס ארבייט נאך בעסער.

הישמע כזאת?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24922
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אפגעבריעט! וואס זאל איך טון?

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 15, 2020 3:51 pm

האניג האב איך נאך נישט געהערט.

קארטאפל האב מיר געהערט לאחר המעשה.

די אנדערע הנ"ל האט באוויזן וואונדער, געלויבט דעם פון אויבן.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: אפגעבריעט! וואס זאל איך טון?

תגובהדורך פארפלאנטערט » מיטוואך יולי 15, 2020 3:53 pm

נא_שכל האט געשריבן:לעצטענס איז דא וואס זאגן אז מ'זאל ענדערש לייגן האניג, עס ארבייט נאך בעסער.

הישמע כזאת?

איך האב מיטגעהאלטן א שטיק ציייט צוריק א מעשה פון א קינד וואס האט זיך אפגעבריט

דער ערשטער הצלה מעמבער וואס איז אנגעקומען האט געלייגט צעריבענע פאטאטעיס

שפעטער האט א צווייטער הצלה מעמבער געברענגט נאטורליכע האניג

צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: אפגעבריעט! וואס זאל איך טון?

תגובהדורך צדיק בן צדיק » מיטוואך יולי 15, 2020 4:06 pm

איך האב בטעות אנגעכאפט א הייסע הענטל פון א אייזערנע טאפ, האב איך שנעל אויפגעקראכט צוויי רויע אייער אויפן קיטשען קאונטער און אראפ געלייגט מיינע פינגערס אויף דעם פאר בערך פופצען מינוט, נאכדעם האב איך גענומען א רויע פאטעיטע, געמאכט א לאך אין אריינגעשטעקט מיין פינגער אינדעם פאר א האלבע שעה, עס האט וויי געטאן פאר א פאר טאג, אבער ב״ה נישט געבליבן אפילו קיין זכר

ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

Re: אפגעבריעט! וואס זאל איך טון?

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » מיטוואך יולי 15, 2020 8:27 pm

נא_שכל האט געשריבן:לעצטענס איז דא וואס זאגן אז מ'זאל ענדערש לייגן האניג, עס ארבייט נאך בעסער.

הישמע כזאת?

הצלה האט אנגעפאנגען נוצן האניג די לעצטע שטיק צייט
איך האב געכאפט א ברי פאר פסח פון ביטערע הייסע זופ אויסגעגאסן העכער די האנט פלאך
כ'האב געשמירט האניג (מ'טאר עס נישט אפווישן) נאכאמאל און נאכאמאל
כ'וואלט נישט געזאגט אז ס'פארהיילט בעסער ווי פאטעיטאס אבער איין זאך יא אז בשעת די האניג ליגט פילט מען גארנישט


איבערגעדרייטע בענקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:43 pm

Re: אפגעבריעט! וואס זאל איך טון?

תגובהדורך איבערגעדרייטע בענקל » מיטוואך יולי 15, 2020 10:15 pm

KMW האט געשריבן:איך האב דאס אינדערהײם על כל צרה, ארבעט געװאלדיג

Aloe Vera

https://www.amazon.com/Fruit-Earth-Aloe ... NrPXRydWU=

העלפט נישט פאר א שטארקע ברי פאר צי לאנג.

די מעלה פון האניג איז אז עס וועפט נישט אויס נאך 10-15 ווי פאטעיטאס.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10818
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: אפגעבריעט! וואס זאל איך טון?

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך יולי 15, 2020 10:17 pm

כ'האב עס שוין דוכט זיך ערגעץ געשריבן. הצלה איז אמאל געקומען צו מיר ווען איינע פון מיינע קינדער האט אנגעצינדן דעם קעסל און געלאזט רינען אויפן גוף, האבן זיי ארויפגעלייגט דאס [זיי האבן געהאט דערפון א ריזן גרויסע] https://www.amazon.com/gp/product/B005H1OTLS/ זינט דאן האב איך דאס איינגעקויפט און שוין אנגעוויסן פאר אסאך, דאס ארבעט וואונדערליך, בלייבט נישט קיין זכר פון גארנישט, מען דארף אבער עס לייגן גלייך, און לייגן גענוג.

shik
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 8:26 pm

Re: אפגעבריעט! וואס זאל איך טון?

תגובהדורך shik » מיטוואך יולי 15, 2020 11:28 pm

נא_שכל האט געשריבן:לעצטענס איז דא וואס זאגן אז מ'זאל ענדערש לייגן האניג, עס ארבייט נאך בעסער.

הישמע כזאת?

ס'העלפט פאר א בין שטאך


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט