נשמה האט געשריבן:און בכלל, אויב עס האט מיט סעקיוריטי. פארוואס ווען זיי שפירן זיך שוין סעקיור, ווערן זיי איבערגענומען פון סתם עמאושענס וואס האט נישט מיט סעקיוריטי. סתם, זיי ווערן זייער שטארק איבערגענומען מיט שמחה. פארוואס? האסטעך שוין סעקיוריטי?!
וואס מאכט דיר טראכטן אז ער איז אומפאלסיוו ביי זאכן וואס האבן נישט מיט סוקיוריטי?
נאכאמאל, דער מענטש וואס אנטוויקלט די סארטן מחלות זענען געווענליך שטארקע בעלי הרגש בטבע, אבער אז זיי זאלן זיין עקסטרעם אומפאלסיוו ביי סתם זאכן האב איך קיינמאל נישט געהערט און געזעהן.
נשמה האט געשריבן:פארוואס ווען זיי ווערן דעפרעסט, ווערן זיי גאר שטארק דעפרעסט
נאכאמאל, די שאלה איז וואס מאכט אים דיפרעסט.
נשמה האט געשריבן:און ווען זיי פילן זיך שולדיג, פילן זיי זיך גאר שטארק שולדיג
נשמה האט געשריבן:פארוואס קענען זיי אסאך מאל ווערן אזוי פרייליך, ממש...
נאכאמאל, די רעדע איז דא פון א מענטש וואס שפירט זיך שוואך, און ממילא יעדע זאך קען אים מאכן שפירן ווערדלאוז, און אויב וועט ער שפירן אז ער איז פלאץ ער איז סוקיורט ער איז אין און זאכן גייען אים גוט דאן וועט ער אוטומאטיש שפירן מורא'דיג סורעספיי"ד און צופרידן און דאס וועט אים מאכן פילן שטארק. אבער אין די רגע ער וועט צוריק שפירן או"ט, ער וועט נישט שפירן זיין פלאץ זיין / זיין סביבה ער וועט שפירן אז ער איז נישט אין די זאך מיט א פעסטקייט דאן וועט ער אינסטעקטל"י גלייך אנהייבן מענופילעיט"ן.
סוי, גאר פרייליך שפירט ער ווען ער טרעפט סא"ם זיין מקום זיין ער שפירט זיך אין שעי"פ, דאן פילט ער מורא'דיג שטארק און ער וועט ווערן צולאזט ביז גאר אזוי ווי א לאגער געליטענער כאפט זיך צו צום טעלער עסן וואס די אמעריקאנער ברענגט אים... ממש ארויס פון די כלים. אבער אין די רגע ער פארלירט אט דעם שפירונג ווערט ער צוריק דער שוואכער צוקלאפטער בעל נפש און ער ווערט דאו", אבער עס בלייבט נישט ביי דעם, ער וועט תיכף פרובירן צוריקצוכאפן זיין שטארקייט ביי זיינע ארומיגע. דו"ק ותשכח אז דער פ"ד וועט קיינמאל נישט בלייבן זיצן אין זיין דיפרעסיע און פארטיג, ער וועט גלייך אנהייבן קאמאנדעווען.
דאס איז דער כלל גדול ביי זיי; די מענטשן זענען זייער מודי... ער קען איין מינוט שפירן מורא'דיג ה"יי און שטארק ווייל ער שפירט זיין סוקיוריטי, און אין א מינוט דערויף קען ער זיין א אזוי לא"ו אז יעדער וואס שטייט נאר אין זיינע ד' אמות ווערט אויך לא"ו... דו קום אהער! דו גיי אהין! דו בלייב זיצן! עס אויף די גאנצע! גיי נישט אינערגעץ! וכו' וכו', און דאס אלעס קומט פון א פארלוירנייט וואס איז אים באפאלן דורכן פארלירן זיין אזוי געגארטע סוקיוריטי וואס ער האט געמיינט אז ער האט שוין ענדליך באקומען...
נשמה האט געשריבן:פארוואס פילן זיי א געפיל פון אינערליכע ליידיגקייט? אויב עס האט צו טון מיט סעקיוריטי, ווי קומט אריין א געפיל פון ליידיגקייט? עס וואלט זיך זיי געדארפט שפירן א געפיל פון אומזיכערקייט. זייער שטארקע אומזיכערקייט. וואס איז דער געפיל פון 'ליידיגקייט'?
וואס איז די נפק"מ צווישן די צוויי סארטן פילינג'ס?
אומזיכערקייט פון וואס מען רעדט - איז נישט עפעס א אומזיכערקייט וואס ער האט די בנין גייט צוזאמפאלן אדער אז א בער וועט אים אויפעסן
[אוודאי קען אזא מענטש דאס אויך אנטוויקלען וויבאלד ער איז פחדן בטבע.. אבער נישט פון דעם רעדן מיר דא...] וכו', מיר רעדן דא פון א געוויסע זייער טיפע אומזיכערע געפיל וואס ער שפירט אין זיין נפש אז ער האט נישט קיין מקום אויפן וועלט, ער שפירט זיך ווערטלאוז מיטן פארנעמען עפעס א געוויסע מציאות אויף די וועלט וואס זאל אים מאכן שפירן זיין זיך.
סוי, פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס דו מיינסט צו פרעגן, איך קלער אז דאס אז ער שפירט נישט זיין פלאץ דאס מאכט אים אוטומאטיש שפירן א מורא'דיגע תחושה פון ליידיגקייט. מעי"ק סענ"ץ?