געזונטהייט: הרב הערשל מייזליש

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

חדר יונגל די מדריך נעמט סך הכל 2 מאות אויב ווילסטו באמת גיין אויף די דייעט לוינט זיך עס לכוארה. ער וועט דיר אויסשטעלן פונקטליך די סדר היום פון יעדן טאג לויט דיין געברויך אומגעפער. ווי אויך פאר שבתים און יו"ט אלעס כשולחן הערוך.
חדר אינגעל
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדר אינגעל »

קען מיר איינער ענטעפערן עכ"פ בנוגע די מאכלי שבת?
שכוח
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

כ'מיין אז ער לאזט עסן איין סלייס חלה פער סעודה. אלע מינע ווייץ האבן קארבס סא דעס איז נישט קיין חילוק.
פיש קען מען עסן אסאך. זופ אויך אין פלייש זיכער.
די זעלבע צופרי וועגן די טשאלענט מייניך אז מ'מעג עסן נאר מיט א שיעור כ'דענק נישט פונקטליך.
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

בעסער גיי צו א קאונסלער פאר די דייעט ווייל אליין וועסטו קיינמאל נישט וויסן וואס צו טוהן, ווי למשל איינער שרייבט אז פיש קען מען עסן וויפיל מ'וויל, טעות, ווייל ס'ווענד זיך וויאזוי ס'איז געקאכט, מיט ציקער צו ספלענדא, געפילטע פיש האט א גרויסע פראצענט - און אלגעמיין - ברעזל וואס איז קארבס (קענסט מיר קאנטאקטן אין אישי איבער איין פיש סטאר וואס האט זערא קארב געפילטע פיש געמאכט פון פיור פיש אן ברעזל און מיט ספלענדא) וכו' וכו' זאכן וואס די מיינסט אז עס האט נישט קיין קארב אדער אז ס'האט ווייניג קארב אבער באמת איז עס נישט און איינקלאנג מיטן דייעט, ע"כ ראהט איך די צו גיין צו א מייזליש דייעט קאונסלער וואס וועט דיר גיידן פונקטליך וואס יא און וואס נישט.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

ב"ה לא השבית לנו גואל א נייע התחדשות אויף קול מבשר
לויט די דרשה קימט אויס עפעס דרשות איס דאך בעסער ווי גארנישט
ביי ביי.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

לכבוד חמשה עשר וויאזוי זיך צו באגיין מיטען פירות טיש
עיין קול בראים געזונטהייט לעקציעס לעקציע 13 ט"ו בשבט תשע"א עס האט נאכנישט עקספייערט
ביי ביי.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

כהאב נעכטען געהערט אויף קול מבש, "א נייע שדודיע מעלד אז עסען א זיסע זאך אינדערפרי צב"ש טשאקאלאד, דאנאט, העלפט פארלירען מער וואג ווי גיין אויף א לאו קארב דייעט! די פארשער זאגען 'די זיסע טעם בלייבט און מויל אגאנצער טאג, ממילא עסט מען ווייניגער ' "
כהאב זיך געפרייעט צו די נייעס מיט א גרויס שמחה, נעוודאי עלען מיר נישט עסען א דאנאט, אבער טשאקעלאדע איז דאך מיין פעוועריט.
אינמיטען טאג איז מיר אויסגעקימען אז כהאב געוואלט איבער זאגען פאר איינעם ד שטודיע, נא, דארף איך דאך וויסען די דיטאלען, הייבט מען אויף דעם טרייבל און מען רופט צוריק קול מבשר, הערן די דעטאלען.
"די פארשער האבען ציטיילט די מענטשען און צווי גרופעס, איין גרופע האט געגעסן לאו קארב 300 קעלעריס פאר פרישטאג, און איין גרופא האט געגעסן אויך דאנאטס און טשאקלעד 600 קעלעריס פאר פרישטאג, און די גרופע וואס האבען געגעסן די זיסקייטען זענען געווען מער זאט איבערן טאג ווי די לאו קארב גרופה עד כאן.
(סהאט מיר אלס געווינדערט וויאזוי מאכט מען סטאדיס אן הענט און פיס דער עולם וועט דאך גלייך זעהן דער שווינדעל, בשלומא א סטאדי וואס דער הונט ליגט ערגעץ טיף באגראבען, נא, נישט יעדער איז א חכם צו כאפען די ליצנות, אבער ווען דער הונט שטייט אויבען אן און ער בילט הויך, יעדער נער זעהט די ליצנות דערפון, איז וואס מאכסטו אסא סטאדי, און נעכטען איז עס מיר פארענפערט געווארען ווען איך אליינס בינעך איינגערעדט געווארען אז יש דברים בגו)
אלזא א' לא קארב און לא פעט מאכט טאקע נישט זאט, פעטענס איז דאס וואס מאכט זאט, און יתכן אז פעטענס וואס ליגט בשפע און טשאקעלאדע און אין דאנאטס דאס איז וואס האט געמאכט זאט
ב' פארוואס האט מען נישט געקענט שטעלען די ביידע גרופעס אויף דער זעלבער סכום קעלעריס (600), נאר איינס פון לא קארב, און איינס פון זיסקייטען?
די תירוץ איז פשוט ווייל דאן וואלטען די רעזלטאטען געווען אנדריש!!!
ביי ביי.
אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על דא ועל הא »

משה'עלע האט געשריבן:כהאב נעכטען געהערט אויף קול מבש, "א נייע שדודיע מעלד אז עסען א זיסע זאך אינדערפרי צב"ש טשאקאלאד, דאנאט, העלפט פארלירען מער וואג ווי גיין אויף א לאו קארב דייעט! די פארשער זאגען 'די זיסע טעם בלייבט און מויל אגאנצער טאג, ממילא עסט מען ווייניגער ' "
כהאב זיך געפרייעט צו די נייעס מיט א גרויס שמחה, נעוודאי עלען מיר נישט עסען א דאנאט, אבער טשאקעלאדע איז דאך מיין פעוועריט.
אינמיטען טאג איז מיר אויסגעקימען אז כהאב געוואלט איבער זאגען פאר איינעם ד שטודיע, נא, דארף איך דאך וויסען די דיטאלען, הייבט מען אויף דעם טרייבל און מען רופט צוריק קול מבשר, הערן די דעטאלען.
"די פארשער האבען ציטיילט די מענטשען און צווי גרופעס, איין גרופע האט געגעסן לאו קארב 300 קעלעריס פאר פרישטאג, און איין גרופא האט געגעסן אויך דאנאטס און טשאקלעד 600 קעלעריס פאר פרישטאג, און די גרופע וואס האבען געגעסן די זיסקייטען זענען געווען מער זאט איבערן טאג ווי די לאו קארב גרופה עד כאן.
(סהאט מיר אלס געווינדערט וויאזוי מאכט מען סטאדיס אן הענט און פיס דער עולם וועט דאך גלייך זעהן דער שווינדעל, בשלומא א סטאדי וואס דער הונט ליגט ערגעץ טיף באגראבען, נא, נישט יעדער איז א חכם צו כאפען די ליצנות, אבער ווען דער הונט שטייט אויבען אן און ער בילט הויך, יעדער נער זעהט די ליצנות דערפון, איז וואס מאכסטו אסא סטאדי, און נעכטען איז עס מיר פארענפערט געווארען ווען איך אליינס בינעך איינגערעדט געווארען אז יש דברים בגו)
אלזא א' לא קארב און לא פעט מאכט טאקע נישט זאט, פעטענס איז דאס וואס מאכט זאט, און יתכן אז פעטענס וואס ליגט בשפע און טשאקעלאדע און אין דאנאטס דאס איז וואס האט געמאכט זאט
ב' פארוואס האט מען נישט געקענט שטעלען די ביידע גרופעס אויף דער זעלבער סכום קעלעריס (600), נאר איינס פון לא קארב, און איינס פון זיסקייטען?
די תירוץ איז פשוט ווייל דאן וואלטען די רעזלטאטען געווען אנדריש!!!


אזוי זעט מען אויס ווען מען גלייבט קול מבשר אויפן ווארט. ליין עס ווי ער האט עס געליינט וועסטו זען וואס גייט פאר
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

שכח על הא ועל דא

איך האלט מיך צוריק צי עסן תיקון נאכן דאווענען
גראדע האט מייזליש א שמועס דערוועגן און איינע פון זיינע קול מבשר שיעורים אויפ אויסציפאסטן גראד אויף ציקער
קוקט אויס די מנהג מקדמת דנא איז נישט אזוי שווארץ ווי ער לייגט עס אראפ
און אין איינוועגס קען מען א טובה טוהן א נשמה אויך
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

קוק! אוי זענען זיי גערעכט מיטען מאכען א סטאדיע, פאטיקי נעמט עס ממש למעשה. די שטתים.
ביי ביי.
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

אין דעם ארטיקל ליין איך אז ענדע טאג האבן ביידע געגעסן די זעלבע צאל קאלאריס.

אפילו די שטודיע איז לעכעריג טוט עס אבער אביסל אפשלאגן דאס וואס מייזעלס בראקט כסדר אז עסן קארבס מאכט בלויז מער הונגעריג און טרייבט דעם מענטש צו עסן מער, כאטש עס שליסט נישט אז אויב וואלטן זיי געגעסן מער פראטין און פעט ביי פרישטאג וואלט עס געהאט די זעלבע אדער א בעסערע אפעקט.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

ביודעי ומכירי אז מען עסט פעטס און אסאך פראטעין אינדערפרי איז מען זאט לכל היום
נעוואדע נאך זיך אויסהינגערן אונדערפרי אן קיין פעטענס בלייבט דער זעלבער סך הכל
אז כעל האבען צייט על איך אריינקיקען אונעם שטודיע זעהן וואס נאך עס ליגט באגראבען
מזעהט דאך קלאר אז די פארשער זענען אריין מיט א אגענדע
ביי ביי.
אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על דא ועל הא »

משה'עלע האט געשריבן:ביודעי ומכירי אז מען עסט פעטס און אסאך פראטעין אינדערפרי איז מען זאט לכל היום
נעוואדע נאך זיך אויסהינגערן אונדערפרי אן קיין פעטענס בלייבט דער זעלבער סך הכל
אז כעל האבען צייט על איך אריינקיקען אונעם שטודיע זעהן וואס נאך עס ליגט באגראבען
מזעהט דאך קלאר אז די פארשער זענען אריין מיט א אגענדע

עז איף מר. מייזעלס איז נישט דא מיט קיין אגענדע.
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

ער מאכט טאקע נישט קיין שטודיעס, און אלעס וואס ער זאגט קענט איר אליינס מברר זיין, עכ"פ א שטודיע דארף זיין אויסגעהאלטען מיט שכל הישר און רעגולאציעס אויב וויל מען באקימען דעם אמת, אבער אויב מוויל נישט. האמיר פריער געזעהן א ביישפיל
ביי ביי.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

משה לע
לאמיר נישט רעדן פון דעם סטאדי
לאמי רעדן פון די גרויסע סטאדי וויפיל אידן פאסטן אויס אויף לעקעך און ברוינפן יעדן אינדערפרי?
ווער קומט אפ בעסער סוף טאג?
דער וואס פאסט אויס אויף מזונות אדער דער ווא ספאסט אויס אויף א בהמה פלייש אדער אויף אייער אנע ברויט?
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

איר פרעגט און וואג?
אדער און געזונט?
הארץ פראבלעמען?
אדרבה פרעגט אייך נאך
וואס איך ווייס עט איר דאך נישט וועלען הערן, נא דאן פרעגט אייך נאך.
ביי ביי.
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

פאטאקי08 האט געשריבן:משה לע
לאמיר נישט רעדן פון דעם סטאדי
לאמי רעדן פון די גרויסע סטאדי וויפיל אידן פאסטן אויס אויף לעקעך און ברוינפן יעדן אינדערפרי?
ווער קומט אפ בעסער סוף טאג?
דער וואס פאסט אויס אויף מזונות אדער דער ווא ספאסט אויס אויף א בהמה פלייש אדער אויף אייער אנע ברויט?


;l;p- האסט מיר געמאכט שמייכלן.

משה'לע נעם עס נישט אזוי ערענסט, ער האט געמאכט א וויץ, שמייכל מיט עס שאדט נישט פארן געזונט...
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

און כהאב פארגעסן ציצולייגען
צוקער?
סטרעס?
גראדע די משקה העלפט יא פאר סטרעס, בדוק ומנוסה! אבער די מזונות מאכט קאליע?
ביי ביי.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

Red meat: What makes it unhealthy?
נישט א סתירה צו ר' הערשלן?
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

קענסט טרעפן יעדן טאג זאגן אקעגן ר' הערשל.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

leiby האט געשריבן:Red meat: What makes it unhealthy?
נישט א סתירה צו ר' הערשלן?



דא האסטו די גאנצע ענטפער.

http://bit.ly/zJKpeN

האסט נישט געדולד צו ליינען, דאן זייט וויסען אין כאן לא קושיא ולא פירכא, אבל יש כאן תירוצא סגיאה.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

פאר ווער עס ווייסט נישט, ר' הערשל האט א טעלעפאן ליניע מיטן נאמען "קול בריאים", וואס אנדערש ווי זיינע קולמבשר שיעורים וואס זענען זייער פארמאל, איז די שיעורים אויף קול בריאים מער מיט א היימישקייט, מיט א חוש ההומאר, מיט גאר א דאון טא עירטה שפראך.

די אויסוואל דארט, חוץ די שאלות ותשובות און פאפולערע פערזענליכע סוקסעס מעשיות, איז לעצטענס צוגעלייגט געווארן אויך נומער צוויי, רעפארטס און סטאדיס, ווי ר' הערשל לייגט אראפ לעצטע סטאדיס מיט זיין טוויסט, און צונעמט עס כדרכו, צו עס איז וואר צו נישט.

אבער די לעצטע שערורי' דא איז גאר עפעס אנדערש...... ר' הירשל איז אריין אין א "קול תורה ליין" אויף נומער 7 אויף זיין קול בריאים ליין ווארפט ער צוזאם פון געשמאקע ידיעות התורה, ביז דרושים און בית יוסף קשיא תירוצים. דקדוק און טעמי המקרא וכו' וכו'. וכדרכו טרעפט ער אפיר נישט זאכן וואס די טרעפסט נישט אין תורה צעטליך וואס באדעקען די טישן שבת אין ביהמ"ד, נאר באהאלטענע ידיעות, היסטארישע אוצרות, פונעם רייכען תורה קוואל, גאר גוטע ווערטער, אראפגעלייגט מיט זיין לשון לימודים.

וואס האבעך צו זאגען מיר, איך האב גאר שטארק הנאה דערפון און איך גלייב איר וועט אויך. שמעו ותחי נפשכם
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

דא האט איר א מפתח פון נייע זאכן וואס זענען ארויף אויפן סיסטעם פאריגע וואך.

בס"ד
מפתח משבוע שעעל"ט
פרשת ויגש – ולמספרם 12-22 – 12-16
קול מבשר (דריקט 3, דערנאך 2, דערנאך 1)
-
קול בריאים (845-738-1999|845-351-2440|718-819-3030|02-372-0717|03-372-0332)
(2) נאטורליך און געזונט – געספאנסערט דורך מעקסי העלטה
(1) ווייטעמין לעקציעס

(1) ווייטעמין לעקציעס
(2) סופלעמענט ריפארטס און שטודיעס
יום ב' 29# אמעגא 3 און קא קיו 10 ברענגט אראפ PSA שטאפלן.
יום ג' 30# באקטעריע אין מאגן שייכות צו סטראוקס.
יום ד' 31# העכערע קעראטענטויד שטאפלן פארבינדן מיט רעדוצירטע ריזיקע פאר פרויענישע יענע מחלה ל"ע.
יום ה' 32# פארשלאפענקייט אינמיטן טאג, און שלאפן דיסארדערס פארבינדן מיט ווייטעמין D שטאפלן.
(3) פאזיטיווע רעזואלטאטן, סוקסעס סטוריס, עצות
יום ב' 93# פארלוירן 50 פונט, טרייגליסעריידס אראפ, HDL ארויף, בלוט דרוק אראפ צוזאמען מיט מאגנעזיום און פאטעסיום. שאלות: LDL ארויף. שפירט שוואך און דיזי.
יום ה' 94# רוהיגע קאפ צום לערנען. קאלעסטעראל פארבעסערט. שאלה: A1C נישט גענוג פארבעסערט.
(4) שו"ת
יום ג' 160# בעטא קעראטין שטאפלן ארויף שטארק פון עסן מייערן. האר פאלט ארויס.
יום ד' 161# פייבער האלט אפ HDL פון ארויפגיין.
יום ה' 162# סוי. גיין אפט אין ביהכ"ס. UREA NITROGEN, און MCH.
יום ה' 163# באבעס געגעסן בייגלס מיט לאקס, קוקיס מיט קיפעלעך. וויכטיג צו עסן קאקאש קעיק און קרים קעיר. טאטע געהאט פראצעדור. אינגע מענטשן ליידן אויפן הארץ. אמונה און בטחון אלעס פון אייבירשטן.

(7) קול תורה

(1) פרשת השבוע ועניני דיומא
יום ב' 43# ד"ת אל תירא מרדה מצרימה, אנכי ארד עמך מצרימה, ואנכי אעלך גם עלה, ויוסף ישית ידו על עיניך (עפ"י ספר ראשית ביכורים).
יום ג' 44# מתחילה בעלילה באת עלינו. וקרהו אסון. ערב את הנער לאמר. (תולעת שני).
יום ד' 45# גם אנחנו נהי' לאדוני לעבדים, גם עתה כדבריכם כן הוא, אשר ימצא אתו הוא יהי' לי עבד, והורדתם את שיבתי ברעה שאלה, כי עבדך ערב את הנער (עין יוסף – חזן).
יום ה' 46# במדרש ריב"ל חזר על כל בעל הגדה שבדרום... (כרם שלמה).
ערש"ק 47# ליקוט בענין ארץ גושן: פרעה נתנה לשרה בכתובתה (פרקי דר"א), נקרא גושן מפני שפרעה ניגש אליה, ומזיק משלם מיטב (מדבר קדמות להחיד"א), כשהוחזקו בגושן הוחזקו בכל ארץ מצרים (ספר הליקוטים בשם אהבת ציון ואלשי"ך), יעקב שלח עם יהודה השטר כתובה, רצועה יצאת מאר"י (שפתי כהן, מהר"י ט"ב), גושן היתה נבלעת בתוך אר"י, מפני שיהודה הלך לפניו זכה לגושן (רד"ק ביהושע), יין ישן ששלח יוסף ליעקב היתה מאוצר מארץ גושן (חשוקי חמד בשם פורת יוסף), משה קידש החודש בגושן שהי"ל דין אר"י (שבחי כהן כתר תורה ראדאמסק), לגור בארץ באנו לסחורה, ואז מותר לעכב ישבו נא עבדיך (שיר מעון), ועתה שיש חשש להתבטל ברוב אומות, ישבו נא עבדיך וכל קבוע כמחצה, ודרוש נאה לפר' שמות (נפתלי שבע רצון).
(2) ידיעות
מוצש"ק הוספה על 27# אולי מחלק הקאמארנער בין ח' לע', והא דמזכירו בפסוק רקיע היא מפני ששם מאריך המנחת ש"י בדבר. בסימנים עשה סימנים לדבר. הפת"ח בין שתי אותיות.
יום ב' 28# דקדוקי קרי"ש (7) יו"ד אחר סגול. יו"ד אחר חולם ומלאופם. גירסאות בתיבת 'צווי' פעליה כראוי במוסף של שבת.
יום ד' 29# טעמי המקרא (6) התלישות. מחלוקת אם תלישא קטנה היא מפסיק או מחבר. בד"כ היא מפסיק קצת. חוץ אם אין מקום להניח קדמא לאחריו.
יום ה' 30# רַעְמְסֵס ורַעַמְסֵס (אבן עזרא, רש"י פר' שמות, רמב"ן פר' וישלח, היכל הברכה).
ערש"ק 31# החילוק בין תיבת 'לו' לתיבת 'אליו' (אוה"ח עה"פ ויגש אליו, בשם שו"ת מהר"ם אל אשקר, בשם הר"ן)
(3) שו"ת
יום ג' 17# האם פתח גנובה היא קרי וכתיב. אם לא מלמדים האיך לבטא הה"א לאחריו אז אין ללמד לומר האל"ף. ליקוט וסתירות בהיכל הברכה בהוספת אל"ף או יו"ד או וי"ו באות גנובה.
יום ד' 18# שו"א בסוף תיבה.
יום ה' 19# למה נחוץ יותר ללמוד לומר אותיות החסירים מללמוד הברה הנכונה של האותיות והנקודות.
יום ה' 20# עצלות המדפיסים או טורח הסופרים. תוס' ישָנים ולא ישֵנים.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

וואס איז זיין ג'ימעיל אדדרעסס?
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”