פחדים נאך א טראגעדיע רח"ל

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

פחדים נאך א טראגעדיע רח"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

כלל ישראל איז דורך נעכטן זייער זייער א שווערע טאג, ווען רוצחים האבן פריצייטיג פארשניטן צוויי אינגע אימשילדיגע נפשות הי"ד ביי א מקום ווי א יעדער איינער האט זיך געקענט געפינען, אינמיטן א היימישע יושוב, ווי פארשטענדליך באקומען רוב אידען פחדים נאך אזא מעשה, אז עס קען געשען פאר מיר אויך איז ס'דא מענטשן וואס טראכטן גלייך אז נע צו מיר וואלט עס עס נישט געשען, ווייל עפעס א סיבה וואס ער טראכט... יא די רמב"ם זאגט אז דער איז אן אכזר אבער שוין נישט פון דעם רעדט מען... דאס איז פאר די בעלי המוסר. נאכדעם איז דא מענטשן וואס זיי האבן טאקע פחדים אבער זיי ווייסן אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד, זיי נעמען זיך צאם און גייען ווייטער.. סאיז דא אבער נאך א חלק כלל ישראל וואס נאך אזא טראגעדיע ווערן זיי אויס זיי באקומן פחדים פון א יעדע גוי אויפן גאס, מ'האט מורא פינעם אייגענעם שאטן א פחד פון זיין אליינס, אפגערעדט פון גיין צי די פלאץ ווי עס איז טאקע געשען... און א גרויסע פראצענט פון די מענטשן גייען נישט אדער שעמען זיך צו בעטען הילף פון אנדערע (געווענדליך די מענטשן וואס האבן פחדים שעמען זיך צו בעטן הילף) איז ממילא אזוי ווי אייוועלט איז א פלאטפארמע ווי גרויסע נפש מבינים געפינען זיך דא וואלט געווען כדי אביסל אויסשמיסען עצות מיט הילף...
לפנות בוקר
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

חושב מחשבות... האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:ס'איז למעשה זייער אויפפאלנד אז זיי האבן געפארן עטליכע גאסן און זיך נישט אפגעשטעלט נאר ביי דעם פיצעלן געשעפט, הלא דבר הוא. ניין? קען זיין די פאליציי וואלט זיי געקענט אראפהאלטן, אבער ס'שיינט זייער שטארק אז זיי האבן ליידער געקומען מיט א פלאן.

אודך שפעקולאציעס

סא יעדער דארף פון היינט אין ווייטער ציטערן צו גיין צו דעם געגנט ווייל מען צילט אונז?

גארנישט מיט שפעקולאציעס, די מעיאר האט דאך קלאר געזאגט אז ס'איז געווען געצילט, און געוויסע מאכן עס אוועק אז ס'שטומט נישט, זאג איך אז איך קען הערן פארוואס ס'שטומט יא


לגבי דיין פחד קענסטו קומען אין אישי, איך קען דיר העלפן

פארוואס זאל נאר איין אישי הנאה? קום אריין ברבים!
לפנות בוקר
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

א שפיטאל נעבן דעם צובראכענע בריק...
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

איך וויל זיך מתתבונן זיין וואס איז נעכטען געשען? איך האב נעכטן אויסגעפינען אז מ'קען הרג'ן מענטשן? אדער אז מענטשן קענען שטארבן? ניין ווייל איך ווייס שוין פון לאנג אז עס איז דא רוצחים וואס הרג'ן מענטשן. הייסט עס אז נישט די ידועה פונעם פראבלעם האט מיך געמאכט מורא האבן, נאך טיפער איך האב נישט קיין פחד פונעם פראבלעם ווייל והא ריאה איך ווייס שוין פון דעם פראבלעם לאנג און איך האט געהעריג געקענט אריין גיין אין ביהמ"ד אדער אין גראסערי..
נאר איך האב מורא פון עפעס אנדערש.......
א יעדע מענטש ווערט געבוירן מיט א שלעכטע געפיל אז ער איז א שוואכלינג, א נישט פארזיכערטע מענטש, ווי עלטער מווערט פארדעקט מען די הרגשה מער און מער, ווייל א מענטש איז זייער אימבאקוועם צו פילן שלעכט, איז די הרגשה ליגט באגראבן טיף אינעם מענטש.. אין דער מענטש לעבט מיט א שטענדיגע פחד אז די הרגש גייט ארויף קומען, איז לעבט ער א גאנץ לעבן מיט איין ציל ח"ו קיין איין מאל פילען שלעכט, ער גייט נישט גיין צו קיין שמחות אדער אין א שול ווי ער (פילט) גייט פילן אז ער איז נישט שטארק.. איך מעג קיין איין רגע נישט טראכטן אז איך בין נישט גוט...
איז נאך אזא טראגעדיע קומט ארויף זייער שטארק די אלטע הרגשה אז איך בין נישט פארזיכערט א פעיליער א חסר בפרט אז מ'האט געזיכט אידען און מ'וויל שנעל אוועק לויפן פון די געפיל, פארוואס ווייל איך וויל נישט פילן אז יא איך בין א פשוטע מענטש וואס איז נישט זיכער אין איך מיז אנקומען צום אייבערשטען זאל מיך פארזיכערן פארוואס ווייל איך בין א חסר.
איז די גאנצע פחד איז נאר איין זאך א פחד פון פילען שוואך!!
איז די עצה וויסען אז איך האב שלעכטע הרגשים קיין שום זאך אין דער וועלט גייט מיך אוועק נעמען די שלעכטע געפילען, און איך קען סובל זיין די הרגש אז איך בין שוואך.
איינמאל א מענטש הייבט זיך אן צו באקענען און סובל זיין זיינע הרגשים גייען אטאמאטיש אלע פחדים און פראבלעמען אוועק פאלן.
לפנות בוקר
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2767
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

זייער גוט געשריבן אבער סאיז לכאורה יא דא ווער סהאט מורא פשוט צי סוועט נישט יעצט נאכאמאל עפעס געשעהן היו לא תיהי'
דעריבער איז דא נאך א עצה איז דא מזאל טראכטן אז וואס סגייט געשעהן גייט מילא געשעהן און די מחשבות גייען מילא גארנישט טוישן דאן לאמיר כאטש אנגיין מיטן לעבן פרייליכערהייט און טאן רצון השם בין אדם למקום ובין אדם לחבירו מיט א געשמאק

והא ראי' אז די מחשבה טוישט גארנישט, ווייל וויאזוי בין איך מאנטאג געווען אזוי רואיג כאטש אין פאקט איז דינסטאג עפעס געשעהן און אילו וואלט מיר קיינער נישט דערציילט וואלט איך היינט אויך נישט מורא געהאט טא איז דאך קלאר אז אלעס איז נאר פחד וואס קען גארנישט טוישן און גארנישט העלפן און אז מטראכט אזוי קען מען שטארק באראואיגן דעם נפש

און נאך מער ווי דעם קען מען זיך מתבוננן זיין אז סאיז הפענטליך באשערט אז סוועט מער קיינמאל נישט זיין קיין מתים לפני זמנם און אויב חלילה יא בין איך מתפלל עס זאל נישט זיין, און נאכן דאווענען איז מען בטיח אז השי"ת נעמט אונז ארום מיט א שמירה עליונה און גארנישט גייט נישט געשעהן, און אויב וועט חלילה נאך אלץ יא געשעהן איז האפענטליך בין איך פון די 99 פארצענט וועלכע וועלן נישט געהרגט ווערן און אויב חלילה איז דא א גזירה בין איך מתפלל אז סזאל בטיל ווערן אלע גזירות, און נאכן דאווענען איז מען בטיח אז השי"ת נעמט אונז ארום מיט א שמירה עליונה און גארנישט גייט נישט געשעהן,
און מכאן ואילך גייט די מחשבה ופחד גארנישט טוישן קיין שום מציאות, און מגייט אן אנע פחדים בעזר השי"ת.
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

ווען עפעס שוידערליך פאסירט שיסט עס אריין פארשידענע שווערע געפילן אין די נפש פון די מענטש, און איז ווי א אפענע וואונד וואס קלאפט אראפ די גייסט פון די מענטש און געבט ארויס געפילן פון מיטלייד פאר די באטראפענע, פחד אז ס'זאל זיך נישט איבערשפילן, געפילן פון שלימזלות.

צוליב וואס מענטשן האבן היינט שוואכע כוחות הנפש און קענען נישט אויסהאלטן צו פילן טרויער פאר איין מינוט, זוכט מען חיזוק אין די ערשטע מינוט, מ'זוכט צו באדעקן די וואונדן מיט געפילן פון שמחה און מ'זוכט צו טרעפן אנדערע גוטע זאכן וואס האבן פאסירט און אזוי פארגעסן פון די שוועריקייט.

די מענטש איז א קאמפלעצירטע מאשין וואס נעמט אריין אלעס וואס שפילט זיך אפ ארום און ארום און טוט אוועקלייגן אלע געשעענישן וואס שפילן זיך אפ ארום אים, ס'נישט דא די אפציע פון אויסמעקן אינפארמאציע בלויז מיטן דריקן א קנעפל, ווען מ'טוט באדעקן די וואונד איז ער נאך אלץ קאי וקיים און ליגט פארשטעקט אין די נפש פון די מענטש און לאזט ארויס שווערע געפילן אינטער די באוויסטזיין פון די מענטש.

ווען א מענטש פארלירט א נאנטע האט די באשעפער געהייסן זיך אראפזיצן אויף א בענקל פאר 7 טאג און נישט מסיח דעת זיין פון די טראגעדיע, דערנאך האט ער הלכות פאר די גאנצע יאר וואס האלט אים אינאיין דערמאנען פון זיין שוועריקייט, לכאורה וואלט געווען א בעסערע עצה אנצוצינדן ר' מיילעכ'ן און נעמען אביסל אינספעריציע און אזוי באדעקן די וואונדן, קום מיר צוריק צו די זעלבע געדאנק אז א מענטש איז נישט קיין מאשין וואס מ'קען מעקן שוועריקייטן מיט א בלויזע קנעפל, ס'איז דא א סיסטעם ווי אזוי די מענטש ארבעט.

די ריכטיגע וועג איז זיך אראפצוזעצן און איבערגיין וואס ס'איז דורך די וואך, און ארויסברענגן אלע געפילן וואס די טראגעדיע האט איבערגעלאזט, פארלאזן אפאר טרערן און ארויסגעבן די גאנצע שוועריקייט דורך טרויערן און מיטפילן מיט זיך אליין מיטפילן מיט די באטראפענדע. איך האב אמאל געהערט פון א גרויסע פראפעסיאנאל, אז בי די מעשה פון לייבי קלעצקי ע"ה האט ער זיך אראפגעזעצט און געוויינט פאר 20 מינוט און דערנאך זיך געפילט אויסגעוואשן

אודאי איז וויכטיג צו קוקן אויף די ניסים וואס די באשעפער האט ברוב רחמיו וחסדיו פארשוינט די אנדערע אידן מיט די קינדער, אבער ס'איז דא א סדר ווי אזוי דאס דארף צו גיין, קודם דארף מען פראסעסען די געפילן פון טרויער דערנאך זיך שטארקן מיט א פרישקייט

נאך א נקודה
ס'דא א מאס וויפיל גיג די מוח פארנעמט אויף איין מאל, געווענדליך די טאג טעגליכע פונקציעס קען ער געהעריג פראסעסען אן קיין פראבלעם, אבער ווען ס'קומט אריין אינפארמאציע וואס איז גרעסער און שווערער ווי געווענדליך קען עס די מוח נישט דערהייבן, דאס איז די סיבה פארוואס ווען א מענטש איז רח"ל פארמישט אין א קאר עקסידענט, קען ער צומאל פארלירן זיין באוויסטזיין און אין מערסטענס פעלער וועט ער נישט געדענקן וואס ס'האט זיך אפגעשפילט אין יענע מינוטן, די מוח נעמט עס אריין אין זיך אבער קען עס נישט אפלערנען פראסענען און פלאצירן אין די פאלדער ווי ער באלאנגט, נאר די אינפארמאציע בלייבט ווי א אפענע פייל וואס איז נישט גע'סעיוו'ט און נישט פארלאשן, די מוח קען נישט בלייבן מיט קיין אפענע פיילס, וועט ער אין די וואכן אין חדשים נאך די טראגעדיע ארויפשיקן פלעש בעקס צו די מענטש, און כסדר דערמאנען די מענטש פון די שוועריקייט וואס איז אים אריבער, מיטן ציל אז די מוח זאל עס פראסעסען און פלאצירן.
דערפאר אין די תקופה נאך א דורכגאנג ווען עס קומט ארויפ די שווערע בילדער נאכאמאל און נאכאמאל גייט עס בכלל נישט אריין אין כלל פון טראומע, נאר איז א נארמאלע פונקציע ווי אזוי די מוח טוט פראסעסען שווערע פייל'ס, און 'מדארף אים לאזן טוען זיין ארבעט בשלימות, נישט שטערן פון זיין געטרייע ארבעט ווייל ער קען זיך נוקם זיין און עס פארמען צו א טראמע
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”