איך בין גרייט צו צאלן $1000!

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

ALS-Refuah
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 4:51 pm

איך בין גרייט צו צאלן $1000!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ALS-Refuah »

איך בין גרייט צו צאלן $1000 פאר דער וואס ברענגט מיר אינפארמאציע פון א פאציענט וואס האט געליטן אויף A.L.S. ר"ל, און איז געווארן אויסגעהיילט דערפון.

עס מיז זיין קראנט, (נישט נאר שקרים פון די אינטערנעט), נישט דמיונות וואס יעדע נעטשורעל דיסטריביוטאר קומט אויף...

איינער וואס האט קלאר געליטן דערויף, און האט זיך ארויסגעדרייט דערפון.

[נישט פארטוישן מיט M.S. ר"ל]

ס'פארהאן א שפיטאל אין כינע וואס טענה'ט אז זיי האבן שוין אויסגעהיילט מענטשן דערפון, אבער לכאורה וואלטן דאס די אלע וואס ליידן דערויף ביי אנ"ש געדארפט וויסן, אין די צייט וואס אין U.S.A. ווייסט מען נישט דערפון.

אבער אולי יש דברים בגו, וואס ווער ס'קען העלפן קען אנהייבן די ריסערטש פון זייער סייט:
http://www.wumedicalcenter.com/article/ ... 12475.html

זיי האבן דארט א פעידזש patient stories - als מיט אביסל אינפא.
איז אויב איז שייך צו קאנטאקטן יענע מענטשן הערן פון זיי צו ס'קראנט וכו'
אולי יש תקוה
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ס'מעגליך אז ס'דא וועס זענען געווארען אביסל בעסער דורך די סטעים סעל'ס, אבער אויסגעהיילט און געבליבן אזוי פאר א לענגערע צייט, לא שמענו.

און אויף MS איז אויך לא שמענו אז איינער האט זיך אינגאנצן אויסגעהיילט.

זאל דער "מצמיח ישועות" זיין "בורא רפואות" פאר די אלע ביטערע קרענק ל"ע, און אלע אידן זאלן האבן א רפואה!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ביטע קוק נאך Ted Harada
די $1000 בין איך דיר מוותר, און בעט אז מ'זאל עס נוצן פאר א סעודת הודיה אי"ה בקרוב!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

געווען אין די היימישע נייעס א צייט צוריק וועגען איינע פון ראשי ישיבות אין מיר ירושלים דוכט זיך מיט די נאמען ר' יצחק שמולעוויץ ז''ל, וואס די רפואה האט עם אזוי פארבעסערט אז ער האט געקענט ארויסגעברענגט פון בעט, און שטיין אויף די אייגענע פוס, און צוריק קומען אין ישיבה זאגן די שיעור.

א קורצע תקופה שפעטער האט ער ליידער אויסגעהויכט די נשמה, קיין פרטים ווייס איך נישט.

אויך איז א קלא דלא פסיק אז הנגיד לעבאוויטש בן ר' ברוך מרדכי איז א גרויסע אינוועסטער אין די רפואה.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

יידישע קהילות האט געשריבן:ביטע קוק נאך Ted Harada
די $1000 בין איך דיר מוותר, און בעט אז מ'זאל עס נוצן פאר א סעודת הודיה אי"ה בקרוב!


קוק דא פאר א באריכט.
https://www.washingtonpost.com/opinions ... 294ecccf40
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

דא איז א באריכט איבער א קלינישע סטעם סעל טרייעל פון א יוניווערסיטי אין Chicago וואס ריקט זיך פאראויס מיט גוטע ערשטע רעזולטאטן.
https://alsnewstoday.com/2017/09/15/pot ... cal-trial/

דא איז א באריכט פון א יוניווערסיטע אין א"י וואס די ערשטע טרייעלס געבט גאר גרויסע האפענונג אבער עס האלט נאך פאר די מענטשליכע טרייעלס, דערווייל איז עס געווארן געטרייט אויף מייז אבער וויבאלט די מעדעצין איז ציזאמגעשטעלט פון אינגרידיענטס וואס איז שוין אפפראוועט פאר אנגערע מעדעצינישע צוועקען וועט נישט נעמען לאנג צי באקומען באשטעטיגונג פאר מענטשליכע טעסטען.
https://www.timesofisrael.com/israeli-s ... t-for-als/

עכ"פ דאס איז זיכער אז עס זענען מערערע שטודיעס סיי דא און סיי אין אנדערע פארגעשריטענע לענדער איבער סטעם סעל טעריפי פאר ALS אבער עס נעמט יארן זיך צו ריקען פון איין סטיעטש צום צווייטען צוליעב די אומגעהוירע שטרענגע און קאמפלעצירטע רעגולאציעס, איז דעריבער דא א מעגליכגייט אז אין טשיינע ווי די אלע רעגולאציעס זענען נישטא האבן זיך די פארשער (מיט די ג'גנב'טע ריסורטש) גערוקט סך מער פאראויס אבער ציליעב די זעלבע סיבה זענען זייערע געפונסען נישט מאסגעבענד אין אנדערע פארגעשריטענע לענדער. פון די אנדערע זייט זענען די כינעזער אויך באקאנט אלס קליינע אמת זאגערס.
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
ALS-Refuah
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 4:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ALS-Refuah »

וואדקע האט געשריבן:דא איז א באריכט איבער א קלינישע סטעם סעל טרייעל פון א יוניווערסיטי אין Chicago וואס ריקט זיך פאראויס מיט גוטע ערשטע רעזולטאטן. ע רעגולאציעס, איז דעריבער דא א מעגליכגייט אז אין טשיינע ווי די אלע רעגולאציעס זענען נישטא האבן זיך די פארשער (מיט די ג'גנב'טע ריסורטש) גערוקט סך מער פאראויס אבער ציליעב די זעלבע סיבה זענען זייערע געפונסען נישט מאסגעבענד אין אנדערע פארגעשריטענע לענדער. פון די אנדערע זייט זענען די כינעזער אויך באקאנט אלס קליינע אמת זאגערס.


א גרויסע ייש"כ פאר אלע וואס פראבירן צו העלפן.

ווער עס ווייסט נאך זאכליכע אינפארמאציע זאל ביטע זאגן.
משה חיים פנחס
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 8:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה חיים פנחס »

א איד וואס איז געפארן אויף טשיינע זיך היילן

https://thechesedfund.com/cause/als-des ... everything

קענסט פראבירן אויף עפעס אן אויפן אנציקימען צו אים מעגלעך דורך קופת העיר
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

די אייבערשטער זאל שיקן א שנעלע און גאנצע רפואה פאר דיין קרוב.

די גרעסטע סייענטיסט און חכם היינטיגע צייטן איז Stephen Hawking, ער איז שוין דיאגניזירט געווארן מיט די שרעקליכע מחלה פון ALS מיט ארום 50 פופציג יאר צוריק!
ער איז טאקע נישט אויסגעהיילט געווארן דערפון, אבער דאס אז ער איז שוין 50 יאר מיט די מחלה גיבט שוין א שטיקל האפענונג.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
namlich
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2022 2:20 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך namlich »

פאראינטערסירט האט געשריבן:די אייבערשטער זאל שיקן א שנעלע און גאנצע רפואה פאר דיין קרוב.

די גרעסטע סייענטיסט און חכם היינטיגע צייטן איז Stephen Hawking, ער איז שוין דיאגניזירט געווארן מיט די שרעקליכע מחלה פון ALS מיט ארום 50 פופציג יאר צוריק!
ער איז טאקע נישט אויסגעהיילט געווארן דערפון, אבער דאס אז ער איז שוין 50 יאר מיט די מחלה גיבט שוין א שטיקל האפענונג.

dyed in 2018
האסט געליינט מיין תגובה? האסט הנאה געהאט? געב א לייק!
דאס גיבט כוח און מוט צו שרייבן נאך!.
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: איך בין גרייט צו צאלן $1000!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

עס איז דא אסאך סטאדיס אז CBD קען העלפן אפשטעלן אדער פארשטייטערן די מחלה (נישט אויסהיילן ממש אבער אוב ווערט עס אפגעשטעלט און ווערט נישט ערגער איז שוין א גרויסע ישועה)
דא איז איינס פון זיי ביי די סייט פון ALS NEWS TODAY
https://alsnewstoday.com/cannabis/
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”