EMDR טעראפי

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אפשר יא אפשר ניין
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 12, 2017 6:46 pm

EMDR טעראפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר יא אפשר ניין »

איז איינער באקאנט אין די סארט טעראפי פאר טראמא, ווי עפעקטיוו דאס ?
ווייסט איינער ווער עס טוט עס ביים היימישן ציבור ?

איך וואלט זייער דאנקבאר געווען ווער עס ווייסט מער אינפארמאציע זאל עס קומען מיטטיילען
ש'כח גדול
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

וויפיל ס'ליגט מיר אין קאפ, אבער איך בין נאך קיינמאל נישט געזעצן ביי א אי עם די אר,
ס'מיינט Eye movement desensitization and reprocessin
דער רבש"ע האט באשאפן אז א מענטש נאך א טאג מיט איבערלעבענישן וואס שטערן, זאלן די איבערלעבענישן ווערן "אויס", דורך דעם וואס די אויג פארט אהער און אהין בשעת
Rapid eye movement שנעלע ריקן פון די אויגן אהין און צוריק. וואס געשעהט אין איינע פון די שטאפלן פון שלאף.
שטעל דיך פאר א משל, דו האסט א ריסייקל מאשין, יעדע נאכט ווען דו גייסט שלאפן נעמט די מח (אזוי זאגן זיי) די איבערלעבענישן פונעם טאג, און מאכט עס "אויס". דערפאר א מענטש קען זיך לייגן שלאפן אנגעווייטאגט אויף איינעם, אבער אינדערפרי, וועט ער מער נישט שפירן דעם ווייטאג, דאס איז וואס מענטשן זאגן "לאמיר עס איבערשלאפן א נאכט". מ'איז ברוגז אויף א חבר, היתכן וכו', אזא עגמת נפש, איך גיי אים נישט קענען מוחל זיין קיינמאל. אבער אינדערפרי וועגן די Rapid eye movement, ווערט געפראסעסט אט די ווייטאג, און דער מענטש שטייט אויף ווי א נייער מענטש.
יעצט, אבער אויב דער מענטש האט איבערגעלעבט צו א שווערע איבערלעבעניש, צו א שווערע טראמע, וויל דער מח זיך בכלל נישט ספראווענען דערמיט, ווייל דער מח ווייסט אז ס'איז צו שווער אפילו צו טראכטן דערפון. אזוי ווי איינער זאגט "רעדט נישט מיט מיר קיינמאל דערוועגן". סאו דער "איבערלעבעניש" ווערט נישט געפראסעסד דורך די שנעלע ריקן פון די אויגן אהין און צוריק. פארוואס? ווייל ס'ווערט אוועקגעלייגט אין א באזונדערע מעמארי וואס דער מח וויל בכלל נישט האבן קיין שייכות דערמיט. ווייל ס'איז א אומגעהויער שווער עס אפילו אנצורירן.
איז דער אי עם די אר, דער קלייענט זיצט, און ס'ווערט צוריק ארויפגעברענגט די "אימפעקט" פון די שווערע מעמארי וואס דער מענטש וויל פארגעסן דערפון, און ס'ווערט שטאטליך געפראסעסד, דורכ'ן ריקן די אויגן אהין און צוריק בשעת די שרעקליכע איבערלעבעניש איז ממש אקטיוויזירט. די אויגן ווערן געריקט אהין און צוריק דורך די פינגער פון די טערעפיסט וואס מאכט דעם EMDR. און ענדליך ווערט דער טראמע געפראסעסד.
לאמיר זאגן א קינד וואס כאפט אומגעהויערע פארשעמונגען אין חדר פון חברים ח"ו, און דעם אנדערן טאג זעהט מען דעם קינד שמייכלן, מוז נישט זיין אז אלעס איז אוקעי. קען זיין אז ס'איז געווארן פארפאקט טיף אין אן אנדערע מעמארי, וואס גייט ווייטער ארויסשיקן זיינע שילוחים און אנדרייען שוועריקייטן פארן מענטש.
יעצט, איך ווייס אבער נישט קיין עקספיריענס פון אי עם די אר, ווי עפעקטיוו דאס איז.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

פרעג מתבונן
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”