איז חולי הנפש די מערסט פיינפולע מחלה ל''ע?

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

איז חולי הנפש די מערסט פיינפולע מחלה ל''ע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

איך האב געהערט נאכזאגן בשם הרה''צ' ר' יעקב מאיר אז ווער עס ליידט אויף מחלת הנפש איז אינו רואה פני גיהנום
אך האב געהערט פון איינעם וואס טוט אין דו ענינים אז דאס איז דו מערסט פיינפולע יסורים פאר א מענטש ל''ע ערגער ווי די מחלה הידועה בין איך נייגעריג וואס דער עולם האלט דערוועגן.
דאכט זוך מיר אז איינער וואס איז אפגעטיילט פון זיין בּ''ב איז דו איינציגסטע זאך וואס איז שווערער.
למאי נפק''מ? שוין איינמאל א נפק''מ, צו ארויסהאבן דו חומר הנושא
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

נתנאל מינצבערג האט געשריבן:איך האב געהערט נאכזאגן בשם הרה''צ' ר' יעקב מאיר אז ווער עס ליידט אויף מחלת הנפש איז אינו רואה פני גיהנום
אך האב געהערט פון איינעם וואס טוט אין דו ענינים אז דאס איז דו מערסט פיינפולע יסורים פאר א מענטש ל''ע ערגער ווי די מחלה הידועה בין איך נייגעריג וואס דער עולם האלט דערוועגן.
דאכט זוך מיר אז איינער וואס איז אפגעטיילט פון זיין בּ''ב איז דו איינציגסטע זאך וואס איז שווערער.
למאי נפק''מ? שוין איינמאל א נפק''מ, צו ארויסהאבן דו חומר הנושא

עס איז א גמרא מפורשת, (עירובין מא) מי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנם
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

ראספשע האט געשריבן:

איך מיין צו זאגן איינער וואס האט מקיים געווען וכתב לה ל''ע
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

באמת וואלסטו געדארפט אויפזוכן די מענשט וואס האט געהאט ביידע סיי חולי הנפש און סיי חולי הגוף און פרעג איהם וועלכע ס'שווערער.

אבער לאמיר נישט מאכן קיין קאמפעטישן צווישן די 2, יעדעס באזונדער איז ביטער שווער, אבער ס'נישט רחוק מן השכל צו זאגן אז ס'איז גרעסערע יסורים..

פארגעס נישט אז יסורי הנפש שפירט זיך אויך כמ"פ אין די גוף..
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

איך קלער אז ס׳איז נישט שייך צו זאגן וועלכע איז ערגער, אבער ס׳קלאר אז גייסטישע יסורים איז דאס וואס ס׳ברענגט מענטשן צו ערגרע פלעצער, א שטייגער ווי עבירות רח״ל, דראגס, און ביים ערגסטען זעלבסטמארד ל״ע ה״י.

גייסטישע פיין, קומט מיט אינערליכע צוקלאפטקייט. גייסטישע יסורים באקומען נישט אזויפיל פאזעטיווע שטיצע, חיזוק, אד״ג.

וויפל ארגענעזאציעס זענען דא פאר פיזיש קראנקע, און ווי ווייניג איז פארהאן פאר מענטל. עס איז נישט פארהאן קיין rccs פאר אידן בעלי משפחות וואס גייען אדורך יסורים וואס זענען אומבאשרייבליך.
עס מאכט נישט ווייניגער די שוידערליכע צושטאנד פון פיזיש ליידענדע, אבער וואס דטרפסטו מער ווי דאס וואס אלע דאקטוירים זאגן אז ווילאנג די פאציענט פארמאגט נאך מוט צו בייקומען זיין מחלה האט ער מער שאנסן דאס צו מאכן.

יעצט שטעל דיך פאר ביי א מענטש וואס ליידט פון דעפרעסיע וואס האט בכלל נישט קיין מוט, די משפחה שעמט זיך מיט אים, ער שעמט זיך מיט זיך (נעבעך, נישט גענוג אז ער ליידט) און זעט אלעס שווארץ.

ווער ליידט גרעסערע יסורים? כ׳ווייס נישט, אבער איך ווייס יא אז גייסטישע יסורים איז גארנישט ווייניגער ווי דאס ארגסטע קרענק (פיזיש)
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

וויאזוי קען א גייסטיש געזונטע מענטש ענטפערן די שאלה?

ווידער איינער וואס איז נישט געזונט קען מען נישט אננעמען זיינע ווערטער 100%
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכנעה »

איך האב געהערט פון רי"א מאסקאוויטש עפעס א אויסדריק בשם איינע פון די צדיקים אז 1 שעה יסורי הגוף אויף דער וועלט איז ממתיק 1 וואך יסורי גיהינום
און 1 שעה יסורי הנפש אויף דער וועלט איז ממתיק דאפעלט.

איך געדענק נישט פוקטליך אבער די דערהער
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

נא_שכל האט געשריבן:וויאזוי קען א גייסטיש געזונטע מענטש ענטפערן די שאלה?

ווידער איינער וואס איז נישט געזונט קען מען נישט אננעמען זיינע ווערטער 100%

נא-שכל, אייערע ווערטער הערט זיך מורא׳דיג אינטעלעגענט, אבער ס׳נישט. פארשטייט פארוואס?
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

נא_שכל האט געשריבן:ווידער איינער וואס איז נישט געזונט קען מען נישט אננעמען זיינע ווערטער 100%

וואס???!
זיי דיך מסביר
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

מ'זאל קיינמאל נישט וויסן פין קיין שום מחלה! און די וואס זענען ל"ע נישט געזונט זאלן ווי שנעלער האבן א גאנצע רפואה! אבער די שאלה איז זייער נישט ריכטיג געפרעגט, און דערפאר אפי' נישט מעגליך צו ענטפערן. כאטש איך זע נישט באמת וואס די ציל פין די אשכול איז, אפי' ווען מ'זאל יא קענען ענטפערן.

חולי הנפש איז די קאנטרערי צו חולי הגוף, ס'איז נישט א צפעציפישע מחלה, ועוד אין יעדע קאטעגאריע מחלה ל"ע איז דא דרגות און סטעידזשעס. אויב וויל עמיצער מעסטן איין זאך קעגן א צווייטע, דארף מען זיין קלאר פין וואס די רעדע איז.

פליז ריפרעיז די שאלה (אדער בעסער נישט).
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

אַבּערוואַס האט געשריבן: כאטש איך זע נישט באמת וואס די ציל פין די אשכול איז, אפי' ווען מ'זאל יא קענען ענטפערן.

פליז ריפרעיז די שאלה (אדער בעסער נישט).
נתנאל מינצבערג האט געשריבן:.
למאי נפק''מ? שוין איינמאל א נפק''מ, צו ארויסהאבן דו חומר הנושא

ממש אזוי האט געשריבן:וויפל ארגענעזאציעס זענען דא פאר פיזיש קראנקע, און ווי ווייניג איז פארהאן פאר מענטל. עס איז נישט פארהאן קיין rccs פאר אידן בעלי משפחות וואס גייען אדורך יסורים וואס זענען אומבאשרייבליך.

יעצט שטעל דיך פאר ביי א מענטש וואס ליידט פון דעפרעסיע וואס האט בכלל נישט קיין מוט, די משפחה שעמט זיך מיט אים, ער שעמט זיך מיט זיך (נעבעך, נישט גענוג אז ער ליידט) און זעט אלעס שווארץ.

ווער ליידט גרעסערע יסורים? כ׳ווייס נישט, אבער איך ווייס יא אז גייסטישע יסורים איז גארנישט ווייניגער ווי דאס ארגסטע קרענק (פיזיש)
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

ממש אזוי האט געשריבן:איך קלער אז ס׳איז נישט שייך צו זאגן וועלכע איז ערגער, אבער ס׳קלאר אז גייסטישע יסורים איז דאס וואס ס׳ברענגט מענטשן צו ערגרע פלעצער, א שטייגער ווי עבירות רח״ל, דראגס, און ביים ערגסטען זעלבסטמארד ל״ע ה״י.

גייסטישע פיין, קומט מיט אינערליכע צוקלאפטקייט. גייסטישע יסורים באקומען נישט אזויפיל פאזעטיווע שטיצע, חיזוק, אד״ג.

וויפל ארגענעזאציעס זענען דא פאר פיזיש קראנקע, און ווי ווייניג איז פארהאן פאר מענטל. עס איז נישט פארהאן קיין rccs פאר אידן בעלי משפחות וואס גייען אדורך יסורים וואס זענען אומבאשרייבליך.

ווען א איד ל"ע באקומט די מחלה ל"ע וואס RCCS העלפט ארויס האט ער געניג באגלייטונג און איז נישט אזוי איינגעצויגן אין זיך מיט זיין מחלה
דער וואס ליידט ל"ע יסורי הנפש איז חוץ זיינע יסורים, שעמט ער זיך און איז איינגעצויגן ביי זיך מיט זיין פיין וואס מאכט פיל שווערער דאס מיטצומאכן

ווען עס זאל ווען זיין אפאר טויגליכע אידן און עפענען א ארגענעזאציע צו געבן הילף און צאלן שווערע טריעטמענטס פאר מענטעל אישו'ס וואלט עס פיל גרינגער געמאכט אינזערע ברידער וואס ראנגלען זיך פאר זייער עקזיסטענץ דורכגייענדיג יסורי איוב מיט זייערע מענטעל פראבלעימען.
אוועטאר
שמאלציג
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאלציג »

עס איז נישט מעגליך צו ענטפערן אויף די שאלה, קודם כל א מענטש וואס איז נאר דורך איינס פון די צוויי, אדער יסורי הנפש אדער יסורי הגוף, קען נישט ענטפערן,
און אויב וועסטו שוין טרעפן איינער וואס איז דורך ביידע, סיי יסורי הנפש און סיי יסורי הגוף, אין צוויי אנדערע זמנים אין לעבן, וועסטו אויך נאר קענען וויסן פון יענעמס פערפעקטיוו, אבער נישט וויסן ווי אזוי א צווייטער וואלט געשפירט, במילא וועסטו נישט קענען ציען קיין החלטות משם לכאן.
דאס איז זיכער אז יעדע מענטש נעמט אויף אנדערשט די יסורים וואס ווערט געשיקט פון הימל, איינער וועט זאגן די און די געוויסע צער וואלט איך נאך פארטראגן אבער דאס און דאס זיכער נישט, קומט א צייט און די אייבערשטער שיקט אים די צווייטע צער זעהט ער פלוצלינג אז ער האט יא די כחות הנפש עס אויסצוהאלטן (געבויעט אויף אן אמת'ע געשיכטע) וואס איז געשען? דער אייבערשטער שיקט נישט קיין צער אן שיקן די כחות עס איבערצוטראגן. מ'דארט נאר ער קענען פארדייען, אמאל איז די מאגן פארדארבן, מ'קען נישט פארדייען, דארף מען גיין צו דאקטורים, וואס דער רמב''ם רופט רופאי נפשות און נעמען היילונגס מיטלען, אמאל מיט גיין צו חיזוק שיעורים/פארזאמלונגען, אמאל צו א גוטן איד, אמאל דוד המלך'ס תהלים'ל, אמאל רינדיכיגע באליס פון פארמאסי, אבער הצד השוה שבהם אז מיט הילף קען מען עס דורכפירן ( געבויעט אויך די גמרא ברכות ה: אז ר' יוחנן איז געגאנגען מנחם אבל זיין מענטשן און ארויסגענומען די ביין פון טאש און געזאגט דין גרמא דעשיראי ביר)

איין זאך וואס איז קלאר, אז דאס וואס מ'זעהט אנדערע זיך מיטשענען מיט חולי נפש נעמט זייער איבער דעם מענטש, לטב ולבוש.
פארוואס? ווייל חולי הגוף טראכט דער געזינטער איין מינוט, דאס אז ער איז קראנק איז דאך נישט זיי שולד, דאס האט דאך דער אייבערשטער געטוען, משא''כ חולי הנפש איז אן איינרעדעניש ביי אסאך מענטשן ''יענער איז משוגע'' דאס איז טייטש ''יענער'' איז שולדיג אז ער איז קראנק, נישט אז דער אייבערשטער האט אים קראנק געמאכט,
''דאס'' מעג זיך טוישן, מ'דארף טראכטן אז פונקט ווי די האסט נישט קיין טענות אויף דעם חולי הגוף פארוואס ער איז קראנק (הגם מ'וואלט געקענט האבן טענות, רייכערען, עסן, שלעכטע לייפסטייל, אנדערע זאכן, א.ד.ג.) קענסטו נישט האבן קיין טענות אויף חולי נפש, עס איז די זעלבע אומשולדיג, ער קען זיך נישט אליין טוישן, און ער איז די זעלבע רחמנות.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

רצון טוב האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:איך קלער אז ס׳איז נישט שייך צו זאגן וועלכע איז ערגער, אבער ס׳קלאר אז גייסטישע יסורים איז דאס וואס ס׳ברענגט מענטשן צו ערגרע פלעצער, א שטייגער ווי עבירות רח״ל, דראגס, און ביים ערגסטען זעלבסטמארד ל״ע ה״י.

גייסטישע פיין, קומט מיט אינערליכע צוקלאפטקייט. גייסטישע יסורים באקומען נישט אזויפיל פאזעטיווע שטיצע, חיזוק, אד״ג.

וויפל ארגענעזאציעס זענען דא פאר פיזיש קראנקע, און ווי ווייניג איז פארהאן פאר מענטל. עס איז נישט פארהאן קיין rccs פאר אידן בעלי משפחות וואס גייען אדורך יסורים וואס זענען אומבאשרייבליך.

ווען א איד ל"ע באקומט די מחלה ל"ע וואס RCCS העלפט ארויס האט ער געניג באגלייטונג און איז נישט אזוי איינגעצויגן אין זיך מיט זיין מחלה
דער וואס ליידט ל"ע יסורי הנפש איז חוץ זיינע יסורים, שעמט ער זיך און איז איינגעצויגן ביי זיך מיט זיין פיין וואס מאכט פיל שווערער דאס מיטצומאכן

ווען עס זאל ווען זיין אפאר טויגליכע אידן און עפענען א ארגענעזאציע צו געבן הילף און צאלן שווערע טריעטמענטס פאר מענטעל אישו'ס וואלט עס פיל גרינגער געמאכט אינזערע ברידער וואס ראנגלען זיך פאר זייער עקזיסטענץ דורכגייענדיג יסורי איוב מיט זייערע מענטעל פראבלעימען.

אוי באשעפער העלף שוין אלע אידן!!! עס זאל קיינער נישט וויסן פון קיין גייסטישע צער. און ווער עס ווייסט יא, זאל אדער ארויסהעלפן און מחזק זיין, שטארקע און דערמונטערען די וועלכע ליידן, אדער אויב איז דאס אים אליין זאל ער זיך אנגארטלן, זיך שטארקען, און גיין זוכן הילף. חלילה נישט אויפגעבן, אפילו מען האט שוין פרובירט אסאך!!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

תגובה דורך fiena nieas »

פונקט גערעדט דערפון צו איינעם לעצטענס, איך מיין די תירוץ איז אז לויט דר'סארנא'ס מהלך קימט אויס אז גייסטיש איז שווערער ווייל די מהלך זאגט אזוי : די מוח איז גרייט צו געבן א פיזישע מחלה כדאי צו דיסטרעקטען דער מענטש פון זיינע גייסטישע ווייטאג איז א סימן אז די גייסטישע ווייטאג איז מער שווערער
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

fiena nieas האט געשריבן:פונקט גערעדט דערפון צו איינעם לעצטענס, איך מיין די תירוץ איז אז לויט דר'סארנא'ס מהלך קימט אויס אז גייסטיש איז שווערער ווייל די מהלך זאגט אזוי : די מוח איז גרייט צו געבן א פיזישע מחלה כדאי צו דיסטרעקטען דער מענטש פון זיינע גייסטישע ווייטאג איז א סימן אז די גייסטישע ווייטאג איז מער שווערער

ביסט פיינע נייעס. דו ברעגנסט מיר אייביג אריין 'אין די גוסטע' ווען איך זעה דיין סמיילי 'דזשאמפן'
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

ממש אזוי האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:איך קלער אז ס׳איז נישט שייך צו זאגן וועלכע איז ערגער, אבער ס׳קלאר אז גייסטישע יסורים איז דאס וואס ס׳ברענגט מענטשן צו ערגרע פלעצער, א שטייגער ווי עבירות רח״ל, דראגס, און ביים ערגסטען זעלבסטמארד ל״ע ה״י.

גייסטישע פיין, קומט מיט אינערליכע צוקלאפטקייט. גייסטישע יסורים באקומען נישט אזויפיל פאזעטיווע שטיצע, חיזוק, אד״ג.

וויפל ארגענעזאציעס זענען דא פאר פיזיש קראנקע, און ווי ווייניג איז פארהאן פאר מענטל. עס איז נישט פארהאן קיין rccs פאר אידן בעלי משפחות וואס גייען אדורך יסורים וואס זענען אומבאשרייבליך.

ווען א איד ל"ע באקומט די מחלה ל"ע וואס RCCS העלפט ארויס האט ער געניג באגלייטונג און איז נישט אזוי איינגעצויגן אין זיך מיט זיין מחלה
דער וואס ליידט ל"ע יסורי הנפש איז חוץ זיינע יסורים, שעמט ער זיך און איז איינגעצויגן ביי זיך מיט זיין פיין וואס מאכט פיל שווערער דאס מיטצומאכן

ווען עס זאל ווען זיין אפאר טויגליכע אידן און עפענען א ארגענעזאציע צו געבן הילף און צאלן שווערע טריעטמענטס פאר מענטעל אישו'ס וואלט עס פיל גרינגער געמאכט אינזערע ברידער וואס ראנגלען זיך פאר זייער עקזיסטענץ דורכגייענדיג יסורי איוב מיט זייערע מענטעל פראבלעימען.

אוי באשעפער העלף שוין אלע אידן!!! עס זאל קיינער נישט וויסן פון קיין גייסטישע צער. און ווער עס ווייסט יא, זאל אדער ארויסהעלפן און מחזק זיין, שטארקע און דערמונטערען די וועלכע ליידן, אדער אויב איז דאס אים אליין זאל ער זיך אנגארטלן, זיך שטארקען, און גיין זוכן הילף. חלילה נישט אויפגעבן, אפילו מען האט שוין פרובירט אסאך!!
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

https://www.google.com/url?sa=t&source= ... MP04N4xlog
רעליף ארגאניזאציע איז דא צי העלפן
יידיש דעפארטמענט 8457834508
געוויסע טריטמענט באצאלט מעדיקעיד געוויסע ביקר חולים
זייט געזינט הרופה לשברי לב זאל יעדעם העלפן
אויב שייך געב א שמייכל
לעצט פארראכטן דורך בבל אום זונטאג מאי 28, 2017 6:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

בבל האט געשריבן:https://www.google.com/url?sa=t&source=web&rct=j&url=https://www.reliefhelp.org/&ved=0ahUKEwintdHM1JPUAhUG4yYKHZRsBFEQFggeMAA&usg=AFQjCNFqLW_uM5f6S6X4Hszs0nMgbikerw&sig2=r7atZ-SawfGVMP04N4xlog
רעליף ארגאניזאציע איז דא צי העלפן
יידיש דעפארטמענט 8457834508
געוויסע טריטמענט באצאלט מעדיקעיד געוויסע ביקר חולים

נאפ'ס
ס'נאך נישטא אזא ארג. ווי RCCS אדער בוני עולם וואס נעמען איבער די הוצאות פון א דייעגנאזטער קעיס איבער מענטל אישו'ס.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

fiena nieas האט געשריבן:פונקט גערעדט דערפון צו איינעם לעצטענס, איך מיין די תירוץ איז אז לויט דר'סארנא'ס מהלך קימט אויס אז גייסטיש איז שווערער ווייל די מהלך זאגט אזוי : די מוח איז גרייט צו געבן א פיזישע מחלה כדאי צו דיסטרעקטען דער מענטש פון זיינע גייסטישע ווייטאג איז א סימן אז די גייסטישע ווייטאג איז מער שווערער

גראדע פין דארט איז א ראי' פארקערט, ווייל די 'סובקאנשעס' דייווערט דעם מענטשנ'ס אטטענשאן אוועק פינעם 'גייסטישע' ווייטאג וכדו', דורכ'ן אים מאכן שפורן 'פיזישע' ווייטאג, אידאך פשט אז די פיזישע ווייטאג איז שטערקער, און ממילא שפורט ער נאר די פיזישע יעצט!

אבער דער אמת איז, אז מ'קען דאס אפווענדן, און מסביר זיין אז די 'ווייטאג' איז אפשר טאקע די 'פיזישע' שטערקער, משא"כ די 'גייסטישע' איז אפשר נישט אזוי 'שטארק', אבער מער 'דיסטראקטיוו' און א 'טיפערע' ווייטאג און דערום וויל דאס דער סוב-קאנשעס עוואוידען אפי' פאר'ן פרייז פין פיזישע ווייטאג אנשטאט. וילע"ע ויש לפלפל עכ"ז.

אלנפאלס, ווי איך האב שוין געשריבן פריער מ'רעדט דא אין די וועלט אריין, חולי הנפש איז א 'ספעקטרום', אנגעהויבן פין רעגולער מינימאלע 'סטרעסס', און געענדיגט ביי רח"ל א טאטאלע נערוון צוזאמעבראך, און אלע עי. בי. סי. אינצווישן. ווידעראום חולי הגוף הייבט זיך אויך אן מיט א רעגולער קאפ וויי, און ענדיגט זיך ליידער ביים ערגסטן. ולא ראוי זה כרוי זה, מ'דארף וויסן קלאר וואס די מדובר דא איז, דערנאך קען מען (אפשר) דן זיין, אדערווייל האט יעדער אין זיין קאפ אן אנדערע בילד אין מ'שרייבט מיינונגען אין גרויסן.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

הוא מותיב והוא מפרק... שווער מיינט נישט שטערקער פיזישע מחלה קען זיין איז שטערקער אבער נישט שווערער
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

fiena nieas האט געשריבן:הוא מותיב והוא מפרק... שווער מיינט נישט שטערקער פיזישע מחלה קען זיין איז שטערקער אבער נישט שווערער

מער 'פיינפול' איז געווען אין עקוועיזשאן (זע קעפל), און דאס קען זיך טייטשן אויף ביידע וועגן.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

אַבּערוואַס האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:פונקט גערעדט דערפון צו איינעם לעצטענס, איך מיין די תירוץ איז אז לויט דר'סארנא'ס מהלך קימט אויס אז גייסטיש איז שווערער ווייל די מהלך זאגט אזוי : די מוח איז גרייט צו געבן א פיזישע מחלה כדאי צו דיסטרעקטען דער מענטש פון זיינע גייסטישע ווייטאג איז א סימן אז די גייסטישע ווייטאג איז מער שווערער

גראדע פין דארט איז א ראי' פארקערט, ווייל די 'סובקאנשעס' דייווערט דעם מענטשנ'ס אטטענשאן אוועק פינעם 'גייסטישע' ווייטאג וכדו', דורכ'ן אים מאכן שפורן 'פיזישע' ווייטאג, אידאך פשט אז די פיזישע ווייטאג איז שטערקער, און ממילא שפורט ער נאר די פיזישע יעצט!

אבער דער אמת איז, אז מ'קען דאס אפווענדן, און מסביר זיין אז די 'ווייטאג' איז אפשר טאקע די 'פיזישע' שטערקער, משא"כ די 'גייסטישע' איז אפשר נישט אזוי 'שטארק', אבער מער 'דיסטראקטיוו' און א 'טיפערע' ווייטאג און דערום וויל דאס דער סוב-קאנשעס עוואוידען אפי' פאר'ן פרייז פין פיזישע ווייטאג אנשטאט. וילע"ע ויש לפלפל עכ"ז.

אלנפאלס, ווי איך האב שוין געשריבן פריער מ'רעדט דא אין די וועלט אריין, חולי הנפש איז א 'ספעקטרום', אנגעהויבן פין רעגולער מינימאלע 'סטרעסס', און געענדיגט ביי רח"ל א טאטאלע נערוון צוזאמעבראך, און אלע עי. בי. סי. אינצווישן. ווידעראום חולי הגוף הייבט זיך אויך אן מיט א רעגולער קאפ וויי, און ענדיגט זיך ליידער ביים ערגסטן. ולא ראוי זה כרוי זה, מ'דארף וויסן קלאר וואס די מדובר דא איז, דערנאך קען מען (אפשר) דן זיין, אדערווייל האט יעדער אין זיין קאפ אן אנדערע בילד אין מ'שרייבט מיינונגען אין גרויסן.

כוונתי היתה (פאר דער וואס פארשטייט נישט אליינס) משל לדוגמא שווערע ענקזייעטי וואס נעמט יארן צו היילן vs א הארץ טרענספּלענט כמובן איך מיין דו געדאנק דערפון און ביטע זייט נישט מפלפל אויף מיינע משלים איר קענט מאכן א צווייטע
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך האב שוין טועם געווען סיי פון פיזישע ווייטאג און אויך גייסטישע. למען האמת איז די פיזישע געווען עטוואס שטארקער.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

ר' יום טוב האט געשריבן:איך האב שוין טועם געווען סיי פון פיזישע ווייטאג און אויך גייסטישע. למען האמת איז די פיזישע געווען עטוואס שטארקער.

קען זיין אז איר האט נישט טוען געווען דעפרעשאן במלוא מובן המילה, ווען איינער וויל נישט אויפשטיין נעבעך, אדער אן ענקזייעטי אטאקע ווי ער שפירט ווי זעכציג טאן ציגעל פאלט אויף אים און ער שפירט ווי זיינע מינוטן זענען געציילטע. ס׳איז לאו דוקא אז איר קענט זאגן א מיינונג. מיר רעדן פון מער עקסטרעמערע פעלער.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”