געזונטהייט: וויאזוי פטור ווערן פון צו פיל שליים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

געזונטהייט: וויאזוי פטור ווערן פון צו פיל שליים

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך דעצמבער 19, 2007 2:07 pm

לעצטענס שטיקט מיר אין האלז .

עס איז דא געוויסע עסן וואס מאכט מער שליים ווי אראנזש זשוס, מילך און מילכיגס, אבער איך עס גארנישט דערפון.

מאנכע האבן א גוטן חוש צו שפייען, אבער איך האב דאס אויך נישט, טא בלייב איך מיט מיין שליים וואס מאכט מיך געפערליך נערוועז.
(סארי... ס'יז נישט איך, איינער האט מיך געבעטן דאס ארויפצולייגן... מיין חבר... וועא"מ)


ווער עס ווייסט עפעס אן עצה, אלטערנאטיווע, צי אינדיאנע, קייראפראקטישע, אקיופאנקטשורישע, דאוזיגע, שמייליגע, צי סיי וואסערע פראקטישע הילף זאל ביטע מעלדן און מהנה זיין מיין חבר. וזכות הקולר... יהא תלוי בצאורו.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך דעצמבער 19, 2007 4:03 pm

די עסט מסתם זאכען וואס האבען אסאך עסיד דאס מאכט שליימיג
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך דעצמבער 19, 2007 4:27 pm

וויזוי זאגט מען שליים אויף ענגליש?
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך דעצמבער 19, 2007 4:56 pm

thefact האט געשריבן:וויזוי זאגט מען שליים אויף ענגליש?


mucous

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2007 4:02 am

צווישן מיינע זוכונגען אויף רבינו הגוגל שליט"א בין איך געוואור געווארן עטליכע גאר וויכטיגע פאקטארן וואס איז כדאי פארשריבן צו ווערן.

די סארט קאנדישאן איז א מעדיקאלע און ס'ווערט גערופן אויף גוי'יש: Postnasal drip .

אורזאך:
די סיבות דערצו קענען זיין פארשידנארטיג, געוואנדן אין די טעגליכע דיעטע פונעם מענטש (פעטע מילכיגס). נאך א קאלד, סטרעפד, נעמען אנטיביאטיקס, סיינוס אדער כראנישע סיינוסעס, אלערגיע אדער אנדערע סארט פארקילעכצער. אנדערע שרייבן דאס צו צו קאלטע טריקענע טעמפעראטור, העווי פאלושען אין די לופט, רויכערן שטייצעך, אנגעצויגנקייט, אנדערע אומשטענדן, אדער א סטרוקטורעלע טיורם וואס הייסט 'דעוויעטעד סעפטאם' ווען דער וואנט וואס טיילט אפ צווישן איין זייט נאז אינעם אנדערען איז געווארן געשעדיגט פון א פאנטש-אין-די-נאז וועא"מ, דאן קען עס האבן אן השפעה אויף די מיוקוס פלוס. (אלעס האב איך שוין אמאל געהאט חוץ אנדערע אומשטענדן).

נאכווייען:
עס איז נישט צוגעשריבן געווארן קיין ספעציפישע נאכווייען פון 'פאסט נעסעל דריפ', אבער נישטערנדיג האב איך געפונען גאר אן אינטערעסאנטער ארטיקל אז דאס קען פאראורזאכן א קאסמעטישער פראבלעם; נעמליך, א שלעכטער גערוך אין מויל. די וועבסייט הייסט www.drkatz.com. ער באציהט זיך נישט צו היילן דעם פראבלעם משורשו, עס ווערט נאר דערמאנט בתוך הדברים אלס איינע פון די גורמים פאר א גערוך אין מויל. ער רעדט דארט פון א באקטעריע וואס הייסט ענעראביקס וואס זענען פלאצירט אינעם האלז, זייער תפקיד איז צו צעברעכן די פראטינס פונעם עסן אלס אן אנהויב פונעם פארדייאינג סיסטעם. און אזויווי זיי באגעגענען שליים אנערקענען זיי דאס אלס א געווענליכער פראטין וואס זיי טוען אטאקירן און געבן ארויס א געוויסע סולפור עסיד וואס לייגט זיך אן ביים האלז און צונג און דאס איז גורם די rotten egg smell ווי ער רופט דאס אן.

צוריק צום ענין.
ביי געוויסע עיזשעס קען צופיל שליים פאראורזאכן א שטארקע אנגעלייגקייט אויף אזוי ווייט צו צעשטערן דעם אטעם ה"י. ביי אסטמא ליידענדע איז גאר וויכטיג צו גיין צו א דאקטאר קעיר נעמען דערפון באצייטנס.

היילונג:
קיין פרעסקריפשאן דראג איז נישטא דערפאר באמת, אבער געוויסע דאקטארס שרייבן צו Tussionex, און Chlorpheniramine וואס טוען צייטווייליג פארמאסקירן דעם פראבלעם אלס אן אנטיהיסטעמין אדער דיקאנזשעסטענט. די פראבלעםמען דערפון זענען אז עס טוט פשוט אויסטרוקענען די שליים עס זאל מער נישט קענען רינען אבער בעצם מאכט עס שווערער צו רייניגן. עס איז ראטזאם צו מאכן א CT סיינוס סקען.

דאגעגן אבער נאטורליכע זענען דא און נאך ווי. איינס האב איך געטראפן וואס זעהט אויס גאנץ גוט נאכן ליינען ריוויוס, די פראדוקט הייסט www.transferfactor.com, און מאנכע געבן איבער אז דאס ארבייט וואונדערבאר פאר שליים און בכלל פאר די גאנצע אימיון סיסטעם. וועגן כשרות ווייס איך נישט.
אין איין פורום האב איך געפונען אז Oregacyn = Oil of Oregano capsules איז גאר גוט דערפאר, נאר עס קען נעמען א לאנגע צייט ביז מען הייבט אן זעהן א שינוי לטובה.

קענדידא אימבאלאנס Candida Imbalance = Yeast infection, fungal, איז איינס פון די גורמים גדולים צו אלע פראבלעמען דארונטער 'פאסט נעסעל דריפ'. באקוקט צ איר ליידט נישט פון פאנגוס אויך אינאיינעם מיט אייער שליימיג פראבלעם. באזייטיגט מעיל און צוקער און מילכיגס פון אייער דיעטע און נעמט קעיר פון אייער געזונט. נעמען 'פראבייאטיקס איז א גוטער און עפעקטיווער מיטל צו היילן דעם פראבלעם.

א פשוטער עצה איז צו כסדר רייניגן די נאז ווען מען שפירט א געברויך דערצו און נישט אריינציען און אראפשלינגען. אבער זייט געווארנט נישט צופיל צו בלאזן די נאז ווייל עס קען אנמאכן שאדן פאר די מוסקלען און אדערן ארום דעם נאז. (קרעדיט: דר גראנקארא)


עוד נחמו למועד..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » זונטאג דעצמבער 23, 2007 10:49 pm

בני היכלא האט געשריבן:
thefact האט געשריבן:וויזוי זאגט מען שליים אויף ענגליש?


mucous

די ריכטיגע ווארט איז:
slime
http://www.answers.com/topic/slime
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 23, 2007 10:58 pm

אלו ואלו שוא ידברו: די ריכטיגע ווארט איז MUCUS.

"די פאקט" איז אז SLIME באדייט גאר עפעס אנדערש ווי MUCUS, וואס זיי טייטשן איבער קערפערליכע פליסיגקייטן פון די נאז וכו'.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג דעצמבער 24, 2007 1:22 am

Slime ווערט פונקט אזוי באנוצט לגבי שליים ווי Mucus) Mucous), נאר געווענליך לייגט מען צו:
Slime running down the back of the throat or sinuses.

דא האב איך געפונען נאך א וועב וואס אנטשפרעכט צו היילן מיט א נאטורליכע געווירץ אדער רעמעדי, כאב זיך נישט אריינגעטון דערינען ווי עס באדארף צו זיין.
http://www.sinus-pro.com/PostNasalDrip.asp
איך זעה נאר אויך אז ער האט דארט נוצליכע אינפארמאציע איבער דעם גאנצן סוגיא והמסתעף. ס'יז כדאי א קוק טאן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דינסטאג מארטש 04, 2008 12:34 am

שוועמל

ס'איז דא אן אלטע באבסקע רפואה.
אז מ'זאל טרינקען גלייך ווי מ'שטייט אויף, א אויסגעקוועטשטע האלבע לומינע, מיט ווארעם וואסער.

דיכט זיך אז אין איינע פון די ביכלעך פון דר. דאדאמוי ברענגט ער צו, אז פאר בלוט טייפ A העלפט עס בדוק ומנוסה.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » מיטוואך מארטש 25, 2009 2:06 pm

שוועמל

וואס האט למעשה געהאלפן פאר דיין חבר וואס האט געהאט דעם פראבלעם, מיין חבר ליידט לעצטנס זייער שטארק דערפון און ער זוכט אן עצה

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מארטש 25, 2009 11:56 pm

דיין חבר ליידט לעצטנס זייער שטארק דערפון? אדער דו ליידסט לעצטנס זייער שטארק צוליב דעם וואס דיין חבר האט אסאך שליים...?

ווען איך האב געזען דעם קעפל פון אשכול "וויאזוי פטור ווערן פון צו פול שליים", האב איך געטראכט צו שרייבן א תגובה פון איין ווארט: טישו :oops:

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 12:05 am

קרעמער, נישט שיין פון דיר.

האסט מיך געלאזט ווארטן איבער א יאר צייט מיט דיין ענטפער :cry:
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

malech
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 23, 2009 8:19 am

תגובהדורך malech » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 12:08 am

איך לייד שטארק פון דעם איך דריי מיר ארום כסדר מיט טישוס און פארשטייצעך שנארכעצך אז עס גייט א רויך וייל שנארכעצן קומט אויך פון דעם. איך זוך אויך א עצה צו דעם עס שטערט מיר כסדר ביים רעדן זינגען שלאפן און סתם אזוי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 12:14 am

אידעלע;

אויב ווילסטו אמת'דיג וויסן בין איך נאך קיין סך נישט געוואוירט געווארן איבער דעם.
נאך א יאר איז אריבער מיט די אלטע פראבלעמען.

א דאקטאר האט מיר פארשריבן א נעזעל ספרעי אבער ס'האט נישט געהאלפן. לויט ווי ער זאגט איז עס א מילדע אלערזשי וואס פרודיצירט מער שליים ווי געווענליך, אדער זענען די הארעלעך וואס שטופן ארויס דעם שליים (אלע מענטשליכע ארגאנען פארמאגן א כוח הדוחה וואס פירט ווייטער די סובסטאנצן, למשל די קושקעס פירן אלעס ארויס נאטורליך וכו') עטוואס צעבראכן. ער האט עס אוועקגעמאכט מיט די האנט.

טא וואס זאל איך טון?
כ'אב שוין גאר אסך געגוגלט איבער דעם און נישט געטראפן עפעס ממשותדיג. אדרבה זוכט אפשר וועט איר יא געפונען.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 4:01 pm

צימאל קען עס קומען פון "עסיד ריפלאקס" .

פארלאנגט פון אייער דאקטער "פריוועסיד" אדער ענליכעס, אין איר וועט האפענטליך געהאלפן ווערן.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג דעצמבער 04, 2009 4:19 am

מילך און מילכיגס איז סם המות פאר שליים, ווי אויך אראנדש דשוס אין עסיד,

זיך גארגלען מיט זאלץ וואסער איז א שטארקע עצה,
גיין אין א שוויץ, דאס מיינט אריין אטעמען סטים און פארע,
רוב שפריצינגען טוען נאר אויסטריקענען, דאס איז א הצלה פורתא מיט א שלעכטע אפעקט, אמת, ס'טרינקט אויס אויף די מינוט אבער ס'נעמט נישט אוועק די שליים ער מאכט אים נישט אויס, דעריבער במשך די צייט קומט ער צוריק, בנוסף צו דעם וואס ער מאכט אים טריקן און הארט וואס איז אסאך מער א שטער פאר זינגען אד"ג,
אפי' די שליים רינט און ס'איז נישט באקוועם איז עס פארט בעסער ווי ווען ער איז שטייף אויף איין פלאץ,

ווען א שטיק שליים איז אין האלץ און מ'וויל אים זעהן ארויס, איז די בעסטע עצה "לאכן" (לאך נישט, כ'מייין לאך יא, אבער נישט פון די עצה) ווען מ'לאכט קומט ארויס אזא טיפע אטעם פון עומק הלונגען אזא שטארקע העי העי, אט דאס בלאזט ארויס דאס שליים, הני מילי ווען דער שליים איז אין האלז, אויב איז ער טיפער, אדער גאר אין קאפ, נישט נישט דאס, מ'דארף געבן אפאר גוטע האטשוס אז די שליים זאל לויז ווערן,
(די עצה צו מאכן א האטשו איז דא עטליכע די פשוט'ע וועג איז צו נעמען א שפיציגן טישוי פעפער און איינדרייען ווי א דינע שפיץ און אריין דריען אין די נאז ביז אויבן, און מאכן א געזונטע האטשו וועט לייכטער ווערן די פרעשור פון די שליים,
,

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג דעצמבער 04, 2009 8:29 am

שאצ'ל קודם לאך איך, שאדטן ווען עס דאך זיכער נישט זאגסטו...

אריין אין "כ'אב ערפינדן א פאטענט" אשכול.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » פרייטאג דעצמבער 18, 2009 12:50 am

שווערע פיזישע באדי עקסערסייז ווי וואקן שנעל א לאנגע צייט אדער גאר לויפן, איז זייער גיט קעגן שליים.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » פרייטאג דעצמבער 18, 2009 8:59 am

אלץ קליין בחור האמיר אסאך געשליימט און די מאמע תחי' פלעגט געבן א איבערגעפילטער טיש לעפעל מיט שמן זית פארטאגס פארן גיין אין ישיבה, אינמיטן שיעור האמיר שוין ארויסגעהיסט האלב, און צווישן דאווענען און חסידישע ספרים (ווער קען דעם ניגון? ווי נעמט מען די אינגע יארן, אזוי שנעל אדורכגעפארן...) איז מען געווען ליידיג אזוי אז ביים עסן די טונא אדער אייער וואס אונזער טייערער מענעדזשער, פונאדערגעשייט ר' יוסל פראמער ע"ה האט אזוי הארציג צוגעשטעלט, איז דער אפעטיט געווען אלל דע וועי.

היינט צוטאגס ווען די זיסע קינדערליך ווערן פארקילט ניצט מען די מאמעס רפואה און נאך א לעפעל שמן זית (ביז דאס גייט אריין) איז דאס קינד ממש א בריה חדשה.

זאל יעדער זיין געזונט און שטארק.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

תגובהדורך קארן » מאנטאג אפריל 02, 2012 12:03 pm

סאיז אויך גוט ווען מהאט א פארשטאפטע נאז [color=#40BF0[co[/color][/color]


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט