הרב חיים מאיר פערל רעדט איבער אלעס ארום די סארנא מעטאד

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

הרב חיים מאיר פערל רעדט איבער אלעס ארום די סארנא מעטאד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ווען איך האב געענדיגט הערן די אינטערוויא וואס ר' יצחק שלמה דרעזנער האט אפגעהאלטן מיט ר' חיים מאיר פערל איבער די סארנא מעטאד האב איך הערשט איינגעזעהן ווי פיל איך ווייס נישט. איך האב עס אפגעשריבן ביים צווייטן מאל הערן און לתועלת הרבים לייג איך עס דא ארויף.

די אינטערוויא איז נומער 1434.

---

זיצט זיך א אידל און קרעכצט מיט יסורים, ס'טוט אים וויי דא, ס'רייסט דארט. לעצטנס איז מען געוואויר געווארן אז מיט בלויז רעדן צום שטיין קען מען אוועק נעמען די ווייטאג, באקאנט אלס דר. סארנא'ס מעטאד. אונזער היינטיגע גאסט איז הרב חיים מאיר פערל פון מאנסי וועלכע פראקטיצירט די סארנא'ס מעטאד.


א גוטן ר' חיים מאיר.

א גוטן א גוטן וואס מאכט מען?

ברוך הבא צו קול מבשר, קודם אויב איר קענט אונז איבערגיבן אביסל פון אייער בעקראונד, ווער איז דאס חיים מאיר פערל?

איך בין א היימישער וויזניצער אינגערמאן, דא אין מאנסי, איך בין א וויזניצער תלמיד אלעמאל געווען, פון חדר ביז ישיבה ביז היינט. אלס עלטערע בחור האב איך געוואלט מקיים זיין אזוי ווי יעדער דעם איזהו חכם הלומד מכל אדם, בין איך אריבערגעפארן אביסל קיין געיטסהעד לערנען ביי ר' אברהם גורביץ, און איך האב חתונה געהאט דא אין מאנסי, געלערנט אין כולל אפאר יאר.

היות עניני הנפש איז מיר אלעמאל געווען א גרויסע עסק, איך האב מיך געוואלט דערגרינטעווען און פארשטיין, וועגן דעם ווען איך האב געדארפט זוכן פרנסה איז דאס געווען א גוטע געלעגנהייט זיך אריינצודרייען און זיך לערנען די פאך וויאזוי צו העלפן אידישע קינדער, און די סארנא מעטאד איז מיר געווען אלעמאל פאר די אויגן אלס א געוויסע וועגווייזער, איך האב געזען אין דעם א גרויסע ערך וויאזוי דאס קען העלפן אידן אין זייערע פראבלעמען. איך האב דאס שטארק דורכגעטוהן, אביסל מער ווי דר. סארנא אליינס האט עס געשריבן. און ב"ה היינט קען איך ארויסהעלפן אידן מיט די געפינסן וואס דער אויבערשטער האט מיר צוגעשיקט.

ברוך השם פארדעם. פאר מיר קומען אהן צו די סארנא מעטאד אליין, קודם מיט וואספארא מענטשן ארבעט איר? איר זאגט איר פארשטייט צו חכמת הנפש, איר האט א געשמאק צו דעם לאמיר עס רופן אזוי, מיט וועלכע סארט מענטשן ארבעט איר און וויאזוי זענט איר אנגעקומען צו די דר. סארנא'ס מעטאד?

איך האב אנגעהויבן מיין קאריערע מיט פשוט'ע לייף ביזנעס קאוטשינג, דאס הייסט, היינט צוטאג'ס ארבעט איך רוב מיט בינעסלייט, פשוט'ע ארבעטער'ס, סעילסלייט, CEO'ס פון ביזנעסער, און עס מאכט זיך זייער אפט אז אפילו מ'פארשטייט וויאזוי די ביזנעס דארף גיין וויאזוי ס'פארט, מאכט זיך אלס אומלאגישע "בלאקעדשעס" וואס לאזט נישט די מענטש גיין ווייטער. און זייער א סך פון די פראבלעמען נעמען אריין פיזישע ווייטאג, אז מ'באקומט רוקן ווייטאג צו אקסל ווייטאג, אדער אז מ'איז מורא'דיג אנגעצויגן ווערט די גאנצע גוף אפגעשוואכט, און דאס פרוביר איך בעזהשי"ת צו קענען דורכשניידן די אייז און זעהן וואס בלאקט דא די מענטש צו מצליח זיין ווייטער אין ביזנעס.

צו די מעטאד בין איך אנגעקומען ווען פאר יארן יארן צוריק האב איך געהאט אליינס, די אקסלען האב מיך זייער וויי געטוהן, איך בין געגאנגען פאר פיזיקעל טעראפי אביסל צו בארואיגן די מוסקלען, איך האב געטרייט אביסל TMJ אבער איך האב נאר געזעהן אז ס'קומט צוריק, ס'ארבעט נישט. פונקט האב איך דעמאלטס גערעדט מיט איינעם, ער האט געוואוסט אז איך האב ליב נפש זאכן האט ער מיר געזאגט אז פאר יארן צוריק האט איינער איבערגעלאזט אין זיין אפיס א בוך פון עפעס א סארנא אויב איך וויל עס ליינען, אויב ס'קען מיר זיין אינטערסאנט, האב איך געזאגט אדרבה, און איך האב עס דורכגעליינט אין איין אטעם, און ווי נאר איך האב געענדיגט דעם ביכל איז מיר די ווייטאג ממש אראפגעגאנגען, ס'איז מיר געווען ממש א פלא, און ס'האט מיר געכאפט אז דא ליגט עפעס גרויסע סודות וואס קען ארויסהעלפן א סך אנדערע.

הגם זייער א סך זאכן האבן מיר נישט געשטימט, ס'איז נישט געווען אינגאנצן לאגיק, ס'האט נישט געמאכט אזויפיל "סענס", אבער וויפול סענס עס האט נישט געמאכט האב איך געזען אז עפעס טוט עס, און איך בין עס געגאנגען נאכפארשן און דורכטוהן, און יגעתי ומצאתי תאמין, דער אויבערשטער האט מיר צוגעפירט צו די ריכטיגע אדרעס איך זאל קענען פארשטיין וויאזוי עס ארבעט, און איך האב באקומען טרעינינג אויף דעם, און דא האלטן מיר...

פאר מיר קומען צו וויאזוי די דר. סארנא'ס מעטאד ארבעט, קודם אביסל בעקראונד פון דר. סארנא אליינס, ווער איז געווען דער דאקטאר?

דר. דשאן סארנא, ער איז געווען א פראפעסאר אין די ריהעב פון די NYU שפיטאל, ער האט כסדר געזעהן פאציענטן וואס זענען זיך געקומען ערהוילן נאך זייערע סורדשערי'ס פאר רוקן ווייטאג און אנדערע סארט ווייטאגן, און ער האט כסדר באמערקט זייער א אינטערסאנטע זאך אז אפילו מ'פראגרעס'ט און מ'קומט אהן, און מ'איז מצליח, דאך נאך א שטיק צייט קומען די ווייטאגן צוריק כאילו לא היה, אפי' ס'קומט אראפ פון איין פלאץ קען עס נאכאמאל ארויפקומען אין א אנדערע פלאץ, מ'מאכט נאך א סוירדשערי וואס נעמט עס אוועק פון יענע ביין קומט עס שפעטער ארויף אויף א אנדערע ביין, אויב מ'האט נישט קיין רוקן ווייטאג האט מען אקסל ווייטאג, מ'פאנגט אהן האבן ענקזייעטי אנשטאט פיזיקל פעין, ס'געגאנגען אזויווי א "סייקל".

ער האט אנגעהויבן נאכצופארשן אז עפעס שטימט נישט דא, עפעס מאכט נישט קיין סענס. די מעדיצינישע וועלט זאגט אז די פראבלעם מיט די אלע זאכן איז וואס מ'טרעפט מיט א עקסרעי אז א ביין איז פארוקט אדער א נערוו איז שוואך. ער האט אנגעהויבן נאכצופארשן, און מיט די יארן איז עס טאקע געווארן מער און מער אריינגעדרייט אפילו אין די מעדיצינישע וועלט, אין פארשידענע מעדיקל דשורנאלן זענען געווארן פאבליצירט זייער א סך שטודיעס וואס האבן געוויזן זייער קלאר אז די אלע פראבלעמען אין ביינער מוסקלען און נערוון וואס מ'זעהט אויף עקסרעי'ס און MRI'ס איז אין פאקט נישט ריכטיג, דאס איז נישט די סיבה פארוואס ס'טוט וויי.

אז מ'וועט נעמען געזונטע מענטשן וואס האבן נישט קיין ווייטאג וועט מען פונקט אזוי זעהן אויף זיי די פארוקטע ביינער און שוואכע נערוון, סאו ס'מאכט נישט קיין סענס אז דאס איז די גורם פארוואס מ'האט פראבלעמען, אפי' געוויסע באקטעריע וואס געוויסע דאקטוירים האלטן זענען די גורם פאר מאגן ברענערישן צו אלסערס האט מען אויך געזעהן אז געזונטע מענטשן האבן עס, מ'קען זיך דערמיט ארומדרייען יארן לאנג און ס'געשען'ט גארנישט, ס'איז א געוויסע עידשינג פראסעס אזוי ווי מענטשן ווען זיי ווערן אלט ווערט די האר ווייס, די זעלבע זאך געשען'ט אז די נערוון ווערן שוואך אדער א ביין פארריקט זיך, דאס איז א זאך וואס מאכט זיך ביי יעדעם איינעם און ס'האט נישט קיין שום שייכות צו דאס וואס עס טוט וויי.

אויב אזוי וואס יא? האט ער אנגעהויבן צו כאפן אז דא האנדלט מען פון א געוויסע סינדראם וואס קומט פון מעסעדשעס פון די מוח, די מוח האט די שטארקייט אנצוזייען פעין דורך "נוראן'ס", אין די מוח איז כסדר דא נוראן'ס וואס שיקן מעסעדשעס צו די גוף דורך די נערוון סיסטעם, און ס'ווערט פאבריצירט זאכן אין די מוח וואס טוט שיקן סיגנאלן פאר די גוף ס'זאל וויי טוהן, פאר געוויסע עמאציאנאלע סיבות.

ער האט עס א נאמען געגיבן Tension myositis syndrome TMS מייאסייטיס מיינט זאכן וואס האבן צו טוהן מיט די מוסקלען, און דאס האט ער שוין געטוהן פאר 40 יאר צוריק, און זייט דעמאלטס האט ער אנגעהויבן גיבן דרשות וויאזוי דאס ארבעט, און מענטשן האבן זיך צוביסלעך אנגעהויבן ארויסצוזעהן פון יארן לאנג זיך מוטשענען מיט פארשידענע ווייטאגן למיניהם, און במשך די יארן האבן דאקטוירים געזעהן אז ס'איז נישט נאר נערוון מיט מוסקלען נאר ס'קען ממש ארויסקומען אויף יעדע צעל אין די גוף, ווי מ'וועט שפעטער רעדן וואו ווייט דאס קען גיין.

און, טאקע די זאך וואס יעדער איינער וויל הערן, מ'הערט אזוי פיל פון דר. סארנא דר. סארנא, וואס איז גענוי די מעטאד? וויאזוי ארבעט עס סטעפ ביי סטעפ פאר איינער וואס קען זיך בכלל נישט אויס אין דעם?

די מעטאד ארבעט בערך אזוי, ווען איינער זאגט די הייליגע תפילה פון ר' אלימלך, די תפילה קודם התפילה, זאגט ער דארט בין הדברים: ודיבורינו ומעשינו וכל תנועותינו והרגשתינו הידיעות לנו ואת שאינן ידיעות לנו הנגלות והנסתרות. דאס הייסט עס איז דא זייער א סך זאכן וואס איז ידיעות לנו, ס'באקאנט פאר אונז, געוויסע געפילן און תנועות, ואת שאינן ידיעות לנו, עס איז דא געוויסע געפילן וואס מיר זענען נישט באקאנט אין דעם, מיר זענען נישט אזוי באהאוונט אין דעם. ס'איז דא אבער מיר האבן עס נישט ארויס, מיר שפירן עס נישט אזוי כסדר אין די מהלך היום יום.

וואס דאס מיינט איז, די מוח פון א מענטש איז צוטיילט אויף א סך חלקים, נאר וואס ס'איז נוגע פאר אונזער שמועס דא איז די "קאנטשעס" און די "סאב-קאנטשעס" חלק אין די מוח. דאס מיינט אזוי, קאנטשעס איז אזוי ווי די "רעם" אין א קאמפיוטער, די קאמפיוטער האט א סקרין און ווי גרעסער די רעם איז אלס מער מעמארי קען די סקרין אנטהאלטן אין זיך אויף איינמאל, ווי ווייניגער רעם עס איז דא אלס ווייניגער אינפארמאציע קען די סקרין אנטהאלטן אויף איינמאל.

דאס איז ביי די מענטש אויך, א מענטש קען האבן א קאנטשעס מיינד יעדע זאך וואס ער טראכט יעצט אויף די מינוט, א מענטש קען נישט טראכטן טויזנט זאכן אויפאמאל און אויב יא ווערט ער טאקע זייער צומישט אזוי ווי א קאמפיוטער ווערט זייער שטייט ווען מ'מאכט אויף צופיל פראגראמען אויפאמאל געוואנדן וויפול רעם ס'איז דא. די קאנטשעס מיינד איז דאס וואס א מענטש טראכט יעצט אויפן מינוט, די זאכן וואס ער שפירט, די זאכן וואס ער רעדט, און די זאכן וואס ער ווייסט.

נאכדעם איז דא די סאב-קאנטשעס, דאס איז אזוי ווי די הארד דרייוו פון די קאמפיוטער, דארט קען מען אריינלייגן וויפול אינפארמעישאן מ'וויל, א הארד דרייוו איז בדרך כלל מוגבל לויט ווי גרויס ס'איז, אבער א מענטשליכע מוח קען נעמען אין זיך ווי לאנג ער לעבט. אינפארמעישאן האלט אינאיין אריינקומען דורך די קאנטשעס, און וואס עס איז וויכטיג פאר די מענטש לייגט ער אוועק אין א מעמארי פלאץ אין די הארד דרייוו אין די סאב-קאנטשעס ער זאל עס קענען ניצן ווען עס פעלט אויס.

יעצט, עס איז דא זייער א סך געפילן וואס מענטשן שפירט במשך זייער לעבן וואס שפירט זיך עפעס אלעמאל אזוי אומבאקוועם, דאס הייסט אזוי, א מענטש קען זיך אויפרעגן, און ער קען זיך שפירן גילטי מיט דעם אז היתכן דאס איז געשען צו מיר ס'פאסט נישט, אז די מענטש איז גענוג שטארק מיט זיך און ער ווייסט אז יא איך מעג פילן אז ס'פאסט מיך נישט, ס'שפירט זיך נישט באקוועם אבער ס'איז נישט עק וועלט. ער וועט עס אויסשמועסן מיט איינעם, ער וועט עס ארויסגיבן פון זיך און מיט דעם איז עס פארטיג.

אבער ווען איינער שפירט זיך נישט באקוועם מיט זיינע געפילן, און ער גיבט עס נישט ארויס, וואס עס געשעהן'ט איז אז דער געפיל ווערט נישט אויס, עס ווערט געהאלטן אין א געוויסע מעמארי חלק פון זיין סאב-קאנטשעס, און עס ווערט דארט געהאלטן און עס גיבט כסדר די מעסעדש פאר די מענטש אז ווען דאס און דאס קומט גיי נישט דארט, טוה נישט דאס, דאס וועט דיך מאכן שפירן שלעכט, אויב דו וועסט דאס טוהן וועסטו זיך אויפרעגן און נאכדעם וועסטו שפירן שלעכט און דו וועסט נישט קענען טוהן מיט דעם גארנישט, בעסער טוה נישט דאס און דאס וואס וועט דיך צוברענגען צו די געפיל.

ווי מער א מענטש וועט איבערגיין א געוויסע מצב וואס וועט יא צוריקברענגען די געפיל וועט זיך די מעמארי ווייטער אויפוועקן און כסדר זאגן די זעלבע זאך דו טארסט נישט דאס שפירן און דו טארסט נישט דאס שפירן, און די גאנצע געפיל בלייבט שטעקן אין מוח.

כעס איז א גרויסע פאקטאר, זייער א סך מענטשן זענען באקוועם זיך צו רעגן אבער זייער א סך מענטשן זענען אבער נישט באקוועם זיך צו רעגן. דאס מיינט אבער נישט אז זיי רעגן זיך נישט, דאס מיינט אז זיי שפירן עס נישט. פארוואס, ווייל זיי ווארפן עס אזוי אריין אין די בעק, זיי לאזן עס דארט און אזוי בלייבט עס שיין פארמאכט, געסיעלט, קיינער זעהט עס נישט, ער ווייסט נישט דערפון, און אזוי שפירט זיך די מענטש סעיף.

די פראבלעם אבער איז אז ס'קומט מיט די יארן, עס זאמלען זיך אהן געפילן, עסענישן, כעס, זאכן באדערן, און עס איז דא א גבול וויפול א מענטש קען איינהאלטן. זייער אסאך מאל קען מען זעהן מענטשן גיבן אזא פלאץ אויס, מ'כאפט אפילו נישט פארוואס ער האט זיך אזוי אויפגערעגט, די תירוץ איז אז ער רעגט זיך נישט נאר אויף דאס וואס איז יעצט געשעהן, ער רעגט זיך אויף וואס עס געשעהן'ט שוין יארן יארן לאנג, און ער האט עס נישט געקענט אויסגיבן, און יעצט פלאצט אויס אלעס וואס ער האט זיך איינגעהאלטן ביז היינט.

עס קומט א געוויסע פוינט, עס קען געשעהן צו א סך מענטשן, כעס'ן, עסענישן, רעגענישן, קענען זיך אנזאמלען און אנזאמלען און די מוח הויבט אהן צו שפירן גע'טרעפ'ט אז די געפילן קענען טאקע אויספלאצן. מ'דארף פארשטיין אז אויב די געפילן זענען געבליבן פארשטעקט אין די מוח ביז היינט מיינט דאס אז דער מענטש איז נישט באקוועם צו ארויסגיבן זיין כעס.

דאס איז וואס דר. סארנא רופט אהן א געפיל וואס איז נישט סתם כעס נאר א מאכטפולע וואולקאן פון עסענישן און רעגענישן וואס שטייען אט אט ביים אויספלאצן, און דער מענטש שפירט זיך זייער פארמאכט, ער האט זייער מורא אז דאס זאל ארויסקומען ווייל עס שטימט נישט מיט זיין אידענטיטעט אז דאס זאל אזוי ארויספלאצן, ער שפירט זיך זייער נישט סעיף.

למשל, עס קען זיין א ארבעטער וואס רעגט זיך אויף זיין בעה"ב שוין פון די טאג וואס ער איז אריינגעקומען, אבער ער שפירט זיך זייער נישט זיכער ארויסצוברענגען זיין כעס אויף זיין בעה"ב ווייל ער האט מורא אז אויב ער וועט זיך רעגן אויף זיין בעה"ב און זאגן זיינע טענות וועט אים זיין בעה"ב פשוט ארויסווארפן. ער איז אין א מצב וואס ער קען נישט ארויסברענגען זיינע געפילן וויאזוי מ'דארף און וואס עס געשעהן'ט איז אז עס זאמלט זיך אהן.

אבער עס איז דא א גבול וויפול א מענטש קען שלונגען, און די געפילן ווילן ארויסקומען. יעצט, אויב איז געווען גענוג ביז היינט אז דער מענטש זאל איינהאלטן זיינע געפילן אין די סאב-קאנטשעס מיינד, יעצט ווען עס הייבט אהן ארויסצורינען ווערט עס סך שווערער, ווייל ער האט שוין נישט אזויפיל ענערגיע איינצוהאלטן די אלע געפילן.

דר. סארנא האלט און פארשטייט זיך אז עס איז נישט זיין חידוש, ער האט עס שוין גענומען פון פריערדיגע פסיכאלאגן ווי מיר וועלן שפעטער רעדן, ער האלט אז די ווייטאג וואס געשעהן'ט אינעם גוף, לאמיר זאגן אין די רוקן אדער די אקסל וואס שניידט מורא'דיג שטארק קומט מסיח דעת צו זיין די מענטש פון די געפילן וואס ווילן ארויסקומען. דאס הייסט אז ביז יעצט האט ער עס געקענט איינהאלטן נאטורליך, יעצט דארף ער האבן נאך א געצייג וואס וועט אים העלפן ער זאל נישט דארפן טראכטן פון די ווייטאג וואס וויל ארויספלאצן.

אזויווי זייער א סך מאל מענטשן זענען אנגעצויגן, זיי ווילן עפעס ליינען פשוט זיך צו דיסטרעקטן פון די סטרעס. די מיינד שיקט דא דירעקט א מעסעדש צו נערוון סיסטעם מאך פעין, ווייל פאר די מענטש איז יעצט וויכטיג ער זאל זיין אגאנצן טאג פארנומען מיט זיין ווייטאג, אבי ער זאל נישט טראכטן פון די שרעקעדיגע רגש וואס וויל ארויסקומען.

פיזיש גערעדט ווערט דא באשאפן א נייע סיגנאל אין די מוח, פונקט ווי ווען איינער לערנט זיך דרייוון א קאר ווערט באשאפן א נייע זאך אין די מוח אז ווען דו זעצסט זיך אריין אין די קאר ווייסטו אטאמאטיש וואו צו לייגן די ברעיקס, וויאזוי צו דרייוון די רעדל. אזוי ווערט אויך באשאפן א נייע חלק אין די מוח וואס שיקט א מעסעדש צו מאכן כאאס אין די גוף, צו מאכן ווייטאג אבי דו זאלסט זיך נישט קאנעקטן מיט די עמאציאנאלע פעין וואס וויל ארויפקומען.

און די פארשער האבן געזעהן אז ווען דאס געשעהן'ט קומט פאר א "אקסעדשין דיפרייוועישאן" אין די מוסקלען און דאס לאזט נישט די בלוט סירקולאציע געהעריג דורכגיין אין די מוסקלען און דאס שאפט פיזיש די פעין. אבער די מקור פון די פעין הייבט זיך אהן אין די מוח און דאס אין א פראבלעם פון די נערוון וואס באקומט א סיגנאל פון די מוח צו מאכן פעין.

פארשטייט זיך, די שאלה איז, איינמאל די מוח האט זיך אויסגעלערנט אז ס'וויכטיג ארויסצושיקן א מעסעדש אז מ'דארף מאכן פעין, די מענטש וויל דאך פטור ווערן דערפון, איז די שאלה וויאזוי דרייט מען דאס אויס.

לאמיר זיכער מאכן, ביז יעצט איז אלעס קלאר?

יא אלעס איז קלאר און מ'פארשטייט זייער גוט, מ'זעהט איר זענט געבענטשט געווארן מיט א לשון לימודים. נו.

שוין, איז אויסצודרייען די רעדל האט דר. סארנא אראפגעלייגט א שטיקל מהלך און היות ער האט עס אראפגעלייגט אויף זייער א אינטערסאנטע וועג איז דא זייער א סך מענטשן וואס מוטשענען זיך צו פארשטיין וויאזוי דאס ארבעט און וויאזוי דאס צו ניצן למעשה. אבער פאר מיר וועלן פארשטיין, רוב מענטשן וואס ווייסן פון דר. סארנא ווייסן פון די מהלך, אבער לאמיר קודם אראפלייגן די מהלך וויאזוי ער האט עס אראפגעלייגט און מיר וועלן נאכדעם זעהן וואס מיר קענען צולייגן.

די יסוד וואס דר. סארנא האט געזאגט איז אז די עיקר פראבלעם וואס מיר האבן איז אז די געפיל וואס איז פארשטעקט לשיטתו קען מען נישט שפירן, עס איז אזויווי פארשפארט אין די מוח, עס איז ווי א מאנסטער וואס דרייעט זיך דארט ארום, עס איז ממש דא איינצעלנע מאלן וואס דאס וועט ארויפקומען און זאגן וואס עס טוט וויי צו וואס ער רעגט זיך אויף. אבער בדרך כלל קען מען נישט שפירן די געפיל און דאס מאכט די פראבלעם נאך גרעסער.

אזויווי מ'האט פריער גערעדט די ווייטאג איז געמאכט צו צומישן די מענטש פון די מאנסטער וואס וויל ארויפקומען, אבער אויב מ'קען עס נישט שפירן וויאזוי קען מען אים צונעמען און זיכער מאכן אז ער זאל אויפהערן צו פארפירן אזוי? איך האב געהערט א דרשה פון דר. סארנא וואו ער האט זיך אזוי אויסגעדרוקט אין ענגליש if it can’t come out then we have to go in and we will go in by learning about it וואס ער מיינט צו זאגן איז אז דאס קען נישט ארויסקומען אבער מיר גייען פארשטיין וואס ער וויל, מיר גייען פארשטיין וואס ער טוט, און דורך פארשטיין וואס ער טוט וועט זיך האפנטליך אויפהערן די פראסעס.

די גיידליינס וואס ער האט געגיבן איז, די ערשטע זאך וואס א מענטש דארף קודם פארשטיין איז, דו מוזט אננעמען אז עס איז גארנישט דא שלעכט מיט דיין גוף, און פארשטייט זיך אז דאס איז קריטיש וויכטיג ווייל אויב איינער וויל בלייבן גלייבן די עקסרעי אדער די עם אר איי אז די פראבלעם איז אין זיין ביין וועט ער פארשטייט זיך נישט וועלן קאפערירן מיט די טריטמענט פלאן ווייל ער וועט פארשטיין אז ער האט דא א פיזישע פראבלעם און נישט קיין גייסטישע פראבלעם. קומט אויס אז די ערשטע זאך איז קריטיש וויכטיג אז מ'מוז קודם וויסן אז ס'נישטא עפעס "ראנג" מיט די גוף.

די צווייטע זאך וואס מ'דארף וויסן איז אז דא געשעהן'ט עפעס א גייסטישע זאך ארום די געפיל וואס פאראורזאכט די ווייטאג, אויב א מענטש וויל נישט אננעמען אז ער האט די שוואכקייט אז ער האט די געפיל, וועט ער נישט קענען גיין ווייטער ווייל ער וועט זיך ווייטער וועלן אינהאלטן פון עקסעפטן די געדאנק בכלל.

די דריטע זאך איז אז מ'דארף אננעמען די פסיכאלאגיע פון די גאנצע פראסעס, און אז דאס איז נארמאל, יעדע מענטש האט ערגעץ וואו אין זיין לעבן אזא געפיל, יעדער איינער אלס קינד האט אמאל א קאפ וויי א בויך וויי, דאס איז אלעס אין די כלל, עס איז זייער נארמאל אז א מענטש האט געפילן וואס ער שפירט זיך נישט באקוועם דערמיט, עס איז זייער נארמאל אז מ'זאל האבן פיזישע פעין וואס זאל מאכן דיסטרעקטן פון די פעין.

הלכה למעשה איז די פראבלעם דא, אז דר. סארנא האט געוואלט אז מענטשן זאלן קענען ווי מער גיבן די מעסעדש פאר די מוח אז איך פארשטיי אז דאס איז א פסיכאלאגישע זאך און נישט קיין פיזישע זאך. ווי מער דער מענטש קען זיך דאס אריינבאקן אלס מער וועט עס העלפן אז דער מוח וועט איינזעהן אז ער קען אויפהערן שיקן ווייטאג. עס איז נישט אינגאנצן פארשטענדליך אבער דער מוח וועט פאר סאם ריזען איינזעהן אז ער קען אויפהערן.

די טריטמענט פלאן וואס ער האט פארדעם איז, איינס, מ'דארף אננעמען אז די פראבלעם איז פסיכאלאגיש, נישט פיזיש. צוויי, מ'דארף אנהייבן רעדן צו די מוח, מ'דארף למשל זאגן פאר די מוח "איך פארשטיי אז דו טוסט דאס נאר ווייל די ווילסט מיך דיסטרעקטן פון מיין פארמאכטע געפיל אבער כ'ווייס וואס דו ווילסט, דו קענסט מיר שוין נישט איינרעדן, דו קענסט מיך שוין נישט סתם אזוי צודרייט מאכן".

די דריטע וועג וואס ער האט געזאגט וויאזוי די מענטש זאל כאפן די מעסעדש איז אז מ'זאל אראפשרייבן געוויסע דאגות, פרעשור, עסענישן, וואס מ'האט במשך'ן טאג. א מענטש קען אראפשרייבן אנשטאט עס זאל זיין פארשטעקט קען מען אראפשרייבן אויף פאפיר: איך האב א דאגה וועגן מיין מארגעדש, איך האב א דאגה וועגן מיין בעה"ב אין די ארבעט, איך האב א דאגה וועגן מיינע קינדער, ס'באדערט מיך דאס, איך האב חובות, איך האב א קאנפליקט מיט איינעם. אזוי אראפשרייבן די אלע זאכן און דאס גיבט ווייטער די מעסעדש פאר די מוח אז די פראבלעם איז די געפילן און נישט די עצם גוף.

ער לייגט צו אז די מענטש דארף וויסן אז נאר ער קען עס טוהן, נאר ער קען רעדן צו זיין מוח, אויב ער וועט עס נישט טוהן וועט עס קיינער נישט קענען טוהן פאר דיר. און די לעצטע זאך איז אז מ'זאל צוביסלעך אנהויבן אפי' איינער וואס איז שוין געווען אין בעט פאר חדשים לאנג מיט רוקן ווייטאג, דארף צוביסלעך אנהייבן צוריקצוגיין צו די נארמאלע אקטיוויטעטן כדי צו ווייזן פאר די מוח אז איך בין קלאר אז דאס איז נישט פיזיש.

אין אנדערע ווערטער, וואס מ'דארף טוהן איז אז מ'דארף אנהייבן רעדן צו די מוח און אים שיקן די קלארע מעסעדש אז דו קענסט מיך נישט סתם דרייען א קאפ מיט ווייטאגן ווייל איך ווייס וואס דו ווילסט, איך פארשטיי וואס דו ווילסט, אבער איך גיי ווייטער צוריקגיין צו מיין טאג טעליכן לעבן. און פאר רוב מענטשן האט דאס געארבעט אבער פאר א סך מענטשן האט דאס פאר סאם ריזען נישט געכאפט. אזוי ווי מ'וועט באלד זעהן.

סתם אזוי מ'הערט, ס'הערט זיך זייער שיין, אבער איך בין זיכער א סך מענטשן וואס הערן יעצט דעם אינטערוויא און בכלל מענטשן וואס האבן שוין געהערט פון דר. סארנא'ס מעטאד, ס'קען זיין אז עס זענען דא מענטשן וואס זענען מפקפק. מ'דארף גלייבן דערין כדי עס זאל העלפן? און בכלל, מענטשן גלייבן דערין אדער עס זענען דא מענטשן וואס האלטן אז ס'איז נישט תורת משה? מענטשן מאכן עס אוועק?

פארשטייט זיך, די ערשטע מענטשן וואס גייען עס אוועקמאכן זענען די וואס זענען געווען ביי א דרשה אדער געליינט א בוך זיי האבן פרובירט נאכצוגיין די גיידליינס און ס'האט נישט געהאלפן. און עס איז דא א סך מענטשן פארוועם עס העלפט נישט. א חלק דערפון איז, מענטשן מוטשענען זיך טאקע אין דעם וואס איר האט געפרעגט צו מען דארף גלייבן אין דעם.

אויבנאויף לויט די וועג וויאזוי דר. סארנא האט עס אראפגעלייגט הערט זיך עס ממש ווי א לחש וואס מ'דארף זיך זאגן, אקעי איך גלייב אז דאס איז נאר די מוח און נישט די גוף. אבער למעשה קען א מענטש טראכטן אז עס רעדט נישט צו אים, איך פארשטיי נישט וואס דו רעדסט דא, איך שפיר דאך אז עס איז יא מיין גוף איך זעה נישט וואס פאר א דאגה זאל מיך מאכן איך זאל דארפן מסיח דעת זיין. בפרט לוי ווי דר. סארנא זאגט אז מ'ווייסט אפילו נישט אלעמאל וואס די דאגות זענען, מ'ווייסט אפי' נישט וואס די געפיל איז, לשיטתיה.

ממילא האבן זיך מענטשן זייער א סך געמוטשעט. מענטשן האבן מיר שוין א סך מאל געזאגט אז זיי האבן געליינט די בוך, געהערט די דרשות, אבער איך שפיר איך רעד דא צום לאמפ איך פארשטיי נישט וואס איך רעד, איך פארשטיי נישט וואס איך זאג, און ס'העלפט טאקע נישט. און דאס איז איינער פון די זאכן וואס איך בין געגאנגען שטודירן, וואס איז דא וואס דר. סארנא האט נישט אזוי גוט פארשטאנען, וואס האט ער אויסגעלאזט דא אז מענטשן כאפן דאס נישט אויף, און וויאזוי זאלן די סקעפטיקער אויך קענען איינזעהן קלאר במציאות בחוש ממש אז די פיזישע ווייטאג וואס זיי האבן האט אין א געוויסע זין א קשר מיט די געפילן.

פארשטייט זיך אז דאס אלעס איז מיט מענטשן וואס האבן דאס דורכגעגאנגען, אבער פארשטייט זיך אז עס זענען דא דאקטוירים וואס ווילן עס נישט אננעמען ווייל עס איז מכלומר'שט נישטא גענוג באווייזן אז דאס איז א נפשיות'דיגע זאך, און דר. סארנא האט זיך קיינמאל נישט וויסנדיג געמאכט פון דעם, כ'מיין די מציאות ווייזט אויף אז אויב ס'איז דא א זאך וואס העלפט דאן איז איבעריג די ריסוירטש. און בכלל איז אין די לעצטערע יארן שוין יא געווען זייער א סך ריסוירטש וואס סופארטן די געדאנק אבער מיסודו האבן עס זייער א סך דאקטוירים נישט געוואלט הערן.

עס איז אויך דא סתם אזוי זייער א סך קריטיקירער אויף סארנא'ס טעאריע בכלל, אז ס'איז נישט אינגאנצן פארשטענדליך, און עס זענען געווען געוויסע קריטיק פון אנדערע. עס איז געווען איין זאך וואס איך האב נישט פארשטאנען אינגאנצן, אז מ'טראכט אריין, עס איז דא די פארשטעקטע געפיל וואס איז שרעקעדיג, עס איז דא פיזישע ווייטאג ווואס וויל דאס אויסמיידן, דו הויבסט אהן צו רעדן צו די מוח און ס'גייט אוועק, מאי אהני לה רבנן בתקנתה? וואס איז דא געשען און וואס איז דא געשען מיט די געפיל? די געפיל האט שוין נישט מורא ארויסצוקומען? די מענטש האט שוין נישט מורא? אויב די פעין איז שוין נישט דא וועט נישט די געפיל ארויפקומען און דערשרעקן די מענטש? כ'מיין וואס פונקטליך קומט דא פאר?

נאכדעם איז דא סתם אזוי מענטשן וואס קריטיקירן די גאנצע טעאריע, די מוח האט נישט קיין אנדערע וועג נאר צו גיין צו פיזישע ווייטאג אלס א מיטל מסיח דעת צו זיין? וואלט נישט געווען בעסער אז ער מאכט עפעס א אנדערע עמאציאנאלע פעין? וואלט עס נישט געווען סך לייכטער? פארוואס פעלט דאס בכלל אויס? ועוד, ס'זעהט אויס אז מיט די גאנצע פיזישע פעין וואס די מוח מאכט, מאכט ער סך מער פראבלעמען ווי ווען די געפיל זאל ארויסקומען און פארטיג!

איך וועל פרובירן אראפצולייגן א יסוד, מ'קען מאכן אויף דעם א גאנצע באזונדערע אינטערוויא מסביר צו זיין פונקטליך די ריסוירטש וואס ליגט אונטער דעם, און פונקטליך וויאזוי דאס ארבעט, אבער איך מיין אז אין די קורצע צייט וואס מיר האבן דא איז ממש נישט מעגליך אויסצוברייטערן באריכות. איך וועל עס אנרירן אויפן שפיץ גאפל, און איך האף דער עולם וועט פארשטיין דעם קאנצעפט אויף וויפול עס איז נוגע צו פארשטיין פון אונזער שמועס.

עס איז נישט מעגליך פאר עמאציאנאלע ווייטאג ארויסצוקומען אהן א פיזישע פילינג, מ'טרעפט כסדר אין תהלים ווען דוד המלך ברענגט ארויס זיינע געפילן ברענגט ער עס אלץ ארויס מיט געוויסע סימנים אין די גוף. לדוגמה:

מבשרי אחזה אלקי... כי כלו בעשן ימי ועצמותי כמוקד נחרו, כי כלו ביגון חיי ועצמי עששו. ער ברענגט עס אלץ ארויס אויף א פיזישע וועג, עששה בכעס עיני נפשי ובטני, די כעס איז אים ווי אריין אין די בויך. מ'טרעפט אין די גמרא אין ברכות אמר רב אנחה שוברת חצי גופו של אדם, אנחה איז א דאגה וואס קען צוברעכן א האלבע גוף פונעם מענטש, שנאמר ואתה בן אדם האנח בשברון מתנים. זאגט רש"י דאס איז באמצע הגוף, ממש די פלאץ אויף וואס דר. סארנא האט פון אנפאנג געזאגט זיין דייאגנאז אויף lower back pain וואס דאס איז די פלאץ פון די מתנים, אז איינער האט א דאגה קומט עס דארט ארויס. די גמרא רעדט טאקע נישט ווען ס'איז אויף א כראנישע אופן, די גמרא רעדט נאר ווען עס איז אויף צייטווייליג, אבער די פוינט איז אז א געפיל קומט אייביג מיט א פיזישע שפירונג.

און די הסבר אויף דעם איז ווייל אהן דעם וואלט נישט געווען קיין שום תועלת אין די געפיל. למשל לאמיר נעמען א צער, ווען א מענטש האט צער קען ער שפירן ווי עפעס דרוקט אים, און די סיבה פארדעם האבן פארשער געזען ביי א בעל חי, ווען א לייב לויפט נאך א הערש קען די הערש רעאגירן אויף אפאר מיני וועגן, ער קען אוועקלויפן, אדער קען ער צוריקפייטן, אדער קען ער זיך פרירן, דאס הייסט ער קען זיך מאכן א וועג ער זאל ווערן ממש פאראליזירט, און דא קען אים א סך מאל היטן פונעם לייב. למשל אויב איז ער צווישן ביימער, ווען ער מאכט זיך הארט קען אים דאס העלפן אז דער לייב וועט נישט הערן אז עפעס רוקט זיך. ער קען זיך מאכן טויט אז די לייב זאל אפילו נישט כאפן אז דא איז דא א לעבעדיגע זאך.

די זעלבע זאך איז ביי א מענטש, ווען א מענטש האט א געפיל און ער שפירט ווי עס דרוקט זיך צאם זיין בויך העלפט עס אויף א וועג גרינגער צו מאכן די ווייטאג. שפירן א פעין ממש בטהרתו, ממש ריין פעין קען אמאל זיין צו שטארק פאר א מענטש. דאס איז איין דוגמה.

נאך א דוגמה, א פיזישע פילינג. למשל ווען איינער צושניידט זיך די פינגער, ער שפירט פעין, א מענטש קען פרעגן, וואס פעלט אויס אז ס'זאל וויי טוהן? איך וועל מיך צושניידן, לייגן א בענדעידש און פארטיג?! די תירוץ איז ווייל אויב ס'וואלט נישט וויי געטוהן וואלט א מענטש א סך מאל נישט געכאפט אז ס'טוט וויי, ער וואלט געגאנגען ווייטער מיט זיין טאג, בלוט וואלט געגאסן, ער וואלט נישט געכאפט און די תוצאות קענען זיין זייער קאטעסטראפיש.

דער אויבערשטער האט געמאכט א מורא'דיגע חסד אין די בריאה אז אויב עס געשען'ט עפעס שלעכט הייבט עפעס אהן וויי צו טוהן. יא אמת, ס'איז נישט באקוועם, אבער ס'קען זיין סך א ערגערע ווייטאג אויב גייסטו דאס נישט שפירן. דאס איז ווי א סיגנאל צו אלארמירן דעם מענטש אז ער איז אין א סכנה און ער דארף עפעס טוהן און אזוי האלט זיך דער מענטש סעיף. יעצט וואס געשען'ט ווען מ'לייגט א בענדעידש, אדער ווען די עמאציאנאלע פעין גייט אריבער, וועט די פיזישע פעין אויך אריבער גיין ווייל ס'פעלט שוין נישט אויס. אין אנדערע ווערטער, פיזישע פעין איז געמאכט צו פראטעקטן די מענטש פון א סכנה, פראטעקטן די מענטש פון א ערגערע זאך. ס'טוט טאקע וויי, אבער אויב ס'טוט נישט וויי קען זיין סך ערגער.

ווען ס'קומט צו כראנישע פעין, אדער ענקזייעטי, איז די פעין אויך דא צו פראטעקטן די מענטש אין א געוויסע זין. עס איז נישט אלעמאל להיסוך הדעת, ווי דר. סארנא האט עס אראפגעלייגט, נאר א סך מאל פירט עס אויס א מטרה וואס די מענטש וויל עס אויספירן, נאר ער קען עס נישט אויספירן לויט זיינע מעגליכקייטן נאר אויב ער האט די פעין.

כדי מ'זאל דאס פארשטיין וועל איך גיבן א שטיקל קעיס עקזעמפל. עס איז געקומען צו מיר א עסקן, ער איז געווען זייער טעטיג אין עסקנות, ער האט עס מורא'דיג ענדשויט, יעדע עסקנות וואס ער האט זיך אריינגעלייגט איז ער געווען דארט "פול פורס", ממש ווען מ'האט געדארפט א עסקנות האט מען אים גערופן ווייל מ'האט געוואוסט אז פון דעם יענקל וועט מען ארויסבאקומען די מאקסימום הילף וואס מ'קען נאר. ער פלעגט עס אלץ טוהן בחינם ער האט נישט געבעהטן קיין געלט, ער האט עס זייער ענדשויט צו טוהן.

ווען ער איז געקומען צו מיר איז ער געקומען קאמפלעינען אז די רוקן ווייטאג וואס ער ליידט לעצטנס פארשווערט אים פון טוהן עסקנות געהעריג וויאזוי ער דארף ווייל ער קען זיך ממש נישט רירן. איך האב גערעדט מיט אים א שטיק צייט, און אזוי רעדנדיג האט זיך געגיבן א גליטש ארויס פון זיין מויל אז ער ווערט שוין אביסל אויגעברענט און ס'באדערט אים אז ער באקומט נישט באצאלט פאר די סערוויס וואס ער גיבט, און ער איז געגאנגען אזוי ווייט אז אומוועלנדיג האט ער געגיבן א זאג אז ער איז איינמאל געגאנגען צו א א עסקנות און און ער האט זיך ממש געוואונטשן ער זאל זיך דא אויסגליטשן און צוברעכן די פיס ווייל ער האט ממש נישט געהאט קיין וועג וויאזוי אפצוזאגן די מענטשן וואס האבן פארלאנגט.

אין מיין קאפ האט זיך גלייך אנגעצינדן א רויט לעמפל. עס איז דא דא צוויי פאקטארן, פון איין זייט האט ער זייער ליב צו טוהן זיין עסקנות, ער איז אבער אביסל איבערגעשטרענגט און ער וויל נעמען א ברעיק, ער נעמט אבער נישט קיין ברעיק, גיי ווייס פארוואס. פון די אנדערע זייט אבער וואונטשט ער זיך אויפצוהערן, און זיין איינציגסטע וועג אויפצוהערן איז אויב זיין פיס גייט זיך צוברעכן און ער וועט דארפן ליגן אין בעט.

און איך הויב שוין אהן צו טראכטן צו זיין רוקן ווייטאג איז נישט פאבריצירט געווארן סאב-קאנטשעסלי דורך די קאנפליקט אין וואס ער ליגט, פון איין זייט וויל ער יא זיין אין עסקנות, פון די אנדערע זייט וויל ער נישט ער ווייסט נאר נישט וויאזוי אפצוזאגן. און ווען ער האט אבער רוקן ווייטאג, וואס פון איין זייט זאגט ער אז עס לאזט אים נישט טוהן קיין עסקנות אבער איז נישט די רוקן ווייטאג דירעקט דאס וואס וויל אים טאקע סטאפן?

דאס מיינט אזוי, א מענטש קען לעבן מיט געפילן וואס ער כאפט נישט, עס קען אפי' זיין אז ער ווייסט עס אבער ער לעבט נישט מיט דעם אין טאג טעגליכן לעבן, עס ליגט אפגעטיילט פון זיין קאנטשעס מיינד, פון איין זייט האט ער גאר א שטארקע דרייוו צו מצליח זיין און צו טוהן עסקנות, ווען פון די אנדערע זייט איז דא א זאך וואס ער טראכט נישט דערפון אין זיין טעגליכן לעבן אז ער וויל אויפהערן, און די איינציגסטע עצה צו דעם איז זיך צוברעכן די פיס, אדער לויט מיר, האבן רוקן ווייטאג און זיך אריינלייגן אין בעט. איך האב אים דאס נאכנישט געזאגט, דאס איז אלעס וואס איך טראכט ביי מיר.

איך האב אים געוואלט דאס ארויסברענגען ער זאך קענען קאנעקטן מיט דעם. א זאך וואס איז געווען פריער אנקאנטשעס האב איך געוואלט מאכן קאנטשעס, און איך האב געמאכט מיט אים א עקסערסייז אז ער זאל דאס קענען זעהן, און איך האב קודם געוואלט זעהן צוויי זאכן, קודם וואס איז די געפיל וואס לאזט אים נישט אויפהערן זיין עסקנות און פשוט זאגן יעצט האלט איך נישט דערביי, און מיר האבן געארבעט אויף דעם. און עס איז ארויסגעקומען געפילן וואס ער אליינס האט זיך געשעמט צו זאגן, למשל ער האט געזאגט אויב איך וועל נישט טוהן די עסקנות דאן ווער וועט עס טוהן? איך בין די איינציגסטע מענטש וואס קען עס טוהן, אויבאיך וועל נישט זיין דא וועט עס נישט זיין גוט, וועט עס נישט זיין פיין, עס וועט נישט געטוהן ווערן ווי עס דארף צו זיין. איך האב נישט קיין ברירה איך מוז זיין.

ווען ער האט עס ארויסגעזאגט האט ער זיך ממש געשעמט פאר זיך אליין'ס ווייל ער האט זיך קיינמאל נישט געכאפט אז ער שפירט אויף אזוי ווייט. אבער בעפאר איך זאל אים אפילו פיקסן די געפיל, ער זאל קענען טוישן זיין מהלך המחשבה האב איך אים קודם געזאגט קוק אהער, פון איין זייט מוזטו טוהן דיין עסקנות ווייטער ווייל דו ביסט די איינציגסטע מענטש וואס קען דאס דורכפירן און קיינער קען עס נישט טוהן אהן דיר, פון די אנדערע זייט אבער פארשטיי איך שוין זייער גוט פארוואס דו קענסט נישט אויפהערן צו טוהן די עסקנות. און איך פארשטיי שוין אויך פארוואס דו האסט נישט קיין אנדערע ברירה נאר צו האבן רוקן ווייטאג און זיך אריינפאקן אין בעט ווייל נאר אזוי קענסטו סטאפן.

עס האט אים ממש אויפגעשאקלט און עס האט געטארגעט די פוינט. און וואס איך טוה געווענדליך איז אז איך שרייב עס אראפ אויף א צעטל, איך געדענק נישט די לשון פונקטליך וואס איך האב געשריבן אבער בערך אזוי, "איך בין די איינציגסטע מענטש וואס קען טוהן יעדע עסקנות ממילה מוז איך טוהן ווייטער, און די איינציגסטע וועג וויאזוי איך גיי קענען סטאפן איז נאר אויב איך גיי האבן רוקן ווייטאג און איך גיי זיך דארפן אריינפאקן אין בעט".

איך האב אים געגיבן די צעטל און איך האב אים געזאגט, דו גיי יעצט ארויס צו דיין לעבן און יעדע מאל דו האסט רוקן ווייטאג זאלסטו זאגן פאר דיר אליין'ס אז דו מוזט עס האבן ווייל דאס איז די איינציגסטע וועג דיר אריינצופאקן אין בעט.

יעצט וואס מ'זעהט דא איז אז זיין פעין איז נישט געווען אים מסיח דעת צו זיין פון עפעס א באהאלטענע געפיל. נישט דאס איז געווען די קעיס. איך וואלט געקענט דרש'ן א גאנצע דרשה און עס וואלט נישט גערעדט צו אים, דאס איז נישט געווען זיין פראבלעם. די פראבלעם איז געווען אז ער דרייט זיך דא ארום מיט א מטרה צו זוכן וויאזוי קען איך אויפהערן ווייל ער איז איבערצייגט אז סתם אזוי קען ער נישט סטאפן ווייל ער איז דאך די איינציגסטע מענטש וואס קען דא טוהן פאר זיין קהילה, ממילא האט ער געהאט די מטרה צו סטאפן עסקנות, און די איינציגסטע וועג צו סטאפן עסקנות איז געווען דורך האבן רוקן ווייטאג.

זייער א סך מאל איז דאס די סיבה פארוואס מענטשן האבן רוקן ווייטאג אדער אנדערע פעין, ווייל זיי לעבן אין די איצטיגע לעבן, לאו דוקא וועגן געפילן וואס קומען ארויף. עס קען זיין אריינגעמישט געפילן, עס קען זיין אריינגעמישט עסענישן, אבער די עסענישן געשען'ט ווייל זיי לעבן אין א געוויסע זין ווייל אנדערע מעסעדשעס אין די מוח האלטן אין איין זאגן אז דו מוזט טוהן עסקנות ווייל נאר דו קענסט, און ווען די אנדערע חלק פון די מענטש וועקט זיך אוי אז ער וויל סטאפן וועט עס נאר געשען אויב ער שלעפט זיך אוועק, ווען ער וועט זיך אוועק שלעפן פון דא דעמאלטס אויב עס וועט גוט גוט וויי טוהן וועט מען זיך קענען אריינפאקן אין בעט. עס איז ממש ווי א קליין יונגל וואס וויל נישט גיין אין חדר וועט אים די בויך וויי טוהן און ער וועט מוזן בלייבן אינדערהיים.

ווען ער איז צוריק געקומען די אנדערע וואך איז שוין נישט געווען מער קיין רוקן ווייטאג, אבער נישט ווייל ער האט זיך געטראפן מיט זיינע געפילן, דאס איז אפשר געווען א חלק פון דעם, אבער וואס ער האט זיך אויסגעלערנט איז אז ער קען זאגן איז אז ער האט א אנדערע וועג וויאזוי אויפצוהערן עסקנות, איך מיין איך זעה איין אז עס זענען דא גענוג מענטשן וואס קענען טוהן די זעלבע זאך ווי מיר, און עס איז נישט מיין אחריות אלעמאל צו טוהן. און טאקע זייט דעמאלטס האט ער סך בעסערע פרינציפן ווען ער טוט יא און ווען נישט, און די רוקן ווייטאג פעלט שוין נישט אויס צו קומען.

בקיצור הדברים. א געפיל קומט צוזאמען מיט פיזישע פעין. ווען מ'האט כראנישע פיזישע פעין האט עס מיט זיך געוויסע געפילן וואס פרובירן אויסצופירן א געוויסע מיסיע. אמאל איז עס היסח הדעת צו שפירן פעין, און אמאל איז עס אויסצופירן א געוויסע מיסיע וואס דער מענטש איז אין א קאנפליקט און די איינציגסטע וועג דאס אויסצופירן איז דורך פעין.

עס איז דא אפילו אמאל וואס די פעין קומט גארנישט אויספירן נאר עס איז א תוצאה פון א רייבעריי, איך גלייב איך וועל נישט האבן קיין צייט אריינצוגיין מער מיט דיטעילס מיט דעם. עס קומט בעיסיקלי ווען די נערוון סיסטעם הייבט זיך אהן צו שלאגן, אזוי ווי ווען צוויי מענטשן שלאגן זיך קענען זיך זאכן אין די זייט צוברעכן, קען געשען אנדערע זאכן אויך ווי עקזעמע און אסאך הויט פראבלעמען, איך גלייב נישט אז עס האט א מטרה פאר זיך נאר עס קומט פון סטרעס אין די מענטש וואס קלאפט אויס. אבער רוב מאל האטדי פעין א מטרה.

ווען איך ארבעט מיט מענטשן גיי איך עפ"י רוב גלייך טרעפן וואס איז די מטרה פון די פעין, און איך גיב א עקסערסייז אז דער מענטש זאל איינזעהן בחוש ממש אז די פעין איז דא אויסצופירן א געוויסע מטרה, און איך לאז די מענטש לעבן מיט דעם אז ער זאל אליינס קענען זעהן צו ער וויל אזוי ממשיך זיין אדער וויל ער טוישן זיין לעבן. און די טויש געשען'ט ווען דער מענטש איז מחליט אז ער קען טוישן זיין לעבן, ער קען לעבן אנדערש ווי ביז יעצט אויף א וועג אז די פעין זאל מער נישט אויספעלן.

נאך אזא פראסעס פרעגן נישט מענטשן בדרך כלל איך פארשטיי נישט וויאזוי דאס האט א שייכות מיט מיר ווייל מ'זעהט עס קריסטאל קלאר און אזוי דרייט מען זיך ארויס בעזהשי"ת ווייל דער מענטש זעהט איין קלאר אז ער קען האבן א אנדערע מהלך החיים ווי דאס וואס ער האט געהאט ביז היינט.

למעשה, פאר וועם העלפט בלויז צו הערן דר. סארנא'ס מעטאד און ווער דארף האבן מער פון דעם?

רוב מאל קען א מענטש פרובירן צו טוהן דאס וואס דר. סארנא רעקאמענדירט, און לויט ווי מיר האבן געשמועסט אז די כלל איז אז די מוח איז זייער פונקטליך ווען ס'וועט אויספעלן צו האבן פעין וועט עס האבן און ווען נישט נישט, וואס עס געשעהן'ט איז אז רוב מענטשן וואס גייען נאך דר. סארנא'ס רעקאמענדאציעס וועלן אטאמאטיש אנקומען רוב מאל צו א געוויסע דאגה וואס איז אמת'דיג א פראבלעם און אויב מ'אדרעסירט עס וועט מען רוב מאל קענען אליין קעיר נעמען פון דעם, ווייל לויט סארנא שרייבט מען דאך אראפ די פראבלעמען. איינמאל מ'נעמט קעיר פון דעם וועט די ווייטאג שוין נישט אויספעלן, דאס איז איין פאל וואו נאר הערן פון דר. סארנא'ס רעקאמענדאציע קען מען קיער נעמען פון די פראבלעם.

נאך א פאל וואו מ'קען אליין'ס זיך העלפן איז ווען די דאגה איז נישט אזוי געפערליך נאר ווען עס הייבט אהן וויי צו טוהן ווערט מען היסטעריש און די דר. דערשרעקט אז מ'וועט דארפן א אפעראציע און גארנישט העלפט נישט און מ'ווערט קאנווינסט אז מ'האט טאקע א פראבלעם, דעמאלטס ווען מ'הערט פון א דאקטאר אז מ'האט נישט קיין פראבלעם, לאזט עס אראפ די סטרעס אז עס זאל מער נישט אויספעלן צו האבן קיין ווייטאג. אבער פאר אזעלכע מענטשן איז דא נאך עפעס צו אדרעסירן אוועקצונעמען די עיקר פעין דורך דערגיין וועלכע ווייטאג אדער קאנפליקט זיי האבן נאך אין זיך וואס ציעט די פעין ווייטער.

למעשה, די דר. סארנא'ס מעטאד העלפט אויף יעדע ווייטאג ווי למשל א צובראכענע ביין א עכטע ווייטאג און שוין אפגערעדט א עכטע מחלה ל"ע, און בכלל ווען ווייסט מען צו די ווייטאג קען געהאלפן ווערן מיט די מעטאד אדער נישט?

איך וועל זאגן עס איז זייער א ברייטע שאלה דאס. איך וועל איבערזאגן א כלל פון א דאקטאר וואס הייסט דר. האווערד שופענער, ער האט געגיבן מער ווייניגער א כלל אויף דעם, איך ווייס אז אנדערע וועלן אפשר מחולק זיין אביסל אויף דעם אבער איך וועל קודם זאגן וואס ער זאגט און איך וועל נאכדעם זאגן וואס אנדערע האלטן אביסל אנדערש.

ער איז א געהעריגע מעדיקל דאקטאר וואס האט אדאפטירט די מעטאד אין זיין ארבעט, און לייגט אראם דריי קאטעגאריעס פון מחלות. די ערשטע איז מחלות וואס האבן נישט קיין שייכות מיט די עצם גוף, און מ'וועט נישט טרעפן קיין מציאות'דיגע פיזישע פעלער, דאס נעמט אריין א לאנגע ליסטע ווי רוקן ווייטאג, האלדז ווייטאג, אקסל ווייטאג, מייגרעינס, ענקזייעטי, דעפרעשאן, און נאך א סך. פאר די אלע זאכן טרעפט מען נישט קיין פיזישע פעלער אין די גוף און אפילו אויב יא איז דאס געווענטליך א עידשינג זאך און האט גארנישט מיט די פראבלעם פאר זיך. עס איז נישטא פארוואס צו גיין צו קיין קאקטאר פארדעם, נישט צו קיין מעדיקעל דאקטאר און נישט צו קיין אלטענאטיווע דאקטאר, זיי גייען נישט ארבעטן מיטן שורש פונעם פראבלעם.

די צווייטע קאטעגאריע איז מחלות וואס זענען נפשיות'דיג אבער עס איז שוין געשען פיזיקל דעמעדש, אין דעם גייט אריין אזמא, MS, געוויסע ארטרייריס, ועוד. וואס אויב נעמט מען א מהלך צו אדרעסירן די נפשיות'דיגע שורש וואס ליגט אינטער דעם קען עס זייער אסאך פארגרינגערן און אויך העלפן די מחלה זאל נישט גיין ווייטער, און היות דא איז שוין דא פיזישע דעמעדש דארף דאס זיין אינטער די אויפזיכט פון א דאקטאר.

נאכדעם איז דא די דריטע קאטעגאריע וואס האט לויט אים גארנישט קיין נפשיות אין זיך און דאס איז זאכן וואס קומען מיט די יארגאנג ווי הויכע בלוט דרוק, הארץ פראבלעמען און יענע מחלה ל"ע וואס לדעתו איז דאס נאר פיזיש און עס האט נישט קיין שום נפשיות אין זיך און די סארנא מעטאד וועט גארנישט העלפן אויף דעם און דאס דארף נאר מעדיצינישע הילף.

במשך די צייט האב איך גערעדט מיט א סך עקספערטן אין דעם פעלד און איך האב שוין גערעדט מיט א גאר גרויסע טעראפיסט וואס טוט ענדליכע ארבעט צו וואס איך טוה און פרובירט ארויסצוברענגען די געפילן וואס ליגט אינטער די פעין, און ער האט יא געארבעט מיט מענטשן וואס האבן יענע מחלת ל"ע, און ער האט קלאר געטראפן די פילינגס וואס האבן גורם געווען צו יענע מחלה, און ווען ער האט געארבעט מיט זיי ארויסגעברענגט יענע געפילן, קאנעקטעד צו זיי פארוואס דאס זאל ברענגען יענע מחלה האבן זיי געקענט אראפגיין פון קימאו טעראפי, די טומאר איז אוועקגעגאנגען און זיי האבן זיך גענצליך ארויסגעזעהן דערפון (פארשטייט זיך דאס מוז זיין אינטער די אויפזיכט פון א דאקטאר). מיט געוויסע מענטשן האט עס נישט געארבעט.

דאס הייסט, עס איז קלאר אז ביי געוויסע מענטשן מיט יענע מחלה איז דאס בלויז פיזיש, אבער עס איז קלאר דא א געוויסע פראצענט וואס די מחלה איז נפשיות'דיג און אויב מ'גייט אריין טיף טיף אין די געפילן קען מען עס היילן. דר. סארנא אליין שרייבט אין זיין בוך אז ער גלייבט אז יענע מחלה קען אויך זיין א גרויס חלק פון דעם, אבער איך ווייס נישט צו ער האט עס גענומען א סטעפ ווייטער פון דעם אדער נישט. איך האב נאכנישט געהאט קיין עקספיריענס מיט דעם. און די מיינד קען אנווערטשאפטן אזעלכע גרויסע זאכן ווען די מיינד איז אין א קאנפליקט אויף זייער א עקסטרעמע וועג. יענע טעראפיסט וויל נישט ארויסזאגן זיין נאמען ווען מ'רעדט וועגן דעם ווייל ער וויל נישט מ'זאל אים אנקוקן ווי אזא באבא, וועגן דעם לכבודו וועל איך נישט זאגן זיין נאמען ברבים, אבער איך האב גערעדט מיט אים און ער האט געזעהן קלארע רעזולטאטן פון דעם.

נאך א זאך וואס קען זיין א קאנטערווערשל זאך איז די לעצטנס אויפגעכאפטע כראניש ליים דיזיס וואס עס איז דא אין דעם א גרויסע מחלוקת אין די מעדיצינישע וועלט אליינס. די גאווערמענט האלט אז עס איז נישטא קיין כראנישע ליים דיזיס, נאר פשוט ליים דיזיס אויף וואס עס העלפט אנטיביאטיק, ווידער איז דא א ארגענעזעישאן וואס רופט זיך איילענד וואס זיי האלטן אז עס איז יא דא, און א טיק קען ארויסקומען 10 יאר שפעטער און מאכן חורבנות.

אויב זאל מען קוקן פון א סארנא פרעספעקטיוו שטימט נישט וויאזוי א טיק היינט זאל קענען ארויסקומען 10 יאר שפעטער, ווייל ממה נפשך, אויב די גוף קען עס פארנעמען דאן פארוואס שפעטער ווערט עס אינפעקטעד. וועגן דעם האלטן אסאך סארנא דאקטוירים אז כראנישע ליים דיזיס איז נישט מער ווי א גרויסע באבל און עס קומט פון נפשיות'דיגע סטרעס און מ'קען עס באהאנדלען מיט די מעטאד. יעצט איך מיש זיך נישט אריין און יעדער זאל זיך באראטן מיט זיין דאקטאר, עס איז נאר גוט צו וויסן אז עס איז דא האפענונג אויף די מהלך.

נאך א אינטערסאנטע זאך וואס איך האב לעצטנס בייגעוואוינט וואס איך וואלט עס נישט געזאגט ווען נישט איך זעה עס מיט מיינע אייגענע אויגן, איינער האט געהאט קעטערעקטס וואס געשען'ט ביי עלטערע מענטשן וואס הייבן אהן צו פארלירן די חוש הראי', די הייטל פון די אויג הייבט אהן צו ווערן בלורי. אין די מעדיצינישע וועלט איז אנגענומען אז עס קען קומען פון דייאביטיס. איך האב געארבעט מיט א ביזנעסמאן וואס האט געהאט שווערע פראבלעמען מיט זיין ביזנעס, און עס זענען ארויפגעקומען אנדערע געפילן וואס ער האט שוין געהאט פון אנדערע שוועריגקייטן וואס האט אים שווערער געמאכט צו קענען האנדלען די סיטואציע, ער האט געהאט קעטערעקטס מיט רוקן ווייטאג. איך האב קיינמאל נישט געדיעלט מיט די קעטערעקטס ווייל איך האב נישט געגלייבט אז דאס זאל האבן מיט נפשיות'דיגע פראבלעמען.

עס איז געווען ביי איין שמועס ווען איך האב אים געברענגט זייער נאנט צו געפילן וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט אז די געפילן וויל איך נישט אנקוקן בשום אין אופן. אבער היות דאס איז מיין ארבעט יא צו מאכן דעם מענטש אנקוקן זיינע געפילן האב איך אים אראפגעשריבן אויף א צעטל די געפילן ער זאל עס אנקוקן במשך די וואך, און צו זיין וואונדער האט ער מיר געזאגט אז ער האט געליינט די צעטל און ער האט אנגעהויבן קאנעקטן מיט זיינע פילינגס און אויפאיינמאל איז די רוקן ווייטאג אוועק און די חוש הראי' איז צוריקגעקומען קריסטאל קלאר. און זייט דעמאלטס ווען ער פאלט צוריק ווערט די אויגן שוואכער. איך זאג נישט אז דאס קען העלפן אויף יעדע קעטערעקטס אבער עס לערנט אונז ווי ווייט די נפש קען האבן א השפעה אויף די גוף.

די וועג וויאזוי צו אידענטיפיצירן צו מען ליידט פון א נפשיות'דיגע זאך איז דר. שופענער מסביר מיט 4 כללים. די ערשטע זאך זאל דער מענטש נעמען א מעדיקעל טעסט זעהן צו ס'נישטא קיין פיזישע פראבלעם. און אויב א מעדיצינישע דאקטאר טרעפט נישט קיין פיזישע פראבלעם קען מען זיך בדרך כלל פארלאזן אז ס'איז נישטא, פארשטייט זיך שגיאות מי יבין אבער בדרך כלל קען מען זיך פארלאזן אז עס איז א נפשיות'דיגע פראבלעם. אזוי אויך אויב מ'נעמט עפעס טריטמענט וואס העלפט אבער עס קומט צוריק צו א אנדערע פלאץ אדער א אנדערע טאג, דאס ווייזט אויך אז עס איז נפשיות'דיג. אויך אויב איז מען רילעקסד גייט די פראבלעם אוועק איז א סימן אז עס איז נפשיות'דיג.

נאר איין זאך צום שלוס, אזוי ווי איר האט אנגעהויבן מיט די תפילה פון רבי ר' אלימלך, א איד דארף דאך לעבן מיט אמונה פשוטה ער ווייסט אז יעדע זאך איז גוט, דאן האט ער נישט קיין שום ווייטאג ווייל ווי דר. סארנא זאגט יעדע ווייטאג קומט פון עפעס א דאגה?

דאס איז זייער א גוטע שאלה, די תשובה אויף דעם איז יא און ניין. דאס הייסט א איד פון נאטור האט אמונה פשוטה, אבער עס איז נישט קיין סתירה, עס איז דא א חלק פון א מענטש וואס האט נישט קיין אמונה. ווען איינער האט ווייטאג איז דא א געוויסע דאגה וואס אויב וואלט ער זיך טאקע פארלאזט אויפן אויבערשטן וואלט עס נישט געווען אבער יענע חלק פון די מענטש האט נישט קיין אמונה וואס מ'דארף און וועגן דען ווערט די ווייטאג. אבער ווען די חלק קומט ארויף און מ'קען רעדן צו דעם דאן קען אמונה זייער שטארק העלפן אויב יענע חלק וועט מסכים זיין. אבער, מיר האבן אלע אין זיך א נפש הבהמי ווי ס'שטייט אין תניא.

פיין ייש"כ ר' חיים מאיר עס איז גווען א פארגעניגען צו רעדן מיט אייך און דערווייל זענען אלע וויייטאגן אוועקגעגאנגען, און אויב איינער וויל אייך קאנטאקטן וויאזוי קומט מען זיך אדורך?

מ'קען שיקו א אימעיל צו סארנא מעטאד עט דשימעיל דאט קאם [email protected] אדער אויף מיין אפיס נומער 845-533-3082 אדער דורך פעקס 845-533-3537.

ייש"כ הרב פערל פאר די טייערע צייט און ס'זאל טאקע זיין לחולים שיתרפאו ולברואים שלא יחלו.

א גרויסן ייש"כ פארן מיר גיבן די געלעגנהייט צו אויפטרעטן אויף קול מבשר און איר זאלט קענען טוהן גוטס מיט אידן.
אטעטשמענטס
סארנא2.pdf
(144.71 KiB) געווארן דאונלאודעד 380 מאל
לעצט פארראכטן דורך מה פתאום??? אום פרייטאג אוגוסט 05, 2016 1:07 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
שלאך
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 22, 2016 3:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלאך »

[offtopic]מה פתאום???[/offtopic]

איינער האט דיך געזאגט אז די ביסט ריזיג? שכח שיין באשריבן
קומט שפילן לעבעדיג לאך און האפקע, אבער געב אכט ווער נישט קיין שלאך
פארוואס האט שלאך נישט ליב געפילן? דא
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יישר כח גדול!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערישער אינגרמאן »

ישר כח!!!!!
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

א ריזיגע יישר כח מה פתאום, כ׳האב געהאט אין פלאן אויסצוהערן די אינטערוויו, האסט עס דא ארויפגעלייגט האסטו מיר איינגעשפארט צו דארפן הערן דעם קול מבשר, #כבוד החיות מבין, הערלעך שיין און איפארמעטיוו
חביבי
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

מה פתאום!!! דאס איז ארבעט!!

א ריזיגע דאנק!!
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

יישר כוח מה פתאום.

אין וועלכע שוהל איז "הרב" פערל, רב ?
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

הערליך.
כתוב זאת זכרון בספר ושים באזני יהושע. מ'דארף ליינען אין הערען.

---------
איך זעה אז ס'איז טאקע ווארט ביי ווארט. איז מעגליך אז זיי האבן ארויס געליינט פון דא?
מה פתאום, די גאנצע אינטערוויא האסטו צוגעגרייט פאר זיי?
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

הרב מה פתאום
א ריזיגע ריזיגע יישר כח פאר דיין אומשעצבארער ארבעט.

סמארט
הרב איז געווארן א טיטל פאר יעדן וואס קומט ארויס פאבליק, ס'איז שוין נארמאל היינט
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

דעוויס האט געשריבן:הרב מה פתאום
א ריזיגע ריזיגע יישר כח פאר דיין אומשעצבארער ארבעט.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

wow!!!

יייישכר כחכם הרב פיסים ורעמסס
סוף מעשה במחשבה תחילה.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

פארבינדן האט געשריבן:מה פתאום!!! דאס איז ארבעט!!

א ריזיגע דאנק!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

הלשון האט געשריבן:
דעוויס האט געשריבן:הרב מה פתאום
א ריזיגע ריזיגע יישר כח פאר דיין אומשעצבארער ארבעט.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

דעוויס האט געשריבן:הרב מה פתאום

סמארט
הרב איז געווארן א טיטל פאר יעדן וואס קומט ארויס פאבליק, ס'איז שוין נארמאל היינט

יא יא, ס'נערווירט מיר טאקע.

איך זעה נישט פארוואס מיין גראסערי מאן זאל זיך נישט טיטלען 'הרב'.

#משוגעת
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

עס איז דא א חלק פון א מענטש וואס האט נישט קיין אמונה.

היינטיגע צייטן, ווען איך וויל זיין אן ערליכער יוד, וועל איך נישט אריינקוקן אין אלע מיינע חלקים, נאר איך וועל נאר קוקן אויף די גוטע זייט מיינער, און איך וועל באשליסן ביי מיר אז איך בין גאר אן ערליכער, און פארטיג. און אזוי וועל איך אנגיין. אבער אמאל, וואלט איך געעפענט און אריינגעקוקט אין מיך, זעהן צו מיין גאנצע איך, איבעראל, איז טאקע גוט. און אמאל וואלט איך געווען א ריכטיגער ערליכער יוד. היינט בין איך נאר א שטיקל ערליכער יוד. אבער ס'דא אין מיר אנדערע שטיקלעך, וואס היינטיגע צייטן קוק איך זיי נישט אן, און איך ארבעט נישט דערויף אז זיי זאלן אויך זיין גאנץ מיטן הייליגן באשעפער. איך זאל מיך אינגאנצן אונטערווארפן אונטער עול מלכות שמים. דארף איך אריינקוקן און טרעפן יענע חלקים אויך און עס אויסארבעטן.

דערפאר, ווייל השי"ת זעהט מיין גאנצע איך, און נישט דע חלק וואס איך באשלוס אנצוקוקן, נאר דער הייליגער באשעפער זעהט מיין גאנצע נשמה, און ער ווייסט אויף מיר מער וויפיל איך וויל וויסן אויף מיר. אמאל איז מיין גאנצע אינטערנבאוויסטזיין געווען ריין. בין איך געווען ערליך, האט השי"ת מקבל געווען מיינע תפילות. אבער היינט, דער הייליגער באשעפער ווייסט אויך מיין אינטערנבאוויסטזיין. די חלק פון וואס איך וויל נישט טראכטן. דערפאר ווען איך האב געהערט די ווערטער, עס איז דא א חלק פון א מענטש וואס האט נישט קיין אמונה. האב איך געזעהן דעם אמת רויערהייט. און איך האב תשובה געטון דערויף.

איך טראכט אז ווייל א חלק פון א מענטש האט יא אמונה, הגם מ'קען טרעפן אין די אינטערנבאוויסטזיין אנדערע פרעמדע דיעות פון וואס מ'איז געוואוינט, אבער וויבאלד א מענטש וויל האבן אמונה, ווערט נישט גערעכנט יענע חלק. ווייל א מענטש וואלט זיך מוסר נפש געווען און נישט געקוקט אויף יענע חלק. איך טראכט אז מ'רעכנט נישט וואס ס'טוט זיך אינעם אינטערנבאוויסטזיין. אויב מ'איז גרייט זיך אגאנצן צייט מוסר נפש צו זיין פארן הייליגן באשעפער. דאס איז דער עיקר.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

א מעכטיגן דאנק פאר די געוואלדיגע העתקה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

א מעכטיגע דאנק פאר די העתקה.
אוועטאר
הויכע פענסטער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2016 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויכע פענסטער »

נשמה האט געשריבן:
עס איז דא א חלק פון א מענטש וואס האט נישט קיין אמונה.

היינטיגע צייטן, ווען איך וויל זיין אן ערליכער יוד,


באמת איז דאס נישט ריכטיג, ווייל דאס איז א חלק וואס די גאס איז משפיע אויפן מענטש, א יוד פאר זיך איז אינגאנצען גיט, כופין אותו עד שיאמר רוצה אני.

עיין אין אנדערע אשכול. . .
פון די לבנה זעהן ענק אויס ווי מארעשקעס און ענקער פראבלעמען ווי שטויבעלעך
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

הויכע פענסטער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
עס איז דא א חלק פון א מענטש וואס האט נישט קיין אמונה.

היינטיגע צייטן, ווען איך וויל זיין אן ערליכער יוד,


באמת איז דאס נישט ריכטיג, ווייל דאס איז א חלק וואס די גאס איז משפיע אויפן מענטש, א יוד פאר זיך איז אינגאנצען גיט, כופין אותו עד שיאמר רוצה אני.

עיין אין אנדערע אשכול. . .

די תניא זאגט נישט ווי דיר.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פשי! ייש"כ פארן נעמען די מיה.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

@מה פתאום רירט אן א טיעפע נקודה אין דעם ענין פון אמונה, די מצוה, און די סאבקאנטשעס.

קודם אן הקדמה איבער די מצוה פון אמונה און דער איסור פון לא יהיה, וואס ווערט שוין געפרעגט, וואס איז שייך צו באפעלן, גלייב יא אדער נישט. גלייבט ער, גלייבט ער, אז נישט נישט.

בפשטות לערענט מען אז דער איסור פון לא יהיה לך איז ווי דער רמב"ם זאגט שלא להעלות על לבנו, דאס טייטש אז הגם דער מענטש קען נישט קאנטראלירן ווי זיין מחשבה פארט, אבער ווען און טאמער באמערקט דער מענטש אז זיין מחשבה הייבט אן עפעס טראכטען נגד התורה, זאל ער עס אפשטעלן, (כמדומה עס שטייט אזוי אין דרך פיקודיך אויך אזוי). דאס איז בפרט גווען דער מהלך בדורות האחרונים ווי מען האט זיך נישט מתעסק גווען מיט חקירות און קושיות און תירוצים, נאר ווען עס איז אויפגעקומען א קושיא אדער א מחשבה האט מען עס פארטריבן אדער מסיח דעת גווען.

לדוגמא דער חזון איש אין א בריוו פאר איינעם וואס פרעגט אים קושיות אין אמונה שרייבט ער בערך אזוי איני יודע למה להאמין, אני יודע מה להאמין וכולי.

ווען עס קומט צו קאנטשענס חלק פונעם מח, קען מען עס טאקע קאנטראלירן, און מאכן זיכער צו טראכטן מיט אמונה און חלילה נישט פארקערט.
וואס טועט זיך מיטן סאבקאנטשענס, ווי אזוי ווערט דאס באהאנדעלט? זאל מענטש פראבירן צו נאכגיין פונקטליך ווי שטארק גלייבט מיין סאב קאנטשאנעס? און וואספארשטייט מיין סאב קאנטשענס? וכולי וכולי.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

וואו!
אריינגעלייגט א עבודה. ייש"כ.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

א גרויסן ייש"כ אלע פאר די שכויעך'ס, איטס מיי פלעזשער, עני טיים...
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

א גרויסן שכח מה פתאום???,
פארן זיך נעמען די מי און עס אפשרייבן, מיך עס ציגעברענגט אין א גאלדענע טאץ.

ס'איז זייער אינהאלטסרייך.
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

א גרויסע שקויעך מה פתאום
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”