הערות אויפן אשכול ADD-ADHD

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ס'איז מיר אריינגעפאלן א שטיקעלע געדאנק אין קאפ יעצט, לאמיר הערן פון די חברים צו ס'ריכטיג.

די ADHD ליידענדע ווייסט זיין חוב אבער ער ס'איז אים שווער צו טוהן, די נישט ADHD קען עס טוהן אבער ס'איז אים שווער צו וויסן זיין חוב...

ספאניש? איך גיי מיך מסביר זיין שפעטער אבער איך בין נייגעריג אויב מיינע קלעגע ADHD כאפן עס אויפן ווינק, אויב יא איז א סימן אז איך בין גערעכט...
AdultAdhd
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2016 4:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AdultAdhd »

מה פתאום??? האט געשריבן:ס'איז מיר אריינגעפאלן א שטיקעלע געדאנק אין קאפ יעצט, לאמיר הערן פון די חברים צו ס'ריכטיג.

די ADHD ליידענדע ווייסט זיין חוב אבער ער ס'איז אים שווער צו טוהן, די נישט ADHD קען עס טוהן אבער ס'איז אים שווער צו וויסן זיין חוב...

ספאניש? איך גיי מיך מסביר זיין שפעטער אבער איך בין נייגעריג אויב מיינע קלעגע ADHD כאפן עס אויפן ווינק, אויב יא איז א סימן אז איך בין גערעכט...


כמייו איך פארשטיי וואס די זאגסט כאטשיק האסט עס געשריבען ווי א ריכטיגע עדד אין כוועל מיך קרעגען אויפן ספק אז כפארשטיי וייל איך האב שוין לאנג א פראגע

ווער איז בעסער איך וואס האט די כשרונות צי עפענען ביזנעס מיט ארגינעלע געדאנקען אין למעשה בין איך מיך

אדער דער אינגערמאן וואס ארבעט אין... אין דאס איז דע מערסטע וואס ער קען אין ער טיט זיין ארבעט מיט שטאלץ ווי גלייך סנישט דא נאך איינער ווי ער


טאמער כהאב דיך פרשטאנען, די ווארט חוב איז מיר שווער געווען דער נישט עדד ערפילט זיין חוב, אין דער עדד קען מען דן זיין צי ער ערפילט זיין חוב

טאמער האב איך נישט פארשטאנען זיי מסביר ביטע
איך ווייס אז איך קען נישט ספעלן, אויב סאיז דיר שווער צו ליינען, שרייב עס איבער אין נאכדעם ליין עס
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

וועל איך מיך מסביר זיין!

ווי איך האב שוין כמה פעמים ארויסגעברענגט דא אויף פארשידענע פארמאטן איז די ווארט "הצלחה" אביסל א אינטערסאנטע ווארט, ביי יעדעם איינעם מיינט הצלחה אנדערש. ווען א פלאמער האט אויפגעשטאפט די טוילעט מיט הצלחה האט ער געהאט א הצלחה, און ווען די אמעריקאנע מיליטער האט פארניכטעט אייסיס האבן זיי אויך געהאט הצלחה. יעצט וועלכע איז א גרעסערע הצלחה? יעדער איינער וועט זיין א מוצלח ווען די זאך צו וואס ער צילט וועט געשען.

עס איז אבער דא א כלליות'דיגע הצלחה, דאס איז די הצלחה פון קיום העולם. די וועלט שטייט פאר א סיבה און יעדע מענטש דארף עפעס טוהן אויף די וועלט, דאס לעבן פון א מענטש האט א סיבה, ס'איז דא א מטרה דא. יעצט ווען א מענטש "אקאמפלישט" דאס צוליב וואס ער איז באשאפן געווארן דאן איז ער א "אמת'ע מוצלח"!

די פראבלעם איז נאר אז די לופט אויף די וועלט טייטשט אפ הצלחה אנדערש, דאס קינד זעהט זיין 100 אויף די בחינה אלס הצלחה, דער ביזנעסמאן זעהט זיין געלונגענע ביזנעס אלס הצלחה, מענטשן ווערן פאר'שיכור'ט פאר פאלשע הצלחה אזש ער פארגעסט פון זיין ריכטיגע תפקיד.

ווידער די ADHD ער האט נישט קיין פאלשע הצלחה! ער איז נישט מצליח אין חדר צו זיין צייטליך, ער קען זיך נישט צושטעלן, און אזוי ווייטער. דאס אלעס אין צוגאב צו די פאקט אז רוב ADHD זענען טיפע טראכטערס, ברענגט אז ער זאל זיך כאפן אז די פאלשע הצלחה מיט וואס זיינע חברים זענען אזוי פאר'שיכור'ט איז נישט קיין הצלחה, דאס מאכט אים כאפן וואס איז יא זיין ריכטיגע תפקיד אויף די וועלט. די פראבלעם איז נאר אז ווען ער וויל זיך נעמען צו דאס וואס ער ווייסט איז ריכטיג פאלט ער אדורך..

קומט אויס אז די נישט ADHD "קען עכט מצליח זיין" ער ווערט נאר פארדרייט פון פאלשע הצלחה, ווידער די ADHD "דארף זיך שטארק פלאגן צו מצליח זיין" אבער ער ווייסט וואס ער דארף טוהן!

לויט דעם ווען איינער וואס האט נישט ADHD וועט אויסהערן וואס איך זאג אייביג אז מ'דארף אביסל ארויסגיין פון די שטחיות'דיגע וועלט און טראכטן וויאזוי צו טוהן רצון השם ריכטיג, וועט ער ווערן א מורא'דיגע עובד השם...
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

מה פתאום! איך גיי נישט אריין אין די נושא פון עידידי אבער אויף אזויפיל איז קלאר אז א מענטש וואס איז כסדר מצליח ווי די רופסט עס פאלטשע הצלחות האט ווייניג טשענסעס זיך צו עפענען די אויגן און אנהייבן טראכטן וואס ער וויל עכט פון זיין לעבן האבן משא"כ די נישט מוצלח וואס איז נישט סטאק אין פאלטשע הצלחות האט ער אסאך מער טשענסעס צו טראכטן וואס ער וויל עכט און לעבן מער מיט אמת'דיגע קאנעקשן צו די עכטע לעבן

טריי מסביר צו זיין פאר א גרויסע נגיד אז ער זאל זיך פרייען מיט א פשוט'ע הנחת תפילין ווי א יוד בינדט זיך צו צום אויבערשטן, א מענטש וואס איז נישט קראנק אויף הצלחה וועט נישט עכט פארשטיין וואס די רעדטסט ווייל ער איז קאנעקטעד מיט זיין עכטע לעבן, זיין עכטע אחריות, זיין ווייב און קינדערלעך, ווייל ער האט נישט די דיסטרעקשן, און אלע תורות פון פאלטשע הצלחות זענען ביי אים דברים פשוטים

האבעך גע'הערט אמאל א שיינע מעשה: עס איז געווען א גוי א גרויסע ספארט שפילער וואס האט איין טאג ל"ע געהאט א שרעקליכע עקסידענט, און כדי צו ראטעווען זיין לעבן האט מען גע'מוזט אראפנעמען זיינע פיס פאר אלע שונאי ישראל געווינטשן, און פון דעמאלטס אן און ווייטער האט מען מער נישט גע'הערט פון דעם גרויסן שטערן בעולם הספארט
יארן שפעטער האט מען גע'מאכט עפעס א גרויסע קאנווענשן און די מארגנים האבן גע'רופן דעם געוועזענע שטערן זאל ערשיינען און זאגן א רעדע,
ער האט אנגעפאנגען זיין דרשה אזוי: מענטשן מיינען אז די טאג וואס האט פאסירט מיט מיר די שרעקליכע עקסידענט, האט זיך מיין לעבן גע'ענדיגט, איך וויל ענק פארציילן נייעס יענע גליקלעכע טאג האט זיך מיין לעבן אנגעפאנגען... איך בין געוואר געווארן אז איך קען זיין חשוב מיט זיין א פלעינע טאטע פאר מיינע קינדער, איך בין גוט אפילו איך בין נישט די גרויסע סטאר... עס האט זיך מיר גע'עפנט א טויער צו פשיטות'דיגע לעבן, וואס איז אסאך מער לעכטיג ווי אלע אויפגעבלאזענע כבוד וואס איך בין געווען פארשיכור'ט ביז דעמאלטס,

דאס איז די זאך א מענטש וואס איז שיכור אויף הצלחות ארבייט אסאך שווערער צו האבן א ביסקעלע שמחת החיים און ער פארגעסט פון זיין עכטע פלעינע זיסע לעכטיגע לעבן, וואס מען איז קאנעקטעד צו די ארומיגע, מען ענדזשויט יעדע מינוט, און די עיקר מען איז ניכטער און מען איז נישט שיכור, די קאפ איז דא מיט ישוב הדעת עסט מען די הנאה פון לעבן שטיקל ביי שטיקל מינוט ביי מינוט, אההההההה.....ווי געשמאק דאס איז
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

דאס איז א פירוש חי צו די ווערטער וואס איך זאג. איך לייג נאר צו לגבי אדהד אז ער אנערקענט יא אבער ער טוט נישט, און ער ווערט צוקראכט פון די מענטשן וואס שוועבן אין א וועלט פון פאלשע הצלחות!
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

מה פתאום??? האט געשריבן:דאס איז א פירוש חי צו די ווערטער וואס איך זאג. איך לייג נאר צו לגבי אדהד אז ער אנערקענט יא אבער ער טוט נישט, און ער ווערט צוקראכט פון די מענטשן וואס שוועבן אין א וועלט פון פאלשע הצלחות!

לגבי ADD טראכטעך אזוי. און פליז חשוב'ע טייערע עידידי'ס נעמט נישט פערזענלעך וואס איך זאג איך מיין נאר די געדאנק דערפון אבער באמת איז נישט שייך צו זאגן א כלל, סאו איך טראכט אז עידידיס קענען באווייזן א קונץ... זיי קענען ליגן און א ים פון דורכגעפאלענע פאלטשע הצלחות און נאכאלץ דמיון'ען אויף תולה ארץ... אפילו נאכן דורכפאלן פארלירן נאכאלץ נישט די חלומות די גלאנץ און תיכף ומיד ויחלום שייניס
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

יא, אבער אז מ'חלום'ט שוין איז מען נישט געבינדן צו הצלחות פון רעאליטעט, וועגן דעם וועלן די חלומות זיין סך מער תכלית'דיגע און וויכטיגערע ווי דאס וואס אנדערע טוען למעשה. זיין השגה איז א העכערע און טיפערע. זוי שפיר איך..
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

איך מיין אונז זענען נישט אויף איין פעידזש און די אפטייטש פון נישט עכטע לעבן, עניוועי ס'נישט געפערלעך... וויפיל מענטשן קענען דען פיטן אויף איין פעידזש...
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ווי גרויס אישוין א ספיידער? איך מיין מיר פיטן...

עניוועי, פתח פיך ויאירו דבריך, וואס זענען די חלומות פון וואס דו רעדסט?
בלי לחץ
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 25, 2012 10:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלי לחץ »

כבוד הרב ספיידער/מה פתאום,

קען מיר איינער פון אייך מסביר זיין וואס האט איינזעהן אמת'ע הצלחה מיט ADD?
איך בין נישט ADD אבער איך האב הנאה צו לערנען און ליינען אלעס ארום דעם נפשיות'דיגע חלק פונעם מענטש, אבער די שמיעס דא אויבן הייב איך נישט אן צו פארשטיין.
שקויעך למאפרייע
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

איך האב שוין נעכטן מאריך געווען, אויב עפעס איז נאך שווער ביטע פרעג ספעציפיש.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

בלי לחץ האט געשריבן:כבוד הרב ספיידער/מה פתאום,

קען מיר איינער פון אייך מסביר זיין וואס האט איינזעהן אמת'ע הצלחה מיט ADD?
איך בין נישט ADD אבער איך האב הנאה צו לערנען און ליינען אלעס ארום דעם נפשיות'דיגע חלק פונעם מענטש, אבער די שמיעס דא אויבן הייב איך נישט אן צו פארשטיין.
שקויעך למאפרייע

עס האט נישט ממש מיט עידידי. נאר בדרך כלל זענען עידידי מענטשן וואס טראכטען אלס אליינס און טוען וואס עס זעט זיי אויס פאר ריכטיג אפגעזעהן פון די שיטות וואס די סביבה האלט. ווי אויך איינער וואס איז ארויס געפאלען פון סיסטעם מוז זיך בויען אמת'דיג אויף צו קענען אנגיין מיט זיין לעבן.

מה פתאום זייער שיין!!
נאר לענ"ד אויב זאל דער עידידי טאן וואס ער האלט פאר ריכטיג מיט הילף פון דעם נישט עידידי וועט ער אנקומען בעסער ווי ווען דער נישט עידידי זאל טאן וואס דער עידידי האלט פאר ריכטיג.
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

בלי לחץ האט געשריבן:כבוד הרב ספיידער/מה פתאום,

קען מיר איינער פון אייך מסביר זיין וואס האט איינזעהן אמת'ע הצלחה מיט ADD?
איך בין נישט ADD אבער איך האב הנאה צו לערנען און ליינען אלעס ארום דעם נפשיות'דיגע חלק פונעם מענטש, אבער די שמיעס דא אויבן הייב איך נישט אן צו פארשטיין.
שקויעך למאפרייע


ר' בלי לחץ
איך וויל קלאר מאכן פון וואס איך האב גע'רעדט און איך וועל מסביר זיין די שייכות צו ADHD.

עס איז דא א מחלה וואס הייסט ADHD וואס די וואס ליידן דערויף מוזן האבן כסדר'דיגע סטימיולעישן, עקסייטמענט, און התחדשות,
ווי אויך איז דא א אנדערע מחלה וואס רופט זיך שיגעון גדלות, אדער וועלן אנקומען צו גרויסע שלימות, און נאר זיין צופרידן פון גרויסע מצוות, זיין אבסעסד מיט כבוד וכו'

אזוי ווי איך האב שוין געשריבן דא און כבוד הרה"ח ר' האנטעך שליט"א האט מיר צוריק גע'ענטפערט דא אז כאטשיק די סימפטאמען פון ADD און די חלומות'דיגע לעבן זענען גלייך איז די גורם פון די פראבלעם אינגאנצן אנדערש,

למעשה ארבייטן אויף לעבן יעדע מינוט עקסטער און הנאה האבן פון יעדע קלייניקייט פון עבודת השם איז א זאך וואס ADHD'ס קענען האבן א מורא'דיגע תועלת דערפון, וויבאלד למעשה לעבן זיי כמ"פ און גרויסע חלומות און זיי פילן דיסקאנעקטעד פון עכטע לעבן, אדרבה פרעגט דא דעם ציבור וואס ליידן אויף ADD אויב זיי האלטן נישט אז לעבן מיט מער קאנעקשן איז א זאך וואס א ADD ברויך ארבייטן דערויף,
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

האנטעך האט געשריבן:נאר לענ"ד אויב זאל דער עידידי טאן וואס ער האלט פאר ריכטיג מיט הילף פון דעם נישט עידידי וועט ער אנקומען בעסער ווי ווען דער נישט עידידי זאל טאן וואס דער עידידי האלט פאר ריכטיג.

גוט גוט...

איך האב געטראכט וויאזוי צו פארבעסערן די וועלט אנשטאט זיךך אליינס צו פארבעסערן...
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ספיידער, ביסט נישט גענוג קלאר.

די אדהד איז קענעקטעד אדער דיסקאנעקטעד?
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

מה פתאום??? האט געשריבן:ספיידער, ביסט נישט גענוג קלאר.

די אדהד איז קענעקטעד אדער דיסקאנעקטעד?


זיין קאנעקטעד/דיסקאנעקטעד מוז נישט דוקא האבן א שייכות מיט אדהד,
אויב מען ווילעס מאכן האבן א שייכות קען מען זאגן אזוי.
די אדהד וויבאלד ער גייט אדורך אזויפיל עגמ״נ פון דורכגעפאלענע הצלחות קען ער האבן מער טשענסעס זיך אויפציוועקן און אנהייבן טראכטן פון אמת׳ע הצלחה

לאידך גיסא האט די אדהד א געוואלטיגע כח הדמיון און אויפציוועקן א אדהד פון חלום קען געדויערן א שטיק צייט, ער קען נאך 5 דורכגעפאלענע ביזנעס אינוועסטמענטס, אנהייבן מיט די זעלבע פרישקייט איבער מאכן די זעלבע מיסטעיקס,

אויף צו בעסער פארשטיין לאמיר מיטטילן עפעס.
איך האב מיטגעהאלטן א מעשה ווי א קלאסישע אדהד האט גע׳עפנט און איין יאר 3 ביזנעסער און ער האט געשטעלט א מענעדזשער אויף יעדע ביזנעס, נו וואס טוט א עידידי אז עס איז שוין דא א מענעדזשער, איז ער זיך גע׳גאנגען צולייגן אביסעלע אממ.. אביסל אסאך... און אפשר האט ער יעדן טאג איבער גע׳ליינט גאנץ אייוועלט.... און אז מ׳קוקט נישט נאך די ארבייטער... זענען זיי זיך אויך גע׳גאנגען צולייגן אביסעלע...נאך א שטיק צייט איז ער געקומען זעהן וואס גייט פאר אין זיינע ביזנעסער און סיזעם שווארץ געווארן פארדי אויגן ער האט געשוימ׳ט פאר כעס, ער איז גע׳גאנגען אין דין תורה און... ער האט געווינען...

האט מיר א עסקן גע׳זאגט אז דאס איז די ערגסטע זאך וואס האט גע׳קענט געשען, ער איז געווען אומאחריות׳דיג, איז געשען וואס איז געשען, און ניטאמאל וועט ער ארויסנעמען א לעקציע אויף למעשה ווייל ער האטעך געווינען אפאר פיאסטער אין דין תורה...
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

גוווווט..
AdultAdhd
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2016 4:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AdultAdhd »

נישט געוויסט אז די רעדסט פין רוחני געמיינט אז די רעדסט פין הבלי עולם הזה, נישטא קיין כלל וואס מער כבין דורכגעפאלען אין גשמי אלטץ מער בין איך געפאלן אין רוחני , כהאב אבער א חבר וואס גארנישט אי עם נישט געגאנגען, אבער ער איז געוואר געווארן אז ער האט ליב צי לערנען גמרא ער לערנט דריי פיר שעה א טאג, אין זייט ער האט זיך געזעצט לערנען גייט עם בעסער אנדערע זאכן אויך
איך ווייס אז איך קען נישט ספעלן, אויב סאיז דיר שווער צו ליינען, שרייב עס איבער אין נאכדעם ליין עס
teglas
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:41 pm

תכלית!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך teglas »

א גרויסען שכויח הרב ADULT פארן מיטיילען דא פארן עולם אלס וואס איר האט מיטגעמאכט.
איך גלייב אז א יעדער ADD'ער וועט זיך טרעפען אין דיינע ווערטער, למחצה שליש ורביע. איך גראדע האב נישט געהאט אזא שווערע קינדערישע יארן, אדאנק דעם וואס דער באשעפער האט מיר געגעבן א גאר גיטע קאפ, האב איך זיך אן עצה געגעבן. די גוטע קאפ האט COMPENSATED פאר די אדד, אפילו איך בין אייביג געווען ארויסגעווארפען פין קלאס, און אייביג געכאפט פראסקעס....עניוועי....
מיינע ערוואקסענע יארן זענען מער ווייניגער אזויווי דו האסט עס דא אראפגעלייגט, נישט פונקטליך אבער כמעט.
מיין שאלה צו דיר איז, תכלית?
וואס האסטו זיך ארויסגעלערנט די אלע יארן? וואסערע עצות האסטו פאר אונז וואס האט דיך געהאלפען וואס קען אונז צוניץ קומען?

please share with us anything that helped you that might help us, it will be really appreciated!!
א גרויסן דאנק!
i have alot more to write, but typing in yiddish takes me so long that kept short.
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

teglas האט געשריבן:מיין שאלה צו דיר איז, תכלית?
וואס האסטו זיך ארויסגעלערנט די אלע יארן? וואסערע עצות האסטו פאר אונז וואס האט דיך געהאלפען וואס קען אונז צוניץ קומען?

please share with us anything that helped you that might help us, it will be really appreciated!!
א גרויסן דאנק!


איך ווארט אויך צו הערן פון ר' דערוואקסענער (ADULT בלע"ז) די פריילעכע ענדע פון די מעשה

א סוקסעס סטארי פון א מענטש וואס איז אליינס איבערגעקומען א גרויסע שוועריגקייט איז אסאך מער ווערד ווי טויזנטע בוקס פון גע'לערנטע פסיכעלאגן. כנלע"ד
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
AdultAdhd
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2016 4:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AdultAdhd »

איך בין נאך נישט קיין פילע סוקסעס סטארי ווייל אפילי איך ווייס וואס איך דארף טון איז מיר זייער שווער

אבער כוועל מיטיילן מיינע געדאנקען

#1 education, פארשטיי פונקטליך פארוואס די טוסט פארשידענע זאכן רעד דיך דארך מיט א פראפעשענעל דיינע אלע שוועריקייטן סקען אמאל זיין קלייניקייטן
#2 education פראביר דיין בני בית זאל ליינען אין פארשטיין וויאזוי עדד ארבעט אויב מעגליך זאל זי רעדען ציזאמען מיט דיר מיט מיט א פראפעשענעל
#3 feedback פרעג דיין ווייב חבר בעלבאס סאיז זייער מעגליך אז די ביסט דער לעצטע צי באמערקן ווען סטויג נישט

#4 Medicine איך האב געהאט א סייד עפעקט אז מיין מויל איז געווארן שרעקליך טרוקען אין לעת עתה איז פרנסה מסודר אז כמיז נישט אבער כמיין סהאט שטרארק געהאלפן

די ערשטע צוויי האט געטוישט מיין לעבען ווייל אפילי ווען סגייט מיר שווער ווער איך נישט דעפרעסט איך בין נישט אליין אין איך קען מיך גרינג אויסגראדן

דעס איז אויפן שפיטץ גאפעל כוועל פראבירן שפעטער נאך
איך ווייס אז איך קען נישט ספעלן, אויב סאיז דיר שווער צו ליינען, שרייב עס איבער אין נאכדעם ליין עס
AdultAdhd
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2016 4:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AdultAdhd »

פארוואס האלט איך מיך נישט פאר א סוקסעס, ווייל איך ניץ אויס נאר בערך 50% פון מיין טאג אבער אזוי ווי איך מאך ב'ה פרנסה בריוח פייניג איך מיך נישט, איך טראכט אפשר זיך צי זעצען לערנען אביסל

נאך צוויי איז אין מוקדם ומאוחר

#5 life coach נישט פאר $200 איין שעה אין וואך אפשר דעס אויך אנפאנג, נאר טאמער האסטו א גוטע חבר וואס די קענסט זיין אפען, אין איז וויליג אוועקציגעבן בערך צוויי שעה א וואך, אפשמוסען אנפאנג וואך די פלאן פאר די וואך, אין דיך קאלן צויי מאל א טאג פאר אפדעיט אין חיזוק (איך האב נישט ממש דאס נאר איינער וואס באגלייט מיר בדרך כלל , אבער כבין זיכער דאס וואלט געווען א גרויסע טובה)

#6 יעדע זאך סיי סטומעלענט סיי נישט טו די ערשטע מינוט , די סטומולענט וועסטו נישט אנפאנגען אויב סאיז אלט, אין די נישט סטומולענט איז גרינגער ווען סאיז ניי ווייל יעדע נייע זאך איז אביסל סטומולענט אפילי א קלייניקייט ווי טוישן באלבס האסט עס געקויפט לייג נישט אראפ די בעג דריי עס גראד אריין

#7 reward yourself ווען האסט א שווערע זאך צו טון , כמיין פאר דיר שווער אין סגייט דיר הרגענען די טאג וואך מאך דיר אפ א באלוין וואס די גייסט דיר נעמען נאכדעם, למשל ליינען די נייעס פאר א האלבע שעה אפילי די האסט נישט קיין צייט

#8(1 )technology ווארפ אוועק דיין סמארט פאן אין קויף א בעסיק, סדא וואס טענהן אז סמאכט יעדעם אביסל עדד, קען זיין, אבער דאס איז זעכער סמאכט יעדען עדד טויזענט מאל ערגער technology איז סם המות פאר עדד ווייל סאיז זייער סטומולענט אפילי די האסט איין נארישע געים וואס האסט שוין געשפילט טויזנט מאל אין ביסט סטאק אויף א לעועל וועסטו פארברענגען דיין טאג אויף די געים

יעצט פאר ווער סהאט הנאה צי ליינען מיינע דורכפעלער וועל איך מיטיילן פין דעי וואך פרייטיג אין די מקוה ביים אנטון די זאקן האב איך מיך געכאפט אז כהאב אנגעטון מיינע שמיציגע וועש, כבין געבליבן סטאק נישט געקענט דיסיידן וואס ציטון אויסטון אדער נישט

אהיים געקימען פין קאנטרי מיין טיר איז אויפגעשפארט ב'ה מהאט מיר נישט אויסגעליידיגט די דירה

פידבעק ביטע אויף די ערשטע 8
איך ווייס אז איך קען נישט ספעלן, אויב סאיז דיר שווער צו ליינען, שרייב עס איבער אין נאכדעם ליין עס
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

קומסט אריין זייער קלאר, זייער צום זאך מיט נוצבארע טיפס. שכויעך
AdultAdhd
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2016 4:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AdultAdhd »

teglas האט געשריבן:א גרויסען שכויח הרב ADULT פארן מיטיילען דא פארן עולם אלס וואס איר האט מיטגעמאכט.
איך גלייב אז א יעדער ADD'ער וועט זיך טרעפען אין דיינע ווערטער, למחצה שליש ורביע. איך גראדע האב נישט געהאט אזא שווערע קינדערישע יארן, אדאנק דעם וואס דער באשעפער האט מיר געגעבן א גאר גיטע קאפ, האב איך זיך אן עצה געגעבן. די גוטע קאפ האט COMPENSATED פאר די אדד, אפילו איך בין אייביג געווען ארויסגעווארפען פין קלאס, און אייביג געכאפט פראסקעס....עניוועי....
מיינע ערוואקסענע יארן זענען מער ווייניגער אזויווי דו האסט עס דא אראפגעלייגט, נישט פונקטליך אבער כמעט.
מיין שאלה צו דיר איז, תכלית?
וואס האסטו זיך ארויסגעלערנט די אלע יארן? וואסערע עצות האסטו פאר אונז וואס האט דיך געהאלפען וואס קען אונז צוניץ קומען?

please share with us anything that helped you that might help us, it will be really appreciated!!
א גרויסן דאנק!
i have alot more to write, but typing in yiddish takes me so long that kept short.


איך האב אויך זייער א גיטע קאפ איך האב קיינמאל, נישט געקענט ביי א פארהער איך פלעג מיך אפילו פארהערן זאכן וואס מען האט נישט געמיזט כבין געווען פארעכענט פין די בעסעטע אינגלעך אין חדר,

פעטש פארן נישט וויסן וועלעכע ווארט מען האלט איס שוין מיט געגאנגען,

אבער איך בין זייער סענסעטיו אין כקען דיר נישט מסביר זיין די פחד ווען כבין געשטאנען אויפן בענקל ביי מיין רביס טיש אין דער טיר האט זיך אנגעפאנגען צי עפענען,

אין איך דערמאן מיך די וואך וואס כהאב מיך מיט מסירת נפש אנגעשטרענגט אין דער רבי האט אפאר מאל אין וואך געזאגט הויך פאר די כתה אז פלוני אלמוני הערט אויס (געווען א בושה פאר זיך) ווען ער האט מיך מיטן טאטען געטראפן שבת אין דער טאטע האט געפרעגט נא וויאזוי גייט עס אין חדר אין מיין שמייכל האט אנגעפאנגען צי וואקסן כאטש וועל איך חוץ די בושות עפעס האבן, האט די רבי גענטפערט "כמעשה"

צי די בושה פין דארפען זיצען אין מיין אינגערע ברידערס כתה פאר א טאג פארן נישט האבן די נייע ספר

99% פין מיינע טעג זענען געווען גיט, אבער פיל מיט ענגזייעטו וואס קימט נעקסט, וואס האב איך פארגעסען , וועל איך אויפשטיין בייציטענס מארגען, אין די יארן וואס די רבי האט זיך פארלייגט אויפן מיטהאלטן, די פעטש איז דארעך געגאנגען אבער די שטענדיגע פחד כבין זיכער סהאט איבערגעלאזט אן אפעקט

אבער לעומת זה זענען געווען אינגלעך מיט שוואכע קעפ וואס האבן געכאפט פעטש פארן נישט קענען, זיי האבן מסתם אויך געצאפעלט מיט פחד פאר יעדע פארהער
איך ווייס אז איך קען נישט ספעלן, אויב סאיז דיר שווער צו ליינען, שרייב עס איבער אין נאכדעם ליין עס
גוטע פריינד
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 12:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע פריינד »

ר׳ אדאלט אדהד
איך האב פערזענלעך געשפירט א חיזוק פון דיינע ווערטער איך בין דיר גאר שטארק מכיר טובה דערפאר
איך בין זיכער אז יעדער וואס ליינט דאס קען ארויס נעמען אסאך געדאנקען אויף למעשה.
די רבוש״ע זאל זיין מיט דיר, ובכל אשר תפנה תצליח
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”