נאז בליטן - בפרט ווינטער

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

גדלי וואסער שעפער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 10:24 am

נאז בליטן - בפרט ווינטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדלי וואסער שעפער »

....מיטגעהאלטן נעכטן א חבר מיינער - ווי דאס נאז זיינער האט געבליט שטארק 4 מאל אין 3 שעה
ער האט פארשטייטצעך געדריקט ביים ביין אין געלייגט א טישא אינטער די ליפן וואס מענטשען זאגן דאס קען אויך העלפן אפשטעלן
נאך יעדע מאל וואס סהאט עעעעענדליך אויפגעהערט האט זיך נאך א האלבע שעה ווידער אנגעהויבן
....וויל ער האט א קליינע ריר געטין

יעצט ווינטער האבן דאס פיל מענטשען - וואספארע עיצה האט איר געהערט
אדער ערפארונג מיט די נושא פין נאז בליטעריי

ישר כח למפרע
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

די סטיעם - אויסגעטריקנטקייט איז א שטארקע גורם דערצו, פאר מענטשן וואס האבן א שוואכע נאז-אדער.

עס איז דא טראפן דערפאר, וואס העלפן כמעט נישט. מען קען אויסברענען די נאז, ביים דאקטאר. אסאך מאל העלפט עס.

אדערווייז, זעהן זיך צו האלטן נאס, מיט טרונקן אסאך וואסער.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

איך האב ב"ה זייער גיטע עקספיריענס מיט אפברענען. די טראפן דארף מען לייגן גאר א סך מאל אין טאג און עס איז א גרויסע "העדיק".
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31252
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

איך האב עס ב"ה נישט, אבער א חבר האט געהאט גוטע עקספיריענס מיטן לייגן א קאפ אדער טעפל וואסער ביינאכט ערגעץ נאנט צום קאפ, דאס דארף צו מאכן אביסל נאס די הייסע לופט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

העי, גרויזי האט אויך דעם פראבלעם געהאט מיט זיין גרויזאמען נאז: viewtopic.php?f=71&t=10225
written using the Meshimer web filter
גדלי וואסער שעפער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 10:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדלי וואסער שעפער »

דער עולם רעדט פין אפברענען
?וואס ברענט מען? אין ווי קימט פאר דעי ברענעריי
?וועלעכע דאקטער אדער שפיטאל
מער פרטים וועגן ברענען ביטע
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

מיר האט געהאלפן אריינשמירן bacitraci יעדע נאכט מיט א qtip
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך home »

i tried this
ASIN: B0001VUNLY
home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך home »

איך מיין עס האט געארבעט
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

איך האב געהאט די פראבלעם יארן...

ביז כ'בין געגאנגען צו א ENT עס אפצוברענען, נאכקיינמאל געהאט זייט דעמאלט
גדלי וואסער שעפער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 10:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדלי וואסער שעפער »

?ווי ביסטי געגאנגען
קים אריין קלאר ביטע
לאו דוקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 18, 2012 12:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאו דוקא »

כ'פלעג אלע מיינע יארן ליידן שרעקליך און פאר 10 יאר צוריק בערך איז עס פארשווינדן ווי די פעפער וואקסט אן קיין פארוואס ב"ה פאר דעם, אבער מ'קען ממש פון זינען אראפגיין דערפון,

כ'פלעג קענען האלטן אינמיטן רעדן מיט א מענטש אן גארנישט טון און פליצלינג ס'בלוהט....
אוועטאר
פלאטפארמע
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 7:57 pm
לאקאציע: מען געפינט זיך אויף מיר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטפארמע »

ספלעגט זיך מיר אנהויבן בליטן אין מקוה ווינטער, איך האב אריינגעשטיפט וועזעלין אין נאז מיט א qtip און עס האט באוויזן ווינדער. טאקע אומבאטעמט אבער פארט האט עס געארבעט, נאך יעדע וואך צוויי טוט מען עס נאכאמאל

דוכט זיך די פראבלעם גייט אוועק מיט די עלטער (20)
גדלי וואסער שעפער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 10:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדלי וואסער שעפער »

א ישר כח טייערע ברידער
ווער עס קען אביסעלע ברייטער אויסשמיסן די "אפברענען" מהלך וואלט איך שטארק דאנקבאר געווען

?ווי ברענט מען? ווער ברענט? וואס ברענט מען
?נעמט דאס לאנג? טיט עס שטארק וויי? סתם א דאקטערס אפיס אדער אין א שפיטאל

אינצווישן זאגט מיר איינער אז לייגן א בענדל/גארטל/ציצית אויף 2 פינגער פין די הענט העלפט בדק ומנוסה צי סטאפן די בליט
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

לאמיר עס צונעמען קלארער, מען ברענט נישט ב"ה! קיינער פארברענט נישט דיין נאז!

וואס יא? אבער פאר מען גייט ווייטער לאמיר צו נעמען פארוואס בלוט די נאז ביי געוויסע מענטשן

די נאז פון אינעווייניג האט זייער אסאך גאר דינע אדערן וואס ענדיגן זיך דארט ממש, וואס ביי געוויסע מענטשן איז עס אביסל צו דין אדער קומט עס צו שטארק ארויס, הצד השווה אז עס איז זייער האקעל זיינע אדערן און דאדורך פאר יעדע קלייניקייט ווערט עס געעפנעט און ס'הייבט אן צופליסן בלוט היל"ת

וואס איז די עצה אז מען ברענט (נישט ממש, ס'איז מען טוט עס מיט קעמיקאלן) אפ די דינע אדערן דארטן וואס קומען ארויס צו שטארק על אפו ועל חמתו

די פראססעס נעמט אן ערך פון צוואנציג מינוט און דערנאך ברויך מען שמירן בעסיטרעסן פאר בערך צעהן טאג וחמת המלך שככה

דאס איז גאר א פשוטע זאך וואס יעדע שוסטער הנקרא ENT דארף זיין גוט דערפאר, רופט אריין אייער לאקאלא העלטה סענטער צו באשטעלן אן אפויטמענטץ

פאר עני קוועסטשען קענט פרעגן דא אינעם אשכול
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

אפברענען האט ביי מיר נישט געהאלפן, אבער בעסעטרעיסן מיט א קיו-טיפ האט באוויזן וואונדער.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
חגי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חגי »

בן נון האט געשריבן:אפברענען האט ביי מיר נישט געהאלפן, אבער בעסעטרעיסן מיט א קיו-טיפ האט באוויזן וואונדער.
דער דאקטאר האט מיר געזאגט כ'זאל עס טוהן פאר דריי נעכט און א צי און ס'האט טאקע געהאלפן וואונדערליך פאר א יאר צייט זייט דעמאלטס טו איך עס יעדעס מאל וואס כ'זאג פרשת המן מיט די תרגום
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

איך האב עס געדארפט טון צוויי וואכן און א צו. דערנאך ווען עס פעלט אויס.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
גדלי וואסער שעפער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 10:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדלי וואסער שעפער »

"ישר כח "נישט
פארן אריין קימען קלאר מיט די דעטאלן
אין פאר אלע אנדערע מיט ניצבארע מיטלען

אגב געהערט א ווייטעמין מיטן נאמען
PURE-C-BIO 600 From maxi health
....וואס העלפט צוריק האלטן בליטן וואס דארפן נישט ארויסקינען יעדן שני וחמשי
א געזינטן ווינטער
גדלי וואסער שעפער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 10:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדלי וואסער שעפער »

נישט בלאזן די נאז גלייך ביים אהיימקימין פינם
קאלטע גאס

ווארט אפאר מניט ביז נאז ווארמט זיך אן אמתדיג
פראביר דאס אויס

ברכה הצלחה
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”