עקזיסטירט אזוינס ווי דייעט?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

עקזיסטירט אזוינס ווי דייעט?

תגובהדורך שקר_הדייעט » זונטאג יולי 15, 2007 7:57 pm

ב"ה

והמברכים יתברכו, איך באדאנק אלע אלטגעזעצענע חברים פארן ווארעמען ברוך הבא, ולעומתך ברוך אומר, ברוכים הנמצאים.

לשאלת הרבים, באדייט פון מיין ניק;

אדרבה, אויב איינער האלט אז דיעטע איז א באגריף וואס איז וואר, איז ער מכובד צו געבן אן אויפקלערונג.

לדעתי - און אויך פון ערפארונג - איז עס נאר א טעאריע. איינע פון די פילע טעאריעס וואס זענען קיינמאל נישט פאקטיש איבערגעוויזן געווארן.

אויף שלום בית האב איך אמאל געהערט פון א גוטזאגער, ער האט אויסגעבארגט די גמרא "איוב לא הי' ולא נברא", און געזאגט דאס זעלבע, שלום בית לא הי' ולא נברא אלא משל הי'

איך האלט דאס זעלבע מיט דייעט, לא הי' ולא נברא, ס'איז נאר א משל וואס מ'האט געגעבן כדי לשבר את האוזן, אז אויב מ'וויל איינעם מסביר זיין אזא טעאריע פון אפפאלן פונטן דורך עסן ווייניגער, נוצט מען דעם פיקטיוון באגריף "דיעטע". אבער אין ווירקליכן לעבן עקזיסטירט נישט אזא זאך.

איך קען צענדליגער מענטשן וואס זענען שוין אפגעפאלן אויף צייטווייליג, און נאכדעם אלעס צוריק גענומען. איך קען אבער הונדערטער, און מסתמא טויזנטער, וואס הייבן אן דיעטע יעדן זונטאג און ערב ראש חודש, און זיכער ב' חשון און ב' אייר, און עס האלט אן פון תענית אסתר ביז פורים.

איך וויל נישט יעצט אריינגיין דא אין זייטיגע דעבאטעס פון עקסערסייז, סטעיפלען דעם מאגן, וכו'. איך רעד בלויז פונעם באריף דיעטע, וואס איז שקר מיסודה.

שקר הדייעט והבל האפפאלן!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יולי 15, 2007 8:40 pm

שפיל לסיפיה דקרא: אשה יראת ה' היא תתהלל... מיט דעם פארשטייט מען שוין געוואלדיג דעם המשך פון אנהייב 'פוסיק' צום סוף, ווייל די אשה יראת ה' איז דאך זיכער נישט עוסק אין דיעטעס, ערשטענס האט זי נישט קיין צייט דערצו זייענדיג פארנומען אויפצוהאדעווען די צווייטע 12 בשעת די ערשטע 12, די פארהייראטע שוין, שיקן אריבער די פיצלעך אייניקלעך צו היטן ווען זיי געבן געבורט צו זייערע צווילינגס, אבער אויסערדעם איז דאס דאס א מצות 'עס'ע שלא הזמן גרמא וואס נשים זענען מחויב פונקט - און אפשר נאכמער - ווי אנשים, ווייל מענער האבן דעם כח גברא, אבער הני נשי לא בעיא חיי בתמיה? זיי דארפן דאך שעפן חיונה פון עפעס, און וועלכע פראדוקט גיט דאס מערסטע חיונה אויב נישט א פיינע מילכיגע טשאקאלדע מיט האלווע?

און איידער איך פארגעס: עליכם שלום שקר-הדייעט! יהי בואך לוועלקאם.

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » זונטאג יולי 15, 2007 10:44 pm

קרעמער'שע;

איך ווייס נישט אין וואסארא וועלט דו לעבסט, אבער אין די צעפלויגענע וועלט וועלכע איך קען, שטראמען די נשים אויף דיעטע אנע אויפהער. דער טראפיק פון ווייבער שול צום דייעטע שטראסע איז שטענדיג איבערגעפילט. ווען אימער א פרוי שטייט בעפאר א שפיגל (און ווען שטייט זי נישט?), וועסטו איר זען זיך אנקוקן פון אויבן אביז אראפ מיט די הענט אויף די לענדן, און אויסרופן: משוגעעעעעעע!...... איי גארא גאו אן עי דייעט אלרעדי!!!!!..... איי העוו טו לאז סאם וועיט איטס קרעזי!.....

וואס דו קענסט יא זאגן איז, אז זיי גייען קיינמאל נישט אדורך דעם דייעט. איך ווייס נישט צו זיי פארשמועסן זיך דארט אדער וואס, אבער קיינמאל וועלן זיי עס נישט דורכמאכן, זיי 'גייען' נאר שטענדיג.

פארשטייטסע?...... איין מינוט ווער איז ער?...... עםםםםם..... טשולדיגט איך קען אייך נישט...... ווער?!..... אה.... מ'סארי דו האסט דאך אנגעהויבן די גאנצע טעמע טאקע.... שלומאלייכעם 'שקר החן'... כ'מיין 'הדייעט'....

דרך אגב אז מ'רעדט שוין אזוי, עמיצער א ליטווישער וואס זוכט שוין א לאנגע צייט א שידוך, כ'מיין לאנג... ער איז אינגאנצן פערציג יארע.... האט אים עמיצער אמאל געפרעגט וואס ער זוכט, וואס עס נעמט אים אזוי לאנג, האט ער גע'טענה'ט אז ער זוכט נישט עפעס מורא'דיג, אבער אביסל 'שעקער' און אביסל 'העבעל' וויל ער זאל זי אויך האבן...... שטייסעכ'מיין?.....

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יולי 15, 2007 10:49 pm

איך וואונדער זיך שטענדיג, פארוואס אויף א דייעט 'גייט' מען, און פאר פרעזידענט 'לויפט' מען, איך מיין אז פאר פרעזידענט ווי איז די יאגעניש מ'קען דאך גיין פאמעליך, ווידער אויף א דייעט פאר ווער ס'ברויך עס דארף מען זיך דאך הינטעריאגן, נישט אזוי?

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » זונטאג יולי 15, 2007 10:57 pm

מיללער, אז דו פרעגסט, ווילסטאך אודאי אן ענטפער.

הער, צום ווייסן הויז מוז מען לויפן, ווייל אז דו וועסט חלומ'ען וועט א צווייטער לויפן שנעלער און דיך אויסכאפן. ווידעראום ביים דייעט איז נישטא דער פחד, ווייל דער צווייטער איז דאך אויך א פעשער, קען ער דאך אויך נישט צו שנעל לויפן....... קאפטשא?...

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » זונטאג יולי 15, 2007 11:09 pm

קודם שלום עליכם, יא דער פון די דייעט, סארי אז איך האב דיך נישט באגריסט און שלום עליכם, עליכם שלום, ווייל עס איז בבחינת, במקום גדולים על תעמוד.
האבעך אמאל געהערט א מסורה, זייער שווער געווען פאר מיר צו פארענטפערן, אבער פאר ווער עס קען, כל הרוצה ליטול את השם יבוא ויטול.

כתיב והריקתי לכם ברכה עד בלי דייעט בלי דייעט וכילע,
ובברכת נישואין כתוב והתקין לו ממנו בנין א דייעט.

שוין א לענגערע צייט וואס איך מוטשע מיך ארום, געפלאנט האביך צו עפענען א אשכול דערויף, אבער הואיל ובאתא לידינו האביך עס אויפגעברענגט,

און ווער עס קען עס פארענטפערן, זאל עס ביטע מיטטיילן מיטן ציבור, ויהא חלקינו ממזכי הרבים.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג יולי 15, 2007 11:12 pm

יענטאאש הנאה געהאט פונעם ווארט.
רעכטס איז א בילד פום דעם ליטוואק.. (קרעדיט צלעתי, זי קומט יעצט פון דייעט גראדדע)

לגבי דיעטע, אמת דער באגריף איז נישט קיין ווירקליכקייט ווייל עס ענטהאלט נישט קיין ספעציפישע עלעמענט, עס איז בחינת כביכול כלומר לשבר את האוזן. נישט קיין חפצא נישט קיין גברא. לא בדיני אדם לא בדיני שמים, נישט קיין מלאך נישט קין מענטש, נישט קיין איד נישט קיין גוי, נישט קיין חיה נישט קיין בהמה נישט קיין זכר נישט קיין נקבה. אבער דאך איז דאס אריין אינעם אלגעמיינעם לעקסיקאן אנצודייטן אן אקט פון א באשטימטע מאס אדער צייט בשייכות צו אכילה. היינט קען דאס שוין רואיג ווערן צוגלייגט צו א ביישפיל פונעם טערם 'קאלעריע' וואס ווערט גענוצט כסדר אין צוזאמענהאנג פונעם ווארט 'דייעט'. אין פאקט, איז קאלאריע פונקט אזוי אומקלאר ווי דער גאנצער דייעט בעת איינער האלט אזוי האלט דער אנדערער פונקט קאפויער
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג יולי 15, 2007 11:29 pm

דרך'ל, איך וואלט עס פארענטפערט אזוי, לייג גוט צו קאפ, מ'דארף ניצן די פסוקים אהין און צוריק.

אז ס'וועט זיין והרקותי לכם ברכה, עד בלי דייעט, ס'הייסט מ'וועט זיך לאזן וואויל גיין אן קיינע חשבונות, דאן וועט געשען אז ס'וועט זיין והתקין לו ממנו בנין עדייעט, וועט זיך בויען אן ערענסן בנין אויפן דייעט. אבער דערנאך וואס מ'וועט זיך טרעפן מיט א בנין עדייעט, אז מ'וועט שוין נישט וויסן אויף וועלכע וועלט מ'איז, דאן וועט מען דארפן צוקומען צו די ברכה אז והרקותי לכם ברכה, אז מ'זאל נישט דארפן צוקומען צו א דייעט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יולי 15, 2007 11:45 pm

יענטאאש'ל;

דערפאר האב איך מקדים געווען די מכה פאר די רפואה אז דא רעדט מען פון אן אשה יראת ה'... נו, ווי אפט באגעגנט מען אזאנס??? איך רעד פון די וואס בלאבלט נישט אויפן טעלעפלאפלער טאגנאכטליך, ווייל אויסער קאל-מיין-באבע (קול מבשר) און קול-מיין-פעטער (קול דודי) - וואס זי הערט ביים שנארכעצן און דער מאן לייגט אראפ דעם טרייבל ביים אויפשטיין פארטאגס נאכן הערן אז דער רעדנער ווערט שוין הייזעריג און וויל אויך כאפן כאטש א קורצע דרימעל פאר שחרית - איז זי עוסק אין פראדוצירן ערליכע אידישע דורות, דור הולך ודור בא, איין קינד גייט אין חדר און זי גייט צום קומענדיגן קינד, אזא איינע איז נאר מרחיב די גבולי הקדושה, און אטא דאס איז פשט אינעם רישא דקרא (קרא מלשון מעלאנע) שקר הדייעט והבל האפפאלן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 16, 2007 8:36 am

יענטאאש האט געשריבן:מיללער, אז דו פרעגסט, ווילסטאך אודאי אן ענטפער.

הער, צום ווייסן הויז מוז מען לויפן, ווייל אז דו וועסט חלומ'ען וועט א צווייטער לויפן שנעלער און דיך אויסכאפן. ווידעראום ביים דייעט איז נישטא דער פחד, ווייל דער צווייטער איז דאך אויך א פעשער, קען ער דאך אויך נישט צו שנעל לויפן....... קאפטשא?...


קאפטשיתי יענטאאשתי, זאגסטו אז אויף דייעט אפי' אז איינער וויל שוין יא לויפן איז ער דאך נעבעך נישט ביכולת מחמת פעשקייט. בלייבט נאר שווער צו א פעשער קען לויפן פאר פרעזידענט, אדער ער מוז קודם גיין אויף דייעט.
ניתי ספר ונחזי, ווער איז געווען דער דיקסטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן? מר. וויליאם האווערד טעפט יר"ה, פאלגענד האט איר אנקעדאטן וועגן זיין איבערוואגיגקייט (קרעדיט, וויקיפידיה):

Taft was severely overweight to the point that he became stuck in the bathtub in the White House several times, prompting the installation of a new bathtub capable of holding all of the men who installed it, something the White House denied until the bathtub was torn out years later. At 6 feet, and weighing over 350 pounds (159 kg), Taft is the heaviest person to be President, although Washington, Jefferson, Jackson, Lincoln, Arthur, Franklin Roosevelt, Lyndon Johnson, Reagan, George H.W. Bush, and Clinton were taller


http://en.wikipedia.org/wiki/William_Howard_Taft

פרייע איבעזעצונג:
טעפט איז געווען עקסטרעם איבערוואגיג צום פונקט אז ער איז געבלעבן שטעקן אונעם באדע-וואנע פונעם ווייסן הויז וואס האט געפירט דערצו אז מ'זאל ברויכן אינסטאלירן א נייעם וואנע וועלכע האט געקענט אנטהאלטן אלע אירע אינסטאלירער ביינאזאם (דער ווייסער הויז האט זיך געשעמט דערמיט און געלייקנט איר עקזיסטענס ביז ווען מ'האט עס ארויסגעריסן פון דארט יארן שפעטער).
ביי א הויכקייט פון זעקס פיס האט הרב טעפט געוואויגען 350 פונט (!) די מערסטע וואס אן אמעריקאנער פרעזידענט האט אמאל געוואויגען.

כאפט א בליק אויפ'ן "גרויסן" פרעזידענט:
צוגעלייגטע
Taft.jpg
Taft.jpg (17.92 KiB) געזעהן 5692 מאל

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג יולי 16, 2007 8:42 am

'אסאך' פרעזידענט געוועזען.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג יולי 16, 2007 10:32 am

שקר הדייעט; זייער א גוטער נקודה ארויסגעברענגט, ייש"כ, ענד, יא, וועלקאם טא דע קלאב.

צו ס'העלפט צו נישט, קען מען צו מיר נישט רעדן, ווייל איך בין געבוירן ב"ה דאר און דינטשיק, און ס'האלט נאך אן עד היום, און הלואי אויפן עתיד. מעגליך וועט איינע פון די "דייעט קלאב'ס" נעמען קרעדיט דערויף... ווער ווייסט?..

און צו ס'העלפט פאר מיין רביצין, אמאמ, ס'איז אזוי ווי זי דארף צוויי הונדערט דאלער יעדן טאג, און אויפן נעקסטן טאג "ולא נודע כי באו אל קרבנה".. ווי א "סטרעטשי" פאר א קינד, ווי א פאדעם צו איר "גאבליין" דאס זעלבע מיטן דייעט.. מ'רעדט דערפון, ס'קאסט געלט, און געלעבט נאך א טאג..

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג יולי 16, 2007 1:25 pm

שקר הדייעט קודם שלום עליכם א איד, פון אייער ניק זעט זיך מיר אן ווי איר זעט באמת אנטוישט פון די דייעטן... גלייבט מיר ר' איד, אז איך קען ליידער נישט מיטשפירן אייער ווייטאג, ווייל נישט איך און נישט מיין פאמיליע זענען ב"ה נישט געפלאגט מיט דער פראבלעם.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג יולי 16, 2007 1:59 pm

שקר הדייעט והבל היופי, ווען הבל היופי זאל אויך עפענען א ניק דא וואלט שקר הדייעט נישט געברויכט אזוי שווער ארבעטן.

אזוי ווי כ'בין נישט 'אזוי' שטארק באקאנט אין די גאנצע נושא, אמער מ'שטיינס געזאגט, נישט איך נישט ס'רביצין גיימער אויף דייעט, אלזא, וועליך פרובירן אריינצושיסן מיין השקפה בנוגע דייעט.

א_ווי שקר הדייעט האט שוין זוי הערליך ערקלערט, דייעט הויבט זיך נישט אן און ענדיגט זיך נישט, נאר מ'רעדט דערפון. אפילו די וואס זענען אראפגעפאלן ביי לידער יהא זכרו לדייעט, זענען שוין מער ווייניקער זה בכה וזה בפה צוריק צום אמאליקען שטייגער און אויסזעהן. א סוד וועליך אייך פארציילן, אז זעענדיג אמאל לידער'ן אין זיין בארא פארק אפיס, איז קוקנדיג אויף זיין רינדיג בייכעל האבעך געמיינט אז ער איז א פאציענט, און דר. לידער קומט שוין אריין......

ס'עיקר אז אלע דיאטע קלאב'ס מאכן רעקלאמעס מיט גרויסע שרייעדיגע אותיות אזש מ'קען טויב ווערן, אז יא דאס מאל וועט איר שוין קענען עסן דאנאט'ס גאנץ חנוכה... מיין טאטע זאגט אלעמאל ווען מ'רעדט פון א פעשען אידן, זאגט ער: מסתמא האט ער אסאך טשולנט און קוגל געגעסן. און פקודתו שמרה רוחי, דאס איז מיין אנאליז ווען כ'זעה א פעשען איד. אמער, די וואס זיצן אין אפיס דארפן דאך זיין גרעבער פון גראב מ'שטיינס געזאגט זיי מאכן נישט קיין עקסערסייז, אבער לעמאנסע שטעלט זיך ארויס אז די וואס שלעפן באקסעס קענען זיין פעש ווי די רוחות אז אלע וואונדערן זיך, המממ.... הו הא וויאזוי איז ער אזוי גראב??? פון די אנדערע זייט זענען דא אינגעלייט וואס שרייבן אגאנצן טאג אין קרעטשמע גייען ארויס פאר עטליכע מינוט כאפן א ציגרעטל און גארנישט דאר ווי שטעקענעס, (נישט ממש).

אלזא זענען די עקספערטן געקומען צו אן הנחה, אז עס מוז זיין אז די גראבע עסן און פרעסן, און די דארע עסן נישט אזויפיל, ווילאנג ס'נעמט דעם גראבן צו עסן 4 בראטלעך האלט דער דארער אינמיטן ס'ערשטע. און דאס איז די סיבה....

איז אזוי, גיין אויף דייעט, מהיכי תיתי, אויב האסטו מיר שוין געשיקט דיין מעשר, און געגעבן ס'חומש פאר די מוסדות, גאו אהעד און שיק פאר'ן דייעט קלאב אפאר הונדערט דאלער מזומנים, זאל ער אויך האבן צו לעבן, אויב איז עס נישט גענוג, גיי טאקען אריבער און ברעך דיר איבער דיינע ביינער אז דו זאלסט נישט וויסן צו דו הייסט חיים יאנקל צו זארעכ. און קום אהיים און ריק אריין די איבערגעבליבענע קופעלעך פון די שבת ארדער.....

אלזא רוף איך דא אויס בקול אדיר וחזק: גייט נישט אויף דייעט, דייעט וועט אייך קיינמאל נישט אראפלאזן פון וועג. העכסענס אויב ווילט איר ווערן דאר, קענט איר גיין נעבן דאיען אפפפסססס... דייעט, און נאשן אביסל געדאנקן. אבער די איינציגסטע וועג דערצו איז: ששששש... פארציילט נישט קיינעם, נישט עסן קיין גוט שטיקל קעיק לכבוד שבת...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יולי 16, 2007 2:04 pm

ח"ו. אויפן גוט שטיקל קיכן לכבוד שבת וועלן מיר נישט אזוי שנעל מוותר זיין, וויאזוי זאגן די פרויען? כשר'ע קאלאריען רעכנען זיך נישט...

דיין וויץ אויפן חשבון פונעם פירער (לידער), קען רואיג אריינגיין אין בדיחותא אשכול.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג יולי 16, 2007 2:07 pm

קרעמער האט געשריבן:ח"ו. אויפן גוט שטיקל קיכן לכבוד שבת וועלן מיר נישט אזוי שנעל מוותר זיין, וויאזוי זאגן די פרויען? כשר'ע קאלאריען רעכנען זיך נישט...


איז היות זיי עסן דאך נאר כשר'ס בלייבן זיי גראב...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יולי 16, 2007 3:29 pm

קודם כל שלום עליכם הרב המשכר.
כ'ווייס נישט צי א דייעט איז שקר, אבער דאס וואס מ'זאגט אז ס'נישטא היינט קיין גוטע שרייבער, איז זיכער א שקר!
*
לעצם הענין, בין איך מער-ווייניגער מודה צו דיר אז ס'כמעט גארנישט שייך צו טון, און כמעט קיין איין דייעט האלט נישט אן צו לאנג. די איינציגסטע עצה איז לכאורה צו גיין צו סטעיפלס אדער צום גארטל געשעפט.
און שכוח פאר'ן אריינשלעפן יענטאאש אינעם דעבאטע. ס'האט זיך אלעס געלוינט.

קרעמער, סאכדעס, מיללער און איכער:
איר זענט דאך אזוי זאפטיג (טרי בלע"ז) אז ס'גלוסט זיך נישט צו פארמאכן דעם קרעטשמע אפילו אויף א מינוט.

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דינסטאג דעצמבער 29, 2009 11:03 pm

שקר_הדייעט האט געשריבן:ב"ה

והמברכים יתברכו, איך באדאנק אלע אלטגעזעצענע חברים פארן ווארעמען ברוך הבא, ולעומתך ברוך אומר, ברוכים הנמצאים.

לשאלת הרבים, באדייט פון מיין ניק;

אדרבה, אויב איינער האלט אז דיעטע איז א באגריף וואס איז וואר, איז ער מכובד צו געבן אן אויפקלערונג.

לדעתי - און אויך פון ערפארונג - איז עס נאר א טעאריע. איינע פון די פילע טעאריעס וואס זענען קיינמאל נישט פאקטיש איבערגעוויזן געווארן.

אויף שלום בית האב איך אמאל געהערט פון א גוטזאגער, ער האט אויסגעבארגט די גמרא "איוב לא הי' ולא נברא", און געזאגט דאס זעלבע, שלום בית לא הי' ולא נברא אלא משל הי'

איך האלט דאס זעלבע מיט דייעט, לא הי' ולא נברא, ס'איז נאר א משל וואס מ'האט געגעבן כדי לשבר את האוזן, אז אויב מ'וויל איינעם מסביר זיין אזא טעאריע פון אפפאלן פונטן דורך עסן ווייניגער, נוצט מען דעם פיקטיוון באגריף "דיעטע". אבער אין ווירקליכן לעבן עקזיסטירט נישט אזא זאך.

איך קען צענדליגער מענטשן וואס זענען שוין אפגעפאלן אויף צייטווייליג, און נאכדעם אלעס צוריק גענומען. איך קען אבער הונדערטער, און מסתמא טויזנטער, וואס הייבן אן דיעטע יעדן זונטאג און ערב ראש חודש, און זיכער ב' חשון און ב' אייר, און עס האלט אן פון תענית אסתר ביז פורים.

איך וויל נישט יעצט אריינגיין דא אין זייטיגע דעבאטעס פון עקסערסייז, סטעיפלען דעם מאגן, וכו'. איך רעד בלויז פונעם באריף דיעטע, וואס איז שקר מיסודה.

שקר הדייעט והבל האפפאלן!

ליין דעם בוך. The Diet Delusion

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מיטוואך דעצמבער 30, 2009 7:46 am

אויב האסטו נישט קיין צייט צו ליינען קיין ביכער וואטש דעם ווידעא.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 11:52 am

איי איי נאסטאלגיע...

אוועטאר
גיי_ווייס
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 12:34 am

תגובהדורך גיי_ווייס » מאנטאג ינואר 11, 2010 12:52 am

קודם כל פין וועלכער דייעט רעדסטי?
ס'איז דא צוויי מינע דייעט'ס

איינס. ווען איינער איז גראב איו וויל אביסל אבפאלן
און צווייטנס. א געזינטע דייע וואס מען עסט עסן
וואס איז געזינט. וואס ר' הערשל מייזעלס רעד פין.

ווילסט ממש לייקענען דעס אז ווען איינע איז איבער-וואג קען נישט אבפאלן?

און אויב רעדסטי פין די געזינטע דייעט. פרעג יעדע מענטש וואס גייט אויף
די געזינטע דייעט צי ער פילט נישט געזינטער.נישט מיד איבערן טאג.און
נישט קיין פאפלעמען מיט די מאגן

אין אויב רעדסטי פין א דריטע דייעט לאז מיך וויסען
_________________________x

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג יוני 01, 2010 8:15 pm

שקר_הדייעט האט געשריבן:אויף שלום בית האב איך אמאל געהערט פון א גוטזאגער, ער האט אויסגעבארגט די גמרא "איוב לא הי' ולא נברא", און געזאגט דאס זעלבע, שלום בית לא הי' ולא נברא אלא משל הי'

איך האלט דאס זעלבע מיט דייעט, לא הי' ולא נברא, ס'איז נאר א משל וואס מ'האט געגעבן כדי לשבר את האוזן,

אוואו יענטאאש האט שוין קאמענטירט, פרעגט נאר דעם חציו השני צו עס עקזעסטירט אזא דער-הער וואו א דייעט.
ועמך כולם צדיקים


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט