ליינען קאנצעטרירן ביי קינדער - עדווענסד אויגן זעאונג עקסעם

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

green sunday האט געשריבן:איך וועל צילייגן מיינע צוויי צענט, איך האב געהאט מיט איינע פין מיינע קינדער, דער רבי פין כיתה א' האט מיר געזאגט אז מיין אינגל קיקט נישט אריין געהעריג, ער האט ב"ה א פיינעם קאפ ער הערט אלעס אויסעווייניג אין בליקט אריין אין פארשטייט אלעס, זעמיר געגאנגען צי א גרויסן אויגן דאקטער האט ער געזאגט עס פעלט עם גארנישט ער איז ב"ה 20/20, האמיר עס געלאזט אזוי, ביז כיתה ד' דארט לערענט מען שוין גמרה דארפ מען שוין מער אריינקיקען האט עס בולט געווען דעם פראבלעם, זעמער געגאנגען צי בוחן(געששטטנער), האט נאך א צוויי שעה אינטערוואוי מיטן קינד, פינקליך מסביר געווען וואס דער פראבלעם איז, ער האט געהייסן נעמען ווייטעמינען פאר ADHD מיר האבן געמאכט טעראפי פאר דריי חדשים צוויי מאל א וואך , נאכדעם געמאכט אביסל טעראפי אינדערהיים צוויי מאל א וואך פאר נאך צוויי חדשים, אין ב"ה מיר האבן געהאט גרויס הצלחה, השי"ת יעזר כן להלאה

דער אויבערשטער זאל ווייטער העלפן.

ס'זייער שכיח ביידע צוזאמען אויך, וגם מזה אל תנח ידך.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

איינער האט מיר געבעטן צו פאוסטן:
ער האט אפוינטמענט ביי דר. אלכסנדר אויף JUNE 14
אויב האט איר א פריערדיגע אפוינמענט און איר זענט וויליג צו טוישן, ביטע קומט אין אישי. א דאנק
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

גבריאל האט געשריבן:איינער האט מיר געבעטן צו פאוסטן:
ער האט אפוינטמענט ביי דר. אלכסנדר אויף JUNE 14
אויב האט איר א פריערדיגע אפוינמענט און איר זענט וויליג צו טוישן, ביטע קומט אין אישי. א דאנק


איך האב געהערט אז דר. אלעקסאנדער איז לעצטנס זייער שטרענג מיט ארומגעטוישטע אפוינטמענטס, און בכלל וויל ער שוין נישט לעצטנס קיין פאציענטן פון אמעריקע.
ע"כ וואלט איך דיר געראטן צו מאכן זיכער פארדעם אז ס'וועט נישט זיין קיין פראבלעם דאס ארומטוישן.
---
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

בשבילי נברא האט געשריבן:
גבריאל האט געשריבן:איינער האט מיר געבעטן צו פאוסטן:
ער האט אפוינטמענט ביי דר. אלכסנדר אויף JUNE 14
אויב האט איר א פריערדיגע אפוינמענט און איר זענט וויליג צו טוישן, ביטע קומט אין אישי. א דאנק


איך האב געהערט אז דר. אלעקסאנדער איז לעצטנס זייער שטרענג מיט ארומגעטוישטע אפוינטמענטס, און בכלל וויל ער שוין נישט לעצטנס קיין פאציענטן פון אמעריקע.
ע"כ וואלט איך דיר געראטן צו מאכן זיכער פארדעם אז ס'וועט נישט זיין קיין פראבלעם דאס ארומטוישן.

ווען מ'טוט עס ווי א מענטש איז נישט קיין פראבלעם, ס'נאר שווער צוצוקומען דארט.

מ'דארף זיכער מאכן דריי זאכן: 1) אז די אפוינטמענט'ס זענען טאקע ביי דעם זעלבן דאקטער (ס'דא דארט כהיום דריי דאקטורים, און אמאל ווערט מען איבערראשט ביים אנקומען, אז מ'גייט זען א צווייטן ווי וועם מ'האט אינזין געהאט, א שאד די עגמ"נ). 2) מ'קען נאר טוישן א נייע פאר א נייע און א ריטשעק פאר א ריטשעק, אויב שפילט מען זיך דערמיט ווערן זיי זייער ברוגז, און זיי וועלן בשיטה אהיימשיקן אן גארנישט. 3) מ'דארף זייער אכט געבן צו בעטן איידל און מיט רעספעקט און נישט משוגע מאכן, זיי ווערן זייער נערווירט פין די "ניו יארק" מענטאליטי וואו מ'שרייט אנשטאט רעדן, און אלעס קומט זיך, און צום סוף האט יעדער שאדן דערפין.

ווי אויך איז כדאי צו בעטן אן אימעיל קאנפירמעישן פין די טשעינדזש (אויב מאכט מען עס דורכן טעלעפאן), צו מאכן זיכער אז אלעס איז טאקע קלאר.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

ב"ה אנגעקומען צו דעיע אשכול, איך האב געהערט אז ס'איז דא אין ניו יארק א תלמוד פון דר. אלכסנדר פון לאנדאן וואס טוט די זעלבע זאך, ווייסט איינער מער פרטים?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיין »

איין זאך קען איך זאגן איך האב געהאט אקספרענס מיט א נאטן
סיוואף איז א נידריגער שווינדלער
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

Re: ליינען קאנצעטרירן ביי קינדער - עדווענסד אויגן זעאונג עקסעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

מען האט מיר רעקאמאנדירט צו גיין מיט מיין טאכטער צו דעם באקאנטעןן ספעציאליסט דר. אלעקסאנדער קאברין פון לאנדאן.

איך האב די אינפארמאציע פון זיין אפיס (וועבסייט און פאון נומבער), איך פרוביר שוין צו קאלן עטליכע טעג אין א ציה, עטליכע צייטן משכ'ן טאג אבער מען הייבט נישט אויף קיין טעלעפאון.

איך האב ריקוועסטעד אן אפוינטמענט אויף זייער וועבסייט, שיקן זיי מיר צוריק א אימעיל אז מען דארף אריין קאלן, אבער אין קול ואין עונה קיינער הייבט נישט אויף.

ווייסט איינער ווי אזוי מען סקעדשועלט מיט זיי אן אפוינטעמענט?

ישר כח
תכלית הידוע שלא נדע
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”