green sunday האט געשריבן:איך וועל צילייגן מיינע צוויי צענט, איך האב געהאט מיט איינע פין מיינע קינדער, דער רבי פין כיתה א' האט מיר געזאגט אז מיין אינגל קיקט נישט אריין געהעריג, ער האט ב"ה א פיינעם קאפ ער הערט אלעס אויסעווייניג אין בליקט אריין אין פארשטייט אלעס, זעמיר געגאנגען צי א גרויסן אויגן דאקטער האט ער געזאגט עס פעלט עם גארנישט ער איז ב"ה 20/20, האמיר עס געלאזט אזוי, ביז כיתה ד' דארט לערענט מען שוין גמרה דארפ מען שוין מער אריינקיקען האט עס בולט געווען דעם פראבלעם, זעמער געגאנגען צי בוחן(געששטטנער), האט נאך א צוויי שעה אינטערוואוי מיטן קינד, פינקליך מסביר געווען וואס דער פראבלעם איז, ער האט געהייסן נעמען ווייטעמינען פאר ADHD מיר האבן געמאכט טעראפי פאר דריי חדשים צוויי מאל א וואך , נאכדעם געמאכט אביסל טעראפי אינדערהיים צוויי מאל א וואך פאר נאך צוויי חדשים, אין ב"ה מיר האבן געהאט גרויס הצלחה, השי"ת יעזר כן להלאה
דער אויבערשטער זאל ווייטער העלפן.
ס'זייער שכיח ביידע צוזאמען אויך, וגם מזה אל תנח ידך.