Alien האט געשריבן:ביטע זיך האלטן צום שמועס.
אמת. וואלט געווען כדאי צו מאכן אן עקסטערע אשכול פאר די נושא פון כעס.
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
Alien האט געשריבן:ביטע זיך האלטן צום שמועס.
מתבונן האט געשריבן:כהמשך צו דעם איטרעסאנטן שמועס פון כעס ביי מענער און ווייבער, וואלט געווען כדאי מעתיק צו זיין א שטיקעל גמ' (סוטה ג':) און פארשטיין וויאזוי עס שטומט מיט די מציאות און וואס פונקטליך איז די כוונה פון די גמרא.
א"ר חסדא זנותא בביתא, כי קריא לשמושמא (ופיר"ט, קריא, תולעת של שמושמין האוכלתן, כך הזנות מחרבת את הבית), תוקפא (ופירש"י, תוקפא, כעס) בביתא כי קריא לשומשמא. אידי ואידי באיתתא, אבל בגברא לית לן בה, ופירש"י, באיתתא, כשהאשה מזנה או כעסנית, לפי שהאשה מתעסקת בזנוניה ואינו עושה מלאכתה ולא משמרת ביתה ומפקרת את של בעלה למנאפים, עכ"ל.
הנראה מדברי הגמ', אז דווקא ווען די פרוי איז אין כעס מאכט עס חרוב די שטוב אבער נישט ווען די מאן איז אין כעס, ווייל די פרוי דארף קער נעמען און האלטן די שטוב אין סדר, און ווען זי איז אין כעס איז צרות, איז די שטוב צוווארפען.
וועלן נאך קומען די מענער און זאגן, שוין איך דארף נישט אזוי אכטונג געבן נישט צו זיין נערוועז, איך וועל נישט אזוי קאליע מאכן די שטוב אויב איך רעג מיך... ווען די מציאות איז זייער שטארק אז אפילו ווען די מענער רעגן זיך אינדערהייים מאכט עס אן א פאניק אין שטוב און סאיז פונקט אזוי צרות. נישט אומזינסט זאגט די משנה אז אל יטיל אימה יתירה בתוך ביתו, און דאס איז געזאגט געווארן פאר די מענער.
בפשטות דארף מען זאגן אז די גמרא דא אין סוטה באציט זיך בעיקר צום פראבלעם אז די מענער ווערן לויז אין זייער יחס צו זייערע ווייבער און זייער יצה"ר קען זיי מער איבעררעדן צו טון עבירות ווי רש"י ברענגט ארויס, ממילא ליגט דאס אן אחריות אויפן פרוי זיך צו האלטן אין די ראמען כלפי איר שטוב, אז אזוי זאל דער מאן זיך אויך האלטן אין די ראמען, און דאס איז די עיקר דגוש אז עס ווערט כי קריא לשומשמא. אבער די גמרא רעדט נישט דא כלפי די נפשיות'דיג נזק וואס קומט ארויס פון זיין נערוועז אין שטוב, וואס דאס איז די משנה פון אל יטיל אימה יתירה.
נייגעריג וואס דער עולם זאגט.
בכל אופן ליגט דא א גרויסע אחריות אויף די פרויען זיך מער אכטונג צו געבן זיך צו האלטן רוהיג.
נשמה האט געשריבן:אויף איין פעידזש.
נשמה האט געשריבן:אויף איין פעידזש.
אוי נעבעך, נעבעך מיין ווייב...
בקיצור, ווייל מעלות האט געשריבן שארף וועגן BPD און איך האב גענומען די שארפקייט. איך האב נישט געהאט קיין מינדעסטע השגה אז ס'דא פרויען crickets. איך האב געמיינט אז אויב די מנורה דרייט זיך איבער און ס'נעמט זיך גיין קולות אויף עוולות וואס קומט נישט אריין. האב איך געמיינט אז מ'דארף זיך נישט וויסענדיג מאכן, און אזוי וועט עס פארלירן די כח.
כ'האב אבער געזעהן אז זי וויינט פאר מיר און וויינט און וויינט, אזוי ווי א קינד וואס וויינט פארוואס ער מוז זיין שלעכט.
אזוי ווי צו זאגן "איך האב נישט געוואלט עכט אזוי טון, אבער עפעס דרוקט מיר.
איך פלעג מיך נישט וויסענדיג מאכן
איך האב געטראכט און געפילט ביי מיר האסט איבערגעדרייט די הויז, געשריגן כל מיני... און יעצט וויינסטו נאך...
איך האב געטראכט צו מיר "איך מאך מיר נישט וויסענדיג, עטצעזעך אויסלערנן צו רעדן צו מיר ווי נארמאל...
אבער ס'ארבעט נישט. ס'איז די רייד פונעם בעל דבר וואס קומט אייביג אויף מיט סברות פארוואס יעצט מוז איך זיין 'פעסט'.
כ'האב אבער נישט פארשטאנען אז ס'איז עפעס א מין וועג פון די פרוי וואס זאגט
"איך וויל דו זאלסט וויסן מיין ווייטאג, איך וויל זאלסט וויסן אז דו טוסט זאכן וואס טוען מיר וויי, איך וויל זאלסט דיך מיט מיר פירן מער מיט פארשטאנד און נישט ווי מיט איינער וואס האט נישט געפילן
בקיצור למעשה האב איך ענדלעך געפרעגט איינעם, און ער האט מיר געזאגט אז יעדעס ווארט וואס זי זאגט בשעת זי איז גערעגט נעם עס נישט אן, נישט יא און נישט ניין, כאילו זי זאגט גארנישט
דאס הייסט אזוי
למשל איך בין געווען ביים שווער, ס'איז שפעט ביינאכט, זי איז אויסגעמוטשעט, און איר כח המעצור איז זעראו.
איך האב עפעס געזאגט א זאך וואס זי האלט איז געווען בלי קאממען סענס, און זי נעמט זיך פארווארפן, איך שטייטצעך האלט זיך ביי מיינס. אירע נערווען קענען שוין נישט 'צוריקהאלטן' און ווען זי הייבט שרייען פארלירט זי צו לייגן די פיס אויף די ברעיק.
איז הונטער אירע געשרייען ליגט גאנץ אן אנדערע מעסעדזש, א מעסעדזש וואס זאגט
"איך בעט דיך? מאך דיך וויסענדיג ווייל איך האלט שוין נישט אויס!
יעצט, אויב איך מאך מיך וויסענדיג, איך מאך (כאילו) אויף גרויסע אויגן, און איך מאך מיך כאילו א שאק האב איך געכאפט...
אפ, זי בארואיגט זיך!
פארוואס?
ווייל איר מעסעדזש איז געהערט געווארן.
איר פעקל איז איבערגענומען געווארן
אויב אבער איך מאך מיך נישט וויסענדיג, איך בלייב איינגעשטילט אין מיר...
פילט זי, ווי לא די דו הערסט מיך קיינמאל נישט אויס, און איך פיל מיך ווי די וואזע בלומען אויפן טיש, מאכסטו דיך אויך 'גארנישט' וויסענדיג פון מיר. ווי צו זאגן איך בין גארנישט נאר א כלי מיט כעס... ס'טוט זייער וויי
און דערפאר העלפט אזוי שטארק ווען מ'מאכט זיך דייקא יא וויסענדיג
והשם הטוב העלפט ויעזור
לכתחילה אריבער האט געשריבן:די פראבלעם פון עכט גוט ארויסהאבן די אלע סארטן קרענק ר"ל, מיט די אלע עי-בי-סי'ס איז, אז מען פאנגט אן יעדע צווייטע מענטש אריינצולייגן אין א קאטעגאריע!!
מענטשן וואס עס וואלט דיר נישט געשטערט בעצם א געוויסע הנהגה זיינע, היצט ווייסטו וואס דאס איז!!! דו האסט אים דיגנאזירט, און דו פאנגסט שוין אן זעהן נאך צען פלעצער ווי מען זעט ממש בחוש אז ער ליידט אויף NHG!! אדער OJUYH ......
בן נון האט געשריבן:יא יא. איינער וואס האט מיטגעהאלטן פון די נאנט אביוז פון בי.פי.די. איז נישט אזוי שווער צו דייעגנאוזן... מען דארף נישט זיין קיין מבין.
איך בין נייגעריג עפעס אנדערש. האבן שוין אמאל איינע פון די ׳מבינים׳, ׳טעראפיסט׳, ׳סעקייטריסטס׳ אויסגעהיילט א בי.פי.די. ליידענדע?
Alien האט געשריבן:בן נון האט געשריבן:יא יא. איינער וואס האט מיטגעהאלטן פון די נאנט אביוז פון בי.פי.די. איז נישט אזוי שווער צו דייעגנאוזן... מען דארף נישט זיין קיין מבין.
איך בין נייגעריג עפעס אנדערש. האבן שוין אמאל איינע פון די ׳מבינים׳, ׳טעראפיסט׳, ׳סעקייטריסטס׳ אויסגעהיילט א בי.פי.די. ליידענדע?
יא. מען האט אויפגעהאנגען המן, ס'איז געווען א 100 פערסענט ריקאווערי.
Alien האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:די פראבלעם פון עכט גוט ארויסהאבן די אלע סארטן קרענק ר"ל, מיט די אלע עי-בי-סי'ס איז, אז מען פאנגט אן יעדע צווייטע מענטש אריינצולייגן אין א קאטעגאריע!!
מענטשן וואס עס וואלט דיר נישט געשטערט בעצם א געוויסע הנהגה זיינע, היצט ווייסטו וואס דאס איז!!! דו האסט אים דיגנאזירט, און דו פאנגסט שוין אן זעהן נאך צען פלעצער ווי מען זעט ממש בחוש אז ער ליידט אויף NHG!! אדער OJUYH ......
100%.
אסאך אגמת נפש שוין ארויסגעקומען דערפון. נישט אלעס דארף ווערן געזען מיט סייקייטרישע אויגן.
נישט יעדער וואס עסט פרישטאג 12:00 ליידט פון SFS שפעט פרישטאג סינדראם. נישט יעדער וואס עסט פרישטאג 7:00 ליידט אויף FFS פרי פרישטאג סינדראם. און נישט ווער עסט 9:00 ליידט פון TFS צייטליך פרישטאג סינדראם.
נישט קיין דזאויק.