בלאט 1 פון 7

פאסיגע cream פאר 'עקזימע'

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2012 2:03 pm
דורך בערטשע
רבותי! ווער קען העלפן?
מיין קליינער ליידט גאר שטארק אויף 'עקזימע', עס רייסט שטיקער, כ'האב געהאט א קרים וואס האט געהייסן clear cream און עס האט געארבייט וואונדערליך, געשמירט און נישט געזען מער קיין זכר, ווען עס איז אביסל צוריקגעקומען האט מען ווידער געשמירט און פארגעסן דערפון, די פאביריצירער דערפון איז געווען 'היימליך' פון ארץ ישראל.

לדאבונינו האט ער עפעס פארלעצט די געזעץ און מ'האט עס מער נישט אריינגעלאזט קיין אמעריקא, און דערנאך האט מען אים אויך אפיר גענומען דארט און ישראל, (כ'מיין אז די עולה איז געווען אז ער האט אריינגעמישט אביסל 'קאריזאן' און ער האט דאס נישט איינגעמאלדן פאר די אינסטאנצן) און ליידער איז די אייטעם גענצליך נעלם געווארן פון די געשעפטן.

זינט דאן האב איך שוין פרובירט פאר מיין קליינעם אסאך סארטן שמירעכטץ און קיין איינס גיבט זיך נישט גוט איין.

וואס טוט מען דא?

כ'האב שוין ארומגעזיכט אויב מ'רעדט דא דערפון און צו מיין גרויס וואונדער 'האב איך גארנישט געפינען

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2012 2:22 pm
דורך לכתחילה אריבער
די פרוי פון מאנסי, וואס האט די ווינדער קרים פאר בריען, האט נישט עפעס פאר עקזימע? ווי איך פארשטיי, האט זי עטליכע מיני קרימס פאר עטליכע הויט "קאנדישענס".

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2012 2:34 pm
דורך שויתי'ניק
מיינסט ראזענפעלד?

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2012 2:35 pm
דורך לכתחילה אריבער
שויתי'ניק האט געשריבן:מיינסט ראזענפעלד?

יא! זי האט באוויזען, עפעס וואס מען פלאגט זיך שוין אלע יארן! אויב א קרים קען באצייכענט ווערן ווי א נס, איז עס ראזענפעלד'ס קרים פאר בריען!

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2012 4:50 pm
דורך בערטשע
האט איינער די נומער פון די מרת ראזנפעלד? איז זי א פרוי וואס פייט פאר נאטורליכע היילונגען בכלל, אדער נאר פאר בריען?

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2012 5:03 pm
דורך לכתחילה אריבער
בערטשע האט געשריבן:האט איינער די נומער פון די מרת ראזנפעלד? איז זי א פרוי וואס פייט פאר נאטורליכע היילונגען בכלל, אדער נאר פאר בריען?

ס'האט גארנישט מיט נאטירליך, זי האט זיך אריין געלייגט אין "הויט" , זי איז געגאנגען שטודירן די סגיא, און זי איז היינט א זייער גרויסע מבין אויף הויט, און זי האט באוויזען די קרים פאר בריען, וואס באווייזט ווינדער.

אפי' זי וועט נישט האבן א קרים, וועט זי לכאורה קענען זאגן וואס מען קען טאן.

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2012 5:12 pm
דורך בערטשע
א גרויסן דאנק אייך, אבער די נומער ביטע

ענטפערט אויפן פלאץ viewtopic.php?f=25&t=10569&p=565246#p565246

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:18 pm
דורך ohrchodosh

געשריבן: דינסטאג מאי 01, 2012 10:08 am
דורך JOELHEALTH
פאפא שמש דארף צו האבן די היימליך קריעם?

געשריבן: דינסטאג מאי 01, 2012 10:32 am
דורך וויכטיג מאכער
ווי איך האב שוין אסאך מאל געשריבן דא, האט מיין טאכטערל אויך שטארק געליטן אויף עקזימע, און קליער קריעם איז געווען די בעסטע סעלושן צו סאלוון די "סימטעם", אבער די שורש פונעם פראבלעם קען קליער קריעם נישט אוועקנעמען.

איך האב גענומען מיין טאכטער צו די באקאנטע קייראפרעקטער דר. פארסטער, און ברוך השם נאך בלויז 1 וויזיט איז די עקזימע אוועק אינגאנצן!

די פראבלעם פון עקזימע וואס מ'זעהט אויף די הויט, איז נישט די פראבלעם, די פראבלעם איז אז די אינסייד פונעם קערפער איז נישט ריין, און ס'קלאפט אויס אויפן הויט, אבער ווען מ'היילט די הויט בלייבט די פראבלעם נאך דא, און דו וועסט דיך אליין איבערצייגן אז די קליער קריעם היילט נאר טעמפארערי - ווילאנג מ'שמיערט, נאך א טאג צוויי איזעס דא צוריק.

ביי מיין טאכטער - האט דר. פארסטער מסביר געווען - איז די קושקעס געווען פול מיט שמוץ, איר קערפער איז קיינמאל נישט געקליענט געווארן, און די לעבער איז געווען אפגעשוואכט פון ארבייטן מיט אזויפיהל שמוץ!

נאך א טריעטמענט האט מיין טאכטער אנגעפאנגן צו שוויצן! איר קערפער האט שווער געארבייט, מ'האט איר געדארפט כסדר טוישן ווייל ער האט אויסגעקליענט די קוקשעס, און ביינאכט האט זי באקומען פיבער, און אויפן ראט פון דר. פארסטער האט מען איר נישט געגעבן קיין מאטרין/טיילענאל, נאר בלויז געמאכט זיכער אז זי טרינקט כסדר, און די פיבער גייט נישט צו שטארק ארויף! ב"ה דריי טעג שפעטער האט מען איר נישט געקענט דערקענען! נישט קיין עקזימע, און א רואיגע בעבי!

דאס איז געווען ביי אונז, און ס'מוז נישט זיין אז ביי יעדן איז די פראבלעם אדער היילונג ס'זעלבע.

דר. פארסטער 917-572-1030

געשריבן: דינסטאג מאי 01, 2012 10:36 am
דורך מי יודע
וויכי, וואסערע טריטמענט האט ער געטון, ער האט געגעבן וויטאמינען? צו עפעס אנדערש?

געשריבן: דינסטאג מאי 01, 2012 10:42 am
דורך הרבטייטעלבוים
רוב מאל קימט עס פון דעם שורש אז די גוף קען נישט פטור ווערען פון געוויסע שמוץ דורך די ערשטע צווי אפציעס
סאיז דא אמאל וואס עס קימט נישט פון דעם
און דאס וואס דער גוף קען נישט פטור ווערן האט אויך פיל גורמים
ביי מאנכע ווייס איך וואס פרא ביאטיק האט זיי געהאלפען און מאנכע דורך אנדערע וועגען
לויט ווי איך האב פארשטאנען איז די עיקר שווערקייט צו אידענטעפצירען פון וואס די אנלייגעניש קומט

וויכי כהאב אויך געהערט ווינדער פון א אזא טריטמענט (דהיינו די פועל יוצא די זעלבע אבער אויפען עצם טריטמענט האט איר דאך נישט געשריבעען)

געשריבן: זונטאג מאי 06, 2012 1:09 pm
דורך בערטשע
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווי איך האב שוין אסאך מאל געשריבן דא, האט מיין טאכטערל אויך שטארק געליטן אויף עקזימע, און קליער קריעם איז געווען די בעסטע סעלושן צו סאלוון די "סימטעם", אבער די שורש פונעם פראבלעם קען קליער קריעם נישט אוועקנעמען.

איך האב גענומען מיין טאכטער צו די באקאנטע קייראפרעקטער דר. פארסטער, און ברוך השם נאך בלויז 1 וויזיט איז די עקזימע אוועק אינגאנצן!

די פראבלעם פון עקזימע וואס מ'זעהט אויף די הויט, איז נישט די פראבלעם, די פראבלעם איז אז די אינסייד פונעם קערפער איז נישט ריין, און ס'קלאפט אויס אויפן הויט, אבער ווען מ'היילט די הויט בלייבט די פראבלעם נאך דא, און דו וועסט דיך אליין איבערצייגן אז די קליער קריעם היילט נאר טעמפארערי - ווילאנג מ'שמיערט, נאך א טאג צוויי איזעס דא צוריק.

ביי מיין טאכטער - האט דר. פארסטער מסביר געווען - איז די קושקעס געווען פול מיט שמוץ, איר קערפער איז קיינמאל נישט געקליענט געווארן, און די לעבער איז געווען אפגעשוואכט פון ארבייטן מיט אזויפיהל שמוץ!

נאך א טריעטמענט האט מיין טאכטער אנגעפאנגן צו שוויצן! איר קערפער האט שווער געארבייט, מ'האט איר געדארפט כסדר טוישן ווייל ער האט אויסגעקליענט די קוקשעס, און ביינאכט האט זי באקומען פיבער, און אויפן ראט פון דר. פארסטער האט מען איר נישט געגעבן קיין מאטרין/טיילענאל, נאר בלויז געמאכט זיכער אז זי טרינקט כסדר, און די פיבער גייט נישט צו שטארק ארויף! ב"ה דריי טעג שפעטער האט מען איר נישט געקענט דערקענען! נישט קיין עקזימע, און א רואיגע בעבי!

דאס איז געווען ביי אונז, און ס'מוז נישט זיין אז ביי יעדן איז די פראבלעם אדער היילונג ס'זעלבע.

דר. פארסטער 917-572-1030

וואוינט דער דר. פארסטער אין וומסב"ג?

געשריבן: זונטאג מאי 06, 2012 4:32 pm
דורך verveist
יענע װאך בין איך געגאנגען צו דעם אקיופּאנקטשיערסט אין מענהטען צוליב אלערגיעס. איך בין געפארען אינאיינם מיט א אנדערען יונגערמאן װאס האט דארט געברענגט זיינע קינדערלעך, װיבאלד ער האט א קליינעם מיט עקזאמע האט איהם זיין װייב געהייסען איהם מיטנעמען אולי קען ער איהם עפּעס העלפען. (דער יונגערמאן זאגט מיר ער איז שוין אויסגעװען אין אויספראבירט מיט דעם קינד א װעלט)
פין אקיופּאַנקטשער אויס האט ער געזאגט אז עס װעט נישט העלפען, אבער ער האט דארט ציזאם געשטעלט פאר איהם א געמישעכטץ פון פארשידינע געװירצען (כינעזעשער הערבס) געמאסטען אין געװאוגען מיט א פינקטלעכקייט, הקיצור ער זאגט פאר דעם יונגערמאן קום צרוק אין א װאך ארום, איך װיל זען אז עס איז כאטש האלב בעסער, ער קיקט איהם אזוי אן (ער האט דאך שוין ״אלעס״ פראבירט) אבער אז ער זאגט זאגט ער. (דער פּנים פינעם קינד איז נעבעך געװען פול מיט רויטע שטריכען) דעם פרייטאג רעד איך מיט דעם יונגערמאן אין איך פֿרעג אזוי אגב׳דיג װאס װאס הערט זיך מיט זיין זין ? זאגט ער מורידיג!! עס גייט אװעק גיװאלדיג!
דער פלאץ איז אויף דער לאויער איסט סייד 84 עליזבעט סט. מען קען דארט קימען טעגלעך אן א אפּונטמענט פין 10ביז 7

געשריבן: זונטאג מאי 06, 2012 7:22 pm
דורך ריק פערי
JOELHEALTH האט געשריבן:pupa shomas should have the himleich cream

זיי נישט אזוי פרייליך דערמיט, קארעזאון וועט היילן 'יעדע' יא, יעדע הויט אויסשלאג, אבער ווי אלע דאקטוירעם זאגן איז עס זייער שעדליך, היימליכ'ס קריעם באשטייט פון קארעזאון, און דאס איז די ווינדער דערין, די איבעריגע זאכן זענען נאר הפנים, מ'זאל האבן די כלי צו שמירן די קאורעזאן, מ'דארף נישט זיין 'אלעמאל' קלוגער פונעם דאקטאר.

געשריבן: זונטאג מאי 06, 2012 11:01 pm
דורך בערטשע
ריק פערי האט געשריבן:
JOELHEALTH האט געשריבן:pupa shomas should have the himleich cream

זיי נישט אזוי פרייליך דערמיט, קארעזאון וועט היילן 'יעדע' יא, יעדע הויט אויסשלאג, אבער ווי אלע דאקטוירעם זאגן איז עס זייער שעדליך, היימליכ'ס קריעם באשטייט פון קארעזאון, און דאס איז די ווינדער דערין, די איבעריגע זאכן זענען נאר הפנים, מ'זאל האבן די כלי צו שמירן די קאורעזאן, מ'דארף נישט זיין 'אלעמאל' קלוגער פונעם דאקטאר.

ריק'ן, איך האב שוין פרובירט מיט קארעזון אליינ'ס פאר א לאנגע צייט און עס האט נישט אנגעהויבן צו העלפן, די עקזימע קרים האט געמאכט די דזשאב פאר מיין קליינעם ווי קיין איין קרים. און כאטש איך ווייס עז היילט נישט די שורש איז נאכאלץ ווערד אז ביזן טרעפן די שורש זאל מיין קליינער זיך נישט דארפן קראצן אן האויפהער.

געשריבן: זונטאג מאי 06, 2012 11:05 pm
דורך שוועמל
דער נאמען איז 'קארטיזאן'.

בנוגע די אלע נאטורליכע קריעמס דארף מען זיין זייער געווארענט נישט צו נעמען אן א גוטער דאקטאר, ווייל ווי וויכי זאגט איז די פראבלעם אינעווייניג אין די קערפער, נאר עס קלאפט אויס אויף די הויט. ממילא אויב איז די עיקר פראבלעם אינעווייניג קען עס בעקפייערן און אויסקלאפן ערגעץ אנדערש אנדעם וואס מען זאל וויסן בכלל און ווען מען כאפט עס איז שוין צו שפעט.

אט די מעשה האב איך לעצטענס געהערט וואס ווייזט ווי וויכטיג עס איז צו נעמען כסדרדיגע עדווייס פון א גוטן דאקטאר.
עס איז פאראן א אויסלענדישער איד וואס האט יארן צוריק געהאט א עקזימע אויסשלאג און גענומען עפעס א גוטן נאטורליכן קריעם, די אויסשלאג איז אוועקגעגאנגען און מער נישט געוואוסט דערפון. ביז נאך א לאאנגע צייט שפעטער האט מען אנגעהויבן האבן כסדרדיגע ברונקייטעס, הוסטן אא"ו וואס איז אלס געווארן שווערער און שווערער. דער דאקטאר האט געמאכט טעסטס און צוריקגעקומען אז די לונגען צעפאלן פון א אינטערנעל עקזימע אטאקע השם ירחם. נאכן גיין צו עטליכע דאקטארס און אויספרעגנדיג די היסטאריע איז מען געקומען צו א באשלוס אז די דעמאלטדיגע קריעם האט טאקע צוריקגעהאלטן די אויסשלאג פון די הויט אבער גלייכצייטיג עס געשטופט צו די לונגען ל"ע.

דער איד שוועבט און דארף דרינגענד דורכגיין א לונגן טרענספלענט, זאל זיין מיט הצלחה ורפואה שלמה בתשח"י.

געשריבן: מאנטאג מאי 07, 2012 5:53 pm
דורך ריק פערי
שוועמל האט געשריבן:דער נאמען איז 'קארטיזאן'.

wow.... יא, מ'דארף נישט אייביג זיין איבערגעקלוגט.

געשריבן: מאנטאג מאי 07, 2012 6:08 pm
דורך שויתי'ניק
verveist האט געשריבן:יענע װאך בין איך געגאנגען צו דעם אקיופּאנקטשיערסט אין מענהטען צוליב אלערגיעס.

דער פלאץ איז אויף דער לאויער איסט סייד 84 עליזבעט סט. מען קען דארט קימען טעגלעך אן א אפּונטמענט פין 10ביז 7

וואס קאסט דער פארגעניגן ביים עקיופאנטשער?

געשריבן: דינסטאג מאי 08, 2012 3:20 am
דורך verveist
נאכאמאל פאר עקזימע זאגט ער אז אקיופּאנקטיור העלפֿט נישט ער האט איהם געגעבען א געמישעכטץ פֿין געװירצען, דאכצעך אז ער האט איהם געטשארדשט $85 דערפֿאר.
אויב מיינסט די טאקע צו פֿרעגען װעגען אקיופּאנקטער פֿאר אלערגיעס, נעמט ער $60, מער פרטים האף איך בקרוב צו שרייבען אינעם רויז פֿיבער אשכול.

די פראבלעם פון clear cream

געשריבן: זונטאג מאי 13, 2012 10:44 pm
דורך בערטשע
וווייסט אפשר איינער די פלאץ ווי מ'קען געוואויר ווערן די סיבה פארוואס די אמעריקאנע אויטאריטעטן האבן פארבאטן אריינצוברענגען די קרים דא אין די פאראייניגטע שטאטן? ווי למשל א וועבסייט פון די FDA וכדומה?

געשריבן: זונטאג מאי 13, 2012 11:42 pm
דורך verveist
איך װייס נישט די סיבה, אבער אזויפיל װייס איך יא אז מען האט געטראפען אז עס האט אביסעל קורטעזאן, און עס איז אפציעל פארקויפט געװארען אלץ נאטירלעך, און דאס איז געװען ״א עבירה״! צו דאס איז געװען ״די איינציגסטע״ עבירה װייס איך נישט.

נ.ב.
און דעם װאכדיגער בינה איז געװען א באשרייבונג װעגען װי פארזיכטיג מען דארף זיין מיט די אלע סארט אזוי געריפענער ״נאטירלעכע״ הייל מיטלען, װי עס איז אויך געװען א עקסטרע קעסטיל בנוגע קליער קרים פון דעם באקאנטען דר. שולמאן לאנג יעריגע קינדער דאקטערין אין ב.פ.. גראדע לויט װי איך האב פארשטאנען פון יענעם קעסטיל זעט נישט אויס װי זי האלט אז עס איז אזוי גערפערלעך צו ניצען א קארטעזאן שימערכעץ װילאנג עס איז נישט צו אפט אין אונטער א דאקטער׳ס אויפזיכט.

געשריבן: זונטאג מאי 13, 2012 11:47 pm
דורך בערטשע
לכאורה וואלט מען אויף זייער וועבסייט געקענט אנפרעגן וואס עס איז די סיבה, עס איז מיר נוגע למעשה וויבאלד כ'האב פארשאפט עטליכע פלעשער דא און דארט, און כ'וויל וויסן אויב די פראבלעם איז טאקע וואס דו זאגסט אז זיי האבן פשוט נישט געמאלדן, אדער איז טאקע דא א פראבלעם מיט שמירן די קרים.

מיין פילטער ערלויבט מיר נישט אפיר צו זוכן זייער וועבסייט, העמיר זיצן און ווארטן אפשר וועט איינער פון די פילע עושי חסד נעמען די מיה און ארויסהעלפן.

געשריבן: מאנטאג מאי 14, 2012 12:44 am
דורך verveist
בערטשע האט געשריבן:לכאורה וואלט מען אויף זייער וועבסייט געקענט אנפרעגן וואס עס איז די סיבה, עס איז מיר נוגע למעשה וויבאלד כ'האב פארשאפט עטליכע פלעשער דא און דארט, און כ'וויל וויסן אויב די פראבלעם איז טאקע וואס דו זאגסט אז זיי האבן פשוט נישט געמאלדן, אדער איז טאקע דא א פראבלעם מיט שמירן די קרים.

מיין פילטער ערלויבט מיר נישט אפיר צו זוכן זייער וועבסייט, העמיר זיצן און ווארטן אפשר וועט איינער פון די פילע עושי חסד נעמען די מיה און ארויסהעלפן.

אפשר קענסט די ניצען די אלט מאדישע כלי הנקרא טעלפאון אין ריפען 311 אין בעטענ אויב זיי קענען דיר קאנעקטען צו די עף. די. עי., אדער ריף די אויבען דערמאנטע דאקטערקע

רעש (עקזימא) ביי קליין קינד

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:51 am
דורך maybeeynot
מיין קליינע'ר באקומט כסדר אויסשלאגן אופ'ן פנים אין נאך פלעצער ס'איז א רחמונת צו זען ווי ער קראצט זיך, אונז זעמיר געווען ביי דר. לאמבינא לעבן ק"י ער זאגט ס'קומט פון צופיל יוסט און געגעבן טראפן למעשה די מאמע האט זיך געמוטשעט מיט א דייעט אין נישט געזען קיין רעזולטאטן ע"כ וויל מיר הערן ווער ס'ווייסט פון א גוטע עצה אדער א גוטע נוטרישנסט
א דאנק פון פאראויס