ווארענוג: clear cream

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

ווארענוג: clear cream

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:37 pm

איינער האט דא עפעס אינפערמאציע איבער דעים??

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5356
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:44 pm

שוין לאנג צוריק געהערט דערפון. ס'איז געאסר'ט געווארן דורך די FDA האבענדיג דערין קארטיזאון. ס'איז א גרויסער פראבלעם, אבער ס'דא צו באקומען א אנדערע קריעם וואס כ'וועל נישט אדווערטייזן ברבים, אבער ווער ס'וויל קען מיר אימעיל'ן אויף shmelketaub@gmail.com און כ'וועל אים הארצן גערן געבן א נומבער.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:46 pm

ערשטנס ס'איז נישט קיין נייע זאך, ס'איז שוין דא א ריקאל פון די העלט דעפארטמענט דערויף א חודש צוויי צוריק.

צווייטנס איז עס נישט קיין ווארענונג, מ'האט דארט געטראפן א משהו קארטעזאן וואס איז נישט געשטאנען אויפן לעבל (ס'איז דאך נאטורליך..) האט עס די העלט דעפארטמענט אפגעשטעלט.

--------

שמעלקא האקט
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג יוני 16, 2011 2:03 pm

פארוואס האט נישט געמאלדן דערפון ביז יעצט??
ביי מיר אינדערהיים ניצט מען עס, אויב עס איז שעדליך דארף מען עס ארויסווארפן?!!

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דאנארשטאג יוני 16, 2011 2:09 pm

שריי נישט

ס'איז נישט שעדליך (משהו קארטעזאן) אסאך קריעמס האבן קארטעזאן אבער ס'ארף פארשריבן דורך א דאקטער (ספעציעל פאר קליינע קינדער).
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג יוני 16, 2011 2:12 pm

אזוי גאר??

פאלט דיר נישט ביי, אז עס איז דא קינדער וואס זענענן אלערדשיק צו קארדיזאון??

קענסט זאגען מיט א זיכערקייט, אז עס שאדט נישט פאר קיינעם???

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג יוני 16, 2011 2:14 pm

און בכלל, אויב די קריעם איז נישט נאטירליך, נאר עס האט קארדיזאון, מה הויעילו חכמים?
קען מען דאך גלייך שמיערן קארדיזאון?? וואס דארף מען האבן די קלער קרים אינדערמיט??

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7062
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג יוני 16, 2011 3:51 pm

קליער קריעם איז באקאנט אז ס'העלפט ווי מעדזשיק, און אויב איז דאס נאר ממש פון א משהו קארטיזאן איז משמע אז זיי האבן נאך באשטאנדטיילן וואס העלפט דערצו
דארף מען נאך נישט שמירן ממש קארטיזאן

שמעלקא אפשר שיקסטו מיר די אנדערע וואס דו ווייסט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » דאנארשטאג יוני 16, 2011 3:57 pm

אסאאאך קריעמ'ס האבן קארטיזאן נישט דאס באדערט פאר די עף די עי נאר די ריכטיגע סיבה איז ווייל די קאמפעני איז באזירט אין א"י און זיי האבן נישט איינגעצאלט פאר די עף די עי
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » פרייטאג יוני 17, 2011 11:24 am

אויף קול מבשר איז דא א אינטערוויו מיטן דר. ר' יחזקאל היימליך ארויסגעבער פונעם קריעם ווי ער זאגט אז זיי האבן געשיקט די זעלבע שטיקל וואס די FDA האט געזאגט אז מ'האט עס דארט געפונען- צו א לאברעטאריע און מ'האט גארנישט געפונען, ס'איז ס"ה א אקציע פון די FDA קעגן זיי.

ק"מ נומער 1/1/4 פונעם מעין מעניו
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

תגובהדורך קענטעלאופ » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:42 pm

ווייסט איינער וואו איך קען באקומען די CLEAR CREAM דא אין אמעריקע אדער א"י ?
מקען שיקען אין אישי

חיימאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

תגובהדורך חיימאוויטש » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 12:27 am

נישטא מער צו באקומען

זיי פראדוצירן דאס שוין מער נישט, צוליב וואס מ'קען מער נישט באקומען איינס פון די וויכטיגסטע באשטאנדטיילן פארן זאלב.

אויב וויינט איר זאלט איר וויסן אז איר זענט א טייל פון א גרויסע צרת רבים, וה' ימלא החסרון

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 7:53 am

.עס איז דא צו באקומען א זייער גוטע ערזאץ זאלב, עס איז א טשיינע קריעם און איז דא צו באקומען נאר ביי איין געשעפט אין וויליאמסבורג (עכ"פ לויט וויפיל איך ווייס) ביי העלטי טשאויס אויף דיוויזשאן,
עס האט איין מעלה מער ווי קלייר קריעם אז עס האט נישט קיין קארטיזאן.
לויט מיין עקספיריענס ארבעט עס מורא'דיג.
מיט הצלחה..

קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

תגובהדורך קענטעלאופ » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 2:30 pm

קעסט ארויפלייגען א בילד פון די קרים אדער די נאמען דערפין?
תזכה למצות

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 3:23 pm

קענטעלאופ האט געשריבן:קעסט ארויפלייגען א בילד פון די קרים אדער די נאמען דערפין?
תזכה למצות


איך קען נישט ליינען כינעזיש :grin:
אבער בעט די טשייניס קריעם פאר עקזימא.
עס קומט אין א קליין רויט פלעשל, מ'דארף נאר ניצן אביסל אויפאמאל כפי הצורך.

Greeneryid
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2014 6:23 pm

תגובהדורך Greeneryid » זונטאג אוגוסט 23, 2015 10:09 pm

אין קליער קרים האט מען געטראפן בעטאמעטאזאהן וואס איז א מידיום פאטענסי סטערויד און נישט היידראקארטיזאהן וואס איז א לאו פאטענסי סטערויד וואס רוב דאקטוירים פארשרייבן פאר עקזעמא. די דזשאוק איז אז די זעלבע מענטשן וואס זאגן אז עס איז גארנישט וואלטן זיך גערעגט אויפן דאקטאר פארן פארשרייבן אזא זאך ווייל עס איז נישט נאטירליך. די גרעסערע פראבלעם מיט קליער קרים איז די פאקט אז זיי האבן געזאגט ליגנט. איך האב געהערט פון דאקטוירים וואס האבן רעקאמענדירט די קרים און האבן זיך געוואונדערט ווי אזוי עס ארבעט אזוי גוט, זיי האבן געפרעגט די קאמפאני אויב עס האט סטערוידס און מען האט זיי פארזיכערט אז נישט. די מינוט וואס די fda האט זיי געפאקט ביי די מעשה האבן זיי אויפגעהערט צו מאכן די קרים און ארויס פון ביזנעס. הוברר הדבר למפרע אז נאר די סטערויד האט געמאכט די קרים ארבעטן און גארנישט מער. פאר דעם האט מען געצאלט א געוואלט מיט געלט, מענטשן וואס האבן נישט קיין געלט די זעלבע זאך וואלט געווען געקאווערט פון אינשורענס. דאס הייסט פראוד, גניבה, גזילה, רשעות און אכזריות. וואס איז ראנג מיט זיין האנעסט און לאזן מענטשן מאכן אן עדיוקעיטעד דעסיזשן?

חיימאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

תגובהדורך חיימאוויטש » זונטאג אוגוסט 23, 2015 10:24 pm

Greeneryid האט געשריבן:אין קליער קרים האט מען געטראפן בעטאמעטאזאהן וואס איז א מידיום פאטענסי סטערויד און נישט היידראקארטיזאהן וואס איז א לאו פאטענסי סטערויד וואס רוב דאקטוירים פארשרייבן פאר עקזעמא. די דזשאוק איז אז די זעלבע מענטשן וואס זאגן אז עס איז גארנישט וואלטן זיך גערעגט אויפן דאקטאר פארן פארשרייבן אזא זאך ווייל עס איז נישט נאטירליך. די גרעסערע פראבלעם מיט קליער קרים איז די פאקט אז זיי האבן געזאגט ליגנט. איך האב געהערט פון דאקטוירים וואס האבן רעקאמענדירט די קרים און האבן זיך געוואונדערט ווי אזוי עס ארבעט אזוי גוט, זיי האבן געפרעגט די קאמפאני אויב עס האט סטערוידס און מען האט זיי פארזיכערט אז נישט. די מינוט וואס די fda האט זיי געפאקט ביי די מעשה האבן זיי אויפגעהערט צו מאכן די קרים און ארויס פון ביזנעס. הוברר הדבר למפרע אז נאר די סטערויד האט געמאכט די קרים ארבעטן און גארנישט מער. פאר דעם האט מען געצאלט א געוואלט מיט געלט, מענטשן וואס האבן נישט קיין געלט די זעלבע זאך וואלט געווען געקאווערט פון אינשורענס. דאס הייסט פראוד, גניבה, גזילה, רשעות און אכזריות. וואס איז ראנג מיט זיין האנעסט און לאזן מענטשן מאכן אן עדיוקעיטעד דעסיזשן?


סתם שקר

זיי האבן קיינמאל נישט געסטאפט ווען מ'האט זיי געפאקט, זיי האבן נאך געהעריג געצויגן עטליכע יאר ביז ממש לעצטענס.

איך פארשטיי בכלל נישט וואס איר זאגט דא, קוקט אויס ווי איר קענט נישט די פעלד ביי די עקזימע-ליידנדע, ס'גייט שוין קיינעם נישט אן צו יא געקאווערט צו נישט געקאווערט דורך אינשורנס, די עיקר וויל מען אז ס'זאל זיין ווירקאזם, און זייער זייער ווייניג קרים'ס העלפן אויף עקזימע אזוי גוט ווי קליער קרים האט געהאלפן.
און טאקע דערפאר איז דאס אזא קלאפ פאר הונדערטע - אויב נישט טויזנטע - ליידנדע אז דאס איז מער נישטא צו באקומען און מ'דארף זיך ווידעראמאל ארויסלאזן זוכן א נייע אפעקטיווע זאלב.

Greeneryid
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2014 6:23 pm

תגובהדורך Greeneryid » זונטאג אוגוסט 23, 2015 11:47 pm

חיימאוויטש, עס זעהט אויס אז איר ווייסט נישט וואס איר רעדט. איך האב עס גענוצט פאר מיין קינד, איך געדענק ווען די fda האט זיי געפאקט, מיר איז עס נישט אנגעגאנגען ווייל עס האט געארבעט האב איך שנעל געוואלט איינקויפן אסאך קיינער האט עס מער נישט געוואלט פארקויפן, די דיסטריביוטער האט אלעס צוריקגענומען, בין איך געגאנגען אויף עמעזאן און אויף זייער ישראלי סייט און מען האט עס נישט געקענט קויפן.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 12:21 am

Greeneryid האט געשריבן:חיימאוויטש, עס זעהט אויס אז איר ווייסט נישט וואס איר רעדט. איך האב עס גענוצט פאר מיין קינד, איך געדענק ווען די fda האט זיי געפאקט, מיר איז עס נישט אנגעגאנגען ווייל עס האט געארבעט האב איך שנעל געוואלט איינקויפן אסאך קיינער האט עס מער נישט געוואלט פארקויפן, די דיסטריביוטער האט אלעס צוריקגענומען, בין איך געגאנגען אויף עמעזאן און אויף זייער ישראלי סייט און מען האט עס נישט געקענט קויפן.

אויב איז עס נישט געזונט היתכן אז עס איז דיך נישט אנגעגאנגען?

חיימאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

תגובהדורך חיימאוויטש » פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:02 am

Greeneryid האט געשריבן:חיימאוויטש, עס זעהט אויס אז איר ווייסט נישט וואס איר רעדט. איך האב עס גענוצט פאר מיין קינד, איך געדענק ווען די fda האט זיי געפאקט, מיר איז עס נישט אנגעגאנגען ווייל עס האט געארבעט האב איך שנעל געוואלט איינקויפן אסאך קיינער האט עס מער נישט געוואלט פארקויפן, די דיסטריביוטער האט אלעס צוריקגענומען, בין איך געגאנגען אויף עמעזאן און אויף זייער ישראלי סייט און מען האט עס נישט געקענט קויפן.


אוודאי האט דאס קיין איין סטאר נישט פארקויפט אפציעל! די פ.ד.עי. האט דאך דאס פארבאטן.. ווער זוכט זיך צרות?

זיי האבן אבער ווייטער געהאקט שטיקער, מ'האט עס געקענט קויפן אין ארץ ישראל, און דא האט מען עס אויך געקענט בשתיקה באקומען ביי זייער אסאך פלעצער, רוב אידן וואס פלעגט עס פארקויפן ביז דאן האבן אליין פארקויפט - אדער געוואוסט צו וועם צו שיקן, וויבאלד דאס איז געווען אזוי קריטיש-וויכטיג און ווירקזאם.

ועתה חסרנו כל אלה, יעצט מאכט ער דאס שוין נישט, ס'אנאנדער מעשה... מלאזט זיך ארויס אויף די יארכע זוכן א אלטערנאטיוו, און דערווייל האב איך נאכנישט געטראפן.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג אוגוסט 30, 2015 7:42 am

איך ניץ מיט צופרידענהייט א קריעם פון ים המלח מיט הוספות, איך האף צוריקצוקומען מיט מער אינפא.

Greeneryid
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2014 6:23 pm

תגובהדורך Greeneryid » זונטאג אוגוסט 30, 2015 3:47 pm

משנה מקום האט געשריבן:
Greeneryid האט געשריבן:חיימאוויטש, עס זעהט אויס אז איר ווייסט נישט וואס איר רעדט. איך האב עס גענוצט פאר מיין קינד, איך געדענק ווען די fda האט זיי געפאקט, מיר איז עס נישט אנגעגאנגען ווייל עס האט געארבעט האב איך שנעל געוואלט איינקויפן אסאך קיינער האט עס מער נישט געוואלט פארקויפן, די דיסטריביוטער האט אלעס צוריקגענומען, בין איך געגאנגען אויף עמעזאן און אויף זייער ישראלי סייט און מען האט עס נישט געקענט קויפן.

אויב איז עס נישט געזונט היתכן אז עס איז דיך נישט אנגעגאנגען?


מאמעטאזאהן איז א סטערויד און מען דארף אכטונג געבן ווי אזוי מען נישט עס און ווי סאך און ווי אפט. היינטצוטאגס ניץ איך עס אן א מיטל מאן. די מציאות אז די קריעם איז אראפ פון מארקעט ווייזט אז די מעניפקטשורער האט קלאר געוואוסט וואס מאכט די קריעם ארבעטן און האט אויסגעפאפט דעם עולם. די מינוט וואס מען האט אים געפאקט, איז ער נעלם געווארן.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט