JCCSG - נייע ארגענעזאציע פאר 'קראונס' ליידענדע

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

JCCSG - נייע ארגענעזאציע פאר 'קראונס' ליידענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

עס האט זיך אין די פארגאנגענע וואכן געפענט א נייע ארגענעזאציע מיטן נאמען JCCSG Jewish Crohn's & Colitis Support Group

די ארגענעזאציע האט זיך געפענט כדאי צו גיבן חיזוק און עדווייס פאר "קראונס" ליידענדע מענטשן ביי אונזער היימישער ציבור. (וואס לויט ווי א לעצטיגע שטודיע צייגט האבן די אשכנזים 2 צו 3 מאל מער אזויפיל ליידענדע ווי אנדערע סעקעטע'ס) די סיבה פארוואס עס איז אזוי וויכטיג געווען די גרינדונג דערפון איז וויבאלד די אלע מענטשן ביים היימישן ציבור וואס ליידן דערפון האבן – פאר סיי וועלעכע סיבה – דאס פראבירט צו באהאלטן פון אנדערע און קיינער האט נישט דערציילט אדער גערעדעט דערוועגן וואס אין רעזולטאט האט מען נישט געקענט אנפרעגן ביי קיינעם פאר הילף, עיצות און הדרכות.

די וואס טוען דעראון ווייסן צו זאגן אז הונדערטער! וויליאמסבורגער איינוואוינער ליידן דערפון און גייען רעגעלמעסיג צו דאקטוירים וכדו', אבער די פאקט איז אז קיינער שעירט נישט קיין אינפארמאציע מיט אנדערע, און ווען עס מאכט זיך אז איינער זיכט עדווייס איבער דאקטוירים וכדו' האט ער נישט צו וועמען זיך צו ווענדען, וויבאלד קיינער רעדט נישט דערפון.

JCCSG האט זיך דערפאר געגרינדעט, און זייער איינציגע ציל איז א מענטשן זאלן ארויסקומען פון די לעכער און מיטיילן זייערע אינפארמאציע, זייערע סוקסעסען און פארקערט אזוי אז אנדערע זאלן וויסן אויף וועלעכען וועג צוגיין און וואס מ'זאל יא אדער נישט טוען.

דעם קומענדיגער דינסטאג פרשת בחוקותי וועלן זיי האבן זייער ערשטע אווענט אין די "פאר-קעיר" מעדיקעל צענטער אויף פארק עוועניו. עס וועט זיין פאר מענער און פרויען. עס וועלן דארט געהערט ווערן דרשות פון עטליכע דאקטוירים ווי אויך א חשובע רב שליט"א, אזוי אויך וועט זיין א פראגע-און-ענטפער סעסיע.


נאדער זייער אינפארמאציע:
נומער צו ריפן: 347-450-0274
אימעל אדרעעס: [email protected]
זייער וועב זייטל: http://www.jccsg.blogspot.com/
אטעטשמענטס
Jewish Crohn's & Colitis Support Group - Education Event (1).pdf
(2.94 MiB) געווארן דאונלאודעד 463 מאל
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

וואס איז דאס קראונס?
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ויחד ישראל!

א פרייד און א צער, ב"ה עס עפענט זיך א ארגאנאזאציע וואס האט שוין לאאאאאאאנג אויסגעפעלט קריטיש (!) וויכטיג, און א צער צו הערן וויפיל אחב"י ליידן דערפון.

זאל השי"ת העלפן עס זאל זיין א מעיזשאר סוקסעס! און זאל קענען שנעל אונטערגיין אינאיינעם מיט די מחלה.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ווי איך הער גרייט זיך די נאבעלע ארגענעזאציע פאר א פרישע אסיפה און דרשות נאך דעם העכסט געלונגענעם אסיפה בערך א האלב יאר צוריק אין פארקעיר מעדיקעל סענטער מיט די באטיילונג פון מאסן מענער און פרויען, אויף וואס מ'איז נישט געווען גערישט בכלל.

דאסמאל וועט עס פארקומען נאכאמאל אין וויליאמסבורג אים מאנטאג פרשת תולדות (ולמס. Nov 21)

פאר מער אינפארמאציע אדער פאר סיי וועלעכע הילף קען מען רופן:
JCCSG Jewish Crohn's & Colitis Support Group
718-635-2274
אדער אויף:
347-450-0274
זייער אימעל אדרעעס: [email protected]
זייער וועב זייטל: http://www.jccsg.blogspot.com/
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
פאיאץ
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2011 7:02 pm
לאקאציע: אֶרֶץ אֲשֶׁר ה' אֱ-לֹהֶיךָ דֹּרֵשׁ אֹתָהּ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאיאץ »

צייטליך האט געשריבן: "קראונס" ליידענדע מענטשן ביי אונזער היימישער ציבור. (וואס לויט ווי א לעצטיגע שטודיע צייגט האבן די אשכנזים 2 צו 3 מאל מער אזויפיל ליידענדע ווי אנדערע סעקעטע'ס)


אינערעסאנט אויב ס'איז ווייל מיר עסן ווייניגער פון די שארפע מאכלים, אונזערע קישקעס זענען נישט געווינט צו.
נדחי ישראל יכנס ר"ת יין
אוועטאר
פאיאץ
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2011 7:02 pm
לאקאציע: אֶרֶץ אֲשֶׁר ה' אֱ-לֹהֶיךָ דֹּרֵשׁ אֹתָהּ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאיאץ »

באמבאסטיש האט געשריבן:וואס איז דאס קראונס?


דאס איז א סארט אינפלימאציע אין די קישקעס
נדחי ישראל יכנס ר"ת יין
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

.
אטעטשמענטס
JCCSG ad.JPG
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
האלצ_ער
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 18, 2009 11:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצ_ער »

ווי קען מען איבער הערן די פאריגע צוזאמקום?
לייבקע יענטע'ס
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2010 1:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבקע יענטע'ס »

האלצ_ער האט געשריבן:ווי קען מען איבער הערן די פאריגע צוזאמקום?

http://jccsg.blogspot.com/2011/06/cds-o ... ate-4.html
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

די ארגאנאזאציע האט היינט געמאלדן א טויש אינעם פראגראם, אז אנשטאט הרב אייזענבערגער שליט"א וועט אויפטרעטן הרב עזריאל טויבער שליט"א
ווילסט_ניש_וויסען
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2011 2:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילסט_ניש_וויסען »

פאיאץ האט געשריבן:
באמבאסטיש האט געשריבן:וואס איז דאס קראונס?


דאס איז א סארט אינפלימאציע אין די קישקעס


דער דיסארדער וואס רופט זיך "קראונס דיזיס" איז א כראנישער געזונט-צושטאנד וואס איז גורם אז די קושקע\פארדייאונגס-סיסטעם פונעם מענטש זאל ווערן אינפלעימד (אינפעקטעד) און די רעזולטאט דערפון איז אז מען שפירט שטארקע בויך-ווייטאגן, א.ד.ג


דער נאמען "קראונס" איז געשאפן געווארן נאכדעם וואס א בארימטער דר. בורריל קראון האט פובליצירט א בוך אין יאר 1932 למס', וואו ער האט געשילדערט די גענויע דעטאלן פון די שוין-היינט-באקאנטע געזונטהייט-פראבלעם "קראונס" און די זייער-ענליכע "קאלייטעס", וואס איז צומאל שווער אנצוצייגן א דיפערענץ צווישן די צוויי


היות עס איז דערווייל נאכנישט פארהאן קלארער און באשטימטער מעדעצין מטעם די חוקי הרפואה וואס טוט "גענצליך אויסהיילן" דעם דיסארדער, דעריבער ווערט עס טיילווייז באגלייט מיט מעדיצין; נאטורליכע דייעטעס; א.א.וו


ביי טייל מענטשן קלאפט עס אויס אויפ'ן טאג טעגליכן לעבן, דורכן גורם זיין שטארקע יסורים. ווידער ביי אנדערע קומט עס בלויז ארויס מזמן לזמן, און עס איז בלויז אומבאקוועם אבער נישט פיינפול
ווילסט_ניש_וויסען
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2011 2:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילסט_ניש_וויסען »

שפאנען פאראויס!

צווייטע "אינפאָרמאַציע-סעמינאַר" דורך JCCSG אָרגאַניזאַציע" פאַר היימישע קראָונס-ליידענדע אפגעצייכנט מיט זעלטענע הצלחה

אריבער דריי הונדערט באַטייליגטע אַנטיילגענומען ביי אינפאָרמאַטיווער סעמינאַר מאָנטאָג פר' תולדות אין זאַל פון "קאָנטינענטאַל" אין וויליאַמסבורג - פרישע סעמינאַרן געפלאַנט בעז"ה אין אָפסטעיט ניו יאָרק אין די קומענדיגע וואָכן

וויליאמסבורג. – צום צווייטן מאל! מיט שפאנונג און אינטערעסע האבן אריבער דריי הונדערט באטייליגטע אנטיילגענומען אינעם צווייטן "אינפארמאציע-סעמינאר" – געווידמעט פאר "קראונס און קאלייטעס" ליידענדע – וועלכע איז פאררופן געווארן דורך דזשואיש קראונס -קאלייטעס ) “JCCSG” די העכסט-געוואונטשענע ארגאניזאציע סופפארט גרופ).
דער סעמינאר איז אפגעראכטן געווארן דער פארלאפענעם מאנטאג פר' תולדות אין זאלפון קאנטינענטאל אין וויליאמסבורג, מיטן באטייליגונג פון אן ערך פון דריי הונדערט היימישע קראונס-ליידענדע און משפחה מיטגלידער, וועלכע זענען אהיימגעגאנגען פונעם אווענט מלא חיזוק, און פול מיט ווערדפולע און נוצבארע אינפארמאציע; אנווייזונגען און הדרכה; און בעיקר: וואוסענדיג אז זיי פארמאגן א באזע פון אזויפיל היימישע ברודער און שוועסטער וועלכע ספראווען זיך מיטן זעלבן צושטאנד אינעם טאג טעגליכן לעבן, און זענען שוין 'מלומדי מלחמה' וויאזוי עס צו קאנטראלירן און זיך אן עצה צו געבן דערמיט מידי יום ביומו.

אבער בעפאר מיר באציען זיך צום העכסט-סוקסעספולער אווענט – וואס האט געדינט אלס א קוואל פון חיזוק, הדרכה, און ייעוץ פאר אזויפיל היימישע ברוקלינער אידן - איז ווערד אז מיר זאלן זיך קודם ווידמען עטליכע שורות און זיך באקענען פונדערנאנט מיט די וואונדערליכע נייע ארגאניזאציע וועלכע האט גענומען פאר ציהל אין לעבן ארויסצוהעלפן דעם היימישן ציבור מיטן ברייט-פארשפרייטער געזונטהייט-צושטאנד וואס רופט זיך: "קראונס\קאלייטעס".

דער הילפס-ברעט פארן היימישן ציבור! :JCCSG

דער דיסארדער וואס רופט זיך "קראונס דיזיס" איז א כראנישער געזונט-צושטאנד וואס איז שטארק פארשפרייט ביים היימישן ציבור, נאכדעם וואס מעדיצינישע און וועלטליכע שטודיעס צייגן אן אז ביים היימישן "אשכנז'ישן" ציבור איז עס פארהאן "דריי מאל מער" ווי ביי אלגעמיינע אנדערע גרופעס. ד.ה. אז דער היימישער ציבור ליידט דערפון די מערסטע, ווי עס איז טאקע עדות דער פאקט אז כמעט אין א יעדע היימישע משפחה איז פארהאן איינס\מערערע פון "קראונס-קאלייטעס" ליידענדע.
אט דער פאקט אז גורם געווען אז עס האט זיך געפאדערט קריטיש וויכטיג צו אדרעסירן דעם פראבלעם; באהאנדלען די דעטאלן דערפון; און שאפן א שטארקע באזע און "סופפארט גרופע" געווידמעט דירעקט פארן היימישן ציבור, מיטצוטיילן אינפארמאציע איינער פארן צווייטן; און וויסן וואו אנצופרעגן א יעדע פראגע\ספק וואס איז אזוי נוגע אויפן טאג טעגליכן לעבן.
מיט השי"ת'ס הילף האבן זיך אריינגעווארפן אינעם ענין א קבוצה פון חשובע היימישע עסקנים, און נאך עטליכע שווערע יארן פון פארשונג – און פראפעסיאנאלע הילף און באגלייטונג פון נאציאנאלע ארגאניזאציעס און לאנגיעריגע דאקטוירים – איז פארמירט געווארן א לעבנסוויכטיגע און העכסט-געוואונטשענע ארגאניזאציע, אונטערן נאמען ספעציעל פארן היימישן ציבור, וועלכע זאל זיך מטפל זיין מיט אלע ענינים ,"JCCSG" אמבאלאנגט דעם געביט פון "קראונס און קאלייטעס".
זינט דער גרינדונג פון די געוואונטשענע ארגאניזאציע זענען שוין אריבער 600 טעלעפאן- רופן געענטפערט געווארן; פילצאליגע מעדיקל-אפוינטמענטס זענען שוין ארלעדיגט געווארן און אראנדזשירט געווארן פאר ביליגע פרייזן; אומצאליגע היימישע משפחות האבן שוין גענאסן דערפון חיזוק והדרכה; פארשידענע אינפארמאציע איז שוין אויסגעטוישט געווארן צווישן היימישע משפחות וועלכע ספראווען זיך דערמיט; און פילע קריטיש וויכטיגע פארבינדונגען זענען שוין געמאכט געווארן צו בארימטע דאקטוירים.
עס איז בכלל נישט קיין חידוש אז נאך לאנגע יארן וואס עס איז קיינמאל נישט געטון געווען קיין ערנסטע שריט אין די נושא ביים היימישן ציבור, איז דער אפקלאנג איבערן "געבורטסטאג" פון די ארגאניזאציע געווען אזוי הילכיג; אומצאליגע טעלעפאן רופן האבן אנגעהויבן אריינצושטראמען אין אפיס; פילצאליגע פראגעס; עצות און חיזוק; און אלע האבן אויסגעשריגן, כולם כאחד: "החייתנו! איר האט אונז מחי' געווען!".

ב' תולדות: "אינפארמאציע-אווענט"

"מחיל אל חיל!" איז דער פאסיגסטער אויסדרוק אויפן צווייטן העכסט-געלונגענעם אווענט, וועלכע איז אפגעהאלטן געווארן דעם פארלאפענעם מאנטאג פר' תולדות אינעם "קאנטינענטאל" זאל אין וויליאמסבורג – וועלכע האבן בחפץ לב זיך אהערגעשטעלט און צוגעהאלפן צום סוקסעס פון אזא לעבנסוויכטיגער פראיעקט.
א הארציגן דאנק ווערט טאקע אויסגעדרוקט מטעם די חשובע עסקנים פארן חשובן בעל אכסניא פונעם אווענט הרבני הנכבד מוה"ר יעקב הירש הי"ו, וועלכער איז צוגעשטאנען צו די רעכטע האנט בכל מה דאפשר.
דער אווענט איז אנגעפירט געווארן בטוב טעם ודעת דורכן חשובן יו"ר הר"ר אליעזר דוד פאלמאן הי"ו, וועלכער האט באגלייט דעם גאנצן פראגראם.
איינע פון די אורזאכן וועלכע האבן גורם געווען אז דער אווענט איז געווארן א געלעגנהייט וואס קיינער האט נישט געוואלט פארפאסן, איז געווען דער ספעציעלער אויפטריט פונעם בארימטן ספעציאליסט דר. דזשעימס דזשאורדש פון מאונט סיני שפיטאל, פונעם אפיס פונעם בארימטן דר. אשר קארנבלאו הי"ו וועלכער איז ברייט באקאנט ביים היימישן ציבור.
די רעדע פון דר. דזשעימס האט געצויגן א ריזן ציבור צוהערער, איבערהויפט דעם היימישן ציבור וועלכע האבן גענאסן פון זיינע וואונדערבארע הדרכות, עצות, און געזונטהייט אנווייזונגען, און דער דאקטער האט טאקע געלאזט הערן פארשידענע קריטיש וויכטיגע ענינים, וועלכע זענען זייער פאסיג און געאייגנט פארן היימישן ציבור, א שטייגער ווי: מעדיצינישע היילונג, אלטערנאטיווע היילונג-מיטלען, דייעטעס, א.א.וו.
ס'איז באמת געווען א דורכברוך ביים היימישע קראונס-ליידענדע אז אזא בארימטער דאקטער – וועלכער ציהט געווענטליך בלויז צו מעדעצינישע היילונגס-מיטלען – האט אזוי שטארק ארויסגעהויבן די אלטערנאטיווע און נאטורליכע היילונגס-מיטלען. ס'איז גלייכצייטיג געווען א געלעגנהייט פאר די חשובע באטייליגטע פארצולייגן פערזענליך פארן דאקטער פארשידענע פראגעס וועלכע זענען נוגע פאר אונזער היימישער קרייז, און דער דאקטער האט דערויף געענטפערט, בארייכערנדיג די ידיעות מיט פארשידענע אנווייזונגען, עצות, און הדרכות וואס, ווען, און וויאזוי עס צו באהאנדלען.
דאן איז דער דאקטער פרעזענטירט געווארן מיט א ספעציעלער געשאנק פאר זיינע מעדיצינישע הילף פארן היימישן ציבור, און פארן שטיין צו די רעכטע האנט פון אזא לעבנסוויכטיגע ארגאניזאציע.
דער קלימאקס פונעם אווענט איז געוויס געווען די דרשה נפלאה פון הרה"ג רבי עזריאל טויבער שליט"א, פון די בארימטע משפיעים ומגידים בעיר מאנסי יע"א, וועלכער האט געהאלטן געשפאנט דעם ציבור באטייליגטע מיט א "תורה'דיגן און פראקטישן בליק" אויף אזא מצב, און זייענדיג נאנט באקאנט מיט די דעטאלן און פאקטן פון "קראונס און קאלייטעס" האט דער חשובער משפיע שליט"א עלעקטעריזירט די באטייליגטע, שילדערנדיג וויאזוי עס דארף אפעקטירן דעם מענטשנ'ס לעבן על כל אורך הדרך.
מטעם די חשובע ארגאניזירער איז אויסגעדרוקט געווארן ברכה מרובה פאר הגה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א, בן הגה"צ אבד"ק וויזניץ מאנסי שליט"א, ונכדו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, וואס בלויז אדאנק זיין אקטיווע מיטהילף און כסדר'דיגע לייסטונגען שפאנט די לעבנסוויכטיגע ארגאניזאציע פאראויס מיט הילף פארן היימישן ציבור.


לויטן איצטיגן פלאן און באגלייט מיט פיל סייעתא דשמיא און זעלטענע הצלחה ביז אהער, וועט בעז"ה בקרוב אפגעהאלטן ווערן פרישע סעמינארן. דער קומענדיגער סעמינאר איז געפלאנט אפצוהאלטן אין די קומענדיגע וואכן אין אפסטעיט ניו יארק – אין די אומגעגנט פון מאנסי, קרית יואל, און שיכון סקווירא – אויפן זעלבן מוצלח'דיגן שטייגער ווי אין וויליאמסבורג.

באזונדער ווערט אצינד אויסגעארבעט די לעצטע דעטאלן צוצושטעלן באזונדערע פראגראמען און סעמינארן מיט פילצאליגע אינפארמאציע פאר נשים צדקניות, און באזונדער פאר יונגע קינדער.

דער היימישער ציבור איז העכסט דאנקבאר פאר די חשובע ארגאניזירער פונעם סעמינאר, און וואונטשט זיי פיל הצלחה און סייעתא דשמיא אויף ווייטער אויפצוטאן גדולות ונצורות אינעם געזונטהייט געביט. פאר סיי וועלכע אנפראגעס - אדער צו באקומען רעקארדירטע טעיפס פונעם אווענט - רופט אריין אויף 718-635-2274 , אייער נאמען קען פארבלייבן אנאנים.

ותשועה ברוב יועץ.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

עס ווערט באריכטע א פרישע אסיפה אין קאנטינעטאל אויף מאנטאג יאנואר דעם זיבעטען.

מהיכן הארגענעזאציע זו חי?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
עולם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:05 am
לאקאציע: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם »

א פרישע אווענט גייט פארקומען אי"ה
אוועטאר
עולם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:05 am
לאקאציע: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם »

JCCSG Yidish.jpg

JCCSG #5 Ad 10-22-13.jpg
אוועטאר
עולם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:05 am
לאקאציע: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם »

צוגעקומען א גאסט רעדנער!

JCCSG #5 Y Ad 10-24-13-1.jpg
אוועטאר
עולם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:05 am
לאקאציע: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם »

פונפטן "חיזוק און אינפאָרמאַציע-סעמינאַר" דורך 'עול"ם-JCCSG אָרגאַניזאַציע' פאַר היימישע קראָונס-ליידענדע ווידער אפגעצייכנט מיט גרויס הצלחה

אינפאָרמאַטיווער סעמינאַר פארגעקומען מאנטאג פר' תולדות אין בארא פארק

דברי חיזוק ביי הגה"צ רבי בנימין אייזענבערגער שליט"א, רב דקהל היכל התפילה * גאר אינטערסאנטע פאנעל פון דריי העכסט בארימטע דאקטורים פון מאנט סיני אין מיימאנידעס שפיטעלער


בארא פארק. –מיט שפאנונג און אינטערעסע האבן די פילע באטייליגטע אנטיילגענומען אינעם פונפטן "חיזוק און אינפארמאציע-סעמינאר" - געווידמעט פאר "קראונס און קאלייטעס" ליידענדע - וועלכע איז פאררופן געווארן דורך די העכסט-געוואונטשענע ארגאניזאציע 'עול"ם' (ע'זרה ו'חיזוק ל'חולי מ'עים), צו ווי ס'איז באקאנט ביי פולע אלס “JCCSG”(דזשואיש קראונס-קאלייטעס סופפארט גרופ).

דער סעמינאר איז אפגעראכטן געווארן - אויפן פארלאנג, און נאכן פארשפרעכן פאר די בארא פארק און פלעטבוש ציבור - דער פארלאפענעם מאנטאג פר' תולדות אין די "ספינקא זאל" אין בארא פארק, מיטן באטייליגונג פון א גרויסע ציבור היימישע קראונס-ליידענדע און משפחה מיטגלידער, פון וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, שיכון סקווירא און קרית יואל-מאנרא, וועלכע זענען אהיימגעגאנגען פונעם אווענט מלא חיזוק, און פול מיט ווערדפולע און נוצבארע אינפארמאציע; אנווייזונגען און הדרכה; און בעיקר: וואוסענדיג אז זיי פארמאגן א באזע פון אזויפיל היימישע ברודער און שוועסטער וועלכע ספראווען זיך מיטן זעלבן צושטאנד אינעם טאג טעגליכן לעבן, און זענען שוין 'מלומדי מלחמה' וויאזוי עס צו קאנטראלירן און זיך אן עצה צו געבן דערמיט מידי יום ביומו.

אבער בעפאר מיר באציען זיך צום העכסט-סוקסעספולער אווענט - וואס האט געדינט אלס א קוואל פון חיזוק, הדרכה, און ייעוץ פאר אזויפיל היימישע אידן - איז ווערד אז מיר זאלן נאכאמאל קודם ווידמען עטליכע שורות און זיך באקענען פונדערנאנט מיט די וואונדערליכע ארגאניזאציע וועלכע האט גענומען פאר ציהל אין לעבן ארויסצוהעלפן דעם היימישן ציבור מיטן ברייט-פארשפרייטער געזונטהייט-צושטאנד וואס רופט זיך: "קראונס/קאלייטעס".

עול"ם-JCCSG: דער הילפס-ברעט פארן היימישן ציבור!

דער דיסארדער וואס רופט זיך "קראונס דיזיס" איז א כראנישער געזונט-צושטאנד וואס איז שטארק פארשפרייט ביים היימישן ציבור, נאכדעם וואס מעדיצינישע און וועלטליכע שטודיעס צייגן אן אז ביים היימישן "אשכנז'ישן" ציבור איז עס פארהאן "דריי מאל מער" ווי אין אלגעמיין ביי אנדערע עטענישע גרופעס. ד.ה. אז דער היימישער ציבור ליידט דערפון די מערסטע, ווי עס איז טאקע עדות דער פאקט אז כמעט אין א יעדע היימישע משפחה איז פארהאן איינס/מערערע פון "קראונס-קאלייטעס" ליידענדע. (אגב: איז עולם טאקע שטארק פארמישט אינעם נייעם שטודיע, זיך איבערצוצייגן צו ס'איז טאקע ממש א אידישע מחלה.)

אט דער פאקט האט גורם געווען אז עס האט זיך געפאדערט קריטיש וויכטיג צו אדרעסירן דעם פראבלעם; באהאנדלען די דעטאלן דערפון; און שאפן א שטארקע באזע און "סופארט גרופע" געווידמעט דירעקט פארן היימישן ציבור, מיטצוטיילן אינפארמאציע איינער פארן צווייטן; און וויסן וואו אנצופרעגן א יעדע פראגע/ספק וואס איז אזוי נוגע אויפן טאג טעגליכן לעבן.

מיט השי"ת'ס הילף האבן זיך אריינגעווארפן אינעם ענין א קבוצה פון חשובע היימישע עסקנים, און נאך עטליכע שווערע יארן פון פארשונג – און פראפעסיאנאלע הילף און באגלייטונג פון נאציאנאלע ארגאניזאציעס און לאנגיעריגע דאקטוירים – איז פארמירט געווארן די לעבנסוויכטיגע און העכסט-געוואונטשענע ארגאניזאציע, אונטערן נאמען "עול"ם-JCCSG", ספעציעל פארן היימישן ציבור, וועלכע זאל זיך מטפל זיין מיט אלע ענינים אמבאלאנגט דעם געביט פון "קראונס און קאלייטעס".

זינט דער גרינדונג - פאר בערך א צוויי א האלב יאר צוריק - פון די געוואונטשענע ארגאניזאציע זענען שוין אריבער 1,200 טעלעפאן-רופן געענטפערט געווארן; פילצאליגע מעדיקל-אפוינטמענטס זענען שוין ערלעדיגט געווארן און אראנדזשירט געווארן פאר גאר ביליגע פרייזן; אומצאליגע היימישע משפחות האבן שוין גענאסן דערפון חיזוק והדרכה; פארשידענע אינפארמאציע איז שוין אויסגעטוישט געווארן צווישן היימישע משפחות וועלכע ספראווען זיך דערמיט; און פילע קריטיש וויכטיגע פארבינדונגען זענען שוין געמאכט געווארן צו בארימטע דאקטוירים פון איבער גאנץ אמעריקע.

עס איז בכלל נישט קיין חידוש אז נאך לאנגע יארן וואס עס איז קיינמאל נישט געטון געווען קיין ערנסטע שריט אין די נושא ביים היימישן ציבור, איז דער אפקלאנג איבערן "גרונדונג" פון די ארגאניזאציע געווען אזוי הילכיג; אומצאליגע טעלעפאן רופן האבן אנגעהויבן אריינצושטראמען אין אפיס; פילצאליגע פראגעס; עצות און חיזוק.

איבער אלעמען האט זיך שוין ארויסגעוויזן מיט צענדליגע עפיזאדען ווי קריטיש וויכטיג די אווענטן זענען, די פארגאנגענע אווענטן –וואס דריי דערפון זענען פארגעקומען אין וויליאמסבורג און איינס אין קרית יואל- האבן צוזאמען געברענגט נאנטע משפחה און גאר גוטע פריינד נישט וויסענדיג בעפאר אז זיי גייען אויך אדורך מיט די שוועריקייטן, וואס ווי עס פארשטייט זיך אליין איז דאס געווען א געוואלדיגע ישועה, דאס האט געגעבן א גרויסע שטיפ פאר די עסקנים צו גיין ווייטער.

די 'עול"ם' ארגענעזאציע האט זיך בעיקר ארויסגעוויזן אויף עטליכע אופנים:
עדיוקעישאן: ווי די געטרייע וואלאנטירן זיצן מיט די ליידענדע צו זייערע משפחות און גייען איבער די קעיס, זיי פשוט אויסצולערנען וואס דאס איז און וואס ס'קען און דארף געטוהן ווערן צו פארגרינגערן די מצב.
הילף: איינער וואס גייט דאס אדורך, אין אנפאנג געווענטליך ברויך מען זיכער אסאך מער הילף, מיט דאקטוירים, עסן, צו מעדיקעישאן. בפרט איז איינע פון די גאר וויכטיגע זאכן וואס 'עול"ם' שטעלט צו, אז היות די גאר נייע מעדיקעישאן'ס וואס געוויסע ליידענדע דארפן נעמען, דארף מען נעמען אלס אן אינדזשעקשאן, האט די ארגענעזאציע צוגעשטעלט א וואלאנטיר, איינער פון אנגעזעהנע מעמבער'ס אין די חברה הצלה, וואס גייט ארום עס געבן פאר וועם עס איז שווער עס אליינס צו נעמען.
סופפארט: די ארגענעזאציע שטעלט צו סופפארט פאר די באטראפענע אין פאר די ארומיגע משפחה סיי ווען, צו מ'איז אינדערהיים, צו אין שפיטאל
שידוכים: ספעציעל געט זיך עול"ם אפ מיט די עניני השידוכים, פשוט צו באגלייטן טריט און שריט און פארגרינגערן די פאציענטן ווען זיי האלטן ביי זייער גליקליכע באשערטע מינוט, צו איז דאס מיט אינפארמאציע איבערן קרענק פארן צווייטן זייט צו מיטן ארלעדיגן א שנעלע אפוינטמענט ביי א דאקטער אנצופרעגן זייערע פראגעס, אויסצוקלארן די שרעק און געבן קוראזש צו פארענדיגן דעם שידוך.

ב' תולדות: "פונפטע אינפארמאציע אין חיזוק אווענט"

"מחיל אל חיל!" איז דער פאסיגסטער אויסדרוק אויפן פונפטן העכסט-געלונגענעם אווענט, וועלכע איז אפגעהאלטן געווארן דעם פארלאפענעם מאנטאג פר' תולדות אין די "ספינקא זאל" אין בארא פארק. ווי ערווענט האבן זיך צום באשטימטן צייט צוזאמגעקומען הונדערטער אידן, מענער און פרויען, זיך מחזק צו זיין איינעם דעם צווייטן און ארויסצוגיין מיט פרישע אינפערמאציע.

ר' אלעזר דוד פאלמאן - יו"ר

ווי ביי די פארגאנגענע דריי אווענטן אין וויליאמסבורג, איז דער אווענט אנגעפירט געווארן בטוב טעם ודעת דורכן חשובן יו"ר המעמד האברך מו"ה ר' אלעזר דוד פאלמאן הי"ו פון בארא פארק, אן אקטיווער באורד מעמבער פונעם עול"ם ארגענעזאציע, וועלכער האט באגלייט דעם גאנצן פראגראם.

אזוי אויך האט דער חשוב'ער יו"ר אויסגעשמועסט די ענין פון שידוכים, ביי אזא פאל פון קראונס און קאלייטעס, ווי באקאנט איז עס ווייט נישט קיין לעבנס-געפאר מחלה, נאר צוליב די אומוויסענקייט פון די היימישען ציבור האט דאס זייער אסאך געשאדט מיט אומזינסטיגע פחדים, אבער נאכדעם וואס די 'עול"ם' ארגענעזאציע האט געמאכט א שטיקל אויפמערקזאמקייט דערפון, זענען אסאך ליידענדע אויפגעראכטן געווארן.

ווי שוין געוואוינט ביי די פאריגע אווענטן האט די חשוב'ע ארגענעזאציע אלעמאל אראפגעברענגט א גרויסע דאקטער אויפצוטרעטן, און דאס מאל איז עס נאך שטערקער געווען ווען עס איז געמאלדן געווארן איבער די דריי דאקטוירים פאנעל, איבערהויפט אז צום ערשטן מאל איז אראפגעברענגט געווארן א קינדער דאקטער, וואס קיינער האט נישט געוואלט פארפאסן.

דר. ראבין רחמני * Dr. Rabin Rahmani, MD
דער ערשטער דאקטער אנצוהייבן דעם אווענט איז געווען א גאר באקאנטע דאקטער פאר די וויליאמסבורג'ער און בארא פארק'ער ציבור, דר. ראבין רחמני, דער דירעקטאר פון עדיוקעישאן און ריסורדזש פאר GI פראבלעמען אין מאימאנעדיס שפיטאל אין בארא פארק, ווי אויך איז ער געווארן א ברייט באקאנטע דאקטער אין די לעצטע פאר יאר זייט ער קומט זעהן פאציענטן אויף א לאקאלן פארנעם און וויליאמסבורג.

די רעדע פון דר. רחמני האט געצויגן א ריזן ציבור צוהערער, איבערהויפט האט דעם היימישן ציבור וועלכע האבן גענאסן פון זיינע וואונדערבארע הדרכות, עצות, און געזונטהייט אנווייזונגען, און בעיקר האט דער דאקטער טאקע געלאזט הערן פארשידענע קריטיש וויכטיגע ענינים, וועלכע זענען זייער פאסיג און געאייגנט פארן היימישן ציבור, א שטייגער ווי: סימפטאמען, ווען צו גיין צו א דאקטאר, וויאזוי צו מאכן א דיאגנאזעס.

דר. אשר קארנבלוט * Dr. Asher Arthur Kornbluth, MD
דער צווייטער און די רייע איז געווען דער ריז אונעם פעלד, דער ברייט בארימטער שליח נאמן וועלכער האט שוין די זכיה געהאט צו היילן טויזענטער יודען, דר. אשר ארטור קארנבלוט פון די מאונט סיני שפיטאל, וועלכע א גאר גרויסער ציבור ניצט אים, אדער זיינע געהילפן אין אפיס, און טאקע דערפאר האט שוין די עול"ם ארגענעזאציע אנגעקניפט גאר שטארקע אין נאנטע באציאונגען מיט זיין אפיס.

די רעדע פון דר. קורנבלוט האט געצויגן א ריזן ציבור צוהערער, וועלכע האבן גענאסן פון זיינע וואונדערבארע הדרכות, עצות, און געזונטהייט אנווייזונגען, און דער דאקטער האט טאקע געלאזט הערן פארשידענע קריטיש וויכטיגע ענינים, וועלכע זענען זייער פאסיג און געאייגנט פארן היימישן ציבור, און האט שטארק אויסגעשמועסט די חלק וויאזוי מ'פרובירט צו קאנטרעלירן די סימפעטאמען, אין אויב עס ראגירט נישט צו די געווענליכע מעדעצינען, און בכלל אלע פארשידענע חלקי המעדעצינען, ווען מען ניצט וואס, און וויאזוי מ'באהאנדעלט עס, אין צום סוף אביסעלע אויסגעשמועסט די פלענער אויף ווייטער וועלכע פרישע מעדעצינען שטייען אויפן טיש צו ווערן אפראוועד מען זאל עס קענען ניצן.

דר. קידט בענקאוף * Dr. Keith Benkov, MD
דער דריטער אין די רייע, איז געווען דער באוויסטער קינדער דאקטער קידט בענקאוף, דער טשיף אינעם פידיעטריק געסטראענטעראלאדזשי פון מאונט סיני שפיטאל, וואס בלויז מעלדן זיין נאמען ספעציעל פאר עלטערן וואס האבן קינדער וואס גייען דאס ל"ע אדורך האט זיי געשלעפט פון איבעראל, נישט וועלן צו פארפאסן אזא גאלדענע געלעגענהייט.

דר. בענקאוף האט גאר ברייט ארומגערעדט איבער די קינדער וואס ליידן דערויף, איבער וויאזוי און פארוואס מ'מוז אמאל גיין אויף שטערקערע מאדעצינען טראץ דעם וואס ס'קוקט נישט אויס ווי א שווערע קעיס, און זיך שטארק באצויגן איבער דאס וואקסן פון אזא קינד, אז אפילו עס קוקט אויס ווי עס איז ב"ה נישטא קיינע פראבלעמען דארף מען נאך אלץ גאר שטארק אכט געבן אויף די וואג אין הייעך אז עס זאל נישט פעלן פון די געווענטליכע וואוקס פארן קינד, ווייל דאס מאכט אסאך אויס אויף שפעטערע יארן.

דערנאך זענען אלע דריי דאקטוירים פרעזענטירט געווארן מיט א ספעציעלער פלעק פון עול"ם-JCCSG ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע הכרת הטוב פאר זייערע מעדיצינישע הילף פארן היימישן ציבור, און פארן שטיין צו די רעכטע האנט פון אזא לעבנסוויכטיגע ארגאניזאציע.

הגה"צ רבי בנימין אייזענבערגער שליט"א, רב היכל התפילה
דער קלימאקס פונעם אווענט איז געוויס געווען די דרשה נפלאה און געוואלדיגע דברי חיזוק פון הגה"צ המפורסם, פה מפיק מרגליות, נואם בחסד עליון, הרב רבי בנימין אייזענבערגער שליט"א, אב"ד קהל היכל התפילה – בארא פארק, וועלכער האט געהאלטן געשפאנט דעם ציבור באטייליגטע מיט א "תורה'דיגן און פראקטישן בליק" אויף אזא מצב, דער חשובער רב שליט"א האט עלעקטעריזירט די באטייליגטע, שילדערנדיג וויאזוי עס דארף - אין דארף נישט - אפעקטירן דעם מענטשנ'ס לעבן על כל אורך הדרך.
בין הדברים האט דער חשוב'ער רב שליט"א ארויסגעברענגט אז "טראץ דעם וואס מיר אלע גייען אדורך אונזערע שווערע צייטן און מיר האבן דעם מחלה, אבער" - האט דער רב אויסגעפירט - "די מחלה דארף אונז נישט האבן! אונזער טאג טעגליכע לעבן דארף אנגיין סיי ווי אזוי", אין מיט פאסיגע משלים שיין אויסגעשמועסט וויאזוי מיט אביסל ריכטיגע מחשבה טוישט זיך דאס לעבן מן הקצה אל הקצה.
די רב אליינס האט זיך שטארק באדאנקט פארן ארגענעזאציע וואס האט אדורכגעבראכן דעם חלק הבושה וואס די באטרעפענדע האבן יארן געהאט און זיך פרעזענדליך באדאנקט פאר די דאקטוירים פארן שטיין צוהילף פונעם ציבור שוין צענדליגע יארן בכלל און פארן אנטייל נעמען אינעם אווענט בפרט.

דריי דאקטוירים פאנעל
דערנאך איז פארגעקומען די העכסט אונטערסאנטע פאנעל מיט די דריי דאקטוירים, ווי ס'איז געווען א געלעגנהייט פאר די חשובע באטייליגטע פארצולייגן פערזענליך פאר די דאקטוירים פארשידענע פראגעס וועלכע זענען נוגע פאר אונזער היימישער קרייז, און די דאקטוירים האבן איינס ביי איינס דערויף געענטפערט, בארייכערנדיג די ידיעות מיט פארשידענע אנווייזונגען, עצות, און הדרכות וואס, ווען, און וויאזוי עס צו באהאנדלען.

גרויס דאנק איז אויסגערופן געווארן פאר די בארימטע "מאימאנעדיס מעדיקאל סענטער" וואס האבן מנדב געווען א גרויס חלק פון די קאסטן, וואס דאס איז בנוסף וואס זיי שטייען צו הילף פארן ציבור סיי מיטן שפיטאל און לעצטענס גאר שטארק מיט זייער אינפיוזשאן סענטער אויב ספעלט אויס צו נעמען די מעדעצינען אויף אן אייווי פארמאט, און מיטן הילף פונעם עול"ם ארגענעזאציע זענען די פארוואלטער פונעם שפיטאל אנטקעגן געקומען די באטרעפענדע מיט סיי וואספארא הילף ס'איז מעגליך .

אזוי אויך האט מען זיך באדאנקט פאר די אלוועלטליכע CCFA (קראונס-קאלייטעס פאנדעישאן אף אמעריקע) ארגעניזאציע, אין בפרט די ניו יארקע טשאפטער וואס שטייט כסדר צו הילף צו די ארגענעזאציע.

אינצווישן האט מען דערמאנט לטובה דעם דאקטער ר' יהושע (דזשעפרי) בן-צבי ז"ל וואס האט אויפגעטרעטן ביים ערשטן אווענט פונעם ארגענעזאציע און פון דעמאלטס איז ער אייביג געשטאנען צו הילף פונעם ארגענעזאציע מיט סיי וואס ער האט געקענט, בעצה ותשועה, צו מ'האט דריגענד געדארפט האבן א דאקטער, וכדו', וועלכער איז ליידער פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן אין א אינגער עלטער.

*

דער היימישער ציבור איז העכסט דאנקבאר פאר די חשובע ארגאניזירער פונעם סעמינאר, און וואונטשט זיי פיל הצלחה און סייעתא דשמיא אויף ווייטער אויפצוטאן גדולות ונצורות אינעם געזונטהייט געביט. פאר סיי וועלכע אנפראגעס אדער זיך אנצושליסן אינעם "סופפארט גרופע" צו ארויפצוגיין אויף די מעילינג ליסטע קען מען אריינרופן סיי ווען אויף 718-635-2274 אדער [email protected] אייער נאמען קען בלייבן אנאנים!

ותשועה ברוב יועץ.
אוועטאר
עולם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:05 am
לאקאציע: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם »

ווי איך פארשטיי, און ס'קוקט טאקע אויס, דרייען זיך דא נאר מענער אויף דעם זייטל דא, אבער כ'שטעל מיך פאר אז די אינגעלייט דא ווייזן פאר זייערע בני בית צו דערציילן וואס דא טיצעך...

דעריבער מעלד איך דא איבער אונזער נעקסטע "פרויאישע אווענט" וואס וועט פארקומען אי"ה אין די נעקסטע פאר חדשים. 

אונזערע אווענטן האבן געדינט אלס שטארקע חיזוק פארברענג און גאר אינפארמעטיווע צוזאמקום‏, דאס מאל גייען מיר מיט א שטאפל העכער, און מ'וועל מיר מאכן איינס פון נאר נשים צדקניות, נאכדעם וואס איז אריינגעקומען קריטיש וויכטיגע פארלאנגן איבער געוויסע ענינים וואס זענען באקוועמער און אויסגעהאלטענער אויסצושמועסן נאר צווישן פרויען...

גראדע האבן מיר נאכנישט באשלאסן ווי מ'זאלן מיר דאס מאכן, צו אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק, און דאס איז טאקע איינע פון די זאכן וואס מיר ווילן הערן פון די האפענטליכע באטייליגטע ווי ס'איז זיי באקוועמער‏.

פארצושלאגן אייערע פארשלאנגן און הערות קען מען זיך פארבינדן מיטן אפיס, אויף 718-635-2274 אדער אן אימייל, [email protected] 

מיט דאנק, און ביטע איבערגעבן אין שטוב (אויב זענט איר אדער זי אדער א קינד פון אונזערע אויסדערוועלטע גרופע...)‏
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

קענסט עס אויך לייגן (בעט א פרוי..) אויף דעם וועבסייט פאר היימישע פרויען.
אוועטאר
עולם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:05 am
לאקאציע: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם »

ווי שוין געשריבן אויבן, שטעלן מיר אהער דעם זעקסטן אווענט, דאס מאל א פרויען אווענט, ווי מ'וועט קענען הערן פרויען דאקטוירים רעדן אין געוויסע ענינים וואס קענען בעסער ווערן אויסגעשמיסט ווען נאר פרויען זענען דארט..

דער אווענט גייט אי"ה פארקומען מאנטאג פרשת תולדות, November 17, אינעם פוינט פלאזא האטעל אין וויליאמסבורג
אוועטאר
עולם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:05 am
לאקאציע: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם »

ווי שוין געשריבן דא האבן מיר געארבייט צאמצושטעלן אן אווענט.

אויפן שטארקן פארלאנג פון די נשים צדקניות, האבן מיר דאס אראנדזשירט אלס א "פרויען" אווענט, געאייגענט פאר פרויען פאציענטן, ווייבער פון פאציענטן, מאמעס פון פאציענטן. ווי עס וועט ווערן אויסגעשמועסט דאס פאלגענדע:

    נעמען קאנטראל: מאכן די החלטה
וואס נעמט אריין:
*וועלכע מעדעצינען זאל דער פאציענט ארויפברענגן אלס אן אפציע
*וואס קען א פאציענט שאדן האבן ביים פרובירן צו נעמען עפעס אנדערשט וואס דער דאקטער וויל
*ווילאנג זאל דער פאציענט געבן פאר ער זאל גיין פארן נעקסטן מעדעצין
דאס וועט געזאגט ווערן אדורך דר. סוניטאַ קרישנאַרעדדי‎, א געסטראענטעראלאדזשיסט אין קאלאמביע שפיטאל און אין ניו יארק פרעספעטיריאן
Dr. Suneeta Krishnareddy, MD Assistant Professor of Medicine, Gastroenterology, Columbia University Medicine Center, New York-Presbyterian Hospital

    קראונס און קאלייטיס און פארטילעטי
דורך: דר. בינדיע דזשאהאראפ, א וועלט-בארימטע עקספערט אינעם פעלד פון פרויאישע ענינים אינעם קראונס און קאלייטיס פעלד, און א געסטראענטעראלאדזשיסט אין מאונט-סיני שפיטאל
Dr. Bindia Jharap, M.D. Gastroenterology Mount Sinai Hospital

א גאר וויכטיגע טעמע!
    מ'האלט ביי שידוכים... פארוואס זאל איך אפילו באהאלטן???
ווערט אויסגעשמועסט ווערן ביי א יארן באקאנטע דאקטער צווישן אחב"י, דר. שמעון ליכטיגער, דער נייער דירעקטאר פונעם IBD דיפארטמענט אין קאלאמביע יונעווערסעטי, און גאר לאנגע יארן געווען פון די העכסטע געסטראענטעראלאדזשיסטן אין מאונט-סיני שפיטאל
Dr. Simon Lichtiger, M.D. Professor of Gastroenterology, Director of the Inflammatory Bowel Disease (IBD) Program; Columbia University Medicine Center

און ווי ביי די לעצטע אווענט ברענגן מיר ווידער אראפ א דאקטער וואס וועט בעיקר ארומרעדן איבער
    וואקסן און דעוועלאופינג ביי קינדער מיט קראונס/קאלייטיס
דר. נענסי פיטמאן א באוויסטער קינדער דאקטער אינעם פידיעטריק געסטראענטעראלאדזשי פון מאונט-סיני שפיטאל
Dr. Nanci Pittman, M.D. Assistant Professor, Pediatric Gastroenterology Mount Sinai Hospital

דערנאך וועט פארקומען אן אינטערסאנטע פאנעל מיט די דריי דאקטוירים, ווי עס וועט אויך זיין א געלעגנהייט פאר די חשובע באטייליגטע פארצולייגן פערזענליך פאר די דאקטוירים פארשידענע פראגעס. דער פאנעל וועט ווערן אנגעפירט דורך דר. ליכטיגער.

דער אווענט איז געטוישט געווארן (צוליב'ן בוני עולם פארטי) אויף דינסטאג פרשת תולדות, November 18, אינעם פוינט פלאזא האטעל אין וויליאמסבורג, 2 פרענקלין עוו.

JCCSG 2 (1)-page-001.jpg
אוועטאר
עולם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:05 am
לאקאציע: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
פארבינד זיך:

זעקסטע "חיזוק און אינפאָרמאַציע-סעמינאַר" דורך 'עול"ם-JCCSG

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם »

זעקסטע "חיזוק און אינפאָרמאַציע-סעמינאַר" דורך 'עול"ם-JCCSG אָרגאַניזאַציע' פאַר היימישע קראָונס-ליידענדע ווידער אפגעצייכנט מיט גרויס הצלחה

אינפאָרמאַטיווער "פרויען" סעמינאַר פארגעקומען דינסטאג פר' תולדות אין פוינט פלאזא האטעל אין וויליאמסבורג * פיר העכסט בארימטע דאקטוירים פון מאונט סיני און קאלאמביע שפיטעלער טרעטן אויף און נעמען אנטייל אינעם גאר אינטערסאנטע פאנעל


וויליאמסבורג. –מיט גרויס אינטערעסע און נייגער האבן די אריבער הונדערט פרויען אנטיילגענומען אינעם זעקסטן "חיזוק און אינפארמאציע-סעמינאר" - געווידמעט פאר "קראונס און קאלייטעס" ליידענדע - וועלכע איז פאררופן געווארן דורך די העכסט-געוואונטשענע ארגאניזאציע 'עול"ם' (ע'זרה ו'חיזוק ל'חולי מ'עים), צו ווי ס'איז באקאנט ביי פולע אלס “JCCSG”(דזשואיש קראונס-קאלייטעס סופפארט גרופ).

דער סעמינאר –צום ערשטן מאל, נאר פאר פרויען, נאכדעם וואס איז אריינגעקומען קריטיש וויכטיגע פארלאנגן איבער געוויסע ענינים וואס זענען באקוועמער און אויסגעהאלטענער אויסצושמועסן נאר צווישן פרויען- איז אפגעראכטן געווארן דעם פארלאפענעם מאנטאג פר' תולדות אין די "פוינט פלאזא האטעל" אין וויליאמסבורג, מיטן באטייליגונג פון א גרויסע ציבור היימישע קראונס-ליידענדע און משפחה מיטגלידער, פון וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, שיכון סקווירא און קרית יואל-מאנרא, וועלכע זענען אהיימגעגאנגען פונעם אווענט פול מיט ווערדפולע און נוצבארע אינפארמאציע; אנווייזונגען און הדרכה; און בעיקר: געוואלדיגע חיזוק, וואוסענדיג אז זיי פארמאגן א באזע פון אזויפיל היימישע שוועסטערס וועלכע ספראווען זיך מיטן זעלבן צושטאנד אינעם טאג טעגליכן לעבן, און זענען שוין 'מלומדי מלחמה' וויאזוי עס צו קאנטראלירן און זיך אן עצה צו געבן דערמיט מידי יום ביומו.

עול"ם-JCCSG

ווי שוין ארויסגעברענגט נאך די פארגאנגענע אווענטן איז דער ארגענעזאציע "עול"ם-JCCSG" געגרינדערט געווארן מיט בערך דריי און א האלב יאר צוריק פאר מענטשן וואס ליידן אויף "קראונס דיזיס" און אויף "אלסערעטיוו קאלייטיס", וואס לויט געוויסע מעדיצינישע און וועלטליכע שטודיעס צייגן אן אז ביים היימישן "אשכנז'ישן" ציבור איז עס פארהאן "דריי מאל מער" ווי אין אלגעמיין ביי אנדערע עטענישע גרופעס. ד.ה. אז דער היימישער ציבור ליידט דערפון די מערסטע, ווי עס איז טאקע עדות דער פאקט אז כמעט אין א יעדע היימישע משפחה איז פארהאן איינס/מערערע פון "קראונס-קאלייטעס" ליידענדע. (אגב: איז "עולם" טאקע שטארק פארמישט אינעם נייעם שטודיע, זיך איבערצוצייגן צו ס'איז טאקע ממש א אידישע מחלה.) אט דער פאקט האט גורם געווען אז עס האט זיך געפאדערט קריטיש וויכטיג צו אדרעסירן דעם פראבלעם; באהאנדלען די דעטאלן דערפון; און שאפן א שטארקע באזע און "סופארט גרופע" געווידמעט דירעקט פארן היימישן ציבור, מיטצוטיילן אינפארמאציע איינער פארן צווייטן; און וויסן וואו אנצופרעגן א יעדע פראגע/ספק וואס איז אזוי נוגע אויפן טאג טעגליכן לעבן.

מיט השי"ת'ס הילף האבן זיך אריינגעווארפן אינעם ענין א קבוצה פון חשובע היימישע עסקנים, און נאך עטליכע שווערע יארן פון פארשונג – און פראפעסיאנאלע הילף און באגלייטונג פון נאציאנאלע ארגאניזאציעס און לאנגיעריגע דאקטוירים – איז פארמירט געווארן די לעבנסוויכטיגע און העכסט-געוואונטשענע ארגאניזאציע, אונטערן נאמען "עול"ם-JCCSG", ספעציעל פארן היימישן ציבור, וועלכע זאל זיך מטפל זיין מיט אלע ענינים אמבאלאנגט דעם געביט פון "קראונס און קאלייטעס".

זינט דער זענען שוין קרוב צו 1400 טעלעפאן-רופן געענטפערט געווארן; פילצאליגע שנעלערע מעדיקל-אפוינטמענטס זענען שוין ערלעדיגט געווארן און אראנדזשירט געווארן פאר גאר ביליגע פרייזן; אומצאליגע היימישע משפחות האבן שוין גענאסן דערפון חיזוק והדרכה; פארשידענע אינפארמאציע איז שוין אויסגעטוישט געווארן צווישן היימישע משפחות וועלכע ספראווען זיך דערמיט; און פילע קריטיש וויכטיגע פארבינדונגען זענען שוין געמאכט געווארן צו בארימטע דאקטוירים פון איבער די וועלט.

איבער אלעמען האט זיך שוין ארויסגעוויזן מיט צענדליגע עפיזאדען ווי קריטיש וויכטיג די אווענטן זענען, די פארגאנגענע אווענטן –וואס דריי דערפון בעפאר זענען פארגעקומען אין וויליאמסבורג, איינס אין קרית יואל און איינס אין בארא פארק- האבן צוזאמען געברענגט נאנטע משפחה און גאר גוטע פריינד נישט וויסענדיג בעפאר אז זיי גייען אויך אדורך מיט די שוועריקייטן, וואס ווי עס פארשטייט זיך אליין איז דאס געווען א געוואלדיגע ישועה, דאס האט געגעבן א גרויסע שטיפ פאר די עסקנים צו גיין ווייטער.

די 'עול"ם' ארגענעזאציע האט זיך בעיקר ארויסגעוויזן אויף עטליכע אופנים:
מעדיקעל ריפורלס: ווי באקאנט האבן א גרעסערע פראצענט פון אונז נישט די בעסטע אינשורענסעס, און אנצוקומען צו א גוטע דאקטער איז אמאל זייער שווער, 'עול"ם' מיט זייערע גאר נאנטע פארבינדונגן קומט אסאך צו הילף, סיי צו באקומען א שנעלערע אפוינטמענט ביי א גרויסע דאקטער, נישט צו דארפן ווארטן וואכן, צו צומאל אפילו חדשים, און סיי ווען מ'ברויך צאלן קעש געלט, זאל עס אויסקומען די ביליגסטע מעגליך, צו בכלל אפילו אנצוהייבן.. ווי גייט מען און צו וועם?.
עדיוקעישאן: ווי די געטרייע וואלאנטירן זיצן מיט די ליידענדע צו זייערע משפחות און גייען איבער די קעיס, זיי פשוט אויסצולערנען וואס דאס איז און וואס ס'קען און דארף געטוהן ווערן צו פארגרינגערן די מצב.
הילף: איינער וואס גייט דאס אדורך, אין אנפאנג געווענטליך ברויך מען זיכער אסאך מער הילף, מיט דאקטוירים, עסן, צו מעדיקעישאן. בפרט איז איינע פון די גאר וויכטיגע זאכן וואס 'עול"ם' שטעלט צו, אז היות די גאר נייע מעדיקעישאן'ס וואס געוויסע ליידענדע דארפן נעמען, דארף מען נעמען אלס אן אינדזשעקשאן, האט די ארגענעזאציע צוגעשטעלט א וואלאנטיר, איינער פון אנגעזעהנע מעמבער'ס אין די חברה הצלה, וואס גייט ארום עס געבן פאר וועם עס איז שווער עס אליינס צו נעמען.
סופפארט: די ארגענעזאציע שטעלט צו סופפארט פאר די באטראפענע און פאר די ארומיגע משפחה סיי ווען, צו מ'איז אינדערהיים, צו אין שפיטאל
שידוכים: ספעציעל געט זיך עול"ם אפ מיט די עניני השידוכים, פשוט צו באגלייטן טריט און שריט און פארגרינגערן די פאציענטן ווען זיי האלטן ביי זייער גליקליכע באשערטע מינוט, צו איז דאס מיט אינפארמאציע איבערן קרענק פארן צווייטן זייט צו מיטן ארלעדיגן א שנעלע אפוינטמענט ביי א דאקטער אנצופרעגן זייערע פראגעס, אויסצוקלארן די שרעק און געבן קוראזש צו פארענדיגן דעם שידוך.

ב' תולדות: "זעקסטע אינפארמאציע אווענט – אין פוינט פלאזא"

צום באשטימטן צייט זענען זיך די אריבער הונדערט פרויען צוזאמגעקומען אין פוינט פלאזא האטעל, ווי שוין געוואוינט ביי די פאריגע אווענטן האט די ארגענעזאציע אלעמאל אראפגעברענגט גרויסע דאקטוירים אויפצוטרעטן, און דאס מאל איז עס נאך שטערקער געווען ווען עס איז געמאלדן געווארן איבער די פיר דאקטוירים און זייערע רעדעס, און פאנעל, איבערהויפט אז צום ערשטן מאל איז אראפגעברענגט געווארן דאקטוירים וואס וועלן דיסקאסירן געוויסע ענינים, וואס קיינער האט נישט געוואלט פארפאסן.

א הארציגן דאנק ווערט טאקע אויסגעדרוקט מטעם די חשובע עסקנים פארן חשובן בעל אכסניא פונעם אווענט הרבני הנכבד מוה"ר אלעזר קליינבערגער הי"ו מיט זיינע חשובע קינדער שיחי', וואס האבן אוועקגעגעבן דעם זאל גענצליך שלא על מנת לקבל פרס, נאר ארויסצוהעלפן אחינו בני ישראל.

Mrs. Rhondell Domilici

Regional Director of Crohn’s & Colitis Foundation of America (CCFA)

איידער די רעדע פון די דאקטוירים, איז קודם אויסגערופן געווארן דער רידזשינעל דירעקטאר פון די CCFA (קראונס-קאלייטעס פאנדעישאן אף אמעריקע) אין די ניו יארקע טשאפטער, וואס שטייט כסדר צו הילף צום ארגענעזאציע.

מרת דאמעליסי האט אראפגעלייגט איר אייגענע עקספיריענס אלס ליידענדער און אלס שטייענדיג בראש פון אן ארגענעזאציע וואס העלפט אנדערע. צווישן אנדערע ארויסגעברענגט פון איר אייגן עקספיריענס און ערפארונג די וויכטיגקייט זיך צו האלטן בענעזאם. און דערנאך האט זי אויסגערופן דעם ערשטן דאקטער צו רעדן.

Dr. Suneeta Krishnareddy, MD

Gastroenterology, Columbia University Medicine Center, New York-Presbyterian Hospital

דער ערשטער דאקטער אנצוהייבן דעם אווענט איז געווען א גאר באקאנטע דאקטער, דר. סוניטאַ קרישנאַרעדדי, א געסטראענטעראלאדזשיסט אין קאלאמביע און אין ניו יארק פרעספעטיריאן שפיטעלער. די רעדע פון דר. קרישנאַרעדדי איז געווען געשטעלט צו לערנען דעם ציבור "צו נעמען קאנטראל: מאכן די החלטה", וואס האט אריינגענומען, וועלכע מעדעצינען זאל דער פאציענט ארויפברענגן אלס אן אפציע, וואס קען א פאציענט שאדן האבן ביים פרובירן צו נעמען עפעס אנדערשט וואס דער דאקטער וויל, ווילאנג זאל דער פאציענט געבן פאר ער זאל גיין פארן נעקסטן מעדעצין, אזוי אויך האט זי אויסגעשמועסט די חלק וויאזוי מ'דיאגנאזירט, וואס זענען די חילוקים פון קראונס און קאלייטיס, וויאזוי מ'פרובירט צו קאנטראלירן די סימפעטאמען, און אויב עס רעאגירט נישט צו די געווענליכע מעדעצינען וואס די אנדערע שטאפלן זענען, און בכלל אלע פארשידענע חלקי המעדעצינען, ווען מען ניצט וואס.

Dr. Bindai Jaharp, M.D.

Gastroenterology, Mount Sinai Hospital

דער צווייטער אין די רייע איז געווען דר. בינדיע דזשאהאראפ, א וועלט-בארימטע עקספערט אינעם פעלד פון פרויאישע ענינים אינעם קראונס און קאלייטיס פעלד, און א געסטראענטעראלאדזשיסט אין מאונט-סיני שפיטאל, און טאקע דערפאר האט שוין די עול"ם ארגענעזאציע אנגעקניפט גאר שטארקע אין נאנטע באציאונגען מיט איר.

די רעדע פון דר. דזשאהאראפ האט געצויגן א ריזן ציבור צוהערער, וועלכע האבן צום ערשטן מאל געהאט די געלעגענהייט צו הערן און ווערן אינפארמירט אין קריטיש וויכטיגע שטודיעס און פאקטן איבער נשים וואס גייען דאס אדורך, איר רעדע האט גלייכצייטיג אזוי אויך געדינט אלס א געוואלדיגע חיזוק דרשה ווי אזא גאר באקאנטע עקספערט האט אויסגעשמועסט די פאקטן און אריינגעלייגט געוואלדיגע האפענונגן אז מ'וועט אי"ה גרינגערהייט בויען א אידישע שטוב.

Dr. Simon Lichtiger, M.D.

Gastroenterology, Director of the Inflammatory Bowel Disease (IBD) Program; Columbia University Medicine Center

דער דריטער אין די רייע איז געווען דער ריז אינעם פעלד, וועלכע א גאר גרויסער ציבור נוצט אים, דער ברייט-בארימטער שליח נאמן וועלכער האט שוין די זכיה געהאט קערצונעמען טויזענטער יודען, ובתוכם רבנים ואדמורי"ם, דר. שמעון ליכטיגער, דער נייער דירעקטאר פונעם IBD דיפארטמענט אין קאלאמביע יונעווערסעטי, און גאר באוויסט ביים היימישן ציבור דורך זיינע לאנגע יארן וואס ער איז געווען פון די העכסטע געסטראענטעראלאדזשיסטן אין מאונט-סיני שפיטאל, וואס בלויז מעלדן זיין נאמען ספעציעל פאר זיינע פאציענטן, האט זיי געשלעפט פון איבעראל, נישט וועלן צו פארפאסן אזא גאלדענע געלעגענהייט.

דר. ליכטיגער האט זיך בעיקר פארצויגן אינעם גאר וויכטיגע טעמע, "מ'האלט ביי שידוכים... פארוואס זאל איך אפילו באהאלטן???" ווי דער דאקטער האט אראפגעלייגט זיינע יארן עקספיריענס מיט אחינו בני ישראל און בעיקר די פראבלעמען וואס אסאך האבן זיך אנגעשטויסן מיטן נישט זיין אויפריכטיג, ווי אויך האט דער דאקטער צוגעלייגט אינטערסאנטע עפיזאדן וואס ער אליינס האט בייגעוואוינט דורך זיינע יארן, און זיך ספעציעל באדאנקט פאר די ארגענעזאציע פארן דורכברעכן דאס באהאלטענקייט און שאנד וואס מענטשן האבן זיך ארומגעטראגן פאר יארן.

Dr. Nanci Pittman, M.D.

Pediatric Gastroenterology Mount Sinai Hospital

און ווי ביי די לעצטע אווענט איז אראפגעברענגט געווארן א קינדער דאקטער, דאס מאל דר. נענסי פיטטמאן, א בארימטער און געטרייער קינדער דאקטער אינעם פידיעטריק געסטראענטעראלאדזשי פון מאונט-סיני שפיטאל, וואס האט ארומגערעדט איבער וואקסן און דעוועלאופינג ביי קינדער מיט קראונס/קאלייטיס.

דר. פיטטמאן האט פארברייטערט איר רעדע איבער די קינדער וואס ליידן דערויף, איבער וויאזוי און פארוואס מ'מוז אמאל גיין אויף שטערקערע מאדעצינען טראץ דעם וואס ס'קוקט נישט אויס ווי א שווערע קעיס, און זיך שטארק באצויגן איבער דאס וואקסן פון אזא קינד, אז אפילו עס קוקט אויס ווי עס איז ב"ה נישטא קיינע פראבלעמען דארף מען נאך אלץ גאר שטארק אכט געבן אויף די וואג און הייעך אז עס זאל נישט פעלן פון די געווענטליכע וואוקס פארן קינד, ווייל דאס מאכט אסאך אויס אויף שפעטערע יארן.

דריי דאקטוירים פאנעל מיטן מאדערעיטאר

דערנאך איז פארגעקומען די העכסט אונטערסאנטע פאנעל מיט די דריי דאקטוירים, וואס איז אנגעפירט געווארן דורך דאקטער ליכטיגער אליינס, ווי ס'איז געווען א געלעגנהייט פאר די חשובע באטייליגטע פארצולייגן פערזענליך פאר די דאקטוירים פארשידענע פראגעס וועלכע זענען נוגע פאר אונזער היימישער קרייז, און די דאקטוירים האבן איינס ביי איינס דערויף געענטפערט, בארייכערנדיג די ידיעות מיט פארשידענע אנווייזונגען, עצות, און הדרכות וואס, ווען, און וויאזוי עס צו באהאנדלען. יעדער דאקטער האט געענטפערט אין זיין/איר וועג און אנדערע דאקטוירים האבן צוגעלייגט זייערע הערות.

*

לויטן איצטיגן פלאן און באגלייט מיט פיל סייעתא דשמיא און זעלטענע הצלחה ביז אהער, ווערן יעצט אצינד אויסגעארבעט די לעצטע דעטאלן פאר א פרישע סעמענאר וואס וועט בעז"ה גאר בקרוב אפגעהאלטן ווערן, דאס מאל אין די מאנסי/שיכון סקווירא געגענט, ווי דער פארלאנג אויף דעם איז אויפגענומען געווארן דורך די עסקנים מיט גרויס ערענסקייט, וואס וועט דינען פאר א אינפארמעטיווע און חיזוק נאכט פאר די איינוואוינער פון מאנסי, שיכון סקווירא, און קרית יואל, וואס פאר זייער אסאך פון זיי איז היפש שווער זיך אריינצושלעפן קיין ברוקלין. פרטים יבואו אי"ה.

דער היימישער ציבור איז העכסט דאנקבאר פאר די חשובע ארגאניזירער פונעם סעמינאר, און וואונטשט זיי פיל הצלחה און סייעתא דשמיא אויף ווייטער אויפצוטאן גדולות ונצורות אינעם געזונטהייט געביט. פאר סיי וועלכע אנפראגעס, עצות, חיזוק, סייוואספארא הילף אדער זיך אנצושליסן אינעם "סופפארט גרופע" מיטן ארויפצוגיין אויף די מעילינג ליסטע קען מען אריינרופן סיי ווען, 24 שעה אין טאג, אויף 718-635-2274 אדער [email protected] אייער נאמען קען בלייבן אנאנים!

ותשועה ברוב יועץ.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

היינט נאכט!
אטעטשמענטס
Capture.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פארוואס איז דא צוויי אשכולות?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
עולם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:05 am
לאקאציע: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם »

די אשכול איז געווידמעט פאר אפדעיטס און נייעס איבער די ארגענעזאציע בכלל.
די אנדערע איז ספעציעל איבער דעם אנגייענדע שטודיע...
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”