אן עצה קעגן מאסקיטאס

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

אן עצה קעגן מאסקיטאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

איך בין שוין ב"ה נישט צען, און אויך שוין נישט זעכצן, איך בין געווען מערערע זומערס איז קעמפ, אלס קינד און אלס בחור, און איך דריי זיך נאך עד היום צווישן מענטשן, אבער אזאנס מיין איך אז איך האב נאך נישט געזען.

איך האב א צען יעריג יונגל עמו"ש, און זעט אויס אז זיין בלוט איז עפעס גאר געשמאק פאר מאסקיטאס, און יעדען זומער ליידט ער זיך נעבעך אן פון זיי, און עס ווערט נאר ערגער און ערגער מיט יעדן פארבייגייענדן זומער.

יעצט שביעי של פסח איז ער אויפגעשטאנען אזוי צוביסען, אז עס האט אויסגעזען ווי צוויי שחורים האבן זיך אריינגעבראכן אין זיין צימער און אים צו'מזיק'ט מיט גראבע ריזיגע שטעקענעס. דאס איז באמת אן קיין גוזמא, ער האט זיך נעבעך געווארפן פון יסורים, די פנים, די הענט און די פוס זענען אים געווען אזוי צוביסן אז ער איז ממש נישט געווען צום דערקענען, ער איז בכלל נישט ארויס פון שטוב, און ער האט נעבעך פאר יסורים נישט געקענט עסן די סעודה.

היינט איז ער שוין יא געקומען אין שוהל און יעדער האט מיך געפרעגט וואס איז געשען מיט אים.

טייערע אידן, איך האלט נישט אויס די צער פון מיין קינד, און איך ווייס אז דאס איז טאקע נישט א לעבנס געפאר, אבער פון גלייכען זינען קען מען זיכער אראפגיין פון אזעלכע זאכן. האט רחמנות און זאגט מיר וואס איז שייך צו טון צו דעם.

איך בין זיכער אז היינטיגע צייטן איז פארהאן עפעס אן עצה, צו קענען ארויסהאלטן מאסקיטאס פון שטוב, אדער לפחות אוועק פון א מענטש צו וועמען זיי כאפן זיך. און אזוי אויך, וואס איז דאס בעסטע צו ניצן שוין נאכן ביס.

פליז פליז פליז, האט רחמנות
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

קודם פרוביר אים צי געבען גארליק קאפסול'ס ס'הייסט אז די מאסקיטען האבען נישט ליב קיין גארליק, (אדער געהעריגע קנאבעל, טאמער די געבסט די קאפסול'ס זעה ס'זאל זיין ווי ווייניגער געפראסעסד

צווייטענס פרוביר צי האלטען די שטוב מאסקיטאו ריין דורעך געהעריגע סקרין'ס אויף די פענסטער אין פאר די טירע'ן קענסטע אויפהענגען אזאלכע בלויע לעקטער'ס וואס ציהט צי די שרצים,

ביטע לאז וויסען די רעזולטאטען דא כדי מען זאל וויסען צי עס ארבעט אין אנדערע זאלען אויך קענען הנרה האבען
הצלחה
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

טהור'ל, ס'קען שטארק מעגליך זיין אז ער האט אן אלערדזשיק ריעקשן צו די בייטס, און וועגן דעם קוקטעס אויס געפערליך, פרעג א דאקטער, מעגליך אז בענעדריל וועט עם גרינגער מאכן.

בנוגע מעסקיטאוס, ס'דא געוויסע לעקטערס און שמעקערס וואס מ'קען לייגן אין שטוב אז זיי זאלן נישט אריינקומען, ווי אויך איז ראטזאם אז מ'זאל פארמיידן קליינע וואסער פאדעלס נעבן די הויז, ווייל מעסקיטאוס וואוינען ארום פאכטקייט. געוויסע שעמפאס און זייפן זענען אויך גוט אנטקעגן מעסקיטאוס.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5994
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

וויכי קאן זיין גערעכט אז דאס איז א עלערזשיק ריעקשאן, מיין אינגל נ"י ליידט זיך אויך אן ביטערלעך דערפון.
בענעדריל איז א גוטע עצה אבער לעבן דערויף איז קיין מיטל.
איך האב געהערט אן עצה און ס'האט געהאלפן; ער זאל האלטן אין טאש א BOUNCE שמאטע דאס איז די "לאנדרי סאפטנער" וואס מען לייגט אריין אין דרייער ביים דרייען וועש.
איך האב דאס אויפרובירט און ס'האט געהאלפן, נאך בעסער: אין קאנטרי ווי ס'יז דא מער מאסקיטאס ווי אין סיטי און ער האט שטענדיג געטראגן מיט זיך אין מער ווי איין טאש און כ'אב אויפגעהאנגן אפאר שטיק ארום זיין בעט און כ'אב ב"ה נישט געליטן דערפון די גאנצע צייט וואס כ'בין דארט געווען.

הצלחה
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיין ברודער האט אמאל געכאפט א ביס פון א בין, און ביז א קורצע וויילע דערויף איז ער געווען משונה צורה, ממש מען האט אים נישט דערקענט!

מען איז געוואויר געווארן אז ער איז אלערגיש דערצו, און זינט דאן פלעגט ער זיך ארומטראגן מיט אן EPIPEN איינשפריץ

איך ווייס נישט אויב דאס האט שייכות מיט דעם אשכול, אבער אז מען רעדט פון משונה צורה צוליב אינזעקטן האב איך מיך דערמאנט די מחזה נורא
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

לאקשען ברעט האט געשריבן:קודם פרוביר אים צי געבען גארליק קאפסול'ס ס'הייסט אז די מאסקיטען האבען נישט ליב קיין גארליק, (אדער געהעריגע קנאבעל, טאמער די געבסט די קאפסול'ס זעה ס'זאל זיין ווי ווייניגער געפראסעסד

צווייטענס פרוביר צי האלטען די שטוב מאסקיטאו ריין דורעך געהעריגע סקרין'ס אויף די פענסטער אין פאר די טירע'ן קענסטע אויפהענגען אזאלכע בלויע לעקטער'ס וואס ציהט צי די שרצים,

ביטע לאז וויסען די רעזולטאטען דא כדי מען זאל וויסען צי עס ארבעט אין אנדערע זאלען אויך קענען הנרה האבען
הצלחה


דאס האט מען שוין געטרייט און ס'האט נישט געהאלפן. ווידער האלטן די פארמאכט די טיר איז פשוט נישט מעגליך. מיט א שטוב מיט קינדער, דער לויפט ארויס, דער לויפט אריין, די פענסטערס מאך איך טאקע נישט אויף נאר די וועלכע האבן סקרינס, (און די לעכער פארמאכטמען מיט טישוס אדער טעיפ), ווידער גיין אריינליייגן סקרינס אין די אנדערע וויל איך נישט, ווייל ווען כ'על איבערלאזן די דירה וועלכעס מוזן איבערלאזן דא.

אבער איינער האט מיר היינט געזאגט אז עס איז דא עפעס א מין מאשין וועלכע האלט ארויס מאסקיטאס פון די הויז דורך לעיזער, ווייסט איינער פון אזאן זאך?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:טהור'ל, ס'קען שטארק מעגליך זיין אז ער האט אן אלערדזשיק ריעקשן צו די בייטס, און וועגן דעם קוקטעס אויס געפערליך, פרעג א דאקטער, מעגליך אז בענעדריל וועט עם גרינגער מאכן.

בנוגע מעסקיטאוס, ס'דא געוויסע לעקטערס און שמעקערס וואס מ'קען לייגן אין שטוב אז זיי זאלן נישט אריינקומען, ווי אויך איז ראטזאם אז מ'זאל פארמיידן קליינע וואסער פאדעלס נעבן די הויז, ווייל מעסקיטאוס וואוינען ארום פאכטקייט. געוויסע שעמפאס און זייפן זענען אויך גוט אנטקעגן מעסקיטאוס.


ער איז לכאורה נישט אלערגיש, ער ווערט פשוט ביטערליך צוביסן, ווען דו וועסט האבן צוועלף ביסן אין צוויי סקווער אינטשעס וועט עס אויך אזוי אויסקוקן. און דאס פאסירט ביי אים, ער באקומט אסאך ביסן איינס לעבן אנדערן.

וואסער פאדלס האב איך נישט עקסטער לעבן מיין דירה, און ווען יא קען איך אויך נישט צופיל טון דערוועגן, דעם לענדלער גייט נישט אן צופיל. אבער וועגן די לעקטערס און שמעקערס וואלט איך יא געקענט באשטיין צו האבן עפעס מער אינפארמאציע. אזוי אויך וועלכע שעמפאס און זייפן זענען גוט.

שקויעח וויכי און אלע אנדערע
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

פליגל האט געשריבן:וויכי קאן זיין גערעכט אז דאס איז א עלערזשיק ריעקשאן, מיין אינגל נ"י ליידט זיך אויך אן ביטערלעך דערפון.
בענעדריל איז א גוטע עצה אבער לעבן דערויף איז קיין מיטל.
איך האב געהערט אן עצה און ס'האט געהאלפן; ער זאל האלטן אין טאש א BOUNCE שמאטע דאס איז די "לאנדרי סאפטנער" וואס מען לייגט אריין אין דרייער ביים דרייען וועש.
איך האב דאס אויפרובירט און ס'האט געהאלפן, נאך בעסער: אין קאנטרי ווי ס'יז דא מער מאסקיטאס ווי אין סיטי און ער האט שטענדיג געטראגן מיט זיך אין מער ווי איין טאש און כ'אב אויפגעהאנגן אפאר שטיק ארום זיין בעט און כ'אב ב"ה נישט געליטן דערפון די גאנצע צייט וואס כ'בין דארט געווען.

הצלחה


שקועיח פליגל (כ'האף אז נישט קיין מאסקיטא פליגל), דארף מען טאקע טרייען
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

עמו בני בצרה, מיין זוהן זאל זיין געזונט, באקומט אויך גאר שטראקע און אסאך ביסן, אויף אזוי ווייט אז איין אטג ראש השנה האט מען אים אריינגעפירט און שפיטאל פאר דעם.
עס איז דא צו באקומען און די פארמעסי אזא ברעסלעט וואס פארטרייבט זיי, איך טו אים אן איינס אויף די הענט און איינס אויף די פיס, און ב"ה עס איז אסאך בעסער.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

ברוך טייערער, אפשר ווילסטו מיר זאגן וויאזוי דער זאך הייסט, און וויפיל עס קאסט.

און נאכאמאל, אויב איינער ווייסט פון עפעס וואס קען האלטן דעם הויז מאסקיטא ריין, ביטע מודיע זיין
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

ניין, איך געדענק נישט אויף די מינוט, איך עס בשעתו געקויפט ביי קארנער פארמעסי.
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

שמירן עסיג (וויניגער).
א זאלב וואס האט אין זיך עקאליפטוס אויל. די מוסקיטן האבן נישט ליב דעם גערוך פון עקאליפטאס אויל.
מ'הענגט אויף א זעקל מיט וואסער אין צימער, און די מוסקיטן ווערן פארשוואונדן. פונקטליך וויאזוי ס'ארבעט ווייס איך נישט.
פארמאכן די פענסטערס ביינאכט.
א בלויער לאמפ.
[קרעדיט די ליכטיגע היים]
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

לויט עקספערטן גייען זיי פארפלייצן די וואך אונזער ניו יארק. ס'קומט זייער הייסע טעג די סוף וואך, און מיט אזא ווארימע ווינטער און אזאנע היצן וועלן זיי זיין אין די מאסן
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

ביי KY פארמעסי איז דא צו קויפן די בענד פאר $1.59
אוועטאר
Rabeiny
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rabeiny »

איך פלעג באקומען גאר אסאך ביסן, האב איך אויף מיין אייגענע ראט געטרינקען א האלבע גלעזעל לעמאן דזויס (שרעקעדיג?) און מער האב איך נישט געהערט פון זיי פאר אפאר וואכן
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

שויתי'ניק האט געשריבן:שמירן עסיג (וויניגער).
א זאלב וואס האט אין זיך עקאליפטוס אויל. די מוסקיטן האבן נישט ליב דעם גערוך פון עקאליפטאס אויל.
מ'הענגט אויף א זעקל מיט וואסער אין צימער, און די מוסקיטן ווערן פארשוואונדן. פונקטליך וויאזוי ס'ארבעט ווייס איך נישט.
פארמאכן די פענסטערס ביינאכט.
א בלויער לאמפ.
[קרעדיט די ליכטיגע היים]


וויזוי שרייבט מען דאס אין ענגליש?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

Eucalyptus Oil Cream or Lotion
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

געווען היינט אין האום דיפאו זוכן עפעס א גוטע סגולה קעגן מאסקיטאס, איך בין אהיים געקומען אינגאנצן צימישט, אזויפיל שפריצער'ס לעמפ, סם, זאמד, שטיינדלעך, און וואס נישט......, סאו כ'האב גארנישט געקויפט
קען מיר איינער רעקאמענדירן עפעס וואס העלפט זיכער צו פארטרייבן די חברה? (לכתחילה זוך איך עפעס וואס מען שפריצט אין די לופט אדער מען קען סתם לייגן אינדרויסן, נישט אויפן קערפער)
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

אין דער בלאט לעצטע וואך איז געשטאנען אז נוצן פשוט'ע פענס העלפט זייער שטארק (נאך בעסער די וואס דרייען זיך אהער און אהין), צוליב 2 סיבות.
1. ווייל די מאסקיטא, פליענדיג זיג זאג, זוכט די ריח פונעם מענטש כדי אים צו צאפן דאס בלוט, און דער פען בלאזט ארום דעם ריח אויף א ווייטע שטרעקע און צומישט די מאסקיטא א_ווי פרעה ביים זוכן משה רבינו
2. ווייל א מאסקיטא'ס מאקסימום פליען ספיד (מען רעכענט עס נישט מיט נאטס...) איז בערך 1 מייל פער שעה אדער מערסטנס 1.5 מייל, און א פען בלאזט צוריק בערך 10 מפ'ש, און די מאסקיטא קען זיך נישט אקעגנשטעלן.

שטייצעך דאס איז נאר גוט אויב זיצט מען אויף איין פלאץ. אויב ווילסטע שפאצירן איז גאר א צווייטע מעשה. דאן קען מען אפשר נוצן א שטיקל באונס דרייער שיעט. ווי איך האב שוין געשריבן דא.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

א אינטערסאנטע הערה
א אפריקען אמעריקען וועט זיך קיין מאסקיטא קיינמאל נישט אנטשפענען
איך בין נישט קיין ראסיסט אבער דאס איז א פאקט...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

פאטאקי08 האט געשריבן:א אינטערסאנטע הערה
א אפריקען אמעריקען וועט זיך קיין מאסקיטא קיינמאל נישט אנטשפענען
איך בין נישט קיין ראסיסט אבער דאס איז א פאקט...


אהא, יעצט האב איך די זאך ארויס.... זיי שיקן עס אריבער צו מיר נעקסט דאר! ימח שמם
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

דו ביסט נישט קיין ראסיסט, די מאסקיטאס זענען!
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: האט רחמנות אויף א אידיש קינד, אן עצה קעגן מאסקיטאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

האמיר דעם זעלבן פראבלעם ווי דער פותח,
מ'ווערט צוביסן אין ס'ווערט אויפגעבלאזן אפעס נישט נארמאל, אזאש אז 'מקען נישט ריקן דעם עבר פאר יסורים

וואס איז די ווירקזאמע עצה דערגעגן?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
מי אני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:21 am

Re: האט רחמנות אויף א אידיש קינד, אן עצה קעגן מאסקיטאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אני »

ניס קראכער האט געשריבן:האמיר דעם זעלבן פראבלעם ווי דער פותח,
מ'ווערט צוביסן אין ס'ווערט אויפגעבלאזן אפעס נישט נארמאל, אזאש אז 'מקען נישט ריקן דעם עבר פאר יסורים

וואס איז די ווירקזאמע עצה דערגעגן?


This is good for indoor also

https://www.amazon.com/gp/aw/d/B09N3V8T ... asin_title
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: האט רחמנות אויף א אידיש קינד, אן עצה קעגן מאסקיטאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

מי אני האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:האמיר דעם זעלבן פראבלעם ווי דער פותח,
מ'ווערט צוביסן אין ס'ווערט אויפגעבלאזן אפעס נישט נארמאל, אזאש אז 'מקען נישט ריקן דעם עבר פאר יסורים

וואס איז די ווירקזאמע עצה דערגעגן?


This is good for indoor also

https://www.amazon.com/gp/aw/d/B09N3V8T ... asin_title

די פראבלעם איז אז דאס געשעט נישט ביים שלאפן, ליבערשט אין חדר צייט,
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”